כ"ק מרן אדמו"ר משינאווא [מאנסי] זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 709
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

איז נישט ר' יעקב'לע זצ"ל נסתלק געווארן איבער פערצן יאר צוריק?
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
קלאנג
שר האלפיים
תגובות: 2077
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:50 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאנג »

פלוני האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 10:34 pm
איז נישט ר' יעקב'לע זצ"ל נסתלק געווארן איבער פערצן יאר צוריק?
יא
וואס שטימט נישט?
וקול התור נשמע בארצנו
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

גאליציאנע פרעזידענט האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:53 pm
שמואל כהנא האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 5:56 pm
לכאורה האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 12:19 pm
אונגארישע הייזער האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:55 am
לכאורה האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 3:11 am
דרייט זיך א וואונדערליכע מעשה מיט הצדיק רבי יענקעלע פון פשעווארסק זי"ע (ווי געהערט פון א קרוב משפחה)
מיט זיין באליבטער אייניקלדער פריש געקרוינטער שינאווער רבי הרב יוסף נפתלי וואגשאהל חתן האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א
אז דער אייניקלהאט שטענדיג זיך אפגערעדט צום זיידן אז ער קען נישט וואוינען און אנטווערפען צוליב די פריצות וואס טוט זיך דארט, און געפרעגט דעם זיידן אויב ער זאל זיך נישט ציען (צום טאטן) קיין אמעריקע
דער זיידע האט אים כסדר מדחה געווען אז נאכנישט.
די לעצטע מאל האט ער אים געזאגט וואונדערליכע רייד
וואס דארפסטו יעצט זארגן, ווען די קינדער זענען 14 איז דא אויף צו זארגן ווען דאס קינד וועט זיין פערצן יאר זאלסטוזיך ציען קיין אמעריקע.
נישט האבנדיג נאך קיין זש"ק, האט דער רבי שליט"א געזען אין די ווערטער א שטיקל הבטחה פאר דורות.
ווען זיין שוועגערין, איז ליידער אומגעקומען אין א טראגישע עקסידענט, (די טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, הרבנית שרה בריעף ע"ה)
האט דער פריש געקרוינטער רבי, אריינגענומען צו זיך אין שטוב דעם קליינעם יעקב ני"ו.(ער הייסט נאכן זיידן רבי יענקעלע)
דער טאג וואס יעקב ני"ו איז געווארן פערצן יאר אלט איז נפטר געווארן אין אמעריקע דער שינאווער רבי
כז' תמוזהיי יאר, איז די "פריש געקרוינטער רבי" שוין געווען און אמעריקא, ביים טאטן ז"ל (שהיה זקק אז לרחמי שמים)
און דער רבי שליט"א ציט זיך קיין אמעריקע בפקודת הקודש פון הסבא קדישא מפשעווארסק זי"ע איבערצונעמען דאס אדמורו"ת
נישט ממש,ווייל לכאורה איז דער לינק דער בר מצוה, און דער דאטום דארטן איז כ"ז תמוז
אליינס באמערקט נעכטן דעם בר מצוה דאטום, ויש ליישב בכמה אופנים..
איינער פון די תלמידים פון כ"ק די רבי שליט"א האט מיר געזאגט, אז כז' תמוזהיי יאר, איז שוין די "פריש געקרוינטע רבי" געווען און אמעריקא ביים טאטן זצוק"ל (שהיה זקק אז, לרחמי שמים)
עוד אופן ליישב ע"פ דברי הרה"ק מפשעווארסק אזת א מעשה איז אדער שיין (פאלש) אדער ריין (אמת'דיג)
די מעשה איז געוועהן: ווי דער - פריש געקרוינטע - רבי האט עס פארציילט(הערענדיג די דראמאטישע מעשה וואס דרייט זיך ארום)
אז ער האט זיך אפגערעדט צום זיידן, אז ער קען נישט וואוינען און אנטווערפען, צוליב די פריצות וואס טוט זיך דארט, האט ער אים גענטפערט אז וואס דארפסטו יעצט זארגן.. ווען די קינדער זענען 14, איז דא אויף צו זארגן
די נקודה האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 12:05 am
זונטאג פארטאגס י"ג תמוז7/2/23 12:05 am
בקשו רחמים עבור זקן הרבנים בדורינו הגה״צ רבי אברהם מנחם מענדל בן דינה כ״ק הגה״צ אדמו״ר מ׳שינאווא שליט״א
לעצט פארראכטן דורך yoy אום דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:19 pm, פארראכטן געווארן 5 מאל.
באלאנס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 5:58 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלאנס »

געוואלדאוונע האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 3:15 pm
היינט קומט פאר אן עצרת הספד והתעוררות בביהמ"ד שינאווא

עצרת הספד ב ראה.JPG

זכותו הגדול יגן עלינו ועכי"א.
כ"ק מרן רבינו שליט"א ביי די דברי הספד נעכטן נאכט
photo_2023-08-08_12-30-28.jpg
photo_2023-08-08_12-30-28.jpg (148.18 KiB) געזען 3290 מאל
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

באלאנס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 12:32 pm
געוואלדאוונע האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 3:15 pm
היינט קומט פאר אן עצרת הספד והתעוררות בביהמ"ד שינאווא

עצרת הספד ב ראה.JPG

זכותו הגדול יגן עלינו ועכי"א.
כ"ק מרן רבינו שליט"א ביי די דברי הספד נעכטן נאכט
photo_2023-08-08_12-30-28.jpg
אפשר קען איינער מזכה זיין אין אהער ברענגען די הספדים פון נעכטען ?
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4221
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

ביי א חופה אין די יונגע יארן.

7007.jpg
7007.jpg (30.84 KiB) געזען 2900 מאל
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4221
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

פון א תושב אנטווערפען איבער דעם נייעם רבי'ן:
viewtopic.php?p=4506658#p4506658
אוועטאר
אורח הכבוד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4472
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע:פרוזדור (עולם הזה)

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח הכבוד »

yoy האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 2:17 pm
מען וועט קיינמאל נישט פארגעסען זיין קאכעדיגע דרשה - ביים היסטארישע מעמד הנחת אבן הפינה פאר די ת"ת אין מאנסי - מיט רבינו הק' מסאטמאר זי''ע א' במדבר תשל"ט
ער איז געווען דער וואס האט ריכטוג ארפ געגעבן "דער טאָן פונעם מעמד מיט רבינו הק'" יענעם היסטארישע טאג


פון דו רעקארדיראנג וואס ר' משה שווארטץ פון מאנסי האט צושפרייט פאריאר כ"ו אב ביים ציון פון רבינו הק' און ק"י
כ''ק אדמו"ר מ'שיניאווא זצ''ל
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!


רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
צבישלום
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 3:02 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבישלום »

אורח הכבוד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 5:50 pm
yoy האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 2:17 pm
מען וועט קיינמאל נישט פארגעסען זיין קאכעדיגע דרשה - ביים היסטארישע מעמד הנחת אבן הפינה פאר די ת"ת אין מאנסי - מיט רבינו הק' מסאטמאר זי''ע א' במדבר תשל"ט
ער איז געווען דער וואס האט ריכטוג ארפ געגעבן "דער טאָן פונעם מעמד מיט רבינו הק'" יענעם היסטארישע טאג


פון דו רעקארדיראנג וואס ר' משה שווארטץ פון מאנסי האט צושפרייט פאריאר כ"ו אב ביים ציון פון רבינו הק' און ק"י
כ''ק אדמו"ר מ'שיניאווא זצ''ל
מלא חן ותמימות
צבישלום
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 3:02 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבישלום »

צבישלום האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 7:19 pm
אורח הכבוד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 5:50 pm
yoy האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 2:17 pm
מען וועט קיינמאל נישט פארגעסען זיין קאכעדיגע דרשה - ביים היסטארישע מעמד הנחת אבן הפינה פאר די ת"ת אין מאנסי - מיט רבינו הק' מסאטמאר זי''ע א' במדבר תשל"ט
ער איז געווען דער וואס האט ריכטוג ארפ געגעבן "דער טאָן פונעם מעמד מיט רבינו הק'" יענעם היסטארישע טאג


פון דו רעקארדיראנג וואס ר' משה שווארטץ פון מאנסי האט צושפרייט פאריאר כ"ו אב ביים ציון פון רבינו הק' און ק"י
כ''ק אדמו"ר מ'שיניאווא זצ''ל
מלא חן ותמימות
ריכטיגע ביטול צדיקים
Hashemschild
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 1:37 am

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hashemschild »

צבישלום האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 7:20 pm
צבישלום האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 7:19 pm
אורח הכבוד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 5:50 pm
yoy האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 2:17 pm
מען וועט קיינמאל נישט פארגעסען זיין קאכעדיגע דרשה - ביים היסטארישע מעמד הנחת אבן הפינה פאר די ת"ת אין מאנסי - מיט רבינו הק' מסאטמאר זי''ע א' במדבר תשל"ט
ער איז געווען דער וואס האט ריכטוג ארפ געגעבן "דער טאָן פונעם מעמד מיט רבינו הק'" יענעם היסטארישע טאג


פון דו רעקארדיראנג וואס ר' משה שווארטץ פון מאנסי האט צושפרייט פאריאר כ"ו אב ביים ציון פון רבינו הק' און ק"י
כ''ק אדמו"ר מ'שיניאווא זצ''ל
מלא חן ותמימות
ריכטיגע ביטול צדיקים
נראה דצ"ל ביטול לצדיקים
צבישלום
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 3:02 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבישלום »

Hashemschild האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 12:34 am
צבישלום האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 7:20 pm
צבישלום האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 7:19 pm
אורח הכבוד האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 5:50 pm
yoy האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 2:17 pm
מען וועט קיינמאל נישט פארגעסען זיין קאכעדיגע דרשה - ביים היסטארישע מעמד הנחת אבן הפינה פאר די ת"ת אין מאנסי - מיט רבינו הק' מסאטמאר זי''ע א' במדבר תשל"ט
ער איז געווען דער וואס האט ריכטוג ארפ געגעבן "דער טאָן פונעם מעמד מיט רבינו הק'" יענעם היסטארישע טאג


פון דו רעקארדיראנג וואס ר' משה שווארטץ פון מאנסי האט צושפרייט פאריאר כ"ו אב ביים ציון פון רבינו הק' און ק"י
כ''ק אדמו"ר מ'שיניאווא זצ''ל
מלא חן ותמימות
ריכטיגע ביטול צדיקים
נראה דצ"ל ביטול לצדיקים
גערעכט
צבישלום
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 3:02 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבישלום »

אדמו״ר שליט״א ביים חובת הלבבות שיעור
אטעטשמענטס
IMG_5063.jpeg
IMG_5063.jpeg (25 KiB) געזען 2302 מאל
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

.
סאטמארע אידן וועלן די קאכעדיגע דרשה פון הרה"צ משיניאווע אין מאנסי קיינמאל נישט פארגעסען מלא חן ותמימות ריכטיגע ביטול צדיקים
download/file.php?id=532152

ווייל דער שיניאווע רבי איז געווען, דער וואס האט ריכטוג ארפ געגשטעלט "דער טאָן פונעם מעמד" די זכיה וואס מען האט אז רבינו הק' מסאטמאר זי''ע איז געקומען קיין מאנסי יענעם היסטארישע טאג א' במדבר תשל"ט צים הנחת אבן הפינה

די קאכעדיגע רעקורדינג פון כ''ק אדמו"ר מ'שיניאווא זצ''ל
צושפרייט דורך ר' משה זאב שווארטץ פון מאנסי פאריאר כ"ו אב ביים ציון פון רבינו הק' און ק"י

די דרשה
מען האט מיך דא מכבד געווזען, טאקע מיט אזא מין כבוד וואס איך פיל ס'איז העכער פון מיין מדריגה ווי מען זאגט. אויך איז עס געקומען עפעס טאקע אומגערעכט, האב איך מיר אזוי געטראכט

ס'איז פארהאנען, מיר זאגן מיר, 'מדי דברי בכבודך, הומה לבי אל דודיך', נישט אלעמאל מוז מען זיין צוגעגרייט, אז אויב ס'רעדט זיך טאקע נישט אליין! אז ס'רעדט זיך נישט פון זיך, איז אפשר האט עס גארנישט דעם חשיבות, בפרט אזא מין הזדמנות, אזא זוכה, איז זיכער דארף צו זיין וואס ס'זאל זיך פון זיך אליין רעדן, איז ממילא מדי דברי בכבודך, ווען מען הייבט אפ צו רעדן, איז הומה לבי אל דודיך, הייבט אפ אינעווייניג א ברומעניש, אל דודיך, און ממילא פארשטייט זיך, ווען מען קומט אין אזא מין מצב רעדט זיך.

זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, ס'האט נישט קיין שיעור און קיין ערך! צו באגרייפן די שמחה! וואס מיר האמיר זוכה געווזען צו האבן טאקע די זכיה מקבל פנים צו זיין דעם צדיק הדור! וועלכער בצילו נחיה, די גאנצע וועלט!
וואו עס געפינט זיך א איד א שומר תורה! איז בצילו נחיה! איז ממילא איז די שמחה, יעדער (לפי גדלו,) גדול לפי גדלו וקטן לפי קטנו, יעדער וויפיל ער באזיצט שכל און פארשטאנד, איז ממילא קען ער אנשאצן אט'ע דעם טאג! דעם דערגרייכונג וואס מען איז זוכה היינט.

אבער רבותי, איין זאך דארף מען וויסן, ס'איז ידוע 'במקום גילה שם תהא רעדה' ס'איז טאקע פאר אונז א גרויסע שמחה,
אבער! ווען מען גיט זיך א טראכט אריין גוט, וואס איז דא געשען? אז דער צדיק הדור! דער זקן וקדוש! האט זיך מטריח געוועזען און געקומען צו פארן צענדליגער מייל! מזכה צו זיין, אונז דא אין מאנסי! מיר זאל מיר האבן די זכיה אים מקבל פנים צו זיין?

מען גיט זיך אבער מתבונן, מען הייבט אפ ווען צו פארשטיין דעם מצב פון רבי'ן שליט"א, ווי שווער, און ווי עס קומט אים אפ, יעדע ריר נעבעך, און יעדע טריט, ממש פון איין ברעט צום צווייטן, איז דאך מיט מסירת נפש,
און מיר האבן דאס מטריח געווען! דער רבי טוט עס בשמחה רבה

אבער סוף כל סוף טוט ער דאך דאס פאר אונז! הייסט דאך דאס מיר האבן מטריח געוועזען! דעם רבי'ן שליט"א, ער זאל זיך מטריח זיין! און קומען צו פארן אזא ווייטן וועג! מיט וויפיל מסירת נפש קומט עס אים אפ! מיט וויפיל געזונט קאסט עס אים!
איז ממילא רבותי, איז במקום גילה תהא רעדה! דארף מיר אונז וויסן אז א געוואלדיגן אחריות! האמיר אונז גענומען אויף זיך! דאס איז אחריות! וואס דארף יעדער פארשטיין וואס דא טוט זיך אן! אז מיר האבן גענומען דעם רבי'ן שליט"א און מטריח געווען! ער זאל קומען אונז מקבל פנים זיין!

עס שטייט, מה נורא המקום הזה אין זה כי אם בית אלקים, וואס איז די פשט פון דעם" דאכט זיך מיר מען קען זאגן א פשוט'ן געדאנק:
מה נורא המקום הזה, דאס טאקע, דאס מקום קדוש, ווי פארכטיג! איז דאס מקום קדוש אז ס'האט זוכה געווען צו זיין אן אכסניא טאקע צו אזא קדוש וטהור!
איז וואס מה נורא המקום הזה, דארף מען פארשטיין טאקע, מה נורא המקום הזה, וואס האט דאס געברענגט טאקע אז מיר זאל מיר זוכה זיין דער רבי זאל קומען צו אונז און טאקע אונז דא מריק זיין, משפיע זיין פון זיינע ברכות מיט אלע מיני טוב'ס..?

מיר ווייסן אז דא איז דער רבי נישט געקומען, נישט צו קיין חתונה, נישט צו קיין שבע ברכות'ן. ווען מען האט געהאט די זכי' רבותי, ווער ס'געדענקט פריער, איז דער רבי געווען טאקע, וואס האט זיך משמח געווען מיט יעדן איד'ס א שמחה, ווי א איד האט געמאכט א שמחה איז ער בכל הכוחות מיט מסירת נפש געגאנגען טאקע פריוואט, ביחידות צו יעדן אין שטוב אריין און זיך משמח געווען אויף יעדע איד'ס שמחה. וואס אסאך ווייסן, וואס האבן געהאט טאקע די זכיה, ואני בתוכם, וואס דער רבי איז געווען ביי זיי, נישט איינמאל אויף שמחות טאקע.
אבער ליידער האמיר היינט נישט, איז די מצב הבריאות ערלויבט אים דאס נישט. דער רבי פריידט זיך מיט יעדן איד'ס שמחה, ער איז משפיע פארשטייט זיך אלע מיני השפעות טובות פאר יעדן איד, אבער ליידער האמיר נישט די זכיה אז דער רבי זאל קענען אנטיילנעמען אין יעדע שמחה ביחידות.

אבער! וואס טוט יא דעם רבי'ן נעמען אז ער זאל נישט קוקן אויף זיין בריאות! און נישט קוקן אויף זיין מצב נאר מיט מסירת נפש לויפן און גיין מיט אלע כוחות! און טון כדי אז ס'זאל ארויסקומען א כבוד שמים!
דאס איז אין זה! כי אם בית אלקים! מסתמא גייט מען דא בויען א בית אלקים! שממנו תצא תורה, אויף דעם, קוקט שוין נישט דער רבי אויף גארנישט! דעמאלטס פאלט אוועק כוחות! פאלט אוועק אלע חשבונות! ס'איז נישט פארהאנען א זאך זאל אים צוריקהאלטן! אין זה אלא בית אלקים!, דאס איז דעמאלטס האט מען די זכיה ווען ס'איז נוגע א כבוד שמים, אויפצושטעלן א מקום תורה פאר השי"ת! דעמאלטס קוקט נישט דער רבי, וואס פארא כוחות, מען קוקט נישט! ער איז דא! וואו ס'איז נוגע כבוד שמים!.

איז ממילא רבותי, דארף מיר אונז פארשטיין דעם גרויסן אחריות וואס מיר האבן דעם טאג! צו די שמחה דארף מען פארשטיין וואס יעדער פון אונז דארף זיך ביישטייערן אז דער רבי זאל זיין געזונט געט אזא מין מסירת נפש! וואס ברויכן מיר אים נאך טון, אז טאקע אז ס'זאל אויסגעפירט ווערן! אט דער קידוש השם! דער בית אלקים זאל שטיין טאקע! און מיר זאל מיר זוכה זיין אז דער רבי זאל טאקע קומען מחנך זיין אויך! צו דעם חנוכת הבית, דאס פארפליכטעט אונז, דאס ווארפט אויף אונז א געוואלדיגן אחריות! אויף יעדער עקסטערע, צו שטיין מיט מסירת נפש, אנגעגאלט..! אז מען זאל זען אז..

.ויקחו לי תרומה, פרעגן זיך אסאך שטעלן זיך די קשיא, וואס איז די ויקחו לי תרומה, ס'דארף שטיין ויתנו לי, מען זאל געבן פאר מיר, וואס עפעס נעמען פאר מיר?
נאר וואסזשע דען, דאכט זיך מיר בפשטות איז עס א פשוט'ע הסבר דער ויקחו לי תרומה. לאמיר אונז פארשטיין, איך וויל נישט מאריך זיין

לאמיר זען, השי"ת האט געזאגט פאר אידן, מען גייט בויען א בית המקדש און יעדער זאל ברענגען דארט כסף וזהב ונחושת, תכלת וארגמן, וואס מען האט דארט זאל מען ברענגען.
וואס האט מען אונז געגעבן פאר דעם כסף וזהב, וואס האמיר אונז זוכה געווען?
א מקום המקדש, א משכן מיט השראת השכינה מיט קרבנות ערב ובוקר, מיט א קטורת, מיט א כהן גדול לפני ולפנים, וואס האט דען [אפילו נישט] א שיעור און אן ערך צו וואס מען האט זוכה געווען!

שטעלט זיך [א קשא] וועט מען איינעם פרעגן: דו האסט עפעס באצאלט? האסט עפעס געגעבן דערפאר?
נו וואס וועט ער ענטפערן, ער האט געגעבן דארט דעם כסף, טויזנט דאלאר צי פינף טויזנט צי צען טויזנט דאלאר, האט דאס אן ערך? האט דאס עפעס א שאצונג? קייגען דעם וואס ער האט געקריגן?
קען מען דאס קויפן פאר געלט! און פאר זהב און קען מען דאס קויפן? אז פאר כסף און פאר זהב האט ער געקריגן א משכן? א מקום השראת השכינה וואס האט נישט קיין שיעור און קיין ערך, קען מען דאס מדמה זיין אז דו האסט געגעבן?

קען מען וועט איינעם פרעגן, דו האסט געגעבן פאר די משכן צושטייער? אז ס'זאל זיין א משכן? עט אים אנכאפן א חרפה און א בושה! איך האב געגעבן? איך האב געהאט די זכיה! אז מען האט פון מיר גענומען! אז איך האב א חלק! אין דעם מקום המקדש! אין דעם משכן הקדוש! אז איך האב די זכיה! צו זיין איינע פון די וואס האבן א חלק אין די משכן! אזוי וועט ער ענטפערן.

ס'וועט זיך קיינער נישט ערוואגן צו זאגן: איך האב געגעבן צו דעם מקדש האב איך געגעבן צו שטייער! א חרפה און א בושה וואלט עס-געווען! דו האסט געגעבן צושטייער פאר דעם כסף וזהב וואס דו האסט געגעבן? פאר דעם האט מען זוכה געווען צו די משכן? ס'איז געווען א זכיה! וואס דער אייבערשטער האט געטון פאר אידן אז אידן זאלן האבן א חלק, אט אין דעם מקום המקדש אין דעם משכן.

ווען האבן דאס אידן זוכה געווען? דאס איז טאקע בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע, ווען אידן האבן מקבל געווען זיך די תורה, און זיי האבן זיך מקבל געווען טאקע עול מלכות שמים, האבן זיי דעמאלטס אין די געוואלדיגע מעמד הנבחר, וואס איז געווען פסקה זוהמתן, ווען זיי זענען געווען אזוי הויך! האבן זיי זוכה געווען דעמאלטס אז ויקחו לי תרומה! אז מען זאל פון דיר נעמען טאקע תרומה. דאס איז געווען די געוואלדיגע זכיה אז מען האט גענומען פון אים.
פאר דעם דאכט זיך מיר, איז זייער מוסבר די פסוק, ווייל דער אייבערשטער זאגט בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי, לאזן זיי מאכן נעמען, לאמיר פון זיי נעמען תרומה, זיי זענען ווערד.. אז מען זאל נעמען תרומה!

רבותי, ס'איז ביי מיר קלאר! און פשוט! אז יעדער.. זאל וויסן! מען האט דעם רבי'ן קיינמאל נישט געגעבן! מען האט נאר גענומען! ווי לאנג אונז געפין מיר זיך דא אין אמעריקע! האט קיינער נישט געגעבן פאר'ן רבי'ן!
מיר האבן געהאט די זכיה! אז דער רבי.. האט ביי אונז גענומען געלט! דאס אונזער איינס פון די גרויסע זכיות! וואס מיר קענען זיך דערמיט האלטן גרויס'ן.. אז דער רבי האט ביי אונז גענומען טאקע! דאס איז די ויקחו.

