קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע
ערשטע אינטערעסאנטע ידיעה:
דער ערשטער וועלכע איז געקומען חרוב מאכן דעם בית המקדש, איז געווען שלמה המלך'ס שווער!
שלמה המלך האט חתונה געהאט מיט בת פרעה, זיין שווער האט געהייסן שישק. נאך וואס שלמה המלך איז אוועק, האט זיך די מלוכה צוטיילט צווישן ירבעם בן נבט און רחבעם (בנו פון שלמה המלך, אבער נישט פון בת פרעה). ירבעם איז געווען א נאנטע פריינד פון שישק (ווען ער איז אנטלאפן פון שלמה המלך איז ער געלאפן צו שישק - שלמה המלך שווער). נאך די טיילונג האט רחבעם נישט געווען אזוי ערליך ווי מ'האט ערווארטעט פון אים, האט דער אייבערשטער געשיקט דעם שישק זאל גיין אייננעמען ירושלים און אלעס געבן פאר ירבעם און גאר חרוב מאכן דעם בית המקדש.
רחבעם און כלל ישראל האט תשובה געטוהן, האט שישק "נאר" מצליח געווען אריינצוקמען אין ירושלים און בא'גנב'ן דעם בית המקדש פון אלע זייערע אוצרות. דאס איז געווען א שטארקע "וועיק אפ קאול" פאר כלל ישראל אז דער בית המקדש וועט זיך ווענדן אין כלל ישראל'ס אויפפירונג, און עס קען אפילו חרוב ווערן.
נ.ב. דער שישק איז געווען פרעה נכה (דער הינקעדיגער פרעה)