בלאט 1פון 3

אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 12:42 am
דורך קאנאדישע פארמער
א גוטן.

דא אינעם דערנעבענדיגן אשכול טוט זיך א גערויש און א טומל, הינער קרייען שאקאלן שרייען (איינער ווייסט וואס א ”שאקאל” מיינט?) דער עולם דרייט זיך ארום מיט שטרויענע היטן און מען דעבאטירט די נאטור.

אלזא, נישט יעדער גלייכט גערוכן פון לעבעדיגע באשאפענישן, פאר זיי איז מער צום הארצן א לייכטן גערוך פון פריש געשניטענע גראז, זיי גלייכן מער צו גלעטן די קליינע ביימעלעך מיט האריגע בלעטלעך און באשיינפערליך עסן די פרוכט פון זייער ארבעט. אשע”כ האמיר זיך אנגעגארטעלט און געפענט די דאזיגער אשכול ווי די אלע אידן וועלן קענען שפאצירן אונטער ברייט באוואקסענע ביימער און פארברענגען אין שויס פון רואיג’ען נאטור.

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 12:47 am
דורך talmid
קאנאדישע פארמער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 12:42 am
א גוטן.

דא אינעם דערנעבענדיגן אשכול טוט זיך א גערויש און א טומל, הינער קרייען שאקאלן שרייען (איינער ווייסט וואס א ”שאקאל” מיינט?) דער עולם דרייט זיך ארום מיט שטרויענע היטן און מען דעבאטירט די נאטור.

אלזא, נישט יעדער גלייכט גערוכן פון לעבעדיגע באשאפענישן, פאר זיי איז מער צום הארצן א לייכטן גערוך פון פריש געשניטענע גראז, זיי גלייכן מער צו גלעטן די קליינע ביימעלעך מיט האריגע בלעטלעך און באשיינפערליך עסן די פרוכט פון זייער ארבעט. אשע”כ האמיר זיך אנגעגארטעלט און געפענט די דאזיגער אשכול ווי די אלע אידן וועלן קענען שפאצירן אונטער ברייט באוואקסענע ביימער און פארברענגען אין שויס פון רואיג’ען נאטור.
שלום עליכם
איך טראכט מען זאל אנהייבן מיט טאמעטאס
וויבאלד עס איז זייער גרינג צי פלאנצען אין זייער פאפאלער אין ניו יורק

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 1:10 am
דורך קאנאדישע פארמער
קעפל: אגריקולטור פאַרמינג און האדעווען בהמות: פאר פרנסה אדער דער האביאיסט
בן נחום האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 4:48 pm
קאנאדישע פארמער האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 3:46 pm
בן נחום האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 3:17 pm
א גוטע וואך האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 3:02 pm
און וואס האט עטץ געטוען ביים איבערפלאנצן אין די ערד?
טרענספלענט שאק איז א זאך וואס מען קען נאר גרינגער מאכן אבער נישט פראמיידן. עס איז נישט אזוי ווייט וואס מען האט געטון, ווי: וועלכע קלימאט און זאמד, וויפיל וואסער, וויפיל זענען די ווארצלעך געווארן געבאדערט, וכדומה.
איך האב איינגעפלאנצט אפאר עווערגרינס, איינס הייבט אן אפשטארבן, איז שייך עפעס צו טון צו ראטעווען?
און נאכאמאל: איינער וויל גיין פתיחה אויף א אשכול מיוחד פאר צומח?

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 11:54 am
דורך בן נחום
קאנאדישע פארמער האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 3:46 pm
בן נחום האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 3:17 pm
א גוטע וואך האט געשריבן: זונטאג יולי 02, 2023 3:02 pm
און וואס האט עטץ געטוען ביים איבערפלאנצן אין די ערד?
טרענספלענט שאק איז א זאך וואס מען קען נאר גרינגער מאכן אבער נישט פראמיידן. עס איז נישט אזוי ווייט וואס מען האט געטון, ווי: וועלכע קלימאט און זאמד, וויפיל וואסער, וויפיל זענען די ווארצלעך געווארן געבאדערט, וכדומה.
איך האב איינגעפלאנצט אפאר עווערגרינס, איינס הייבט אן אפשטארבן, איז שייך עפעס צו טון צו ראטעווען?


