הערה: דאס האב איך געטון פאר מיין אשת חיל לכבוד אירע יומולדת. יעדע איינער מיט זיינע זאכן. כ'בין גרייט צו העלפן טוישן געוויסע זאכן.
צו מיין געטרייע ווייב, א מזל טוב בריוו פאר דיר איך שרייב, אין א גרויסע טאג יעצט די ביסט, די באשעפער דיינע תפילות ער גלוסט, א מזל טוב וואונטשען יעצט איך וויל-דיר, ווען אין מיין קאפ פארן ארום אזויפיל בילדער, פון די לעצטע יאר צייט, אלע זמנים וואס מיר האבן צוזאמען געהאט, ס'געווען געלונגענע צייטן, מער גוטע, ס'געווען זמנים מער שווערע, און אביסל ביטער, אסאך מאל צייטן פון א שמייכל אויסגעצויגען, און אסאך מאל זמנים פון טרערן פון די אויגן. און אזוי בויען אונז אונזער שטוב, די באשעפער האט אונז שטענדיג ליב, ער גייט שטענדיג מיט אונז מיט, יעדן טאג, יעדע רגע, יעדע מינוט, און ער ווייסט וואס פאר אונז איז גוט, און ער העלפט אונז אויף טריט און שריט. פון די אלע טעותים און פראבלעמען, האבן אונז זיך נישט וואס צו שעמען, די אלע זאכן האבן אונז געמאכט נאר גרעסער, ס'האט אונז נאר אויסגעלערנט וויאזוי צו פירן אונזער שטוב בעסער.
ס'אבער גארנישט מיר, ס'איז אלעס – א דאנק דיר!
ווען ס'מיר געווען שווער האסטו מיר פארשטאנען, איך דארף דיר עס נישט דערמאנען, ווען איך האב געדארפט הילף, א פלייצע, ביסטו אייביג געקומען מיט די ריכטיגע עצה, אסאך מאל ווען אין מיין הארץ איך האב געוויינט, האסטו מיינע מחשבות אפגעליינט, האסט פארשטאנען אז איך גיי עפעס אריבער, ביסט נאכגעגאנגען צו ארויסהאבן די סיבה, צו מיין רעכטע זייט ביסטו געשטאנען פעלזן פעסט, און געטון אלעס אז פאר מיר זאל זיין די בעסט, און אלע מיינע שווערע און גוטע זמנים, האסטו געזוכט מיר צו העלפן אויף אלע אופנים!
די ספר משלי איך געב אן עפן, אשת חיל מי ימצא, ס'שווער צו טרעפן, איך ווייס, און איך זאגן עס אפן, אז יא! ב''ה! איך האב עס געטראפן, גמלתהו טוב, אזויפיל חסד די טוסט, פאר יעדן, און אלעס פאר אומזיסט! מ'קען שטוינען און ווערן פארגאפט, פון דיפיה פתחה בחכמהמיט אזויפיל קלוגשאפט, ותורת חסד על לשונה, חסד מיט די תורה, טעמה כי טוב סחרה, יא, ס'גוט דיינע סחורה! שקר החן והבל היופי, א אשת חיל וואס פארשטייט, אז די אלע שיינקייטן, איז א נארישקייט, איך האב באקומען אאשה יראת ד' היא תתהלל, איך האב ליב צו זען ווי די ביסט אזוי ערליך מתפלל, יעדע נאכט מיט רוהיגקייט, איך גיי אויס פון וואונדער, און שבת ביי די לעכט ווי די וויינסט פאר גוטע קינדער.
ס'דא וואס צו רעדן נאך, אבער די בריוו גייט מיר נעמען צו שרייבן א וואך...
די אייבישטער זאל העלפן: זאלסט האבן א מזל טוב, ברכות והשפעות פון הימל אן א סוף, ביז די 120 געזונטערהייט, ס'זאל זיך ווייטער ציען די גאלדענע קייט, מיר זאלן זוכה זיין צו בני, חיי ומזוני רויחי, אריכת ימים ושנים, חי חי יודוך, ערליכע געזונטע קינדער, דורות ישרים ומבורכים, וואס גייען אין דיינע דרכים, טויזנט נחת, נישט האבן צער פון זיי קיינמאל, שמחת החיים, יראת שמים, אן א צאל, אמונה ובטחון, לעבן מיט השם, קענען שפירן שטענדיג די אני עמהם.

@יש משהו. אז דו פארסט יעצט אוועק פאר 2 וואכן, בין איך דיך חושד אז דו וואוינסט ערגעץ און יוראפ... דו פארסט אדער פאר האלידעיס כנוסח ענגלאנד, אדער פאר וואקאנץ כנוסח בעלגיע.....

(יעצט אנגעבאמפט אין די אשכול) ספעציעל אריין געלאגט צו לייקן די תגובה, דאס מיינט א עכטע אידישע הארץ!! הרב יש משהו האט א טאלאנט און ער וויל פשוט אז נאך אידן זאלן הנאה האבן פון אים, "איים עמעיזד"!!!
טריי נישט צו אנטלויפן ווייל דו גייסט מיט צו ווי דו אנטלויפסט
הערה: דאס האב איך געטון פאר מיין אשת חיל לכבוד אירע יומולדת. יעדע איינער מיט זיינע זאכן. כ'בין גרייט צו העלפן טוישן געוויסע זאכן.
צו מיין געטרייע ווייב, א מזל טוב בריוו פאר דיר איך שרייב, אין א גרויסע טאג יעצט די ביסט, די באשעפער דיינע תפילות ער גלוסט, א מזל טוב וואונטשען יעצט איך וויל-דיר, ווען אין מיין קאפ פארן ארום אזויפיל בילדער, פון די לעצטע יאר צייט, אלע זמנים וואס מיר האבן צוזאמען געהאט, ס'געווען געלונגענע צייטן, מער גוטע, ס'געווען זמנים מער שווערע, און אביסל ביטער, אסאך מאל צייטן פון א שמייכל אויסגעצויגען, און אסאך מאל זמנים פון טרערן פון די אויגן. און אזוי בויען אונז אונזער שטוב, די באשעפער האט אונז שטענדיג ליב, ער גייט שטענדיג מיט אונז מיט, יעדן טאג, יעדע רגע, יעדע מינוט, און ער ווייסט וואס פאר אונז איז גוט, און ער העלפט אונז אויף טריט און שריט. פון די אלע טעותים און פראבלעמען, האבן אונז זיך נישט וואס צו שעמען, די אלע זאכן האבן אונז געמאכט נאר גרעסער, ס'האט אונז נאר אויסגעלערנט וויאזוי צו פירן אונזער שטוב בעסער.
ס'אבער גארנישט מיר, ס'איז אלעס – א דאנק דיר!
ווען ס'מיר געווען שווער האסטו מיר פארשטאנען, איך דארף דיר עס נישט דערמאנען, ווען איך האב געדארפט הילף, א פלייצע, ביסטו אייביג געקומען מיט די ריכטיגע עצה, אסאך מאל ווען אין מיין הארץ איך האב געוויינט, האסטו מיינע מחשבות אפגעליינט, האסט פארשטאנען אז איך גיי עפעס אריבער, ביסט נאכגעגאנגען צו ארויסהאבן די סיבה, צו מיין רעכטע זייט ביסטו געשטאנען פעלזן פעסט, און געטון אלעס אז פאר מיר זאל זיין די בעסט, און אלע מיינע שווערע און גוטע זמנים, האסטו געזוכט מיר צו העלפן אויף אלע אופנים!
די ספר משלי איך געב אן עפן, אשת חיל מי ימצא, ס'שווער צו טרעפן, איך ווייס, און איך זאגן עס אפן, אז יא! ב''ה! איך האב עס געטראפן, גמלתהו טוב, אזויפיל חסד די טוסט, פאר יעדן, און אלעס פאר אומזיסט! מ'קען שטוינען און ווערן פארגאפט, פון דיפיה פתחה בחכמהמיט אזויפיל קלוגשאפט, ותורת חסד על לשונה, חסד מיט די תורה, טעמה כי טוב סחרה, יא, ס'גוט דיינע סחורה! שקר החן והבל היופי, א אשת חיל וואס פארשטייט, אז די אלע שיינקייטן, איז א נארישקייט, איך האב באקומען אאשה יראת ד' היא תתהלל, איך האב ליב צו זען ווי די ביסט אזוי ערליך מתפלל, יעדע נאכט מיט רוהיגקייט, איך גיי אויס פון וואונדער, און שבת ביי די לעכט ווי די וויינסט פאר גוטע קינדער.
ס'דא וואס צו רעדן נאך, אבער די בריוו גייט מיר נעמען צו שרייבן א וואך...
די אייבישטער זאל העלפן: זאלסט האבן א מזל טוב, ברכות והשפעות פון הימל אן א סוף, ביז די 120 געזונטערהייט, ס'זאל זיך ווייטער ציען די גאלדענע קייט, מיר זאלן זוכה זיין צו בני, חיי ומזוני רויחי, אריכת ימים ושנים, חי חי יודוך, ערליכע געזונטע קינדער, דורות ישרים ומבורכים, וואס גייען אין דיינע דרכים, טויזנט נחת, נישט האבן צער פון זיי קיינמאל, שמחת החיים, יראת שמים, אן א צאל, אמונה ובטחון, לעבן מיט השם, קענען שפירן שטענדיג די אני עמהם.
בקרוב ממש זוכה זיין, צום גאולה השלימה, בב''א
הערליך שיין! געוואלדיג שבגעוואלדיג!
פראבלעם איז וואס איז מיט, למשל מיר, וואס קען נישט געבן אזא בריוו וואס רוב זאכן איז פשוט נישט אמת?