רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
אלטמאדיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

עס איז דא א קאמפלעצירטע רש"י די וואך וואס כ'האב זיך לאנג געמוטשעט גרינטליך צו פארשטיין, אבער נאכן לערנען און לערנען און איבער שמועסן מיט ת"ח פארשטיי איך עס ב"ה און איך וויל עס בס"ד מיטטיילן מיטן ציבור, זאלן אנדערע אויך נהנה זיין מזיו התורה.

קודם לשון רש"י:
לשמות מטות אבותם:אלו יוצאי מצרים שינה הכתוב נחלה זו מכל הנחלות שבתורה שכל הנחלות החיים יורשים את המתים וכאן מתים יורשים את החיים כיצד שני אחים מיוצאי מצרים שהיו להם בנים בבאי הארץ לזה אחד ולזה שלשה האחד נטל חלק אחד והשלשה נטלו שלשה שנאמר לאלה תחלק הארץ חזרה נחלתן אצל אבי אביהן וחלקו הכל בשוה וזהו שנאמר לשמות מטות אבותם ינחלו שאחר שנטלו הבנים חלקוה לפי האבות שיצאו ממצרים ואלו מתחלה חלקוה למנין יוצאי מצרים לא היו נוטלין אלו הד' אלא שני חלקים עכשיו נטלו ד' חלקים:

מיט אן אויבערפלעכליכע בליק קען זיך דוכטן אז די רש"י איז גאנץ פשוט. אבער אריינקוקענדיג אביסל טיפער ווערן די חשבונות צעמישט און ווי טיפער מ'גייט טרעפט מען זיך נאר נאכמער צעמישט, דעריבער לאמיר עס צענעמען.

כלל ישראל ווי מ'שטייט אצינד באשטייט פון אומגעפער 600,000 מענטשן בין כ' לס' וואס זיי זענען גילטיג צו באקומען א נחלה אין ארץ ישראל.
לאמיר נוצן באשטימטע מאסן לשבר את האוזן.
לדוגמא, ארץ ישראל באשטייט פון 60,000,000 מעטער וואס מיינט 60,000,000 / 6000,000 = 100 מעטער פאר יעדער נפש (כמובן וועט מען זיך נישט דא רעכענען מיט די 1730 מער ווי דער חשבון כדי נישט נאכמער צו קאמפלעצירן די חשבונות, אבער די חשבון גילט פאר די ס"ה פון 601,730 פונקט אזוי)

האט אבער השי"ת באפוילן אז דאס לאנד זאל צוטיילט ווערן כפי די יוצאי מצרים וואס זענען אויך געווען 600,000 און נישט נאר כפי די באי הארץ.
כפשוטו מיינט דאס אז זיי וועלן באקומען נאר האלב פון וואס עס קומט זיי ווי פאלגענד:

קודם לאמיר לייגן א בילד פון די משפחה
כל המשפחה.jpg
כל המשפחה.jpg (34.19 KiB) געזען 1240 מאל
מיר זעען דא א משפחה ווי רש"י לייגט עס אראפ, אברהם איז דער זיידע און ער האט געהאט צוויי קינדער יוצאי מצרים יצחק און יעקב, יצחק האט דריי קינדער באי הארץ, ראובן שמעון און לוי און יעקב האט איין קינד, יהודה.

טאמער וואלטן יצחק און יעקב באקומען איין טייל אין ארץ ישראל, וואס מיינט 100 מעטער יעדער, וואלט אויסגעקומען אז ראובן, שמעון און לוי ברויכן זיך צעטיילן צווישן זיך מיט 100 מעטער וואס קומט אויס 33.33 מעטער יעדער און יהודה וואלט באקומען 100 מעטער.
סך הכל וואלט משפחת אברהם באקומען בלויז צוויי נחלות אין ארץ ישראל.
חלוקה רק ליוצאי מצרים.jpg
חלוקה רק ליוצאי מצרים.jpg (46.23 KiB) געזען 1240 מאל
קומט רש"י און לערנט אונז אז זיי וועלן באקומען מער לויט יעדער משפחה פון די יוצאי מצרים.

