@אלע צוזאמען'ס טאגבוך: ראוד טריפ איבער די נארט איסט שטאטן - (ראוד איילענד, מעסעטשוטשעס ח"ב ארויף)

אטראקציעס, פארקס, און פלעצער צו פארברענגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע:קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

@אלע צוזאמען'ס טאגבוך: ראוד טריפ איבער די נארט איסט שטאטן - (ראוד איילענד, מעסעטשוטשעס ח"ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

א קורצע הקדמה צום טאג בוך:
דער פאלגענדע טאג בוך איז שוין געווען אפגעשריבן ביי מיר (א חלק) פון א קורצע צייט נאך די נסיעה, אבער היות א גרויס חלק דערפון איז נאכנישט אפגעשריבן, האב איך געטראכט אז איך וועל קודם אנהויבן ארויסצולייגן דער ערשטע קאפיטל פון וואס איך האב און דורכדעם האבן א דרייוו עס צו ענדיגן צו שרייבן, איך מוז אבער מאכן דריי קורצע דיסקלעימער'ס בעפאר.
1) דאס איז דער ערשטע מאל איך לייג ארויס מיינע געשריבענע ווערק אין פאבליק, (עכ"פ פאר א גרעסערע אודיענס) , במילא ביטע פארשטייט אז נישט אלס וועט זיין פערפעקט, און אדרבה ביטע לאזט מיר וויסן די קאנסטראקטיוו קריטיק וואס איר האט אפשר און האלט אז איך קען פארבעסערן.
2) היות דער חלק פונעם טאג בוך וואס איז שוין געווען אפגעשריבן איז נאך געווען גלייך אחר המבול, ווען דער מח איז נאך געלאפן מיט קאראנע, האב איך באשלאסן יעצט ביים איבערקוקן און צופיצן, נישט ארויסצונעמען די זאכן וואס איך וואלט היינט שוין נישט געשריבן ווייל עס גיט צו צו יענעם ארגינעלקייט.
3) איך האב צוגעלייגט לינקס צו די פראדוקטן וואס איך האב גענוצט אדער זייער ענדליכע, דאס איז נישט קיין אינדארסמענט אויף דעם פראדוקט נאר פשוט צו ווייזן פון וואס איך רעד אדער וואס איך האב געקויפט (א חלק לינקס זענען אפיליעטעד) .

ובזה החלי:

די הכנות צו די נסיעה
נאכן אהיימקומען פון די נסיעה וואס מיר זענען געפארן אויף די צייט פון ל"ג בעומר (וואס וועט נאך אי"ה באשריבן ווערן איין טאג) האבן מיר באשלאסן אז דער קומענדיגע נסיעה וועט אי"ה זיין מער אויף א ראוד טריפ סטייל, ווי מען האלט זיך אויף יעדן טאג אין א צווייטן פלאץ און אזוי רוקט מען זיך צוביסלעך ווייטער צו דער קומענדיגע דעסטינאציע, און היות מיר האבן געפלאנט צו פארן אין די זומער חדשים איז געפאלן די גורל אויף די נארט איסט שטאטן ווי עס איז שווערער צו פארן אין די ווינטער, און אויך ווייל מיר האבן געוואלט אנקומען צו עקעדיע נעשינאל פארק (פארוואס? ווייל דאס איז דער נענטסטע נאציאנאלע פארק צו אונזערע געגענטער, און נאכן קויפן ביי די ל"ג בעומר טריפ א אמעריקע דער ביוטיפאל קארטל האט מען דאך פארשטייט זיך געמוזט אנקומען צו ווי מער נאציאנאלע פארקס אין דעם יאר) , דאס מאל האבן מיר אנגעהויבן די הכנות צו די נסיעה גאנץ פרי (כמעט 3 וואכן) מיטן ציל אז אלעס פון די נסיעה זאל מער ווייניגער זיין אויסגעפלאנט פאר די נסיעה אזוי ארום אז מען זאל נישט דארפן באשטעלן קיין האטעלן אדער אנדערע זאכן בשעת די נסיעה (פארשטייט זיך אז עס האט נישט פונקט געארבעט אזוי אויף למעשה, אבער שוין) .
א וואך פאר די נסיעה איז שוין געווען מער ווייניגער אויסגעארבעט אין וועלכע געגנטער מיר וועלן שלאפן און צו וועלכע פלעצער מיר ווילן לכתחילה אנקומען הגם די ריסורטש וואס צו טוהן אין די פלעצער איז בכלל נישט געווען שטארק אויסגעארבעט און די פלאן איז געווען צו גיין מער ספאנטאניש אויף די עצם אקטיוועטיס (בעיקר ווייל ווען מען פארט מיט א בעבי קען מען זיך נישט פונקטליך אויסרעכענען).
צו זיין גרייט אויף די נסיעה האבן מיר איינגעקויפט א קליינע פרידיזשער פארן קאר (צו האבן קאלטע טרינקן בכל עת מצוא) מיר האבן אויך געקויפט א אוטלעט אין וואס עס איינצופלאגן אבער למעשה איז עס געקומען מיט א קאר פלאג, אזוי אויך האבן מיר געקויפט א פלעי פען פארן קליינעם צו שלאפן, (נישט צו דארפן אנקומען צו די טובות פון די האטעלן) אפאר צוזאמלייג בענקלעך לעת הצורך און אסאך וואסער און עסן.