ווייל לאמיר פארשטיין, מיר ווייסן וואס דא האט זיך אנגעטון מיט די פריערדיגע זמנים, איידער טאקע דער רבי זאל זיין געזונט איז געקומען קיין אמעריקע, ס'איז געווען אידן וואס האבן געלערנט און זיי האבן געהאנדלט, זיי זענען געווען גבירים אדירים און ר"ל, מיט דעם געלט און מיט דעם אלעמען איז עס געגאנגען לטמיון, ס'איז נישט געווען קיין דורות, ס'איז נישט געווען, ס'איז נישט געווען וואס צו טון מיט'ן געלט, וואס איז געווארן מיט דעם געלט? ס'איז גארנישט נעבעך געווארן..

דער רבי האט אונז געגעבן דעם משכן! דעם מקום השראת השכינה! אז אידן זאלן זיך קענען דערהאלטן! אז מיר זאל מיר בלייבן דעם עם ה'! אז דער נצחיה..! דאס האט אונז דער רבי געגעבן! האבן מיר באצאלט דעם רבי'ן פאר דעם?
קען עמיצער אייך זאגן! איך האב עפעס געגעבן? איך האב באצאלט? קיינער! קען זיך דאס נישט ערוואגן..! ס'האט נישט ..מער קיינער, נאר יעדער האט גענומען! און ער נעמט!
און דער אייבערשטער זאל העלפן, אונז זאל מיר האלטן אין איין נעמען פון רבי'ן טאקע, ביז משיח עט קומען.

עכ"פ היוצא לנו מזה רבותי.. ס'איז יעצט דער זמן וואס האמיר געהאט די זכיה! וואס האמיר די זכיה מקבל פנים צו זיין! דארף יעדע איד צו וויסן! אז ער זאל שטיין און נעמען.. יעצט! ס'איז א זמן פון נעמען!
און וואס מער מען האט א חלק אין דעם נדבת המשכן אין דעם בית אלקים, מער האט ער די זכיה טאקע, טאקע צו נעמען טאקע פון רבי'ן, און דאס נעמען קומט צו מיט כל השפעות טובות, און וואס א איד געט אראפ פון זיין פארמעגן צו דעם בית אלקים וואס דער רבי איז מייסד, דאס נעמט ער ברוחניות ובגשמיות.

און דער אייבערשטער זאל טאקע העלפן טאקע, אז ס'קומט טאקע קבלת התורה, איז וועל מיר..אונז אנהייבן..מיט די זייט, אז ס'איז ויקחו לי תרומה, וועל מיר קענען זוכה זיין צו דעם נעשה ונשמע, און דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאל מיר זוכה זיין צו קבלת התורה, מיט'ן רבי'ן צוזאמען, און מיר זאל מיר זוכה זיין אקייגן צו גיין, ביאת גואל עד ביאת ..
באלאנס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 5:58 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלאנס »

יעצט נאכמיטאג איז פארגעקומען אן הערליכע מסיבת לחיים לכבודו פונעם רבי'ן שליט"א איידער די רבי לאזט זיך ארויס אויף א קארצער באזוך קיין אנטווערפן, ווי די רבי האט משמיע געווען מורא'דיגע דברי פרידה.

אויב איינער האט בילדער ביטע אריין שיקן, א דאנק
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

די בלאט דיע וואך א באשרייבונג איבערן רבין זצ"ל
א שבת ביים רבין
קדוש ונורא
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:58 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדוש ונורא »

Screenshot 2023-08-09 150447.jpg
Screenshot 2023-08-09 150447.jpg (88.83 KiB) געזען 1804 מאל
בעסטע בחור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 3:45 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע בחור »

קדוש ונורא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 4:55 pm
די בלאט דיע וואך א באשרייבונג איבערן רבין זצ"ל
א שבת ביים רבין
https://www.dropbox.com/scl/fi/z0lq7uuu ... icwbm3zir7
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