נאך א זאך איז דא וואס קען זיין די סיבה: דיזיז אדער אינסעקטס. די פשוט'סטע מהלך איז צו נעמען א מעגנעפייער זען פון די נאנט צו עס זעט אויס פארטריקנט אדער פארארימט, אדער ווי עפעס פארשפרייט זיך אדער שפאצירט ארום.

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 12:34 pm
דורך קוואל וואסער
פאר'ן האבן מיין אייגענע פראפערטי האט מיר א קלוגער איד א ת"ח גע'עצה'ט, פלאנץ גארנישט איין, זיראו, קענסט נישט וויסן וואו ווען וועסט וועלן איבערבויען, בויען נייע זאכן, באברען, נישט קיין חילוק, פארוואס זאלסטו זיך לכתחילה אריינלאזן אין אזעלכע שאלות אפילו א פינטל, אז דו מוזט נישט לכתחילה, טו גארנישט אין דעם ענין.

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 12:39 pm
דורך ליבי ובשרי
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 12:34 pm
פאר'ן האבן מיין אייגענע פראפערטי האט מיר א קלוגער איד א ת"ח גע'עצה'ט, פלאנץ גארנישט איין, זיראו, קענסט נישט וויסן וואו ווען וועסט וועלן איבערבויען, בויען נייע זאכן, באברען, נישט קיין חילוק, פארוואס זאלסטו זיך לכתחילה אריינלאזן אין אזעלכע שאלות אפילו א פינטל, אז דו מוזט נישט לכתחילה, טו גארנישט אין דעם ענין.
מען רעדט דא בעיקר פון וועדזשטעבלס וואס שטארבן יעדע סעזאן.

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 2:45 pm
דורך בן נחום
ליבי ובשרי האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 12:39 pm
קוואל וואסער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 12:34 pm
פאר'ן האבן מיין אייגענע פראפערטי האט מיר א קלוגער איד א ת"ח גע'עצה'ט, פלאנץ גארנישט איין, זיראו, קענסט נישט וויסן וואו ווען וועסט וועלן איבערבויען, בויען נייע זאכן, באברען, נישט קיין חילוק, פארוואס זאלסטו זיך לכתחילה אריינלאזן אין אזעלכע שאלות אפילו א פינטל, אז דו מוזט נישט לכתחילה, טו גארנישט אין דעם ענין.
מען רעדט דא בעיקר פון וועדזשטעבלס וואס שטארבן יעדע סעזאן.
און אויב דו זעסט איז די ערשטע נושא לענדסקעיפינג פלענטס.
חוץ מזה, וועסט נאך באלד געוואר ווערן וועגן איינער וואס טוט דאס פאר פרנסה... (נישט אז איך ווייס, אדרבה, אויב איינער ווייסט זאל ער זיך ביטע מעלדן. וואלט ווען נישט געווען א געדאנק אז עס זאל זין ערגעץ א היימישע ארטשארד פאר א טאטאל כשר'ע און איידעלע אויטינג?)

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 4:11 pm
דורך קאנאדישע פארמער
דאס איז דאס ביימל. ווי אזוי קוקט עס אויס?

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 6:00 pm
דורך קאנאדישע פארמער
איינער האט מיר געפרעגט אין אישי וועגן טאמעיטאס האבעך דאס גענטפערט, ביטע מעיר זיין אויב מעגליך.

יישר כח.
קאנאדישע פארמער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 5:56 pm
ווי געשריבן אינעם אנדערען אשכול האב איך געהאט א טאמעיטא פלענט אבער סאיז חרוב געווארן.