מוצאי שבת
די פלאן איז געווען ארויסצופארן זונטאג גלייך אינדערפרי נאכן דאווענען, דערפאר האבן מיר שוין מוצאי שבת איינגעפאקט אלע האב און גוטס כדי צו זיין גרייט גלייך אינדערפרי צו פארן, מיר האבן מיטגענומען איין גרויסע רענצל אין וואס מיר האבן אריינגעלייגט אלע וועש (איינגעפאקט אין פעקינג קיובס פאר יעדן טאג באזונדער נישט צו דארפן שווער ארבעטן עס אויפצוזוכן) און אלע אנדערע זאכן וואס מען האט געדארפט פאר די וועג, דערנאך האבן מיר גענומען א קליין האנד באגאדזש (hand luggage) וואס דאס מען וועט אריינשלעפן יעדן טאג דארט ווי מען שטייט איין (און אין דעם האט מען יעדן טאג אריינגעלייגט די בעג וועש פאר מארגן, זייף און אנדערע טעגליכע necessity’s) אזוי אויך האבן מיר איינגעפאקט אן עקסטערן האנד באגאדזש ווי עס איז געלעגן אלע שבת זאכן אזוי אז מען זאל דאס נישט דארפן שלעפן אריין און ארויס דורכאויס די גאנצע וואך.
דערנאך האבן מיר געהאט א גרויסע באקס פון סנעקס און נאש, נאך א באקס פון טריקענע עסן ווי קרעקערס, קענס און נאך, א באקס פון זאכן וואס מען וועט נוצן אויף צו אנגרייטן די עסן ( betty crocker , Gorge forman , cheese grill , קעסל ועוד) און פלעסטיק כלים, א גרויסע ice box פאר אלע פרידזש זאכן און א עקסטערע קליינע Ice Bag פאר פריזער זאכן (פלייש, פיש און פראזען פיצה), און אזוי אויך א גאנצע קעיס פון קליינע וואסער באטלעך (וואס איז אויסגעקומען בעסער ווי צו קויפן גרויסע באטלעך) .

זונטאג August 1 - כ"ג אב תשפ"א
זונטאג אינדערפרי נאכן דאווענען זענען מיר נאך געגאנגען ערלעדיגן די לעצטע פאר זאכן וואס מען האט געדארפט, אנגעפילט די טאנק מיט גאז (און געקויפט צוויי בעגס פון אייז פאר די אייז באקס ביי די געז סטעישאן) איינגעפאקט די זאכן אין קאר און ויסעו מיר האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג, אריינלייגענדיג אינעם GPS די ערשטע סטאפ ניופארט ראוד איילענד.
למעשה זענען מיר ארויסגעפארן אביסעלע שפעטער ווי געפלאנט אבער נישט צו שפעט, די פראבלעם איז געווען אז גלייך אנהויב האבן מיר שוין באמערקט אז די די וועג איז לענגער געווארן מיט איבער א שעה צוליב א עקסידענט וואס האט פאסירט נעבן סטעמפארד קאנעטיקעט, ס'הייבט זיך אן.
אויפן וועג האבן מיר פרובירט צו אויסגעפינען אביסל משפחה אינפארמאציע, האבנדיג געהערט אז עס קען גאר זיין אז מיר האבן א זיידע וואס ליגט אין ראוד איילענד, אבער נאכן רעדן 20 מינוט אויפן טעלעפאן מיטן עלטער פעטער איז באשטעטיגט געווארן אז נאר אין קאנעטיקעט (גראדע אויך אין קאליפארניע) איז דא פון די זיידעס (און די אנדערע וואס איך האב געטראפן אויף פיינד עי גרעיוו אין ראוד איילענד זענען לכאורה קאזינס, אדער אפשר דאס אויך נישט).