סיפורים הפלא ופלא ממשנתו פון כ"ק אדמו"ר הגה"צ חו"פ דער שינאווער רבי זצוק"ל
אין דער בלאַט אוצר פרייטאג פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב תשפ"ג
א שבת ביים רבי'ן פון שמואל שלמה טעללער, אריינפיר:
שטייענדיג ביי די 45'סטע יארצייט פון אבינו רועינו מרן רבינו הק' מסאטמאר זי"ע ועכי"א, שפירט נאך דאס יהדות החרדית אין ניו יארק דער גרויסער חלל וואס האט זיך געשאפן אין די לעצטע טעג ווען עס איז ליידער אוועק גענומען געווארן איינער פון די סאמע שענסטע און גרעסטע סאטמארער חסידים, ה"ה כקש"ת הגה"צ רבי אברהם מנחם מענדל ב"ר אלטר יעקב יצחק זצוק"ל דער שינאווער רבי פון מאנסי.
כל ימיו אשר חי' האט ער געברענט און געקאכט מיט'ן פייער פון צדיקים הקודמים, ער האט איינגעפלאנצט אין מאנסי דער פייער פון צאנז, שינאווא, קאלאשיץ, וואס דאס איז געקומען אינאיינעם מיט'ן פייער און ברען וואס ער האט גענומען פונדערהיים, און ער האט דאס אלעס מקשר
געווען אין מרן רבינו הק' מסאטמאר זי"ע, מיט וועמען ער האט ממש געלעבט און געאטעמט עד יומו האחרון.
כהיום הזה, שטייענדיג אין די ימי האבל והבכי נאך דעם גרויסן צדיק וחסיד, אן אבידה שאין לה תמורה, וואס קומט אויס ממש אין די טעג בעפאר דעם גרויסן טאג כ"ו מנחם אב, יומא דהילולא קדישא איז הזמן גרמא פאר התבוננות אין דעם משמעות פון אונזער קשר מיט אונזער הייליגן רבי'ן.
משמי' קא זכי לן אין די סאמע לעצטע תקופה מימי חייו פונעם שינאווער רבי'ן צו קענען עקסטער נהנה זיין מאורו הזך והבהיר, און פארצייכענען הונדערטער ענינים, שיחות וסיפורי קודש, וואס ער האט אלע יארן דערציילט און משפיע געווען פאר ווער עס האט נאר געוואלט הערן.
דער שינאווער רבי ז"ל איז געווען א געוואלדיגער משפיע.
אמת, ער איז געזעצן אין זיינע ד' אמות, ער איז געווען פארמאכט אין זיין אייגן בית המדרש'ל, אבער, זיין לעכטיגער קוואל איז געווען אפן, ער האט געגאסן.. ער האט כסדר משפיע געווען פון זיין ריזיגן אוצר. דארט אין שינאווער בית המדרש אויף נשר קט. אין מאנסי איז ער כסדר געווען אפן פארן ציבור, כנשר יעיר קינו על גוזליו ירחף, אפן פאר כלל ישראל, אפן לכל דורש ומבקש.
זאל דאס זיין טעגליך נאך שחרית אויב עס איז געווען גרייט א 'לחיים' ביי א יארצייט פון א צדיק, אדער ביים חובת הלבבות שיעור נאך מנחה מעריב. ווידער יעדן פרייטאג צונאכטס ביים 'גוט שבת זאגן', אדער 'מוצאי שב"ק' ביי מלוה מלכה. כל הדורש ומבקש את ה', יבא אל האוהל, ווער ס'איז
נאר געווען א 'בא אל האוהל' איז געווארן אנגעשטעקט פון דעם הייליגן לעכטיגן פארצייטישן אוצר וואס דער שינאווער רבי האט משפיע געווען כסדר, כסדר.
עס איז געווען כמעט אוממעגליך אריינצוקומען אין שינאווער ביהמ"ד בשעת ווען "דער רבי האט דערציילט"... און נישט ווערן מיטגעשלעפט מיט די אטמאספערע.. דער כח המושך האט געצויגן.. געצויגן.. געצויגן ארויס פון מאנסי, ארויס פון ניו יארק.. ארויס פון ..2023 און אריין אין דער אלטער חסיד'ישער פוילן און גאליציע..
יא יא, יעדער שינאווער מתפלל, יעדער וואס האט אביסעלע געאטעמט די לופט וואס דער רבי האט משפיע געווען, וועט קענען דעם "בבואו מאדום פון רבי חנה הערש"... – עס איז דער באקאנטער סאטמארער 'בבואו מאדום' מיט'ן נוסח פונעם הייליגן רבי'ן רבי הערש, אבער נאכ'ן הערן פונעם שינאווער רבי ווי אזוי רבי חנה הערש האט דאס געזינגען האט דאס געמאכט א 'חובת הלבבות לאך אין הארץ אריין'.
גענוי אזוי האט דער שינאווער רבי געבויערט לעכער.. ער האט גערעדט, געשמועסט, דערציילט, אבער ער האט געמאכט לעכער אין זוהמת אמעריקע, און געשפריצט דער גאנצער אמאל אריין אינעם ווילדן ניו יארקער טאג טעגליכער לעבן.
שטייענדיג בימי אבלו של רבי, צוגייענדיג צו די יומא דהילולא קדישא פון מרן רביה"ק זי"ע, האבן מיר אפיר גענומען 'לעבעדיג' אונזערע טאג-בוך נאטיצן פון א "שינאווער מלוה מלכה" גענוי איין יאר צוריק, א מלוה מלכה מוצש"ק פרשת עקב תשפ"ב לפ"ק, בעפאר די הילולא קדישא )כמובן מיט קליינליכע הוספות והערות( וואס זאל געבן אן עטוואסע בילד פון א התקשרות פון א 'תלמיד לרבו', און אן אופן ווי אופן דער קשר איז געווען.
בעצם, קען מען פון דעם לערנען אויך ווי דער שינאווער רבי ז"ל האט 'אפגעלערנט' א מעשה, יעדעס ווארט פונעם רבי'ן, יעדע שיג ושיח איז געווען א 'ספר מוסר' און ער האט דאס טיף טיף אויסגעלערנט ממש ווי א 'שיעור עיון'.
מיר זענען מעתיק די רשימות פון די מלוה מלכה כמעט ארגינעל, אז עס זאל זיך עטוואס לאזן פארשטיין די הרגשים, און די אטמאספערע אין ביהמ"ד, אז מ'זאל קענען אפשר פארשטיין וואס מיר האבן נאך געהאט די זכי' ביז די סאמע לעצטע וואכן. מוצש"ק עקב תשפ"ב – בביהמ"ד שינאווא מאנסי
א מבין אויף א תורה
(הגענו כבר באמצע המל"מ, הרבי שליט"א חוזר על מעשה ששמע מהגה"צ ר' עמרם טויב זצ"ל אב"ד באלטימאר)
הרבי: .. "ראה, זע, איי, כ'זע דאך נישט, קוק גוט וועסטו זען". נאכאמאל.. ראה, זע, כ'זע דאך נישט, קוק גוט וועסטו זען..
אזוי האט ער מיר פארציילט: דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, און געוויזן מיט די פינגער אויפ'ן טיש: "פלא והפלא, בדור הזה זאל נאך זיין א איד וואס זאל קענען זאגן אזעלכע תורות"... דער רבי איז געווען א מבין אויף די תורה, אונז ווייסן דען צו מפליא זיין די תורה?!
(להבנת הדברים נעתיק פה המעשה בשלימות: עס דערציילט כ"ק אדמו"ר משינאווא זצ"ל: הגה"צ רבי עמרם טויב זצ"ל האט מיר דערציילט, ער איז געווען א תלמיד פון רבי'ן אינדערהיים. אז אינדערהיים ווען דער רבי פלעגט אוועק פארן אויף שבת פלעגט ער מעודד זיין די בחורים אז זיי זאלן
גיין צו אנדערע צדיקים.
איינמאל ווען ער איז אוועק געפארן אויף שב"ק פר' ראה האט ער געשיקט די בחורים צו עטליכע רבי'ס, צווישן זיי הגה"ק רבי אברהם שלום מסטראפקוב ז"ל, און הגה"ק בעל אהבת ישראל מ'וויזשניץ ז"ל. ווען דער רבי איז אהיימגעקומען האט ער אויסגעפרעגט די בחורים אלע פרטים וויאזוי אלעס איז צוגעגאנגען. ווען דער רבי האט אים געפרעגט וויאזוי עס איז געווען ביים סטראפקובער רב, האט ער זיך ארויסגעדרייט, ווי צו זאגן אז עס איז נישט געווען עפעס ספעציעל, ער האט דאך געהאט גאר א באהאלטענע עבודה.
אבער דער רבי האט איבערגעפרעגט ווילנדיג וויסן וואס ער האט געזאגט ביי די תורה. האט ער בלית ברירה געזאגט אזוי שעמענדיג אז ער האט געטייטש אזוי "ראה אנכי, קוק וועסטו זען, איי דו זעסט נישט, ראה אנכי, קוק בעסער וועסטו זען, איי דו זעסט נאך אלץ נישט, ראה אנכי, קוק נאך
בעסער וועסטו זען".
ווי נאר דער רבי האט דאס געהערט איז ער ממש געווארן בלאס ווען ער האט דאס געהערט האט ער זיך אויפגעשטעלט און זיך אנגעלאנט מיט די הענט און דיקע פינגער אויפ'ן טיש און געזאגט "אזוי האט ער געזאגט? אזוי האט ער געזאגט? א פלא אז בדורינו איז נאך דא א איד וואס קען זאגן
אזא תורה". ויהי לפלא. (הרה"ג ר' איתמר טובי' שווארץ ר"מ בישיבה אבנ"צ קר"י: ביים שיעור)
חובת הלבבות סיפר הרבי א מעשה מיט די וויין, אז מ'דארף האבן בטחון..
בטחון אפילו מ'האט אין טאש
הרבי: יא, די מעשה איז געווען, פרייטאג צונאכטס ביים רבי'נס טיש איז געווען פלעשלעך וויין אויפן טיש.
דער גבאי ר' פייביש אשכנזי זכרונו לברכה האט געטיילט וויין פארן עולם, עס איז געקומען צום לעצטן פלעשל, און דער רבי האט אים געזאגט אז מ'דארף נאך האבן וויין צום בענטשן, האט ער געזאגט 'רבי, איך האב בטחון'... אז מ'דארף האבן בטחון אז עס וועט זיין גענוג צום בענטשן. ער האט אויסגעטיילט אלעס.
נו, עס איז געקומען צום בענטשן האט ער ארויסגענומען פון טאש נאך א פלעשל וואס ער האט זיך געהאט אוועק געלייגט פון פריער. זאגט דער רבי "יא, אז מ'האט אוועק געלייגט אין טאש איז לייכט צו האבן בטחון".. זעט אויס פון דעם דער לימוד אז "אפילו מ'האט אין די טאש דארף מען
אויך האבן בטחון". דאס איז דער פשט פון דעם, אז האבן אין די טאש איז נאך גארנישט, מ'דארף נאך אלס האבן בטחון. יא.
דעם רבי'נס דאווענען.
(הרבי מתלהב בדברו מרביה"ק זי"ע): דער רבי זכותו יגן עלינו.
דורות.. דורות קאן מען זאגן (איז נישט געווען) אזא כולל גברא, אלעס, תורה, תורה, תפילה.
די תפילות זיינע, כ'געדענק כ'בין געקומען אויף שבת, דער רבי האט געדאווענט מנחה, האט ער געדאווענט מיט זיין נוסח 'מגן אברהם'. ווייטער אזוי, אזוי יעדע ברכה, 'מחיה המתים'. 'הרוצה בתשובה'. מיט'ן זעלבן ברען.
האב איך אלעמאל געזאגט, אז ווען מ'מעג פארן שבת וואלט איך אהיימגעפארן נאך מנחה.. ער האט צונומען מיט'ן מנחה, כ'געדענק נישט מער, ער האט אזויפיל צונומען מיט דעם איינעם מנחה. נאר, מ'מעג דאך נישט פארן אין שבת, כ'האב געמוזט בלייבן אויף שבת.
רבי יענקעלע ז"ל (מפשעווארסק) פלעגט זאגן, ער האט שוין געהערט דעם רבי'נס מנחה, דער 'מגן אברהם'. איז טאקע געווען שטארק, אויך 'מחיה המתים'. 'הרוצה בתשובה'. אבער דאס אז דער 'המברך את עמו ישראל בשלום' זאל זיין מיט'ן זעלבן דבקות ווי דער 'מגן אברהם', דאס האב איך
נאכנישט געזען". ער (רבי יענקעלע) האט געזען אסאך צדיקים.
ביי א לעכטיגן איד איז לעכטיג
עס איז אמאל געווען א חתונה פון ציעשנובער רב, הגה"צ רבי יחזקאל'ע (חתן מרן הגה"ק העצי חיים זלה"ה), ער איז געווען א זון פון אלטן ציעשנובער רב ז"ל, (שמחה ישכר בער ז"ל בעל דברי שמחה) אבער ער איז שוין נישט געווען ביי די חתונה (כי נסתלק מקודם, כ' טבת תרפ"ד), ממילא ביי די חתונה איז זיך צוזאמען געקומען כל בית שינאווא, א חתן א יתום. שוין.
נאכ'ן טיש האט מען געמאכט א פירות טיש, יעדער רבי האט געמאכט עקסטער, רבי שלום אליעזר (מראצפערט זלה"ה) איז דארט געווען, דער באבובער רב, און נאך, יעדער האט זיך געהאט זיין עולם וואס איז אריינגעגאנגען.
פאר'ן קאלאשיצער רב האט מען אויך געמאכט א שטיבל, אבער אזוי ווי דער רבי ז"ל איז אריין, האט דער קאלאשיצער רב איבערגעלאזט זיין עולם, און ער האט זיך געגעבן א שטופ אריין צום רבי'ן, האט מען זיך דארט אזוי געשטופט, און עס איז אראפגעפאלן א לעכט און עס איז געווארן טונקל, ס'איז דאך נישט געווען קיין לעקטער דארט, האט מען געוואלט רופן א גוי ער זאל אנצינדן די לעכט, אבער דער קאלאשיצער רב האט געזאגט "מ'דארף נישט, ביי א לעכטיגן איד איז לעכטיג". אזוי האט שוין קיינער נישט געוואלט זאגן אנדערש.
וועסט זאגט אז ער איז נישט קיין לעכטיגער איד?! ער האט זיי געבינדן די הענט.. "ביי א לעכטיגן איד איז לעכטיג".
א איד וואס 'שכינתא בגלותא' טוט אים וויי
אין צאנז האט געוואוינט – אויך אין סאטמאר – אונזער'ס א פעטער, הגה"צ רבי חנה הערש רובין, אפשר האט עטס געהערט פון אים – אויכעט א פלאם פייער, א שינאווער אייניקל, א קאזין מיט'ן קאלאשיצער רב, די מוטער איז געווען א טאכטער פון זיידן רבי נפתלי ווישניצער, אן איידעם ביים
שינאווער רב.
רבי חנה הערש איז געזעצן תשעה באב, א גאנצן טאג, פון אינדערפרי ביז ביינאכט, א גאנצן טאג, 'בוכע טרערן' )א גאליציאנער אויסדרוק אויף א קוואל טרערן( האט זיך געגאסן פון אים, ווי פון א קוואל.
דער טאטע ז"ל האט דאס באוואונדערט, מילא א שעה, צוויי, דריי, אבער א גאנצן טאג?!
האט ער געטראפן דעם קאלאשיצער רב, האט ער אים געזאגט "כ'האב געזען רבי חנה הערש אנפירן, אבער דאס פארשטיי איך נישט: 'א גאנצן טאג אזוי וויינען'?!
זאגט ער אים "דאס איז אייך א חידוש? א איד וואס שכינתא בגלותא טוט אים וויי, איז בכלל א חידוש?!".
רבי חנה הערש איז געווען.. כאָ כאָ כאָ .. (מיט א קמץ, נוסח גאליציע)