און עס ארבעט ווי פאלגענד.
ראובן, שמעון, לוי און יהודה באקומען יעדער 100 מעטער, וואס מיינט אז משפחת אברהם פארמאגט בס"ה אצינד 400 מעטער וואס קומט אויס פיר נחלות.
חלוקה א' באי הארץ.jpg
חלוקה א' באי הארץ.jpg (33.56 KiB) געזען 1240 מאל
אוועטאר
אלטמאדיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

און דאן גייט דאס צוריק צו אבי אביהן, אברהם וואס איז מנחיל די 400 מעטער פאר זיינע קינדער יצחק און יעקב, פאר יעדן 200 מעטער.
חלוקה ב' אבי אביהן ליוצאי מצרים.jpg
חלוקה ב' אבי אביהן ליוצאי מצרים.jpg (30.83 KiB) געזען 1232 מאל
און אצינד צעטיילט יעדער פאר זיינע קינדער, יצחק פאר ראובן, שמעון און לוי ווסא יעדער פון זיי באקומט 66.66 מעטער און יעקב פאר יהודה, זיין בן יחיד באקומט די גאנצע 200 מעטער.
חלוקה ג' לבאי הארץ.jpg
חלוקה ג' לבאי הארץ.jpg (35.23 KiB) געזען 1232 מאל
איך האף אז עס איז פארשטענדליך.

(טאמער האט איינער א בעסערע קעפל קען ער מעורר זיין און כ'וועל טוישן)
אוועטאר
ערעב איד
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 03, 2020 11:47 pm
לאקאציע:אלל אווער דעי פלעיס

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ערעב איד »

זייער שיין און קלאר!!
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

זייער שיין.

אבער א שטיקל הערה. די גמרא זאגט אז די חלוקה איז נישט געווען לויט שטח נאר לויט שויות.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16947
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

@אלטמאדיש , איבערמעכטיג און קלאר. איצטערט נעמט אייך צו די אנדערע שיטה אין די גמ’ ווי אויך אלע שיטות ראשונים דערוועגן, מיר דארשטן.

יישר כח מעומק הלב.
אוועטאר
אלטמאדיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 10:05 am
זייער שיין.

אבער א שטיקל הערה. די גמרא זאגט אז די חלוקה איז נישט געווען לויט שטח נאר לויט שויות.
אמת, און רש"י ברענגט עס אויך אין פסוק נד, לרב תרבה נחלתו:לשבט שהיה מרובה באוכלוסין נתנו חלק רב וכו' ולא נתחלקה הארץ במדה לפי שיש גבול משובח מחברו אלא בשומא בית כור רע כנגד בית סאה טוב הכל לפי הדמיםכ'האב נאר גענוצט די מאסן לשבר את האוזן און ווייל אזוי איז דאס לייכסטע צו פארשטיין.

כמובן איז נישט שייך זיך צו באגעניגן מיט לערנען איין רש"י אויף אייוועלט וויבאלד עס וועט פעלן קאנטעסקס (איך רעד נישט פון די הלכה/ענין פון לערנען חומש רש"י יעדע וואך)
לעצט פארראכטן דורך אלטמאדיש אום מיטוואך יולי 05, 2023 10:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חלה טייג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2022 10:15 am

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה טייג »

PDF PLEASE
אוועטאר
אלטמאדיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

חלה טייג האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 10:15 am
PDF PLEASE
פרשת פינחס רש''י קפי' כ''ו פסוק נ''ה - אידיש.pdf
(123.69 KiB) געווארן דאונלאודעד 63 מאל
חלה טייג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2022 10:15 am

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה טייג »

אלטמאדיש האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 10:39 am
חלה טייג האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 10:15 am
PDF PLEASE
פרשת פינחס רש''י קפי' כ''ו פסוק נ''ה - אידיש.pdf
יישר כח
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1692
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

שיינע ארבעט,
הערליך געשריבן,
קלאר ארויסגעברענגט.