די טרעפיק אויפן I95 האט זיך שטייטליך געריקט ווען מיר שניידן אדורך גאנץ קאנעטיקוט, נאך צוויי שעה האט מען זיך אפגעשטעלט ביים ערשטן סערוויס סטעישאן פון דער נסיעה, נוצבארע טיפ: ווען אימער מ'פארט צו א נייע פלאץ לוינט זיך אפצושטעלן דווקא ביי א סערוויס סטעישאן אויף די אינטערסטעיט ווייל דארט קען מען טרעפן מער פון די אלע מינע אינפארמעישאן גיידס וכדומה (שמירת עיניים אלערט) , נאך א קורצע סטאפ און אביסל שטרענגע בליקן אויף מיין מאסק וואס איז פלאצירט אונטער די נאז, האט מען זיך ארויסגעלאזט ווייטער אויפן I95, נאך אפאר מינוט האט שוין די געדולד געפלאצט פון די טרעפיק און מען האט זיך גענומען פארן דורך די שטעטלעך וואס שטייען גלייך אויפן וואסער, עס איז גראדע געווען גאנץ אינטרעסאנט נעמענדיג אין באטראכט אז די שטעטלעך דארטן זענען פון די עלטסטע אין די פאראייניגטע שטאטן, שטעטל נאך שטעטל הצד השוה שביניהם דינע געסלעך, שטיינערנע ראודס ביי די זייטן און נידעריגע הייזער מיט אמעריקאנע פענער, דא דארט קען מען אויך דערקענען וועלכע שטעטל געהערט פאר וועלכע פארטיי מיט שרייעדיגע יארד סיינס וואס האלט נישט ביים אוועקגיין איבער א האלבע יאר נאך די וואלן.
ארום 2:30 (סאך שפעטער ווי געפלאנט - אבער אלץ טוט דער פון אויבן) זענען מיר אריינגעפארן אין די קלענסטע שטאט אין אמעריקא (אין שטח - ביז ווילאנג וואשינגטאן די סי וועט עס איבערנעמען) ראוד איילענד, אן סאפרייזינגלי קוקט עס נישט אויס אנדערש ווי די געגנט ארום, די זעלבע טאול ווי איבעראל, נישט די בעסטע ראודס און שוין.

איז אזוי, ווען מיר האבן געפלאנט די נסיעה האב איך פרובירט נאכצוזוכן אינפארמאציע אויף אלע געגנטער וואס די פלאן איז געווען צו אנקומען אהין (ווי? אה פארשטייט זיך אידישע וועלט! - און נאך אסאך פלעצער) האב איך דעמאלטס פארשטאנען אז מיט איין צוויי טעג וויילן אין ראוד איילענד וועלן מיר נאר קענען אניאגן צו באזוכן איינס פון די פילע פאלאצן מיט וואס ניופארט איז באשאנקן, האבן מיר באשלאסן צו אננעמען די ראט פון אחד מהחברייא דא (געדענק איך נישט ווער) וואס טענה'ט אז ווען מען האט געזעהן די ברעיקערס האט מען שוין יוצא געווען אלע אנדערע אויך, זענען מיר טאקע גלייך צוגעפארן צו די פאלאץ אשר בשם יכונה "די ברעיקערס", פאר סאם ריזען האט מען מיר איינגערעדט (דאכזיך מיר דא שטייט אזוי און זיכער אויף זייער וועבסייט און אויף די וועבסייט פון טורא) אז עס איז נישט דא דארט קיין פארקינג, אויף אזוי ווייט אז איך האב מיך געגרייט צו פארקן און א פארקינג לאט אפאר גאסן אראפציער, אבער למעשה איז דאס סתם שטותים (עכ"פ אזוי איז געווען מיין עקספיריענס) , און עס איז דא דארט א גרויסע פארקינג לאט מיט אסאך פלאץ, קען זיין אז געווענדליך איז עס פיל אבער ווען מיר זענען אנגעקומען דארטן ארום 3:30PM די פארקינג לאט טאקע געווען גאנץ פיל אבער מיט איבער גענוג פלאץ פאר אונזער וויהיקעל, מיר האבן ארויסגעיאגט פון קאר נאכן זיצן 4 5 שעה דארטן (מיט א קורצע סטאפ אינמיטן) און אריין צום חצר המלך.

