Miniature Museum אין בארא פארק

אטראקציעס, פארקס, און פלעצער צו פארברענגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Miniature Museum אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

פאריגע וואך האבן מיר אפגעשטאט א באזוך ביי א מוזעאום אין סאמע צענטער פון בארא פארק נאכן זען אן עד אין איינע פון די אויסגאבעס. הגם איך בין געגאנגען לכתחילה פלעין אנפילן א חלק טאג פון מיינע דעי קעמפערס בין איך ארויססגעגאנגען מיט א זעלטענעם גוטן מוד (mood) נאכן פארברענגען דארט א שיינע פאר מינוט מיט א זעלטענעם התפעלות.
עס איז סטריט לעוועל ענטרי און עס האט די מעלות עז פאללאוס:
יארגאנג: זיי האבן אויף איין שטאק ארויף א צימער מיט טויס פאר קליינע קינדער וואס זענען נאכנישט געאייגנט מיטן פארשטאנד און געדולד פאר מיניטשערס ווי עלטערן קענען ארויפגיין מיט די קליינע בשעת די עלטערע (אדער איינע פון די עלטערן) זענען אונטן. עלטערע קינדער פון כיתה ד'/ה' און עלטער ביז די 99 איז עס א הערליך און כשר פלאץ צו פארברענגען
אקטיוויטי: זיי געבן דיר א ביכל מיט א געוואלד מיט הערליכע דיטעלס וואס א מענטש וואלט קיינמאל אויפגעפאסט אליינס
טיפ מענטשן: עס איז גאר גוט פאר קינדער און עלטערע וואס קענען און האבן ליב מדרשי חז"ל ווייל עס איז אויסגעשטעלט מיט א געוואלד דיטעלס אויף דעם אופן
לויטן ביכל וואס זיי האבן מיר געגעבן איז עס פון זייערע נוי סוכה פון א שיינע פאר יאר וואס זיי האבן אלס צוגעלליגט און אוועקלייגט פשוט מחוסר מקום און די משפחה האט אויסגעשטעלט דעם פלאר מיט אלע זייער מיניטשערס אויף א פערמענאנטען באסיס נישט נאר אויף סוכות.
מתמידי טאלאנט איז א דוגמא מעין דמעין
קען זיין פאר די בארא פארק'ער עולם איז עס בכלל נישט קיין נייעס
זיי האבן א נאמען געגעבן פאר זייער פלאץ יפה ירושתינו
אדרעס
1250 55 סטריט
די עקזיביטס באשטייען פון קלענערע און גרעסערע מיניטשורס מיט געוואלדיגע יזיעות אריינגעלייגט אין א יעדן עקזיביט מיט פרטים ופרטי פרטים פון מאמרי ומדרשי חז"ל מיט א מורא'דיגן פאכמאנישקייט
איך ווייס אז דער פלאץ איז נישט עכט פאר עדווערטייזמענט אבער איך קען מיר נישט איינהאלטן
עקזיביטס:
חורבן בית המקדש
גלות נבוזראדן
קבר רחל
סמבטיון / בני משה / בעל אקדמות
ימי ביאת משיח:
תחיית המתים
כנפי נשרים
אומות העולם באים לירושלים
חוגגים חג הסוכות ונותצים הסוכות
מלחמת שור הבר ולויתן
סעודה בסוכת עורו של לויתן
שופר של משיח
מירון
גלות מצרים
משה רבינו / בתי'/ פרעה / עשר מכות
משה רבינו ביים סנה
יציאת מצרים
קריעת ים סוף
ביזת הים
דגלי מדבר
משכן
עלי' לרגל
שמחת בית השואבה
עזאזאל
יונה הנביא
יוסף מוקיר שבת
דוד המלך
ביכורים
שבעת המינים
שלש רגלים
א שטעטעלע אמאל
ועוד ועוד
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13823
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: Miniature Museum אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

א פיינע איד דער בעה''ב.

נישט געוויסט מ'קען אויך שפילן דארט אויבן.
ווי טאקע איז ישראל הלוי?
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4257
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: Miniature Museum אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

איך קען נישט דעם בעה"ב ווייל ווען איך בין דארט געווען האט די רביצין אויפגענומען. איך האב דא געלייגט די פרטים פשוט אלס אל תמנע טוב.
ביציקליסט
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 24, 2023 12:33 pm

Re: Miniature Museum אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביציקליסט »

הערט זיך אינטערעסאנט. איז פארהאן שעות? מען דארף אן אפוינטמענט? אדער מען שפאצירט פשוט אריין?
אך און וויי
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 25, 2022 12:28 am

Re: Miniature Museum אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אך און וויי »

נאמען איז יוזשעף אן איידעם פין ר’יחזקל ראטה זצ”ל
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1944
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

Re: Miniature Museum אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

בילדער?
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7544
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: Miniature Museum אין בארא פארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

כ׳בין דארט געווען פאריגע וואך מיט די קינדער. זיי האבן זיך מחיה געווען יעדע מינוט. אינטערעסאנט ווי זיי האבן נישט פארפעלט אפילו אזא פרט ווי די אור החיים הקדוש ארויפקריכן אויף אלע פיר אויף הר מירון.. זייער זיס די אלע דעטאלירטע פרטים
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
שרייב תגובה

צוריק צו “אויספלוגן”