סא די וויכטיגסטע זאך אויב די ווילסט קענען עסן דערפון איז האבן א פלאן פון פאראויס, ווער גייט עס באוואסערן און ווען, אנדערש וועט עס חרוב ווערן. (איך מיין נישט צו זאגן מדארף מאכן א טשארט מען נאר זיין באוואוסטזיניג צו פאקט אז מען האט פלאנצונגען וואס מען דארף קער נעמען דערפון)

סאיז דא עטליכא סארטן טאמעיטאס איך מיין אז טשערי טאמעיטאס וואקסט די שנעלסטע, (דאס איז די קליינע גראבע נישט די קליינע לענגליכע וועלכע הייסן גרעיפ טאמעיטא) קויף א בוש, א ביימל, נישט קיין סידס אזוי וועסטו שנעלער האבן טאמעיטאס, ווען סאיז שוין אזוי טיף אין די סעזאן איז כדי צו קויפן א גרעסערע ביימל וואס האט שוין בלומען (וואס פון דעם וואקסט ארויס די טאמעיטא) אדער אפילו קליינע גרינע טאמעיטאלעך זאלסט נאך קענען הנאה האבן דעם סעזאן.

איך בין צוגעוואונט צו פלאנצן אין א פאט, נישט אין דער ערד איך מיין סאיז זייער גרינג זעה נאר צו באוואסערן יעדן טאג. אויך מאך זיכער די האסט די ריכטיגע זאמד מען קען קויפן פארשידענע פערטילייזערס אויך.

איך מיין אז דאס איז עס!!

הצלחה רבה!

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 9:36 am
דורך הודו להשם
א גוטע פשוט'ע בוך, טו-דע-פוינט, איידעלע שפראך, גוט פאר מתחילים:

https://www.amazon.com/dp/0760368171


therustedgarden.jpg
therustedgarden.jpg (331.13 KiB) געזען 1221 מאל

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 10:14 am
דורך הודו להשם
קאנאדישע פארמער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 6:00 pm
איינער האט מיר געפרעגט אין אישי וועגן טאמעיטאס האבעך דאס גענטפערט, ביטע מעיר זיין אויב מעגליך.

יישר כח.
ס'דא אסאך צו שרייבן, וועלכע סארט ערד? אין קאנטעינערס, רעיזד בעדס, אדער גראד אינעם ערד? ווען פלאנצט מען? קויפן סידס, אדער איז בעסער ביימעלעך (טרענספלענטס)? וויפיל זאל מען פלאנצן? וועלכע סארט (ס'דא איבער 3 טויזענט מינים טאמעיטאס)? וויפיל באוואסערט מען? וואס איז דאס פערטילייזערס און צו דארף מען עס נוצן? וויאזוי נעמט מען קער פון דעזיזעס (טאמעיטאס האבן אויך א פלו סיזען...)? וויאזוי ווערט מען פטור פון שעדליכע אינזעקטן? און נאך אסאאאך.

איך וועל זיך באציען נאר צו וואס דו האסט געשריבן.


סא די וויכטיגסטע זאך אויב די ווילסט קענען עסן דערפון איז האבן א פלאן פון פאראויס, ווער גייט עס באוואסערן און ווען, אנדערש וועט עס חרוב ווערן. (איך מיין נישט צו זאגן מדארף מאכן א טשארט מען נאר זיין באוואוסטזיניג צו פאקט אז מען האט פלאנצונגען וואס מען דארף קער נעמען דערפון)
א וויכטיגע נקודה דאס. ווען מ'פלאצט איין אסרו חג פסח (גראדע נאך צי קאלט דא...) די שיינע פיצי קיוט טאמעיטא ביימעלעך, דארף מען אינאכט נעמען אז יעדע ביימעלע וועט ביז 2 חדשים זיין פון 3 ביז 7 פיס הויך, מ'דערזעט זיך מיט ביימער וואס ליידן פון פעסט און דעזיזעס וואס מ'דארף קער נעמען דערפון, און ס'נעמט צייט, און דעמאלטס האט מען שוין נישט די עקסייטמענט ווי אנפאנג סעזאן און ס'קען ווערן לעול ולמשא.

ממילא זאל מען פון פאראויס נאר פלאנצן אזויפיל וויפיל מ'טראכט אז מ'וועט קענען שפעטער קער נעמען דערפון.


