כתה א' - עברי

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

קינדערגארטן
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 10, 2021 5:25 pm

Re: כתה א' - עברי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינדערגארטן »

ס'קומט פסח ווען די קינדער גייען זיין אינדערהיים בעריך 10 טעג, וואס ביי א אינגל פון כתה א' אויב עס גייט אדורך 2-3 טעג אן חזרה פאלט ער צוריק עשר מדריגות
אשר על כן ברענג איך נאכאמאל ארויף דיע אשכול וואס האט בשעתו געהאלפן עטליכע אידן, און יישר כח פאר הרב הרוצה בעילום שמו, פארן מיך דערמאנען און בעטן עס ארויפצוברענגען לזכות נאך אידן
כתה א' -עברי
קינדערגארטן
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 10, 2021 5:25 pm

Re: כתה א' - עברי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינדערגארטן »

קינדערגארטן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:48 pm
ס'קומט פסח ווען די קינדער גייען זיין אינדערהיים בעריך 10 טעג, וואס ביי א אינגל פון כתה א' אויב עס גייט אדורך 2-3 טעג אן חזרה פאלט ער צוריק עשר מדריגות
אשר על כן ברענג איך נאכאמאל ארויף דיע אשכול וואס האט בשעתו געהאלפן עטליכע אידן, און יישר כח פאר הרב הרוצה בעילום שמו, פארן מיך דערמאנען און בעטן עס ארויפצוברענגען לזכות נאך אידן
כתה א' -עברי
ארויף לרגל די זוממער זמן ווען זייער אסאך קינדער פאלן צוריק מיט די לימוד פון עברי אויב מ'חזר'ט נישט גענוג
אוועטאר
עס וועט זיין גוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3475
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 20, 2021 2:15 pm

Re: כתה א' - עברי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס וועט זיין גוט »