אביסעלע היסטאריע פונעם פלאץ: די ברעיקערס איז א מענטשאן (נישט דער סענעטאר) וואס איז געבויט געווארן אלץ א זומער היים פאר סיר וואנדערבילט וואס איז געווען פון די גרעסטע עשירים בימיו, בשעתו איז ראוד איילענד געווען די שטאט ווי די רייכע עליטע האט זיך אויסגעקורט דורכן זומער (כדוגמת פלארידא, קאליפארניע כהיום) , דער הויז איז געבויעט געווארן מיט א הערליכע גריכישע סטייל און מיט די נייעסטע טעכנאלאגיע פון יענער צייט, דער הויז האט ארום 4 שטאק (איך בין נישט זיכער דערין ווייל נאר 2 איז אפן אבער אזוי קוקט עס אויס) און א גאנצע אפטיילונג פאר די ארבעטער (אפשר קנעכט, לכאורה נישט ווייל עס איז שוין נישט געווען דאן סעלעווערי און עס איז דאך אין די נארט? איך בין נישט זיכער), דער טרויעריגע חלק פון די מעשה איז אז דער סיר האט אפילו נישט אנגעיאגט צו הנאה האבן פונעם פאלאץ נאך וואס ער איז געשטארבן אין דער ערשטער יאר נאך וואס מען האט עס געענדיגט בויען.