סאיז דא עטליכא סארטן טאמעיטאס איך מיין אז טשערי טאמעיטאס וואקסט די שנעלסטע, (דאס איז די קליינע גראבע נישט די קליינע לענגליכע וועלכע הייסן גרעיפ טאמעיטא)
געווענליך ווען א מתחיל פרעגט מיט וועלכע סארט אנצוהייבן וועט מען אים ענטפערן ער זאל אנהייבן מיט א 'דעטערמינעט' סארט, וועלכע וואקסן בלויז ביז ארום 3-4 פיס הויך ממילא איז גרינגער קער צו נעמען דערפון. רוב טשערי טאמעיטאס זענען 'אינדעטערמינעט' - וועלכע וואקסן עד אין סוף - ארום 8-10 פיס הויך - ביז די קעלט קומט אן, אדער זיי שטארבן פון דעזיזעס (מער מצוי).

איז האלט אבער נישט אזוי. איך האב אנגעהויבן די ערשטע מאל מיט טשערי טאמעיטאס, ווייל דאס גלייך איך מער.


קויף א בוש, א ביימל, נישט קיין סידס אזוי וועסטו שנעלער האבן טאמעיטאס, ווען סאיז שוין אזוי טיף אין די סעזאן איז כדי צו קויפן א גרעסערע ביימל וואס האט שוין בלומען (וואס פון דעם וואקסט ארויס די טאמעיטא) אדער אפילו קליינע גרינע טאמעיטאלעך זאלסט נאך קענען הנאה האבן דעם סעזאן.
אין אלגעמיין איז אסאך בעסער צו קויפן סידס.
1. ס'איז אסאאאאך ביליגער
2. האסט א גרעסערע אויסוואל
3. ס'פילט זיך בעסער... (ווען איך קויף א ביימעלע פיל איך כמעט אז איך קויף פערטיגע טאמעיטאס אין גראסערי.
4. א ביימל וואס ליגט אינעם גארדען סענטער שוין 2 חדשים וועט נישט וואקסן אזוי גוט ווי ווען דו פלאצט עס אליינס.


אבער ווען ס'איז שוין שפעט אינעם סעזאן איז נישטא א אנדערע ברירה סייווי.


איך בין צוגעוואוינט צו פלאנצן אין א פאט, נישט אין דער ערד איך מיין סאיז זייער גרינג זעה נאר צו באוואסערן יעדן טאג.
א קאנטעינער איז זייער גוט, אבער אויב האט מען א מעגליכקייט צו פלאנצן אינעם ערד איז אסאך בעסער.
1. אין א קאנטענער וועלן די ווארצלען זיך נישט קענען אויסשפרייטן אזוי גרויס ווי זיי ווילן ממילא וועלן די טאמעטאס זיין קלענער ווי עס וואלט געקענט זיין (איך מיין אבער אז 1 טאמעיטא בוים אין א 10-גאלאן קאנטעינער וועט זיין גוט (איך האב געפלאנצט די ערשטע מאל אין 5-גאלאן באקעטס).

2. די מייקראבייאלידזשי וואס איז דא אין די ערד איז נישטא אין א קאנטעינער.

3. עס טרוקנט זיך אסאך שנעלער אויס, אויב פארגעסט מען צו באוואסערן גענוג אפט ריזיקירט מען מיטן לעבן פון די טאמעיטאס.



דאס איז עס פאר יעצט.

אז איינער האט מער ספעסיפיק שאלות וועט מיר זיין גרינגער צו ענטפערן.


גלייכט איר די נושא? געבט א לייק!

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 12:21 pm
דורך בן נחום
קאנאדישע פארמער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 4:11 pm
דאס איז דאס ביימל. ווי אזוי קוקט עס אויס?
לכאורה אדער גלאט טרענפלענט שאק, אדער איז שטיינערדיג ארום, אדער קען עס נוצן מער וואסער. פשטות נישט דיזיז, כמעט נישט שייך צו זיין א שרץ.

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 12:47 pm
דורך בן נחום
קאנאדישע פארמער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 6:00 pm
איינער האט מיר געפרעגט אין אישי וועגן טאמעיטאס האבעך דאס גענטפערט, ביטע מעיר זיין אויב מעגליך.

