$700 פאר א שליסל?
מעשה שהיה כך היה, פאר דעם יאר פסח האב איך ארויסגעדונגען א קאר, און כ׳האב עס געדארפט צוריקגעבן ערב צווייטע טעג. למעשה האב איך געוואלט פארלענגערן די רענטעל האב איך צוגעצאלט נאך געלט פאר נאך אפאר טעג.
די קרעדיט קארד קאמפעני האט פאר סאם ריזען נישט דורכגעלאזט די טשארדזש, kyte האט געשיקט אן אימעיל אז ס׳איז נישט דורכגעגאנגען, אבער איך האב עס שוין נישט געזען.
מוצאי יו״ט דערזע איך מיר מיט מעסעדזשעס און אימעילס פון kyte מיט סטראשערייען אז זיי ברויכן צוריק ס׳קאר. כ׳האב פרובירט ענטפערן אויף טעקסט און אימעיל אדער קאלן, אבער קיינער האט קיינמאל רעספאנדעט, נאר געקומען פרישע מעסעדזשעס און אימעילס אז זיי מוזן צוריק האבן די קאר. פאר ווי וואס ווען באקום איך א שארפע אימעיל אז זיי האבן אליינס אויפגעפיקט די קאר און אז איך קען מער נישט דינגען ביי זיי קארס.
למעשה האבן זיי געטשארדזשט די געלט וואס איז נישט דורכגעגאנגען. און שוין.
יעצט באקום איך פון זיי אן אימעיל אז אזויווי זיי האבן נישט צוריקבאקומען די שליסל פון די קאר, און איך האב נישט גענומען ביי זיי קיין דעמעדזש אינשורענס, ברויך איך זיי צאלן שמערניש ווייניגער ווי $721.00 מיט שארפע ווארענונגען אז איך זאל מיר נישט פרובירן ארויסדרייען, און אויב איך באצאל נישט ביז 3 טעג גייען זיי עס איבערגעבן פאר קאלעקשאנס (וועא״מ), און ס׳גייט מיר שאטן מיין קרעדיט און אנדערע זאכן אין די לאנג ראן.
כ׳האב זיי געענטפערט אז זיי קענען מיר קאלן אויף מיין נאמבער, אבער אין קול ואין עונה. ווי זייער ביז יעצטיגע הלוך ילך וועלן זיי לכאורה שיקן נאך אימעילס, און צו וועם צו רעדן וועט נישט זיין.
מיין שאלה איז, וואס טו איך יעצט, און צי דארף איך בכלל עפעס טון?
טענקס אין עדווענס...