לבקשת הרבים און לתועלת הענין ברענגט איך צאם דא די עצות און מעטאדן וואס @קינדערגארטן האט פאר יאר ארויף געשטעלט נאך וואס כהאב דא געזוכט פאר הילף כקען זאגן מיט א פילן מויל אז סהאט ב"ה געהאלפן אין מיין זוהן האט געלערנט יעדן טאג [גלייב אז מען דארף נישט אויסשמועסן די וויכטיקייט דערפון דא אבער אזויפיל לאמיך ענק זאגן אז נעמט עס נישט ערענסט אין די ריכטיגע צייט (פין כתה א ביז מען זיכער אז ער קען גוט) קענען זיי זיך מיטשענען נעבעך א גאנץ לעבן נכלל בזה חדר, ישיבה, שידוך, חברים, אידישקייט וכוי'] אלזא מאכט זיכער אז דיין קינד חזרט איעדן טאג עברי מיט די עצות אין פארשטאנד וואס הרב קינדערגארטן האט צאם גענומען פון זיין עקספירענס.
הצלחה
קינדערגארטן האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 5:54 pm
איך קים נישט קיין סאך ארויף,נאר אזוי ווי איך טוה אביסל אין דיע ליין, און א חבר האט מיך צוגעצייכענט דיע אשכול, און געבעטן איך זאל ענטפערן, וועל איך פראבירן צו שרייבן אביסל מיינע עקספעריענס, און אדרבה אויב איר ווייסט פון איינעם וואס האט יעצט א כתה א' קינד, קענט איר איהם איבער געבן דיע עצות, ויהי' זה שכרי.
איך וועל שרייבן באופן כללי, ס'איז אייביג דא אויסנאם פעלער, אדער גאר א שוואכע קינד, אויב איר האט סיי וועלכע קשיות וואס איר טראכט איך קען אייך בייהילפיג זיין אין א ספעציפישע פאל קענט איר פראבירן צו קומען אין אישי אויב איר ווילט, און אז איך וועל קענען וועל איך פראבירן ארויסצוהעלפן.
איך וועל שרייבן יעדע נקודה אין א באזונדערע תגובה איר זאלט קענען לייקן אדער מחולק זיין מיט יעדע נקודה באזונדער.
און ביטע אויב איר האט גענוצט סיי וועלכע געדאנק און געזעהן א שינוי לטובה, ביטע קומט ארויף איבערגעבן אדער לכה"פ אין אישי, משום אל תמנע טוב.
און נאך אידן זאלן זעהן אז עס איז ווירקזאם און עס אויספראבירן.
קינדערגארטן האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 5:55 pm
קודם לגבי די באלוינונג דארף עס נישט זיין קיין גרויסע זאכן נאר אויפן פלאץ און אפילו ענדערשער קלענערע זאכן ווי גרעסערע, פון ספוילן א קינד וועט עס נאר מאכן שווערער, ווייל אויב אין כתה א' באקומט ער א דאללער פאר יעדע קאפיטל, וועט ער אין כתה ד' דארפן פינעף דאללער פאר א משנה, און שפעטער א סעגוועי פאר די חזרה פון גמרא אין חדר וכו' ואין לדבר סוף, און עס וועט נישט העלפן קיין סאך ווייל ער גייט נאר אויסנוצן זיינע שוואכקייטן.
מ'קען איהם געבן א קלייניגקייט יעדע קינד לויט זיינע השגות, א זאך וואס איז גענוג קליין אז ער זאל באקומען עטליכע דערפון, און איהם זאגן אז פאר יעדע שורה באקומט ער איינס, און נישט ס'זאל זיין אז א טאג וואס ער זאגט יא באקומט ער יא און ווען נישט נישט, ווייל דעס וועט העלפן אז אפילו א טאג וואס ער האט נישט צופיל חשק זאל זיך איהם לוינען זיך אנצושטרענגען כאטש אביסל.
למשל א טשאקאלאד טשיפ, קאלירפול טשאקאלעד טשיפ, M&M, גאר קליינע קענדיס וואס מ'קען איהם געבן עטליכע אין איין טאג, croutons, אדער אויב מ'וויל איהם געבן עפעס אביסל גרעסער נאך עטליכע טעג זאל עס זיין עפעס וואס ער וועט זעהן די תוצאות אויפן פלאץ למשל געבן א טיקעט אדער א סטיקער און איהם זאגן אז ווען ער קומט אן צו 10 גייט ער באקומען עפעס. אבער עס דארף/זאל נישט זיין צו א גרויסע זאך די עיקר איז די ארנעקענונג, למשל אז ער וועט קענען קומען אין גראסערי זיך קלויבן א נאש פאר ריסעס אדער פאר שבת.
קינדערגארטן האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 5:56 pm
לגבי טעותים, א קינד טאר נישט הערן די ווארט אז ער האט נישט גוט געזאגט, אדער אז ער/זי האט געמאכט א טעות. ער מעג יא באקומען די מעסעדזש אז ער האט נישט גוט געזאגט אבער ער טאר עס נישט הערן דירעקט, ווייל אפילו יעצט וועט ער זיך אנשטרענגען און עס זאגן גוט, וועט ער אבער פארלירן די חשק מארגן צו וועלן זאגן, ווייל ער וויל נישט אז די טאטע זאל זעהן ווי ער קען נישט און ער וויל נישט הערן די ווערטער דו האסט געמאכט א טעות, פונקט ווי מ'זעהט ביי עלטערע קינדער אז ווען זיי קענען נישט ווילן זיי נישט לערנען ביי אבות ובנים. און ביי עברי איז עס אסאך וויכטיגער ווייל די לימוד פון קריאה קומט פון רגילות וואס אויב ער וועט נישט וועלן זאגן וועט ער נאך מער צוריק פאלן.

איז וואס יא ?, מ'דארף איהם עס זאגן מיט אנדערע ווערטער, למשל קוק נאכאמאל, אדער זאג עס נאכאמאל איך האב נישט גוט געהערט, אזוי אז ער באקומט די מעסעדזש אז ער האט נישט גוט געזאגט, אבער ער פילט נישט אז די טאטע זעהט אז ער קען נישט.

און ווען ער זאגט עס איבער קען מען איהם געבן פאזיטיב עטענטשין וואס וועט איהם געבן חשק אז מארגן זאל ער וועלן זאגן נאך, למשל, אה, יעצט האסטו אזוי גוט געזאגט, אדער איך האב געוויסט אז דו קענסט, און אויב ער זאגט א שורה אדער פעידזש אן א טעות -יעדע קינד לפי מדרגתו- זאל מען איהם זאגן אה, איך זעה אז דו קענסט זאגן א גאנצע שורה/פעידזש/שטיקל אן א טעות לאז מיך זעהן אויב די נעקסטע שורה/פעידזש/שטיקל גייסטו אויך אזוי גוט קענען.