לינק צו די סייט פון די ברעיקערס מיט אלע אינפארמאציע

דער בנין פון די פארנט.jpg
דער בנין פון די פארנט.jpg (358.3 KiB) געזען 1230 מאל
גלייך ווען מען קומט אריין אין חצר דורכן טויער זעהט מען שוין די הערליכע גארטן וואס נעמט ארום דעם פאלאץ, אויף די לינקע זייט איז דא א קליין הייזקעלע ווי דער שומר הפתח פלעגט וואוינען און היינט איז דאס די וועלקאם סענטער ווי מען קויפט די טיקעטס אריינצוגיין, מען קען קויפן א טיקעט נאר פאר די ברעיקערס אדער קען מען קויפן א טיקעט קאמביינד אויך פאר די אנדערע פאלאצן, מיר האבן ווי געזאגט געקויפט נאר פאר די ברעיקערס (פרייז: $26 א מענטש - געווען דעמאלט) נוצבארע אינפאו: מען קען נישט אריינעמען אינעם בנין א קערידזש, (נישט געווען נוגע פאר אונז ווייל מיר ניצן אייביג א קענגראו ) דער אויסשטעל פונעם פאלאץ איז הערליך, (הגם נאכן באזוכן די באקינגהאם פאלאץ פון אינעווייניג ווער איך שוין נישט אזוי נתפעל פון אנדערע פאלאצן, אבער ווי נישט ווי איז דאס ביים ברעג וואסער וואס גוט אסאך צו צו דער אטמאספערע און ארויסקוק) דער ענטרענס איז אויסגעשטעלט ווי א קאורט יארד אריינצוגיין (עס איז דא דארטן צעטלעך צו נעמען וואס זאגט דיר וואס דו זעסט אלס אויפן וועג - האבן מיר גענומען די ענגלישע און אויף עברית - אזוי אויך פאר דער וואס האט עקסעס קען מען דאונלאודן א עפפ פון ניופארט מענטשיאנס וואס האט א אודיא טור גייד) ווי מען כאפט גלייך א לינקס אריין אינעם בנין (עכ"פ אזוי גייט דער רוט), שיינע וואסער פאונטעינס, הערליכע צימערן, טייערע מעבל, שענדליערס פון לעכט, אינטערסאנטע אינסטרומענטן, (עקלדיגע סטעטיאוס), קונצליכע גרעווינגס, באצירטע דעכער, מאיאסטעטישע טרעפן, דאס איז אלס נאר א חלק וואס מען קען אלץ זעהן אויפן ערשטן שטאק פון דעם פאלאץ (עס איז א שאד צו שרייבן פרטים פון די צימערן ווייל דאס דארף מען זעהן מיט בילדער) .
איינע פון די צימערן.jpg
איינע פון די צימערן.jpg (397.92 KiB) געזען 1230 מאל
ארויפגייענדיג צום צווייטן שטאק קען מען אריינגיין אין די שלאף צימערן פונעם מיסטער און עקסטער פונעם מיסיס אזוי אויך די שלאף צימערן פון די קינדער און די געסט ראומס (דאס האב איך שוין נישט געזעהן אין באקינגהאם איז עס געווען אינטערסאנטער), א אינטרעסאנטע זאך וואס איך האב באמערקט איז אז אין יעדן צימער איז דא אזא קליינע ווענטל כדוגמת חתונה מחיצות וואס אונטער דעם איז דא א פשוטע בענקל, די פשט פון דעם איז (לויט ווי עס שטייט דארט) אז א גאנצע נאכט איז געזעצן א סערווענט אונטער דעם צו זיין גרייט אויב מען דארף עפעס, אבער יענער טאר דאך נישט זעהן ווי די האר (אפילו א קליין קינד) שלאפט האט מען געמאכט אזא מחיצה וואס אויף די זייט וואס איז אויסגעדרייט צום בעט ווי די בעל בית זעהט איז דא שיינע בילדער, און די אנדערע זייט זיצט דער באדינער (וואס פארשטיי מיר אונז) , פון דארט גייט מען אריין צום ריזיגן פארטש אויפן צווייטן שטאק וואס איז אפן צום וואסער מיט א הערליכע וויאו פון די בעק יארד (גראז און בלומען) און די וואסער וואס מען זעהט מיילן ווייט ארויס (אה, א ליפטל - נאך מער מען האט אפילו געמעגט אראפנעמען די מאסק).
די ארויסקוק פונעם פארטש.jpg
די ארויסקוק פונעם פארטש.jpg (220.21 KiB) געזען 1230 מאל
ווייטער ארויף צו די קומענדיגע שטאקן לאזט מען נישט גיין נאר דער טור גייט אויף אראפ צום קאך (דער חילוק צווישן די סטעפס פון אינערווייניג אין די הויז צו די בעק עלי'ס ווי די באדינער זענען געגאנגען איז שרייעדיג) אינעם קאך זעהט מען סה"כ די אלע כלים וואס זיי האבן געניצט אין יענע יארן, און זיי האבן שוין דארט אפילו אן אינטערקאם, און אזוי אויך איז דא דארט נעבן דעם א גיפט שאפ ווי מען קען קויפן אלע מינע שמאנצעס און ביכער פאר סאווערניעס, (עס איז דא אסאך שטותים וועגן דער פרוי פונעם סיר וואנדערבליט וואס איז געווען א שטארקע אקטעוויסטקע בימים ההם פאר פרויען רעכטן) .

ארויסקומענדיג אינדרויסן זענען מיר געגאנגען אביסל הנאה האבן פון די גראנדס פונעם שטח, עס איז דא א קליין גארטן פון בלומען און דערנאך איז עס א ריזיגע אפענע גראז פעלד ביז צום וואסער וואס רוישט פון אונטער דעם, מיר האבן ארומשפאצירט דארטן ארום א שעה, מען קען ארומגיין די גאנצע בילדינג און פון ביידע זייטן איז דא אזעלכע גערטנער מיט ביימער (עס איז גאנץ שיין קעיר גענומען) בענק צו זיצן און נאך.

די פלאן ארגינעל איז געווען אז מען וועט ענדיגן סאך פריער ביי די ברעיקערס (היות מיר האבן שוין געהאפט אנצוקומען דארט נאך פאר איינס אזייגער) און דערנאך שפאצירן אויפן קליף וואלק, וואס איז א הערליכע שפאציר גלייך ביים וואסער, אבער היות מיר האבן פארלוירן אסאך צייט אויפן וועג האט מען געטוישט פלענער, מיר זענען אבער יא צוגעפארן צום וואסער (מיר האבן געטראפן פארקינג גלייך נעבן די פאלאץ ארטשערד האוז) און באטראכט די קליף וואלק פון אויבן און די געגנט ארום.