אויב זיכט איר א חברותא פאר יבמות, לאזט מיר וויסן...
שכח ר' נח
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 1:09 pm

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכח ר' נח »

באשעפער העלף! והאר עינינו איךפארשטיי נישט...
דאנק דעם אייבערשטן!
איבעצייגט אייך אליינס ס'גוט ס'זיס. ווען סאיז גוט און ווען סאיז נאך בעסער אייביג!!!
אוועטאר
אלטמאדיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

יאנאש האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 10:11 am
@אלטמאדיש, איבערמעכטיג און קלאר. איצטערט נעמט אייך צו די אנדערע שיטה אין די גמ’ ווי אויך אלע שיטות ראשונים דערוועגן, מיר דארשטן.

יישר כח מעומק הלב.
די אנדערע שיטה אין גמרא איז פשוט, ר' יאשיה האלט אז עס איז געווארן צעטיילט בלויז פאר די יוצאי מצרים, איי די פסוק לאלה תחלק הארץ? דאס קומט מוציא זיין די פון אונטער 20 וואס האבן נאר באקומען בזכות מורישהם כאטש זיי זענען געווען מיוצאי מצרים, דרש'נט מען אבער דאס ווארט "לאלה" כאלה, פונקט ווי פון די באי הארץ האבן נאר באקומען א נחלה פון די 20 און העכער, אזוי ווערט צוגעטיילט א נחלה פאר די יוצאי מצרים, נאר פון 20 און העכער.

די שיטות הראשונים ואחרונים, מפרשי התלמוד ורש"י זענען מלא וגדוש, ואין העת והעט אתי צו שרייבן אלעס, אלעס איז שיין מבואר אין די חומשים ובפונדק אחד אין די י"א מפרשי רש"י.

אגב, די סוגיא געפונט זיך אין ב"ב קט"ז מתני' און גמ' קי"ז, די משנה לכשעצמו איז גאר אינטערעסאנט, די משנה רעדט פון די בנות צלפחד וואס זיי האבן גע'ירש'נט, און די משנה זאגט אז זיי האבן באקומען דריי נחלות!
דאס איז וויבאלד סיי זייער טאטע צלפחד און סיי זייער זיידע חפר זענען געווען מיוצאי מצרים איבער די 20, דעריבער האבן זיי גע'ירש'נט נחלה 1 מיט גאנץ משפחת חפר = נתן תתן להם אחזת נחלה בתוך אחי אביהםוהעברת את נחלת אביהן להן, נחלה 2 מיט משפחת צלפחד = נתן תתן להם אחזת נחלה בתוך אחי אביהם והעברת את נחלת אביהן להן, און וויבאלד זייער טאטע איז געווען א בכור האט ער באקומען פי שנים צווישן זיינע ברודער די בני חפר, נחלה 3.
אוועטאר
אלטמאדיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

שכח ר' נח האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:50 pm
באשעפער העלף! והאר עינינו איךפארשטיי נישט...
וואס קוועטשט דיר? ביז וואו פארשטייסטו יא און פון וואו נישט?
אוועטאר
Rishi Sunak
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 24, 2022 1:28 pm

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rishi Sunak »

אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 10:05 am
זייער שיין.

אבער א שטיקל הערה. די גמרא זאגט אז די חלוקה איז נישט געווען לויט שטח נאר לויט שויות.
ע' ברמב"ן על המקרא
👍👍עס העלפט אייביג א לייק 👍👍
viewtopic.php?p=5530001#p5530001
נייע אויפגייענדע שטערן שרגי קלוגער
פאר Bookings ביטע ריף טעקסט
32456344196+

.
אטעטשמענטס
Bava k.PNG
Bava k.PNG (213.4 KiB) געזען 803 מאל
👍👍עס העלפט אייביג א לייק 👍👍
viewtopic.php?p=5530001#p5530001
נייע אויפגייענדע שטערן שרגי קלוגער
פאר Bookings ביטע ריף טעקסט
32456344196+
אוועטאר
Rishi Sunak
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 24, 2022 1:28 pm

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rishi Sunak »

Rishi Sunak האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 8:54 am
אוראייניקל האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 10:05 am
זייער שיין.