יישר כח.
קאנאדישע פארמער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 5:56 pm
ווי געשריבן אינעם אנדערען אשכול האב איך געהאט א טאמעיטא פלענט אבער סאיז חרוב געווארן.


עטליכע טיפס:
איז עס געווארן איינגעפלאנצן נאך די לעסט פראסט? (פראסט מיינט נישט דווקא פריזינג פוינט, די יאר איז געווען פראסט מיט העכערע דרייסיגער נעכט.
רוב פלעצער אין די קעטסקילס און סיטי, איז כמעט אוממגעליך צו מצליח זיין בלויז אויף די דרויסנדיגע זאמד. ( אפשר פון וואדרידזש ביז עלענוויל יא)
איז עס געווארן איבגערפלאנצן מיט די זאמד, אדער בלויז (טייל פון) די ווארצלען?

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 12:49 pm
דורך בן נחום
קאנאדישע פארמער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 6:00 pm
איינער האט מיר געפרעגט אין אישי וועגן טאמעיטאס האבעך דאס גענטפערט, ביטע מעיר זיין אויב מעגליך.

יישר כח.
קאנאדישע פארמער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 5:56 pm

סאיז דא עטליכא סארטן טאמעיטאס איך מיין אז טשערי טאמעיטאס וואקסט די שנעלסטע, (דאס איז די קליינע גראבע נישט די קליינע לענגליכע וועלכע הייסן גרעיפ טאמעיטא) קויף א בוש, א ביימל, נישט קיין סידס אזוי וועסטו שנעלער האבן טאמעיטאס, ווען סאיז שוין אזוי טיף אין די סעזאן איז כדי צו קויפן א גרעסערע ביימל וואס האט שוין בלומען (וואס פון דעם וואקסט ארויס די טאמעיטא) אדער אפילו קליינע גרינע טאמעיטאלעך זאלסט נאך קענען הנאה האבן דעם סעזאן.

פאר א בעגינער קען זיין א געדאנק צו קויפן די גאר ערוואקסענע פלענטס, סיי אויף צו קומען צום טעם, און סיי אויף צו כאפן די מהלך.
איז דער גרעיפ טאמעיטע שטייטער ווי טשערי?

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 12:50 pm
דורך בן נחום
קאנאדישע פארמער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 6:00 pm
איינער האט מיר געפרעגט אין אישי וועגן טאמעיטאס האבעך דאס גענטפערט, ביטע מעיר זיין אויב מעגליך.

יישר כח.
קאנאדישע פארמער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 5:56 pm

איך בין צוגעוואונט צו פלאנצן אין א פאט, נישט אין דער ערד איך מיין סאיז זייער גרינג זעה נאר צו באוואסערן יעדן טאג. אויך מאך זיכער די האסט די ריכטיגע זאמד מען קען קויפן פארשידענע פערטילייזערס אויך.
מעלות פון ערד איבער פאט:
געווענליך מער זאמד/שטח פאר ביליגער.
מייקרא נוטריענטס וואס די געקויפטע זאמד האט נישט.
בענעפישל באקטעריע און ערדווערם (וואס העלפן אויף גאר אסאך פראנטן)
די וואסער איז לענגער נוצבאר נאך א רעגן.

מעלות פון פאט איבער ערד:
כמעט נישט קיין ווילדע געוויקסן (וואס דאס אליינס קען שוין כמעט זיין די מכריע)
פעלט נישט אויס צו אקערן.
געווענליך איז די גאנצע זאמד פיל מיט קרעפטיגע כוחות - קיינמאל באנוצט.
אריינברענגן אדער ארומנעמען סוף סעזאן.
נער קאנטראל איבער וואס קומט צו צו דער זאמד.
פיל גרינגער איינצופלאנצן.
מען קען עס האבן אויפן פארטש - א געשמאק ארויסצוקוקן...