פון דארט זענען מיר געפארן צום מאטעל וואס מיר האבן פון פאראויס באשטעלט נעבן פראווידענס ראוד איילענד, סיי ווייל דארט איז אלץ דא א מנין ביי די ליטווישע ישיבה אדער ביי חב"ד און סיי ווייל עס קומט אויס אסאך ביליגער ווי די טייערע ניופארט, אבער נישט בעפאר מיר זענען אריבערגעפארן די אלעמען באקאנטע היסטארישע טורא שוהל (וואס איז שוין פארמאכט זינט די אנהויב פונעם פענדעמיק - קוקט מיר אויס ווי סתם א תירוץ - הגם די וויזיטינג סענטער דערנעבן איז יא אפן אבער עס איז מיר נישט אינטרעסאנט ווייל מען זעהט נישט גארנישט דארט - ניטאמאל די בריוו פון דזשארדזש וואשינגטאן) און יוצא געווען מיט ראיית הבנין בלבד.

לינק צו די סייט פון די טורא שוהל מיט אלע אינפארמאציע

אנגעקומען זענען מיר צו א קליין מאטעל מיטן נאמען קאלאניעל אין (סיקאנק) , וואס איז גראדע אין דער דערנעבנדיגע סטעיט מעסעטשוטשעס, דער מאטעל האב איך געבוקט אויף פרייסליין פאר אונטער הונדערט דאלער א נאכט, עס האט טאקע אויסגעקוקט פון אינדרויסן גאנץ צופראסקעט אבער געווען גאנץ כמעשה אינעווייניג, (עכ"פ שוין געהאט ערגערס פאר טייערער) (אפשר א צווייטע מאל וועלן מיר מער מסביר זיין באריכות פארוואס מיר נעמען דייקא ביליגע מאטעלן ווען מיר פארן אויף א ראוד טריפ), מען האט זיך אויסגעפאקט, פארשטייט זיך ארויסגענומען נאר די מינימום זאכן פון קאר און זיך דערפרישט מיט א געשמאקע נאדל זופ (דארטן האבן מיר זיך ריקארדעט די פרטים פון דעם נסיעה ביז אהער וואס אזוי קען מען געדענקן פאר שפעטער ווען מען וויל עס אראפשרייבן).

נאכן קומען צו זיך און עסן עפעס זענען מיר צוגעפארן צום לאקאלן בית חב"ד און פראווידענס, (קודם האמיר זוך טועה געווען און אנגעקומען צו א צווייטע אדרעס ווי די זוהן פונעם הויפט שליח האט א הויז גלייך נעבן די יונעווערסעטי, וואס דאס האט מיר למעשה שפעטער אפגעקאסט אן אפותיקו ווען די שליח האט מיר גע'טענה'ט אז ווען מען קומט אויף א פלאץ דארף מען געבן צדקה פאר די קהילה און געפאדערט אז איך דארף דאס טאקע געבן פאר זיין זוהן - פארוואס דען האט מיר דער באשעפער געשיקט קודם צו זיין הויז?) , די בית חב"ד אין פראווידענס איז נישט דער שענסטע בנין וואס איך האב אמאל געזעהן אלץ א בית חב"ד אבער עס איז גענוג א שיינע אינזל פון אידישקייט אין דעם גרויסן שטאט, דער שליח חב"ד הרב לאנדאו איז שוין דארט איבער 40 יאר און פארברייטערט שטארק די אקטיוויטעטן ארום די גאנצע סטעיט.

פאלגענד איז די אינפארמאציע איבער חב"ד אין פראווידענס ראוד איילענד (ווי ווייט איך ווייס איז נישט דא קיין חב"ד אין ניופארט) :
חב"ד שליח - פראווידענס ראוד איילענד
רבי יוסי לאנדאו - 401-273-7238
זייער וועבסייט

אנקומענדיג אין בית חב"ד האט מען שוין געהאלטן אינמיטן מעריב, ווי מיר האבן זיך מיטגעשטעלט דאווענען מיטן מנין, און דערנאך האבן מיר געבעטן דעם שליח אונז צו ערלויבן איינצופלאגן אונזער Gorge Forman צו קענען אפגרילן אונזער פלייש, וואס ער האט אונז געלאזט טוהן אויפן פארטש, (איך האב נאך דאן מורא געהאט עס צו טוהן אינעם מאטעל זיך איינרעדנדיג אז זייער סמאוק אלארם'ס גייען זיך אנצינדן) בשעת'ן אנגרייטן די עסן האבן מיר געכאפט א שטיקל שמועס מיטן שליח צו הערן וואס טוט זיך אין ראוד איילענד, וויאזוי יודישקייט וואקסט, ער האט אונז פארציילט די סטענדערד מעשיות וואס מען הערט אלץ פון שליחי חב"ד ארום די וועלט אבער איז אלץ אינטרעסאנט מיט יעדנס אייגנארטיגע טוויסט, מיר האבן דערנאך גענומען די עסן צום מאטעל ווי מיר האבן געגעסן נאכטמאל, געלערנט מיטן חברותא אויפן טעלעפאן, אנגעגרייט סענדוויטשעס פאר פרישטאג פארן נעקסטן טאג און זיך געלייגט שלאפן פאר די נאכט.