אבער א שטיקל הערה. די גמרא זאגט אז די חלוקה איז נישט געווען לויט שטח נאר לויט שויות.
.
אמר רבי יהודה סאה ביהודה שוה חמש מאין בגליל ולא נתחלקה אלא בגורל שנאמר אך בגורל ולא נתחלקה אלא באורים ותומים שנאמר על פי הגורל הא כיצד ג אלעזר מלובש אורים ותומים ויהושע וכל ישראל עומדים לפניו וקלפי של שבטים וקלפי של תחומין מונחין לפניו והיה מכוין ברוח הקדש ואומר זבולן עולה תחום עכו עולה עמו טרף בקלפי של שבטים ועלה בידו זבולן טרף בקלפי של תחומין ועלה בידו תחום עכו וחחר ומכרן ברוח הקדש ואומר נפתלי עולה ותחום גינוסר עולה עמו טרף בקלפי של שבטים ועלה בידו נפתלי טרף בקלפי של תחומין ועלה בידו תחום גינוםר וכן כל שבט ושבט.
👍👍עס העלפט אייביג א לייק 👍👍
viewtopic.php?p=5530001#p5530001
נייע אויפגייענדע שטערן שרגי קלוגער
פאר Bookings ביטע ריף טעקסט
32456344196+
חלה טייג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 25, 2022 10:15 am

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה טייג »

אלטמאדיש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 8:38 am
שכח ר' נח האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:50 pm
באשעפער העלף! והאר עינינו איךפארשטיי נישט...
וואס קוועטשט דיר? ביז וואו פארשטייסטו יא און פון וואו נישט?
איך האב אייביג געוואלט פארשטיין ווי קומט אהער אבי אביהן??
מילא יוצאי מצרים באי הארץ. אבער פארוואס ארויף לאבי אביהן
אנכי הרואה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 12:15 pm

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנכי הרואה »

@אלטמאדיש מאסיוו!

כ'האב דאס געהערט פון ר' שמעי' זז"ג אויף די שיעורים אבער קיינמאל עס גרונטליך אריינגענומען, ביז יעצט מיט דיין אזוי-קלארע הסברה מיט די דיאגרעמס!
(נישט אז ס'האט געפעלט אין ר' שמעי'ס הסברה, נאר אין מיין הבנה, והבן)
אוועטאר
מונאוויטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3006
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

יש"כ @אלטמאדיש פאר די קלארע טשארטס.

אגב, רבי ישעי' ווייס ז"ל אין לקט בהיר איז זייער גוט מסביר שיטת רש"י אין די דאזיגע סוגיא.

ער טוט אויף אז די גורל פון אלעזר הכהן אז געווען אויף די בערך'דיגע געגנט ווי יעדע שבט וועט קריגן אירע נחלות. למשל ירושלים, נגב, גליל, וכו.
דערנאך האט מען צוגעטיילט אין זייער גבול א מספר נחלות לפי די מספר הנפשות פון יענע שבט.

אנדערע זאגן אז די גאנצע גורל איז געווען ע"פ נס. דהיינו מען האט געהאט 12 צעטלעך מיט די גרויסע/קליינע גבולים, און די גורל האט צוגעטראפן די פאסיגע גבול פאר יעדע שבט.
אוועטאר
אלטמאדיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

חלה טייג האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 3:46 pm
אלטמאדיש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 8:38 am
שכח ר' נח האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:50 pm
באשעפער העלף! והאר עינינו איךפארשטיי נישט...
וואס קוועטשט דיר? ביז וואו פארשטייסטו יא און פון וואו נישט?
איך האב אייביג געוואלט פארשטיין ווי קומט אהער אבי אביהן??
מילא יוצאי מצרים באי הארץ. אבער פארוואס ארויף לאבי אביהן
הגע בעצמך, טאמער גייט די נחלה פון באי הארץ דירעקט צו די יוצאי מצרים באקומט יצחק די 300 מעטער פון זיינע קינדער ראובן, שמעון און לוי און יעקב באקומט די 100 מעטער פון זיין זוהן יהודה, קודם כל גארנישט טוישט זיך און דעריבער צו וואס פעלט אויס באי הארץ } יוצאי מצרים } באי הארץ?
און צווייטענס, די נחלות וועלן נישט ווערן צוטיילט לויט די ריכטיגע מאסן בגזירת הכתוב.