ער האט געזאגט רבי יושע'לע פשעמיש (ז"ל), א קאלאשיצער חסיד, עס פלעגט זיין ווען רבי חנה הערש האט געזאגט "בבואו מאדום" ביי שלש סעודות, ער איז געווען א הייזעריגער, האט ער געזינגען (הרבי מאכט נאך די הייזעריגע קול) "בבואו מאדום חמוץ בגדים"... און דער עולם האט געזינגען "איי איי איי" אזוי פיר מאל האט ער איבערגעזינגען די ווערטער.
בבואו מאדום פון רבי חנה הערש
פלעגט ער זאגן רבי יושע'לע פשעמיש – א טייערער איד געווען – אז יעדעס מאל וואס רבי חנה הערש האט איבערגעזאגט די ווערטער, איז געווען ווי א 'שרויפן ציער' וואס וויל ארויסציען דאס שטיקל האלץ פונעם פלאש
וויין, ער האט אריינגעדרייט טיפער און טיפער, און נאכדעם גיט מען דאס א צי ארויס, אזוי האט ער געעפנט דאס הארץ פון אידישע קינדער.
יא.. רבי חנה הערש, איז געווען ביי אונז שבת, ער איז אריינגעקומען שבת נאכמיטאג, קיינער איז נאכנישט געווען אין ביהמ"ד – ביי אונז איז געווען א ביהמ"ד אינדערהיים, אזוי שינאווער חסידים, עלטערע אידן – איז ער געקומען נאכמיטאג, און ער האט אנגעהויבן צו זינגען א ניגון דארטן, ער האט געזינגען צוויי שעה, ער איז געווארן נאס) מרוב זיעה של עבודתו הק'(.אינטערעסאנט, ער איז אריינגעקומען צו די מאמע – ער איז מיר געווען א פעטער – ער וויל איבערטון דאס העמד, ער האט מורא פאר סחיטה.
מ'האט אים געגעבן אן אנדער העמד, ער איז ווייטער געגאנגען זינגען, ביז ווען עס זענען געקומען אידן. ס'זענען געקומען אידן שוין צו שלש סעודות.
בשובי את שבותיכם, לעיניכם
אוי, געוואלד און געשריגן.
"בשובי את שבותיכם, לעיניכם אמר ה'", ווען דער אייבערשטער וועט העלפן, עס וועט זיין די צייט פון די גאולה, וועט מען פארשטיין די סיבה פון אלע צרות, די אלע קדושים נעבעך, מ'פארשטייט דאס נישט, אזוי פשטות פארשטייט מען דאס דאך נישט.
אזוי טייטשן צדיקים: בשובי את שבותיכם, וועט עטס פארשטיין אז אלעס איז געווען בהשגחה, עס איז נישט געווען חלילה קיין.. ער (רבי חנה הערש)האט געוואוינט אין סאטמאר, ער איז געווען מיטן רבי'ן זעער זעער נאנט, נאכדעם האט ער זיך געצויגן קיין צאנז, פאר די מלחמה.
אה, יא, נאך די קריג האט מען געהערט אז "דער סאטמארער" איז געבליבן, ווען ער האט געוואוינט אין צאנז אין גאליציען, האט מען אים גערופן "דער סאטמארער", האט מען געשמועסט דער עולם אז ער רבי חנה הערש איז געבליבן. אבער דער טאטע מיינס האט געזאגט, איך האב מורא אז דאס מיינט נישט רבי חנה הערש, נאר רבי יואל (דהיינו רבינו), מ'האט אים דעמאלטס אזוי גערופן אויפ'ן נאמען. ער האט שוין געוואוסט פון אים צו זאגן, אבער דער עולם אזוי אין גאליציען האט ווייניג געוואוסט פונעם רבי'ן.
"מסכת רבי זכרונו לברכה"
הרבי מברך: ברוך אתה.. בורא פרי הגפן. איי, אוי געוואלד און געשריגן.
אה, דער הייליגער רבי.. וואס זאל מען זאגן.. ווי זאגן זיי, רבי משה לעלוב'ער איז געפארן קיין ארץ ישראל, האט ער זיך געזעגנט מיט'ן פשעדבארזשער (הה"ק רבי ישעי'לע), ער האט געזאגט "עס איז געווען א מסכת רבי דוד'ל לעלובער, ער האט זיך אויסגעארבעט אז די רבי'ס האבן אים נישט געקענט"... "איך זאג אייך, עס איז געווען א מסכת משה לעלובער, עטס האט אים נישט געקענט און עטס וועטס אים נישט קענען עד ביאת הגואל, זייט מיר געזונט".
כ'מיין אונז קאנען דאס זאגן אויפן רבי'ן: עטס האטס אים נישט געקענט, און מ'וועט אים נישט קענען עד ביאת הגואל.. עמוק, עמוק, עמוק, עמוק, א גאון בכל הענינים. אין יעדע זאך איז ער געווען א גאון ממש. אין תורה.. רבי משה פיינשטיין מיט רבי יעקב(קאמינעצקי), די אלע ליטווישע, האבן געוואוסט אז דער סאטמארער רבי האט געזאגט א פסק איז יא.
מילא אין צדקות איז דאך אפגערעדט, עס זענען געווען אמאל אפאר ליטווישע אינגעלייט, זיי האבן באדארפט אסאך געלט פאר א דבר מצוה, זענען זיי אריינגעגאנגען צו רבי משה מיט רבי יעקב פרעגן וואס מ'טוט? זאגט ער "גייטס צום סאטמאר רב", זאגן זיי "מיר זענען ליטווישע", זאגן
זיי "גייט צו אים".
זענען זיי אריין צום רבי'ן, און דער רבי פרעגט זיי וויפיל זיי דארפן האבן, זאגן זיי דעם סכום, א גרויסע בעטראג, זאגט דער רבי "קומט אריין ביז 2-3 טעג", זיי זענען אריינגעקומען, עס איז געווען גרייט דאס פעקל געלט.. ביים רבי'ן איז נישט געווען קיין חילוק, ליטווישע.
פארן קיין ארץ ישראל
דער גוטער איד פון ניישטאט, רבי יאסעלע ניישטעטער האט דאך געוואלט ארויפגיין קיין ארץ ישראל. אמאל אז א איד האט געוואלט ארויפגיין קיין ארץ ישראל איז ער געגאנגען צו א רבי'ן וואס האט אים גוט אדורכגעקוקט, ער האט שוין געהאט צער גידול בנים, ער האט שוין חתונה געמאכט די קינדער, האט ער שוין געקענט האבן א שטיקל הכנה צו קענען פארן קיין ארץ ישראל.
איז ער געגאנגען צום צאנזער רב און געזאגט אז ער וויל פארן קיין ארץ ישראל, האט דער צאנזער רב געזאגט "ניין, ער זאל נישט פארן".
זאגט ער "רבי משה לעלובער איז דאך געפארן".
זאגט דער צאנזער רב "הא הא, רבי משה לעלובער, צוויי יאר איידער ער איז געפארן איז ער שוין נישט געווען אויף דעם עולם". היינט נעמט מען א טיקעט און מען פארט.. און די שאלה איז צי מ'איז דארט.. דער רבי זכרונו לברכה האט דאך געזאגט, ער האט געזאגט, נעבעך די אלע וואס מ'פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, א רצועה יוצאת, א רצועה של ארץ העמים.
מקנא זיין קלארן קאפ
דער הייליגער רבי זי“ע, ער איז געווען א כרכא דכולא בי‘, תורה, יראת שמים, חכמה תפילה, אלעס האט מען געזען ביי דעם איד.. ס‘האט געצויגן..
ס‘איז געווען דער ראש ישיבה, הגאון רבי ראובן גראזאווסקי ז“ל אין ביהמ“ד עליון, ער איז געווען א תלמיד חכם. ער האט דארט געהאט תלמידים אין ביהמ“ד עליון, חסיד‘ישע בחורים, האט ער געוואלט אמאל זען וואס הייסט א חסיד‘ישער רבי, ער האט נישט געוואוסט וואס דאס הייסט ’א חסיד‘ישער רבי‘.
איז ער אריינגעגאנגען אמאל צום רבי‘ן, נו, האט ער דאך געהאט פארשידענע קשיות אין לערנען, האט ער דאס איבערגעשמועסט מיט‘ן רבי‘ן, און דער רבי האט אים אלעס מפרש געווען און מבאר געווען.
חיזוק פאר'ן גיין מיט א שפיצל
ש: ווען האט דער רבי ז"ל געגעבן חיזוק פאר די מאמע עלי' השלום פאר'ן גיין מיט'ן צניעות'דיגן שפיצל בימים ההם?
הרבי: ווען מיר זענען געקומען אהער נאך די מלחמה, ווען מיר זענען באפרייט געווארן פון סיביר זענען מיר אנגעקומען קיין לאדזש, און מיר האבן מיטגעמאכט נאך עטליכע סטאנציעס ביז מיר זענען אנגעקומען קיין אנטווערפן. פון דארט אויפ'ן וועג קיין אמעריקע האט זיך די שיף געשטעלט אויף א קורצע צייט אין לאנדאן.
מיין מאמע די לאנצוטער רביצין ע"ה איז דאך געווען זייער דבוק צו צדיקים, האט זי אונז גענומען נעמען א ברכה צום שאצער זיידן אין לאנדאן. מיך מיט מיין יונגסטער ברודער להבחל"ח רבי יושע'לע ז"ל (הרב מ'לאנצוט). מיר זענען נאך ביידע געווען בחורימ'לעך.
מיין מאמע די רביצין ע"ה האט זיך אזוי באקלאגט פאר'ן שאצער רבי'ן וועגן דעם לבוש, אז זי מוטשעט זיך מיט שידוכים פאר די קינדער, זי איז געגאנגען מיט א 'שפיצל', און זי האט געוואלט נאר שידוכים מיט א שפיצל – אין יענע יארן ווער איז דען געגאנגען מיט'ן שפיצל?! מ'האט דאס גערופן 'לאנצוטער שמאטעס'... – עס איז דאך געווען דעמאלטס שווער מיט שידוכים, ווער האט דען געוואלט נעמען א שפיצל? אין יענע יארן ווער עס איז געזיצן אין א סוכה האט מען געזאגט אז ער איז א סאטמארער.. אבער א שפיצל איז ניטאמאל געווען אין סאטמאר, כמעט קיינער איז נישט אזוי געגאנגען, און אז די מאמע האט זיך גע'עקשנ'ט דערויף איז זי געווען ממש פון די איינציגסטע, האט מען דאס גערופן 'לאנצוטער שמאטעס'... עס איז געווען זייער שווער מיט שידוכים פאר א שפיצל. האט איר דער שאצער זיידע אזוי אויסגערעדט "מאכט אייך נישט, מאכט אייך נישט, א בעל הבית איז אזוי ווי דער שטן, יורד ומקטרג ועולה ומשטין דא זאגט ער, אויב דער רב פירט זיך אויף ווי מ'דארף, ער גייט אנגעטון אזוי חסיד'יש, זאגט ער 'הערט מיך אויס, היינט דארף מען זיך אביסל צופוצן, מ'קען נישט גיין אזוי מיט'ן 'שפיצל', און מ'דארף א שניפסל'. און דער רב פאלגט אים, שוין, און ער מאכט פון אים אזוי ווי ער האט געוואלט. נאכדעם קומט ער צו גיין און ער נעמט זיך קריטיקירן 'אזוי דארף צו גיין א רב?'. א רב דארף צו גיין אנגעטון חסיד'יש'... האט דער שאצער רבי געזאגט "עולה ומשטין ויורד ומקטרג, מאכט אייך נישט צו טון פון קיינעם". יא.. זי האט געהאט מסירות נפש.. און זי האט ב"ה געטון שיינע שידוכים מיט אלע קינדער. דער שאצער רבי האט אונז ביידע - להבחל"ח - ארומגענומען מיט חביבות, ער האט לכאורה מרגיש געווען אז מיר וועלן ווערן זיינע אייניקלעך.." לפלא, אז מיר ביידע, פונאנדערגעשיידעט, זענען שפעטער געווארן זיינע אייניקלעך, מיין שווער דער וואוידיסלאווער רב ז"ל איז געווען זיין איידעם, און מיין ברודער איז געווארן אן איידעם ביי הגה"צ רבי יעקב האלבערשטאם ז"ל דער טשאקאווער רבי, וואס איז אויך געווען דעם שאצער רבי'נס איידעם.
עס איז שווער, אבער דער אייבערשטער העלפט.. ווען די מאמע ע"ה האט זיך אמאל אויסגערעדט פארן רבי'ן ז"ל אז עס גייט איר שווער מיט שידוכים צוליב דעם וואס זי איז אזוי מקפיד אויפ'ן צניעות'דיגן לבוש, האט דער רבי איר געזאגט בלש"ק: "ס'איז שווער, ס'איז שווער, ס'איז שווער, אבער דאך העלפט דער אויבערשטער". ער איז ארויסגעקומען האט ער געזאגט
”איך בין אים מקנא מיט זיין קלארן קאפ“.
ווער עס פארשטייט אבער פונדעסטוועגן איז אינטערעסאנט, ווען מ‘איז געקומען צום רבי‘ן נאך עצות, איינער האט געדארפט אן עצה. מ‘פלעגט זאגן ”מ‘גייט אריין מיט א ספק, און מ‘קומט ארויס מיט א ספק ספיקא..“(דער רבי ז“ל פלעגט דאס כמה פעמים זאגן, אז אינדערהיים האט זיין תלמיד הגה“ח ר‘ לייבעלע פאשקעס ז“ל געזאגט דעם אויסדרוק אויפ‘ן רבי‘ן. ווייל אפטמאל ווען מ‘האט געפרעגט א שאלה האט דאס דער רבי צונומען אויף פרטי פרטים אז די שאלה איז נאך געווארן מער קאמפליצירט). אבער דער רבי אליין האט געזאגט ”דער וואס פארשטייט מיך, דער
פארשטייט מיך“, נישט אלעמאל איז די תשובה געווען ארויסגעזאגט קלאר און דייטליך אן קיין ספיקות, אבער מען האט געקענט זען וויאזוי ער האלט. ענדיגן מס' בבא בתרא אין די תקופה וואס איך בין געווען איינגעשטעלט אין די סאטמארע ישיבה, האט דער רבי געלערנט מס‘ בבא בתרא, דריי יאר האט גענומען צו דורכלערנען די מסכת, ער האט נישט געלאזט נעמען קיין אנדערע מסכת ביז מ‘ענדיגט דאס. – ’זאלט איר וויסן ווען איר לערנט בבא בתרא זאלט איר נישט נעמען עפעס אנדערש ביז איר ענדיגט דאס אינגאנצן‘.
דער רבי איז געווען א חכם מחוכם, א כרכא דכולה בי‘. כ‘פלעג צו זאגן, א דיאמאנט, נישט יעדער איז א מבין דערויף. אבער פונדעסוועגן וואס מער מ‘קוקט דערויף און מען לייגט זיך אריין דערין, ווערט מען מער מבין דערויף, מ‘פארשטייט מער דאס חשיבות דערפון.
אויפ‘ן רבי‘ן ז“ל, וויפיל מ‘איז זיך מתבונן, און וויפיל מ‘טראכט אריין, זעט מען אלעס, אזא כליל המעלות, מ‘זעט וואס מהאט געזען ביי צדיקים, א גאון אין לערנען, א חכם מחוכם, א לוחם, א מנהיג, און מען קען מוסיף זיין נאך און נאך.
*
שואל: ווען האט דער רבי שליט"א דאס ערשטע מאל געזען דעם רבי'ן ז"ל, הערשט דא אין אמעריקע אדער נאך אינדערהיים?
הרבי: איך בין דאך נישט געווען קיינמאל אין סאטמאר, וואו האב איך אים געקענט זען?! פון גאליציען קיין סאטמאר?! נאר דא אין אמעריקע.
שואל: דער טאטע האט יא געזען דעם רבי'ן פאר די קריג?
הרבי: איך געדענק נישט, וואו ער האט אלץ געוואנדערט? כ'ווייס נישט.