און אז מען רעדט שוין, פאר דער וואס האט דא מעורר געווען וועגען פרוכטביימער, קען דאס אויך זיין א לעזונג (כאטש עטוואס קאמפליצירט)

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 1:08 pm
דורך בן נחום
הודו להשם האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 10:14 am
קאנאדישע פארמער האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 6:00 pm
איינער האט מיר געפרעגט אין אישי וועגן טאמעיטאס האבעך דאס גענטפערט, ביטע מעיר זיין אויב מעגליך.

יישר כח.

געווענליך ווען א מתחיל פרעגט מיט וועלכע סארט אנצוהייבן וועט מען אים ענטפערן ער זאל אנהייבן מיט א 'דעטערמינעט' סארט, וועלכע וואקסן בלויז ביז ארום 3-4 פיס הויך ממילא איז גרינגער קער צו נעמען דערפון. רוב טשערי טאמעיטאס זענען 'אינדעטערמינעט' - וועלכע וואקסן עד אין סוף - ארום 8-10 פיס הויך - ביז די קעלט קומט אן, אדער זיי שטארבן פון דעזיזעס (מער מצוי).

איז האלט אבער נישט אזוי. איך האב אנגעהויבן די ערשטע מאל מיט טשערי טאמעיטאס, ווייל דאס גלייך איך מער.

אין אלגעמיין איז אסאך בעסער צו קויפן סידס.
1. ס'איז אסאאאאך ביליגער
2. האסט א גרעסערע אויסוואל
3. ס'פילט זיך בעסער... (ווען איך קויף א ביימעלע פיל איך כמעט אז איך קויף פערטיגע טאמעיטאס אין גראסערי.
4. א ביימל וואס ליגט אינעם גארדען סענטער שוין 2 חדשים וועט נישט וואקסן אזוי גוט ווי ווען דו פלאצט עס אליינס.

אין א קאנטענער וועלן די ווארצלען זיך נישט קענען אויסשפרייטן אזוי גרויס ווי זיי ווילן ממילא וועלן די טאמעטאס זיין קלענער ווי עס וואלט געקענט זיין (איך מיין אבער אז 1 טאמעיטא בוים אין א 10-גאלאן קאנטעינער וועט זיין גוט (איך האב געפלאנצט די ערשטע מאל אין 5-גאלאן באקעטס).

עס טרוקנט זיך אסאך שנעלער אויס, אויב פארגעסט מען צו באוואסערן גענוג אפט ריזיקירט מען מיטן לעבן פון די טאמעיטאס.
מיינע צוויי סענט:
דעטערמינעיט האט א מעלה פאר אזאך וואס פאנגט אן צו שפעט אין סעזאן צו ארויסגעבן א פולע קראפ, צוליב זיין נאטור אז ער שיסט ארויס אלעס אויפאמאל.
ביי די נייטשעיד פאמיליע (טאמאטעס, פעפערס, עגפלענט) מוזמען זיין א מומחה אויף צו סטארטן סידז, ווי אויך נעמט עס א ים מיט צייט. ביי די קריכעדיגע פאמיליע (אוגערקעס, סקוואש, מעלאנעס, קענטעלאפ) איז סיי א שאד די געלט אויף א פלענט, (די פלענטס זענען געווענליך מערסטנס דריי וואכן אלט) א שאד אויף די טרענפלענטינג סייד אפעקטס, און טאקע אויך א שאד אויך די ווערייעטיס און געשמאק.
איך גלייך צו קויפן ביי די פירמע rearseeds.com וואס זיי האבן לכאורה די גרעסטע אויסוואל פון נאטורליכע אייגענארטיגע און אינטרעסאנטע מינים (ביי טאמאטעס מיין איך אז זיי האבן יא הרכבות אויך)
מיט די לעטע נקודה מוז איך זיך דינגן, איך האט אין א שיסל פון צווי פיס ביי אכט אינטשעס און אכט אינטשעס הויך, א גאנצע מלוכה פון סאנפלאויערס, סקוואש, טאמאטעס, איגערקעס ועוד (מען פארדינט פון די ספעיסינג ווייל די קריכערס קענען ארומקריכן, די שטייערס לייגט מען ביי די עדזשעס, ווארצלען גייען אינמיטן. אזוי נוץ איך סיי די אינטערקראפינג מהלך, סיי די סקווער פוט גארדן מהלך) זיי זענען זיך אלע מחי'...