ס'איז יא דא אמאל וואס מ'מעג גיין אביסל שטרענגער מיט א קינד, אבער דעס איז נישט א זאך וואס מ'קען זאגן אן קענען די קינד פונדערנאנט, ווייל ביי די גרעסערע פראצענט קינדער מאכט עס נאר קאליע און עס נעמט אוועק די חשק.
קינדערגארטן האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 5:57 pm
און די זעלבע זאך, כדי ער זאל נישט פארלירן די חשק פון וועלן זאגן מארגן נאכאמאל, אדער בעסער געזאגט ער זאל באקומען די חשק צו וועלן זאגן, זאל מען איהם נישט הייסן זאגן מער פון וויפל ער דערהייבט אויף אייין מאל. ס'דא קינדער וואס קענען דערהייבן 5 שורות (חלש) ס'דא וועס קענען דערהייבן 15 (בינוני) און ס'דא וואס קענען דערהייבן אסאך מער.
אפילו די מלמד שיקט אהיים מער ווי דעם צו חזר'ן פער טאג מיינט נישט אז עס דארף זיין אין איין צוה מ'מעג און אסאך מאל דארף מען עס צוטיילן און זאגן אביסל פאר נאכטמאל, אביסל נאך און אביסל אין בעט, יא ס'איז אסאך שווערער פאר די עלטערן אזוי, אבער עס מאכט גאר א גרויסע שינוי לטובה אויפן קינד.
און מ'קען זאגן פאר קינד -יעדע קינד לפי מדרגתו- אז דיע וואך גייסטו זאגן 5 שורות אויף אמאל, און נעקסטע וואך גייסטו זאגן 7 און א וואך נאכדעם 10. געווענליך ארבעט עס וואונדערליך.
קינדערגארטן האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 5:59 pm
לגבי די ספיד, הייסן א קינד זאגן שנעלער מאכט נאר ערגער!
די איינציגסטע זאך וואס העלפט פאר ספיד איז חזרה זאגן און זאגן און נאכאמאל זאגן, והא ראי' א קינד וואס קען גוט און האט שוין גענדיגט עטליכע מאל תהלים, וועט אין עוורידזש זאגן למשל (אין יעדע מוסד אנדערש) 40 ווערטער א מינוט, אין עזרת אבותינו ביים דאווענען ווי ער איז מער פרעמד וועט ער זאגן נאר 33 ווערטער א מינוט, און נאך מער פרעמד וועט ער זאגן נאך ווייניגער.
איז ווי לאנג א קינד מאכט נאך טעותים אביסל, איז אויב מ'הייסט איהם זאגן שנעלער וועט ער מאכן נאך מער טעותים, איינמאל ער מאכט שוין נישט קיין טעותים, און ער האט חשק צו זאגן, וועט עס פון זיך אליין ווערן שנעלער מיט די צייט. מ'דארף נאר זעהן ער זאל זאגן ווי מער לויט זיינע יכולת.

אמאל איז דא א קינד וואס קען גוט און ער קען ווען זאגן שנעלער, נאר ער איז פויל צו זאגן שנעלער, אדער ער זאגט מיט א געוויסע נוסח ווי אזוי ער האט זיך אנגעוואונט אבער ער קען ווען זאגן שנעלער, קען מען פראבירן איהם צו זאגן , לאז מיך זעהן אויב דו קענסט זאגן שנעלער, אדער בעסער איז אז מ'זאגט איהם לאמיך זעהן אויב דו קענסט זעהן מער לעבעדיג און מ'זאגט מיט מיט איהם א שורה צוויי אויף אביסל א שנעלערע ספיד אזוי אז ער זאל כאפן אז לעבעדיג מיינט שנעלער, ווייל אויב ער וועט הערן אז מ'וויל ער זאל זאגן שנעלער וועט ער געווענליך ווייניגער פאוקעסן אויף די כללים.
און זעהן אויב ער מאכט נישט מער גרייזן ווי פריער, אויב הייבט ער אן מאכן מער גרייזן, זאל מען איהם ווייטער לאזן אויף זיין ספיד.
קינדערגארטן
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 10, 2021 5:25 pm

Re: כתה א' - עברי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינדערגארטן »

פאר דער וואס האט געפרעגט אין אישי ווי וויכטיג ס'איז פאר א אינגל וואס קען גוט די עברי צו חזר'ן במשך די וואכן אין קאנטרי, איך וועל עס אויך ארויסשטעלן דא ברבים, זאלן נאך אידן הנאה האבן
קודם דאנק די באשעפער אז דיין זון קען גוט עברי, וייל די הארץ קען אויסגיין מיטצוהאלטן ווי א טאטע פראבירט וואס ער קען אז זיין זון זאל מצליח זיין, און ער מאכט קליינע פארשריט.