דער קאלאשיצער רב שיקט צום רבי'ן
רבי איציקל (מפשעווארסק) האט געקענט דעם רבי'ן, ער איז דאך געווען אין אונגארן, האט ער אנגעפרעגט ביים קאלאשיצער רב וואו ער זאל זיין אויף יום טוב, האט ער אים געזאגט "פאר אריין קיין אורשיווא, דער אורשיווער רב פירט אן שיינע ימים טובים". פון וואו ער האט געוואוסט, ווייס איך נישט.
ש: דער סאטמארער רב הגה"ק רבי יהודה גרינוואלד ז"ל האט געזאגט פאר מיין זיידן רבי בעריש ראזענבערג ע"ה שהיה המשב"ק שלו, הויז-בחור, אחרי שליוה אותו לביתו בליל יום הקדוש, "יעצט גיי צו רבי יואל'יש, ער זאגט הייס"..
דער שיעור אין קליוולאנד
הגרא"ט שווארץ: ווי אזוי איז געווען דער קשר פונעם רבי'ן מיט די בחורים?
הרבי: דער רבי האט געהאט זמנים ווען ער האט אויפגענומען האט מען געקענט אריינגיין.
אין ביהמ"ד אין ישיבה איז ער געקומען פארלערנען שיעורים.
עס איז געווען אמאל אין א אמעריקאנער שטאט, אין וועלכע שטאט?
הרבי מדזשיקוב: אין קליוולאנד.
הרבי: כל זמן כ'געדענק נישט בין איך מסכים, זאל זיין קליוולאנד..
האט מען אים מכבד געווען מיט א שיעור, פרעגט דער רבי "וואס לערנט מען?", זאגט מען 'יבמות'. עס גייט אריבער א שעה צוויי, און דער רבי קומט אריין און ער הייבט אן צו זאגן א פלפול, שעה'ן.. דער עולם איז געשטאנען, ליטווישע קעפ, און האבן באוואונדערט. ער איז געווען דער גאון, חכם לכשירצה, אזוי שטייט אויף רבי יהודא, ווען ער האט געוואלט האט ער געזאגט.
כל הלומד תורה לשמה
ש: דער רבי האט אמאל נאכגעזאגט בשם רביה"ק אן הגדרה בנוגע תורה לשמה.
הרבי: יא, מ'האט גערעדט אמאל וועגן תורה לשמה, גיבט דער רבי א זאג:
"מ'דארף אסאך און אסאך צו לערנען אז מ'זאל פארשטיין אז מ'פארשטייט נישט וואס מיינט תורה לשמה"... תורה לשמה זוכה לדברים הרבה, התנא רבי מאיר מכחישו. אזוי.. אזוי.. אזוי.. דער הייליגער רבי.. דער רבי ז"ל האט אמאל געזאגט "א שאד אז איך בין אזוי מוטרד טרוד, אז
נישט וואלט די וועלט הנאה געהאט פון מיין פעדער"... (דהיינו אז ער וואלט געשריבן מער ספרים.)
צו זאגן אזא הגדרה..
עס האט מיר דערציילט דער פאיער רב ז“ל אז ער איז אמאל געקומען און געפרעגט דעם רבי‘ן ז“ל וויאזוי מ‘שרייבט ’יששכר‘ ביי א גט – אדער ביי א קידושין – צי מיט איין שי“ן אדער צוויי שינ‘ס, האט דער רבי געזאגט ”דער נודע ביהודה זאגט דאך (אבה“ע מהדו“ת סי‘ ק“ז) אז מ‘שרייבט מיט איין שין“. האט דער פאיער רב געזאגט ”אבער דער ישמח משה (שו“ת השיב משה סי‘ ע“ד) זאגט דאך אז מען שרייבט מיט ”צוויי שי“ן‘ס“. זאגט דער רבי ”הער מיך אויס, דער נודע ביהודה איז געווען א פוסק, אויף אים מחולק זיין האט נישט געקענט קיינער, נאר דער חתם סופר און
דער דברי חיים“. מ‘רעדט דאך פונעם ישמח משה, דעם רבי‘נס זיידע.. האט אבער דער רבי געזאגט אז אויפ‘ן נודע ביהודה קענסטו נישט מחולק זיין, אפילו ער האט גערעדט פונעם אייגענעם זיידן, אויפ‘ן נודע ביהודה מחולק זיין האט נאר געקענט דער חתם סופר און דער דברי חיים. אבער וואס איך קלער: ”צו וויסן דאס צו זאגן אזא הגדרה, דארף מען אויך זיין א חתם סופר אדער א דברי חיים“... דער רבי זכרונו לברכה, ער איז געווען א גאון עולם – אבער, ווער עס ווייסט אביסל, עמוק עמוק מי ימצאנו.
תלמיד המחכים את רבו
מ'זאגט נאך, דער רבי ז"ל האט אלס מתאונן געווען אז ער האט נישט געדענקט די צורה פון שינאווער רב, ער געדענקט נישט גוט, ער איז נישט געווען גענוג צופרידן מיט'ן געדענקען, זעט אויס דאס אליין איז אויך אסאך.
רבי איציקל איז דאך געווען עלטער פון רבי'ן ז"ל, ער איז געבוירן תרמ"ב, ער איז שוין אלט געווען 17 יאר ביים שינאווער רב'ס פטירה, ער האט גוט געדענקט זיין צורה.
אבער עס איז געווען אינטערעסאנט אז רבי איציקל האט ווייניג גערעדט פון שינאווע, כאטש ער האט געדענקט, ער האט אלס גערעדט פון ציעשנוב, ציעשנוב, ער האט ווייניג גערעדט פון שינאווער רב. ער האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד. איך האב אמאל געזאגט, עס איז דא מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם, איינס פון די איז א 'המחכים את רבו'. לכאורה דארף מען פארשטיין, דא רעדט מען דאך ווי אזוי מ'קויפט תורה, אויב איז ער 'מחכים', ער איז קלוגער, ווי קען ער נאך קונה זיין פון אים?! הממ?!
(א' מבני המשפחה לוחש בחשאי התשובה שכבר שמע בעבר, אבל לא רוצה לומר בקול רם כדי שהרבי יאמר זאת).
הרבי: נו, וואס איז דער תירוץ לאמיר זען?! נו, קיינער געדענקט נישט,
קיינער געדענקט נישט?! וועל איך מוזן אליין געדענקען.
האב איך געזאגט א פשט 'המחכים את רבו', אז איינער האט א רבי'ן וואס ער קען אים גארנישט מחדש זיין, קען ער נישט פון אים קויפן. ווי די גמרא זאגט ביי רבי מאיר, לא ירדו חבריו לסוף דעתו, ממילא איז נישט די
הלכה ווי רבי מאיר נאר ווי רבי יודא. ער האט נישט גערעדט פון שינאווע, נאר פון ציעשנובער רב, (כי לא ירד לסוף דעתו). אההה..
קם רבי שמעון, רב אמי הוי יתיב
כ'געדענק, רבי איציקל איז אמאל געקומען צום רבי'נס טיש, דער רביאיז נאכנישט געווען אריינגעקומען צום טיש, האט מען אריינגעלאזט רבי איציקל צום שטוב וואו דער רבי איז געזעצן.
איך בין דאך געווען דער גבאי.. בין איך אויך אריין, כ'האב געדארפט שטיין אין ווינקל, כ'האב געציטערט.
דער רבי האט געלערנט חומש און רש"י, רבי איציקל האט געמורמלט.
נאכדעם איז דער רבי אריין צום טיש צו קידוש מיטן טלית, ווען עס איז געקומען אריינצוגיין איז דער רבי געגאנגען און רבי איציקל איז נאכגעגאנגען, האב איך געזאגט – עס איז געווען א בא'טעמ'טער קוק צו
זען ווי דער איד מיט רבי איציקל גייען.. – האב איך געזאגט "עס שטייט אין זוהר הקדוש "קם רבי שמעון", ביי רבי אמי שטייט "רב אמי הוי יתיב וחדי",
דער רבי פארלאנגט דעם נאמען "שינאווא"
ש: מ'האט גערעדט פונעם ווישניצער רב, איינער פרעגט דא, אויב דער רבי [שליט"א]האט געהאט א שאלה אויב ער זאל זיך רופן 'ווישניצער רב'?
הרבי: פון וואו האט ער געהערט? וואס האט ער געהערט?!
און וואס איז געווען די תשובה? דאס ווייסטו אויך?...
ש: כ'זע דעם מציאות. (היינו שנשאר עם שינאווא).
הרבי: יא, אז כ'וויל אז ס'זאל נישט שווער זיין, אזא נאמען ווי 'שינאווא' גיט מען זיך אליינס ?!
כ'האב געעפנט א בית המדרש, דארף מען דאך א נאמען, האב איך געזאגט פארן רבי'ן אז כ'האב געעפנט א בית המדרש, קלער איך צו געבן א נאמען 'ווישניצא' א קליין שטעטל, ס'וועט קיינעם נישט שטיין אין וועג..
זאגט מיר דער רבי "שינאווע".
זאג איך "אוי, ס'איז זייער הייליג".
זאגט דער רבי "עה..". שוין.
כ'בין ארויס, האב איך געזאגט 'איך וועל דאס נאך ממתיק זיין, כ'קען דאס נישט אראפשלינגען, כ'שעם זיך צו גיין אין די גאס אזוי'... שוין.
אינדערפרי – א טאג שפעטער אדער צוויי טאג – איז געווען א ברית, און דער רבי איז געווען אויפ'ן ברית, און מיין ברודער רבי חאזקל (הרה"צ רבי יחזקאל שרגא ז"ל) איז אויך דארט געווען, גיט [דער רבי] א זאג פאר
רבי יאסל "מ'דארף מקרב זיין שינאווער רבי'נס ברודער.."
אוי, זאג איך, דער איד דערמאנט זיך.. , האב איך געטראכט אז כ'וועל נאך עפעס, במתי מעט.
פרשת מקץ בין איך געפארן אויף חנוכה.
(הרבי מפסיק) וואו, מיין חאזקל איז דא? ער איז דא? (בנו הרה"צ רבי יחזקאל שרגא שליט"א מאנטווערפן, שעמד כל הזמן בקרן זוית).
חאזקל! כ'וויל דערציילן א מעשה, וועסטו זאגן אז ס'איז אמת.
עטליכע טעג דערויף איז דער רבי ז"ל געווען אויף א ברית אין בארא פארק, און דער רבי האט דארט באמערקט מיין ברודער הרה"צ רבי יחזקאל שרגא, האט דער רבי א זאג געטון פארן משב"ק ר' יוסף "זיי מכבד רבי חאזק'ל, דעם שינאווער רבי'נס ברודער"...
ווען איך האב דאס געהערט האב איך פארשטאנען אז עס איז 'כבר יצאה הגזירה', און איך האב נאר געקלערט צו קומען צום רבי'ן און מסביר זיין אז עס האט נישט קיין פנים פאר די גאס זיך צו רופן מיט אזא הייליג נאמען.
אינצווישן איז געווארן חנוכה, און שבת חנוכה בין איך געגאנגען צום רבי'נס טיש, און ביים שטעלן וויין האט רבי יאסל אויסגערופן 'שינאווער רבי שטעלט וויין'... האב איך געקלערט צו מיר 'מיטן רבי'ן וואלט איך זיך נאך אפשר געקענט דינגען, אבער מיטן גבאי'ן זיכער נישט'... און אזוי איז עס געבליבן.
איך האב זיך מתבונן געווען אין די כוונה של אותו צדיק פארוואס דער רבי האט דוקא געוואלט אז איך זאל זיך רופן מיט דעם הייליגן נאמען.
עס קען אפשר זיין אז דער רבי וואס האט געפירט די גרויסע מלחמה מיט ציונות, האט געזען ווי עס קומען אן אייניקלעך פון צדיקים הקודמים און מ'רופט זיך על שמם, און אונטער דעם נאמען איז מען זיך מתחבר צו ציונות, און מ'טוט אלעס פארקערט ווי די צדיקים האבן געטון. האט דער רבי געוואלט זיכער מאכן אז דער נאמען פונעם הייליגן שינאווער רב וואס איז געווען פון די ערשטע לוחמים קעגן ציונות זאל נישט גענוצט ווערן צו חתמ'ענען אויף בחירות.. האט ער געוואלט זיכער מאכן אז דער נאמען בלייבט אין גוטע הענט..
נו, לאמיר זינגען זמירות, אתקינו סעודתא..
ביי רבי שמעון איז געווען "קם רבי שמעון" ווי נאר ער האט זיך אויפגעשטעלט, ווען זיי זענען נאר געגאנגען צום טיש, דער רבי מיט רבי איציקל.. ווען זיי זענען נאר אויפגעשטאנען און געגאנגען איז שוין געווען וואס צו זען.. אה, כאָ כאָ כאָ .. יע, יע, יע..
לראות באור פני מלך
ש: דער רבי איז אמאל געווען אין שטוב באהאלטן בשעת ווען דער רבי
ז"ל האט געפראוועט דעם עולם?
הרבי: יא יא, קען זיין הושענא רבה, ס'איז געווען מיין איך שבת חנוכה, איך בין געפארן סיי שבת חנוכה סיי הושענא רבה, דאס איז וואס איך געדענק.
