וואס קומט זיך מיר פאר אן אפגעשטופטע פלייט - דעלטא
מעשה שהיה כך היה.
איך האב געהאט א פלאן צו פארן פון די נ.י. געגענט קיין לונדון. איך האב נאר געקענט טרעפן א טיקעט וואס גייט פון JFK קיין דעטרויט (פאר מיין פרייז), און פון דארט קיין לונדון. שוין, סארא ברירה האב איך? האב איך געקויפט יענעם טיקעט, און אנגעקומן אין לופטפעלד באצייטענס. שטייענדיג אין ריי, באקום איך א טעקסט אז דער פלייט קיין דעטרויט איז אפגעשטופט, און איך 'על נישט קענן כאפן מיין רייזע קיין לונדון באצייטענס.
ביים דעסק האט מיר יענער ערלעדיגט א טיקעט דירעקט קיין לונדון, און איך האב געמוזט ווארטן זיבן שעה אין לופטפעלד דערפאר. זיי האבן מיר געשיקט א פופצן דאללאר וואוטשער פאר עסן און טרינקן, און דערנאך זיך אנטשולדיגט מיט 5000 עיר מיילס. איך בין דערנאך געפארן דירעקט קיין לונדון, און אלס איז שטארק געלונגן פון דארט און ווייטער.
מיין שאלה איז, איך האב באמת גארנישט פארלוירן דערפון, איז דען דא א וועג עפעס צו באקומן פון זיי?

מיט א נער חתמ׳ט מען נישט, אפילו אויף עשרת הדברות. ממילא גיי איך נישט חתמנ׳ן מיט זיך.