Re: קרישקעלעך פון אידישע היסטאריע
דוכט זיך אז דער חתם סופר איז דן צו מען מעג טוישן צו נוסח ספרד וויבאלד דער אר"י הק' האט געלייגט כוונות דערויף.בני ציון האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 16, 2023 2:56 amאיך מיין אז די אלע משיגים אויפן חתם סופר, האבן במחילת כבודם גארנישט אפגעפרעגט.מושכל ראשון האט געשריבן: ↑ פרייטאג יולי 14, 2023 10:43 amאהא, די נוסח פונעם הייליגן בעל הניא איז "ע"פ נוסח האר"י ז"ל"ממי_שאמרו האט געשריבן: ↑ פרייטאג יולי 14, 2023 10:06 amחתם סופר וויל זאגן אז עס איז נוסח ספרד, אבער דער הייליגע צאנזע רב דינגט זיך מיט דעם און ווייזט אויף אז דאס איז אן עקסטערע נוסחמושכל ראשון האט געשריבן: ↑ פרייטאג יולי 14, 2023 7:37 amדי אר"י הק’ האט דאך זיין אייגענע נוסח; נוסח אר"י הק’, נישט אזוי?ממי_שאמרו האט געשריבן: ↑ פרייטאג יולי 14, 2023 1:13 amאר"י הק' א ספרדישע אדער אשכנזישער?
לויט גדולי ספרד (חיד"א, ר’ חיים פאלאג'י ועוד) איז ער געווען אן אשכנז.
לויטן חתם סופר ותלמידו המהר"ם שיק (מגדולי אשכנז) איז ער געווען א ספרדישע. הגם זיין נאמען איז געווען אשכנזי.
דער הייליגער צאנזע רב ברענגט נאך דעם תשובה פונעם חתם סופר, ער קריגט זיך אויפן עצם הנחה אז דער אר"י הק’ האט געמאכט נוסח ספרד, אבער נישט אויפן עצם הנחה.
דער קרן לדוד און מנחת אלעזר ווינדערן זיך יא זייער דערויף.
למעשה אלו ואלן זענען גערעכט! זיין מאמע איז געווען א ספרדישע און זיין טאטע אן אשכנז (כך לפי חוקרי הדורות)
די שאלה וואס מען איז דן איז צי נוסח ספרד האט אין זיך מער קדושה ווי נוסח אשכנז והא ראיה דער אר''י האט געשריבן זיינע כונות אויף נוסח ספרד. זאגט דער חתם סופר אז ס'איז נישט קיין ראיה וויבאלד דער אר''י איז געווען א ספרדישע, ממילא האט ער געשריבן אויף נוסח ספרד.
יעצט איז בכלל נישט נוגע צי ר'יצחק אשכנזי לוריא איז עטניש געווען א ספרדישע, אודאי נישט זיין נאמען איז דאך אשכנזי! וואס איז נוגע איז וואספארא חינוך האט ער באקומען, וואס אויף דעם איז דער חתם סופר הייליג גערעכט אז זיין חינוך איז געווען א ספרדישע ביי זיין פעטער אין מצרים, ממילא קומט אויס אז דאס וואס ער האט געדאווענט נוסח ספרד איז פשוט אלס זיין חינוך.
אגב, דער רמח''ל פלעגט דאווענען אשכנז מיט די כונות האר''י.
ער בלייבט דוכט זיך אז נוסח אשכנז איז פונקט אזוי חשוב און מיר דאווענען על דעת פון די קדושים וואס האבן געדאווענט די נוסח.
זאל איינער ברענגען דעם חתם סופר.