אפשר ווילסטו אויסרעכענן וועלכע מינים דו האסט שוין אלס פרובירט, אז איך זאל וואוסן וואס מען קען אייך אלס פרעגן?

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 1:24 pm
דורך בן נחום
איינער מיט עקספעריענס אויף פרוכט ביימער?

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 1:37 pm
דורך שטילע יוד
בן נחום האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 1:24 pm
איינער מיט עקספעריענס אויף פרוכט ביימער?
וועלכע סארט?

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 2:01 pm
דורך בן נחום
שטילע יוד האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 1:37 pm
בן נחום האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 1:24 pm
איינער מיט עקספעריענס אויף פרוכט ביימער?
וועלכע סארט?
בכלליות

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 2:48 pm
דורך א גוטע וואך
בן נחום האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 12:47 pm

( אפשר פון וואדרידזש ביז עלענוויל יא)
דארט איז דא בעסערע סאויל?

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 4:03 pm
דורך בן נחום
א גוטע וואך האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 2:48 pm
בן נחום האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 12:47 pm

( אפשר פון וואדרידזש ביז עלענוויל יא)
דארט איז דא בעסערע סאויל?
פאר א סיבה האב איך געשריבן אפשר. געוויסע געגנטער דארטן האבן. (אויך טיפער אין בעטעל, אבער די סיזאן איז דארטן קורצער און (לע"ע) נישט קיין גאנץ יעריגע יישוב)
איך וואלט ציגעלייגט הורליוואל - געציילטע פראפרעטיס
דא קען מען זען די קלימאט, און דא קען מען זען די זאמד קוואליטעט.

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 5:11 pm
דורך בן נחום
בן נחום האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 2:01 pm
שטילע יוד האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 1:37 pm
בן נחום האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 1:24 pm
איינער מיט עקספעריענס אויף פרוכט ביימער?
וועלכע סארט?
בכלליות
הרב שטילע איד, מיט וואס האט איר עקספעריענס?

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 8:54 pm
דורך שטילע יוד
בן נחום האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 5:11 pm
בן נחום האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 2:01 pm
שטילע יוד האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 1:37 pm
בן נחום האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 1:24 pm
איינער מיט עקספעריענס אויף פרוכט ביימער?
וועלכע סארט?
בכלליות
הרב שטילע איד, מיט וואס האט איר עקספעריענס?
איך האב גיפלאנצט א פייגען בוים.

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 12:36 pm
דורך בן נחום
שטילע יוד האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 8:54 pm
בן נחום האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 5:11 pm
בן נחום האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 2:01 pm
שטילע יוד האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 1:37 pm
בן נחום האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 1:24 pm
איינער מיט עקספעריענס אויף פרוכט ביימער?
וועלכע סארט?
בכלליות
הרב שטילע איד, מיט וואס האט איר עקספעריענס?
איך האב גיפלאנצט א פייגען בוים.
איר גייט מיט דעם מהלך פון עס אווערווינטערן האבנדיג דערביי איין קראפ א יאר, אדער זענט איר אין א גענוג ווארימע לאקאציע (ווי לעיקוואד און טייל ברוקלין) וואס עס פדערט נישט קיין קעיר?
עני פראבלעמען מיט תולעים? (אפיציעל דארף אין ני יארק נישט צו זיין)
וויפיל איז די יערליכע ייעלד? (בערך)

Re: אגריקולטור. אלעס איבער פלאנצונגען

געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 12:45 pm
דורך הודו להשם
זוקהיני סקוואש

zucchini.jpg
zucchini.jpg (372.11 KiB) געזען 761 מאל

zucchini 2.jpg
zucchini 2.jpg (377.34 KiB) געזען 761 מאל

zucchini 3.jpg
zucchini 3.jpg (380.09 KiB) געזען 761 מאל

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: