Re: טשיקן מאנקי
פון אלע גירסאות וואס איז דא אויף די מעשה איז דאס די איינציגסטע וואס מאכט די מערסטע סענס....שלמה מולכו האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יולי 13, 2023 12:52 amחחח…שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 12, 2023 5:26 pmס'האט פאסירט צוויי עקסטערע געשעענישן.איך בין גערעכט האט געשריבן: ↑ מיטוואך יולי 12, 2023 4:29 pmסעגבוירען גרויס??? אדער סעגבוירן פון א מאנקי אביסל פשוטע פאקטן ביטע??
איינס, א טשיקן וואס געהערט צום פרינצעסין פון די קעניג פון מוזאמביק איז דורכגעפלויגן נעבן די העליקאפטער פון די מוזאמביקער קעניג און די אויבערשטע טייל פון איר באליבטע פעט איז געווארן אפגעשניטן דורך איינע פון די פראפעלערס. די צווייטע פאסירונג האט פאסירט אין א שטעטל אינעם דערנעבנדע זימבאבווע, ווען א באליבטע סירקוס מאלפע איז אראפגעפאלן פון א שנעל-פארנדע באן אויפן וועג צום הויפטשטאט האַראַרע, ארונטערגעפאלן אונטער איינע פון די וואגאנען און דאס ערגסטע איז געשען, ליידער.
די צוויי זענען געברענגט געווארן צו די פאַרירעניאַטווע וועטערינאר שפיטאל, און א פארדריסליכן טעות האט פאסירט ביים אפערירן די צוויי באליבטע באשעפענישן, ווי מען קען אליינס זען מיט די אייגענע צוויי פליישיגע אויגן.
דאס האט פאסירט שוין נאכן געלונגענע אפעראציע, ווען די מאלפע האט געדארפט גיין זיינע באדערפענישן און צום גרויסן שאק זיינער איז ארויסגעקומען א ציכטיגע ריינעם איי. דאקטוירים זאגן אז די שרעק האט גורם געווען די פאראליזאציע אויפן געזיכט, כאטש טעסטס צייגן אז מאלפע איז פולקאם ביים באוואוסטזיין.
אזעלכע שטותים צאמצורעדן, קיין איין זאך אין די תגובה שטימט נישט חוץ פון די אז די טשיקן איז געפלויגן…
ווי האט יענער געזאגט, בלק איז ר״ת באהבת לרעיך קמוך, נאר די למ״ד שטימט נישט.
איך בין א שלהבת איד!!! viewtopic.php?t=65737