און יעצט צום ענין, כמעט יעדע אינגל וואס איז אין קאנטרי און איז נישט אין זיין געווענליכע מוסד מיט זיין מלמד וכדומה פאלט צוריק במשך די זוממער אפילו ווען ער זאגט יעדן טאג עברי, ווייל די מציאות איז אז ווען ער קומט אן אין א חדר אין קאנטרי נעמט לכה"פ צוויי דריי וואכן די מלמד זאל איהם ארויסהאבן און אז די קינד זאל מיטארבעטן מיט די מהלך פון דיע מלמד פון די זוממער, און דעס איז שוין אויב די מלמד איז איינער וואס טוט אין עברי און עס איז נישט דא מער פון 25 קינדער אין די קלאס און עס איז נישט צאמגעשטעלט קינדערגארטן אדער כתה ב' צוזאמען מיט כתה א' אין איין קלאס, ווייל אויב עס דא איינע פון די א.ד. איז ממש נישט מעגליך די מלמד זאל קענען גענוג פאוקעסן אויף די עברי, און אפילו מיט דיע אלע תנאים איז נישט אייביג די פאוקעס אויף עברי, וד"ל.

יעדע אינגל אין געווענליכע אומשטענדן דארף זיין ספיד/פליסיגקייט ווי שנעל ער זאגט ווערן שנעלער און שנעלער יעדע פאר וואכן פון זאגן תהלים, כמעט קיין איין אינגל 99.99% קומט נישט צוריק פון קאנטרי זאגנ'דיג שנעלער, די חזרה וואס די מוסד שיקט אהיים איז געמאכט פאר יעדעם, אז די חלש און די בינוני זאלן נישט פארגעסן די כללים פון עברי און נישט ווערן סטאק ביים זאגן, און אז די גוטע אינגל זאל נישט זאגן עכ"פ שטאטער ווי ער זאגט פאר די זוממער.

נישט אייביג קומט עס אן גרינג צו שלעפן א קינד וואס איז אין קאנטרי צו קומען זאגן תהלים יעדן טאג, אבער עס איז זייער וויכטיג פאר די הצלחה פון דיין קינד!
נאר אמונה
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2019 5:27 pm

Re: כתה א' - עברי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר אמונה »

זייער זייער קלאר און אמתדיג,
עס איז סתם אזוי זייער גיטע עקסערסייז פאר די מידות(פון דער טאטע)
א טאג וואס איך האב אויסגעהערט מיינע חברה עברי, גייט נישט מיין בלאד פרעשער ארויף ווען איך פארפאס א גרין לייט צוליב א פאר"חלמ"טע דרייווער.

ווען אלע ביזנעס קאנסאלטענס וואלטן אויך ארויסגעגעבן אלע זייער מהלכים אומזינסט וואלט גיט געווען.....
קען זיין אז א מלמד קען נישט צופיל דערלייגן אויב ער פארלירט זיין בוזנעס.....
קינדערגארטן
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 10, 2021 5:25 pm

Re: כתה א' - עברי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קינדערגארטן »

נאר אמונה האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 8:55 pm
זייער זייער קלאר און אמתדיג,
עס איז סתם אזוי זייער גיטע עקסערסייז פאר די מידות(פון דער טאטע)
א טאג וואס איך האב אויסגעהערט מיינע חברה עברי, גייט נישט מיין בלאד פרעשער ארויף ווען איך פארפאס א גרין לייט צוליב א פאר"חלמ"טע דרייווער.

ווען אלע ביזנעס קאנסאלטענס וואלטן אויך ארויסגעגעבן אלע זייער מהלכים אומזינסט וואלט גיט געווען.....
קען זיין אז א מלמד קען נישט צופיל דערלייגן אויב ער פארלירט זיין בוזנעס.....

אוועטאר
להחיות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4082
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
לאקאציע:ביי די גמרא

Re: כתה א' - עברי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להחיות »

נאר אמונה האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 8:55 pm
זייער זייער קלאר און אמתדיג,
עס איז סתם אזוי זייער גיטע עקסערסייז פאר די מידות(פון דער טאטע)
א טאג וואס איך האב אויסגעהערט מיינע חברה עברי, גייט נישט מיין בלאד פרעשער ארויף ווען איך פארפאס א גרין לייט צוליב א פאר"חלמ"טע דרייווער.

ווען אלע ביזנעס קאנסאלטענס וואלטן אויך ארויסגעגעבן אלע זייער מהלכים אומזינסט וואלט גיט געווען.....
קען זיין אז א מלמד קען נישט צופיל דערלייגן אויב ער פארלירט זיין בוזנעס.....
א באזונדערע לייק
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”