דעריבער קערט זיךדי גאנצע 400 מעטער צוריק צו אבי אביהן - אברהם און פון איהם ווערט דאס ווייטער צעטיילט פאר זיינע קינדער גלייך אויף גלייך, 200 מעטער יעדער איינער אא"וו.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

חלה טייג האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 3:46 pm
אלטמאדיש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 8:38 am
שכח ר' נח האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:50 pm
באשעפער העלף! והאר עינינו איךפארשטיי נישט...
וואס קוועטשט דיר? ביז וואו פארשטייסטו יא און פון וואו נישט?
איך האב אייביג געוואלט פארשטיין ווי קומט אהער אבי אביהן??
מילא יוצאי מצרים באי הארץ. אבער פארוואס ארויף לאבי אביהן
שטייט אין די מפ', ווייל די הבטחה פאר די יוצאי מצרים איז געווען 'ונתתי אותה לכם מורשה'.. דערפאר רעכנט מען כאילו זיי האבן עס באקומען בירושה פון זייערע עלטערן.
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
אשר אנשיל
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 09, 2022 12:39 am

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר אנשיל »

אוראייניקל האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 11:03 am
חלה טייג האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 3:46 pm
אלטמאדיש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 8:38 am
שכח ר' נח האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:50 pm
באשעפער העלף! והאר עינינו איךפארשטיי נישט...
וואס קוועטשט דיר? ביז וואו פארשטייסטו יא און פון וואו נישט?
איך האב אייביג געוואלט פארשטיין ווי קומט אהער אבי אביהן??
מילא יוצאי מצרים באי הארץ. אבער פארוואס ארויף לאבי אביהן
שטייט אין די מפ', ווייל די הבטחה פאר די יוצאי מצרים איז געווען 'ונתתי אותה לכם מורשה'.. דערפאר רעכנט מען כאילו זיי האבן עס באקומען בירושה פון זייערע עלטערן.
תוספות לערנט פשט אין רש״י אז עס גייט צו אבי אביהן נאר ווען ער איז מיוצאי מצרים
אוועטאר
אלטמאדיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

אוראייניקל האט געשריבן: פרייטאג יולי 07, 2023 11:03 am
חלה טייג האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 3:46 pm
אלטמאדיש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 8:38 am
שכח ר' נח האט געשריבן: מיטוואך יולי 05, 2023 3:50 pm
באשעפער העלף! והאר עינינו איךפארשטיי נישט...
וואס קוועטשט דיר? ביז וואו פארשטייסטו יא און פון וואו נישט?
איך האב אייביג געוואלט פארשטיין ווי קומט אהער אבי אביהן??
מילא יוצאי מצרים באי הארץ. אבער פארוואס ארויף לאבי אביהן
שטייט אין די מפ', ווייל די הבטחה פאר די יוצאי מצרים איז געווען 'ונתתי אותה לכם מורשה'.. דערפאר רעכנט מען כאילו זיי האבן עס באקומען בירושה פון זייערע עלטערן.
אין די עוז והדר חומש (כ'געדענק נישט וויאזוי זיי רופן עס, די מיט די טייטש אויפן פסוק אין רש"י) צייכענען זיי צו פון באר מים חיים [פון א ברודער פונעם מהר"ל] אז אבי אביהן ירש'נט וויבאלד זיי האבן מיטגעמאכט די סבלות מצרים, דעריבער קומט עס זיי.
אוועטאר
אלטמאדיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 12, 2022 8:33 am
לאקאציע:וואו אלטמאדיש איז ארויפגעקוקט

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטמאדיש »

זאל מען ווייטער גיין מיט די רש"י'ס פון די גבולות די וואך?

(כ'בין אליין נאכנישט קלאר דערין, אפשר וויל א צווייטער מיר אויסכאפן..)
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: רש"י פרשת פינחס קפי' כו פסוק נה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

אלטמאדיש האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 7:30 am
זאל מען ווייטער גיין מיט די רש"י'ס פון די גבולות די וואך?

(כ'בין אליין נאכנישט קלאר דערין, אפשר וויל א צווייטער מיר אויסכאפן..)
יא זיכער , כ'וואלט שטארק הנאה געהאט
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”