עס איז געווען מוצאי שבת חנוכה, בין איך געווען דארט, עס האט געדויערט, דער רבי האט געצינדן חנוכה לעכט, און דאעס.. און הערשט נאכדעם איז ער אריינגעקומען צום טיש, עס איז שוין געווען זייגער צוויי ביינאכט.
איך האב מיך באהאלטן, בשעת'ן געזעגענען?!
איך האב געווארט ביז זייגער צוויי, ביז עס איז געקומען מיין רייע אריינצוגיין, איך קום אריין, און איך זע דעם רבי זיצט, די צורה הקדושה, זאג איך 'יעך וועל גיין געבן דאס קוויטל און אהיים גיין?! האב איך געגעבן א נעם דאס קוויטל, און כ'זאג יענעם 'גיי, גיי', און כ'האב זיך אוועק געשטעלט אין די זייט, כ'האב געוואלט זען דעם רבי'ן, כ'בין געשטאנען און געקוקט אויף די צורה הקדושה.
א גאנצע נאכט וואלט איך נישט מיד געווארן, עס איז געווען מתוק מדבש, עס האט נישט קיין שיעור.. און, שטייענדיג אזוי, גיבט זיך דער רבי א דריי אויס און ער גיט אויף מיר א קוק. האב איך געזאגט "דאס הייסט גענוג! עס איז גענוג". שוין, בין איך צוגעגאנגען געבן דאס קוויטל.
אבער דעמאלטס, ווי שיין איז געווען צו זען דעם רבי'נס צורה ווי ער פראוועט מוצאי שבת קודש, אה.. איי, איי, איי. איי.
א': בנוגע דאס ענין פון קוקן אויף צדיקים, איז געווען ביי איינער פון מיינע זיידעס, נאך וואס ער האט זיך געזעגנט איז ער דארט געבליבן שטיין, דער רבי פרעגט אים פארוואס ער איז שטיין געבליבן, האט ער געזאגט אז ער וויל מזכיר זיין עוד ענין ועוד ענין, ביז ער האט געזאגט אז ער האט מייז אין שטוב, זאגט אים דער רבי "איין קאץ איז בעסער ווי צען רבי'ס"...
הרבי: איך האב געהערט אביסל אנדערש "אז א קאץ קען עס מאכן,
דארפסטו אנקומען צו רבי'ס?!"
צו רבי מאיר'ל פרעמישלאנער ז"ל איז אמאל אריינגעקומען א איד און מזכיר געווען. פרעגט ער אים "דו האסט דאך דיין רבי'ן, וואס דארפסטו מיך?!
זאגט ער "רבי, צוויי פערד שלעפן בעסער"...
אז מ'היט זיך דאס מויל
איך האב זוכה געווען צו לערנען אין נייטרא ביי רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל דער איד איז געווען אזוי גרויס, אה, מלא אהבת ישראל.
ס'איז אמאל געווען א בחור, וואס די דאקטוירים האבן געזאגט אז ער מוז ל"ע האבן אן אפעראציע, איז ער אריין צום רבי'ן ז"ל מזכיר זיין, און דער רבי האט געזאגט אז ער דארף נישט קיין אפעראציע. עס איז נישט געווען אזוי
שכיח ביים רבי'ן אזוי צו רעדן שטארק קעגן א דאקטאר, אבער אזוי איז געווען די מעשה.
איז רבי מיכאל בער אריינגעגאנגען צום רבי'ן, און געמאכט א שמועס צי עס איז היינט נאך דא רוח הקודש. זאגט דער רבי אז היינט איז שוין נישטא קיין רוח הקודש.
פרעגט ער "אויב אזוי ווי האט דער רבי געזאגט אז דער בחור זאל זיך נישט אפערירן?"
האט דער רבי געזאגט "כ'וועל דיר זאגן, אויב היט מען זיך דאס מויל אז מ'זאל נישט ארויסזאגן א דבר שלא כהוגן, קען מען דאס", און דער רבי האט מוסיף געווען "און דו קענסט דאס אויך", אזוי האט אים דער רבי געזאגט.
זעט אויס, ס'איז דא א בחינה פון רוח הקודש, און ס'איז דא א בחינה פון 'לא יחל דברו ככל היוצא מפיו יעשה'.
קנאות דקדושה מהו?
(פון דא איז הוספות פון אנדערע מסיבות מלוה מלכה):
דער רבי זכותו יגן עלינו, אשרי יולדתו. (הדברים נאמרו ח"י טבת יום הולדת של רביה"ק זי"ע).
דעם יום הולדת דארפן פראווענען דאס גאנצע כלל ישראל, לולי שהיה לנו, ער איז דאך געווען אזוי גרויס, אזוי גרויס געווען. וועסטו זאגן 'וכי מעיד..', אבער עס איז אזוי בולט, עס איז אזוי קלאר אז אפילו די קלענסטע קענען דאס אויך זען. ער איז דאך געווען אזא איש האשכולות, ער איז געווען א גאון בתורה, אז אלע גדולים זענען געווען בטל פאר זיין תורה, מילא מיט די צדקות איז דאך אפגערעדט.
דער ענין פון קנאות איז א געוואגטע זאך, און מ'דארף זען אז עס זאל זיין ערנסט לשם שמים. קנאות איז א הייליגע זאך, פנחס האט דאך אזוי מבטל געווען דעם קטרוג, מיט קנאות, פנחס קנאה, קנאות איז א געוואלדיגע זאך, אבער מ'דארף עס מיינען זייער ערנסט, 'ריין שבריין', אויב כאפט זיך אריין א שנאת ישראל, אדער אהבת עצמו, איינע פון די צוויי כאפט זיך אריין זייער לייכט.
איך האב געזאגט 'מלחמה לה' בעמלק מדור דור' לכאורה דארף שטיין 'לדור דור', האב איך געזאגט אונז קענען נישט האלטן קיין מלחמות, דו קענסט נאר נאכגיין אויפ'ן וועג פון די פריערדיגע דורות, דו אליין וועסט מאכן א דרך, וועסט ווערן א קנאי, היט דיך די ביינער, דו זאלסט גיין נאר 'מדור דור', דו זאלסט נעמען פון פריערדיגן דור, אזוי ווי דער רבי ז"ל האט געזאגט "איך האב גענומען קנאות פון בעלזא", זעט אויס אז דער הייליגער רבי, ער האט דאך געוואוסט וואס מיינט קנאות, אבער 'מדור דור', קנאות. אוי, עס קען אריינפאלן חלילה שנאת ישראל, דער אויבערשטער זאל אפהיטן. קנאות האב איך געזאגט מוז מען האבן אהבת ישראל, און לשער צו זיין א קנאי, האט דאך דער קאלאשיצער רב געזאגט 'אהבת ישראל איז א טערמאמעטער[מעסטער] פון אהבת ה', דו האסט ליב
דעם אויבערשטן? יא, 'ואהבת את ה' אלקיך'. וויפיל האסטו ליב א איד? אויב עס גייט דיר אן ווי די פאריעריגע שניי, אזויפיל האסטו אהבת ה'.
ממילא קנאות גייט מיט אהבת ה', ער איז מקנא אויף אים ווייל ער האט אים ליב, ער מיינט טובתו, אז נישט קען חלילה זיין.. דער אויבערשטער זאל העלפן מ'זאל קענען מקיים זיין עפעס
וואס מיר האבן געזאגט – וויאזוי האט דער קאלאשיצער רב געזאגט? ער האט אמאל דערציילט א מעשה, האט ער נאכדעם געזאגט "הלואי צו פארשטיין א האלבע מעשה, הלואי צו פארשטיין א פערטל מעשה".
עס איז נאך דא צו שרייבן א וועלט, דער פעדער איז איבערגעפולט מיט טינט און רגשי הלב שטייענדיג אזוי נאנט פון די ביטערע אבידה. אבער אויף די מינוט דארפן מיר דא מאכן שביתת הקולמוס, און געבן
דאס פלאץ אז די חשוב'ע ליינער זאלן קענען אביסל מתבונן זיין אין די טייערע לעכטיגע זכרונות, און ווי אזוי דער גרויסער חסיד האט 'אפגעלערנט' זיין גרויסן רבי'ן. מי יתן לנו מנח"ם משיב נפש.
דעם רבי‘נס הייליגער מכתב חיזוק – אום תש“ט!
ָמיט גרויס התרגשות פלעגט דער שינאווער רבי זצ“ל דערציילן וויאזוי אין יאר תש“ט, ווען ער איז צוזאמען מיט כלל ישראל געווען שבור ורצוץ, נארוואס ארויס פון געוואלדיגן גרויסן חורבן מיט א זוינע שווערע פערזענליכע
ַפארלוסטן, און דאס האט נאכגעפאלגט מיט‘ן ביטערן אומגליק פונעם גרינדונג פון די ציוניסטישע מדינה אין יאר תש“ח.
בצר לו, האט דער יונגער בחור‘ל נישט געוואוסט וואו זיך צו ווענדן און וואו צו קערן, האט ער דאן געשיקט א פארצווייפלטן בריוו צו נישט קיין אנדערן ווי דער הייליגער רבי זי“ע, פשוט זוכנדיג אן אדרעס וואו זיך צו קענען אויסגעבן
ָדאס הארץ, אפילו אויב ס‘האט אויסגעקוקט ווי אנגעכאפט אין א שטרוי.
ָ צו זיין וואונדער און שטוינונג האט ער צוריק באקומען פון דעם גרויסן רבן של ישראל א לאנגע און ווארעמהארציגע מכתב קודש, אדרעסירט צו ”הבחור בנש“ק כמר אברהם מנחם מענדיל“, פול מיט דברי התחזקות, אמונה
ָ און בטחון, און מוטיגונג אנצוגיין ווייטער ציען די גאלדענע קייט פונעם דרך האבות.
ברוב ענוותנותו פלעגט ער אויסדרוקן דעם התפעלות וויאזוי דער רבי זי“ע, פאר וועמען ס‘איז דאן ’געפאלן אויפ‘ן קאפ‘ די גאנצע וועלט‘ס דאגות, אויפשטעלן מוסדות התורה והחינוך, אן ערליכע קהלה, אויטענטישער
ַ אידישקייט אין אמעריקע, פירן די מלחמה לה‘ בעמלק מיט די גאנצע וועלט קעגן ציונות, און דאך האט דער רבי זי“ע געהאט צייט צו יעדן צובראכענעםָ בחור‘ל וואס האט אים אויסגעפעלט אביסל חיזוק. (כאטש, ווי דער ליינער פארשטייט אליין, נישט פאר אלע בחור‘לעך האט דער רבי זי“ע געמאכט די צייט צו שרייבן חיזוק בריו..) ער פלעגט אלע יארן זיך מתמרמר זיין מיט גרויס צער דערויף וואס דער הייליגער בריוו איז ברוב הימים פארלוירן געווארן.
ָ א גאר מערקווירדיגע געשיכטע פלעגט דער שינאווער רבי דערציילן,
”אודאי זאל דער רבי שרייבן דעם ויואל משה!“
ַוויאזוי אלס יונגער יונגערמאן, אין יאר תשי“ז, איז ער מיטגעגאנגען מיט זיין שווער, דער חכימא דיהודי וואוידיסלאווער רב זצוק“ל, צו אן אסיפה פון די דאן-יונגע התאחדות הרבנים.
ָאינמיטן די אסיפה האט דער רבי זי“ע זיך גענומען אויסשמועסן מיט די אנוועזנדע גדולי הרבנים צי ער זאל אוועקגעבן די צייט און זיך אונטערנעמען די עבודה קשה שבמקדש צו שרייבן א ספר איבער אלע עניני ציונות והמסתעף. וואס איז עווענטועל געווארן דער הייליגער ספר ויואל משה.
אינצווישן איז עפעס שטיל געווארן, און דער שינאווער רבי האט זיך אנגערופן: [ער פלעגט דא אלעמאל צולייגן, ”ילדות היתה בי, וואספארא נאר איך בין געווען, איך יונגערמאנטשיק‘ל זאל זיך אנרופן פאר‘ן רבי‘ן?!“]
ָ”אודאי זאל דער רבי שרייבן דעם ספר! דער רבי זאגט דאך אלעמאל אז עבודה זרה איז ציונות, אבער ווען א יונגערמאן עפנט אויף שולחן ערוך יורה דעה און לערנט הל‘ ע“ז, שטייט דארט גארנישט וועגן ציונות. אויב דער
ָ רבי וועט נישט שרייבן, פון וואו וועט דער ציבור וויסן וואס מ‘מעג און וואס מ‘טאר נישט?“.
יעדעס מאל וואס ער פלעגט עס דערציילן האט אים א נגעכאפט אן אימה ורתת וזיע ווען ער האט געשילדערט וויאזוי דער רבי זי“ע האט זיך אויסגעדרייט און אים דורכדרינגליך אנגעקוקט מיט די הייליגע אויגן.
”ס‘איז געווען א מחזה נורא“.
לעצט פארראכטן דורך yoy אום דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 5:58 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
באלאנס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 5:58 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלאנס »

כ"ק מרן רבינו זיע"א הכ"מ בקריאת מכתב התנחומים ששלח כ"ק מרן האדמו"ר מצאנז שליט"א אחר שישב שבעה אחר אחותו הרבנית ע"ה בשנת תשפ"א.
נראה גם בתמונה בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.
181__20_df.jpg
181__20_df.jpg (115.09 KiB) געזען 1086 מאל
באלאנס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 5:58 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלאנס »

מראות קודש צאנז מייל:


ווי לישראל דחסרא גברא רבא!
עדת חסידי צאנז בארץ ישראל ובתפוצות מבכה מרה, בתוך כל בית ישראל, את הסתלקותו לשמי רום של המאור הגדול, שריד לתפארת והדר קדומים, עובד ה' בסילודין, מיצר בצרתן של ישראל, ה"ה
כ"ק אדמו"ר משינאווא זצוק"ל
אשר אורו זרח בעיר מאנסי יצ"ו.
בהסתלקותו נעקרה דמות מאירה ריח ניחוח עתיק יומין. בפטירתו מצטמקת ורע לנו, שארית חוטי השני הנותרים המקשרים אותנו אל דורות דיעה שלפנינו.
זכה המנוח זצוק"ל בפניו המפיקים נוגה ובדמותו רבת ההוד שהוארו באור יקרות, להחדיר לשומעי לקחו אוצרות וזכרונות מימים קדמונים, בנעימות מיוחדת ובענוות חן מופלאה, ולעורר בהם את סגולתו של 'צאי לך בעקבי הצאן'.
כל מי שבא בהיכלו נמשך בעבותות קסם אהבת ישראל שקיננה בו, והביע את התפעלותו מתפילותיו הזכות, מעבודתו בקודש, מצוף אמרותיו, מפשטותו הנפלאה, ומטוב לבו הטהור.
כצאצא לרבותינו הקדושים לבית צאנז, נקשר בקשר אמיץ וידידות מופלגת ליבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א,
שבקרו בכל פעם ששהה במאנסי, תוך הרעפת טללי הערכה ואהבה. את הערצתו לחצר קדשנו ולכ"ק מרן שליט"א היה מרבה לבטא בכל הזדמנות
מי יתן לנו תמורתו!
אין עוד מלבדו
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 05, 2023 4:32 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אין עוד מלבדו »

איך וויל ח"ו נישט אוועקמאכן שינאווער רב'ס דרשה, אבער כדי צו וויסן אז אין יענע יארן איז דאס געווען די נארמאלע שפראך ביי די רבנים וואס זענען געווען דבוק אין הייליגען רבי'ן זי"ע

קוקטס נאך די דרשות פון רבינו בב"מ זצ"ל, מנח"י רמ"א פריינד פאלטישענער רב וואדיסלאווער רב און נאך

איבערהויט די לעצטע יארן ווען ער איז שוין ווייניג געקומען אין פובליק, איז יעדעס מאל געווען אזא שמחה און עסטאז

הערטס למשל ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה (נישט קיין רב אבער) ווען דעי רבי איז אריינגעקומען צום סעודת הודאה כ"א כסליו, זיין התרגשות ביים באגריסן און זינגען חסדי השם אופ'ן מייק, נישט מעגליך היינט נאכמאכן

היינט ליידער הערט מען שוין נישט דאס, ווייל דאס קען מען זיך נישט מאכן, איז ווען מ' הערט אזא דרשה פון שינעווער רב זצ"ל מיינט מען אז דאס איז איינציג

אונז קינדער אין חדר פלעגן ציילן די טעג צו יו"ט שבת שקלים ייטב לב דינער וכדומה ווען מ' גייט זען דעם רבי'ן

א פערזעליכע דוגמה, אלס קליין קינד זענן מיר איינמאל געפארן זיך געזעגענען אין בעל הארבער (מיט ר' יוסל שארמאשער'ס טראק א מעשה פאר זיך)
אנגעטון א ווייסע העמד און געפארן, ביים ארויסגיין האב איך געזען ווי די רבי האט זיך אויסגעדרייט און אונז נאכגעקוקט, עס האט מיך אנגעכאפט אזא פחד, נישט געווען קיין ספק אז דער רבי ווייסט פונקטליך וואסערע עבירה איך האב געטון יענעם טאג (געדענק נאך וואסערע עבירה, נישט געפערליך, גערעדט מיט א חבר אינמיטן לערנע)ן, אגאנצע נאכט נישט געקענט שלאפן פון שרעק, אזוי איז דעמאלס געווען

מ' קען נאך אסאך פארציילן אין די ענינים, ואכמ"ל
געדענק, ווילט איר האבן א רואיג לעבן? פארלאזט זיך אינגאנצן אויפ'ן הקב"ה ווייל אין עוד מלבדו
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4221
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע:אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

באלאנס האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:28 pm
כ"ק מרן רבינו זיע"א הכ"מ בקריאת מכתב התנחומים ששלח כ"ק מרן האדמו"ר מצאנז שליט"א אחר שישב שבעה אחר אחותו הרבנית ע"ה בשנת תשפ"א.
נראה גם בתמונה בנו ממלא מקומו וממשיך דרכו בקודש כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.

181__20_df.jpg
צ"ל בתו
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

אין עוד מלבדו האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:33 pm
איך וויל ח"ו נישט אוועקמאכן שינאווער רב'ס דרשה, אבער כדי צו וויסן אז אין יענע יארן איז דאס געווען די נארמאלע שפראך ביי די רבנים וואס זענען געווען דבוק אין הייליגען רבי'ן זי"ע

קוקטס נאך די דרשות פון רבינו בב"מ זצ"ל, מנח"י רמ"א פריינד פאלטישענער רב וואדיסלאווער רב און נאך

איבערהויט די לעצטע יארן ווען ער איז שוין ווייניג געקומען אין פובליק, איז יעדעס מאל געווען אזא שמחה און עסטאז

הערטס למשל ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה (נישט קיין רב אבער) ווען דעי רבי איז אריינגעקומען צום סעודת הודאה כ"א כסליו, זיין התרגשות ביים באגריסן און זינגען חסדי השם אופ'ן מייק, נישט מעגליך היינט נאכמאכן

היינט ליידער הערט מען שוין נישט דאס, ווייל דאס קען מען זיך נישט מאכן, איז ווען מ' הערט אזא דרשה פון שינעווער רב זצ"ל מיינט מען אז דאס איז איינציג

אונז קינדער אין חדר פלעגן ציילן די טעג צו יו"ט שבת שקלים ייטב לב דינער וכדומה ווען מ' גייט זען דעם רבי'ן

א פערזעליכע דוגמה, אלס קליין קינד זענן מיר איינמאל געפארן זיך געזעגענען אין בעל הארבער (מיט ר' יוסל שארמאשער'ס טראק א מעשה פאר זיך) אנגעטון א ווייסע העמד און געפארן

ביים ארויסגיין האב איך געזען ווי די רבי האט זיך אויסגעדרייט און אונז נאכגעקוקט, עס האט מיך אנגעכאפט אזא פחד א גאנצע נאכט נישט געקענט שלאפן פון שרעק, אזוי איז דעמאלס געווען

נישט געווען קיין ספק אז דער רבי ווייסט פונקטליך וואסערע עבירה איך האב געטון יענעם טאג (געדענק נאך וואסערע עבירה, נישט געפערליך, גערעדט מיט א חבר אינמיטן לערנע)

מ' קען נאך אסאך פארציילן אין די ענינים, ואכמ"ל
נישט אמת, ווייל אויף דעם מעמד איז געווען נאך 5 רעדנער און קיינער האט נישט גערעט מיט אזא התרגשות און עסטאז אזוי ווי די שינאווער רב
אטעטשמענטס
monsey moshe.gif
monsey moshe.gif (174.34 KiB) געזען 571 מאל
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
געוואלדאוונע
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2017 6:39 pm

Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מ'שינאווא מאנסי זצ"ל - י"ג אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלדאוונע »

-
11.JPG
11.JPG (94.54 KiB) געזען 507 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”