המשך יבוא בעז”ה
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - ( אן א פול ), פאר שבתים, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע:קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: @אלע צוזאמען'ס טאגבוך: ראוד טריפ איבער די נארט איסט שטאטן - (ראוד איילענד ח"א ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

נאך עטליכע בילדער וואס האבן נישט אריינגעפיט אין די ערשטע תגובה, פון דער גראונדס ארום די ברעיקער'ס.

דער בנין פון די בעק.jpg
דער בנין פון די בעק.jpg (322.83 KiB) געזען 1222 מאל
דער בנין פון די זייט.jpg
דער בנין פון די זייט.jpg (280.44 KiB) געזען 1222 מאל
איינע פון די טויערן.jpg
איינע פון די טויערן.jpg (301.63 KiB) געזען 1222 מאל
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - ( אן א פול ), פאר שבתים, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4323
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: @אלע צוזאמען'ס טאגבוך: ראוד טריפ איבער די נארט איסט שטאטן - (ראוד איילענד ח"א ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

זייער געשמאק געשריבן און זייער אינטרעסאנט.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
אוועטאר
כ'קעניש דיסיידן
שר האלף
תגובות: 1175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 19, 2023 3:41 pm

Re: @אלע צוזאמען'ס טאגבוך: ראוד טריפ איבער די נארט איסט שטאטן - (ראוד איילענד ח"א ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כ'קעניש דיסיידן »

זייער שיין געשריבן.
דערמאנטס מיך גוטע זכרונות פון מיין ראוד איילענד נסיעה.
My comments are for illustration purposes only, they do not reflect the opinions of the author
אוועטאר
רעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7849
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
לאקאציע:אישי
פארבינד זיך:

Re: @אלע צוזאמען'ס טאגבוך: ראוד טריפ איבער די נארט איסט שטאטן - (ראוד איילענד ח"א ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעים »

כ'קעניש דיסיידן האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 13, 2023 5:11 pm
זייער שיין געשריבן.
דערמאנטס מיך גוטע זכרונות פון מיין ראוד איילענד נסיעה.
גא''מ
לקוטי בתר לקוטי
צו טון א אידן א טובה... בפרט ברוחניות...
~איך זיך א דזשאב~
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: @אלע צוזאמען'ס טאגבוך: ראוד טריפ איבער די נארט איסט שטאטן - (ראוד איילענד ח"א ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

זייער שיין באשריבן, מיר ווארטן אויפן המשך
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10566
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: @אלע צוזאמען'ס טאגבוך: ראוד טריפ איבער די נארט איסט שטאטן - (ראוד איילענד ח"א ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

זייער אינטערסאנט!!
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5578
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: @אלע צוזאמען'ס טאגבוך: ראוד טריפ איבער די נארט איסט שטאטן - (ראוד איילענד ח"א ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

זייער אינטערסאנט, פליסיג, אינפערמאטיוו, מיט שיינע בילדער.


מיר ווארטן אויף נאך!
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6793
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע:Kollel

Re: @אלע צוזאמען'ס טאגבוך: ראוד טריפ איבער די נארט איסט שטאטן - (ראוד איילענד ח"א ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

גאר אינטערסאנט און גוט באשריבן!

פליז קאנטיניו.
נעם אין אכט
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re: @אלע צוזאמען'ס טאגבוך: ראוד טריפ איבער די נארט איסט שטאטן - (ראוד איילענד ח"א ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם אין אכט »

סאבקרייבד, אלץ איינער וואס איז א פארער אבער נאכקיינמאל געפארן א ראוד טריפ, וועטעס מיר זיין זייער אינטערסאנט!

דו שרייבסט זייער דיטעילד און פליסיג, דעלישעס!

שכח,
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: @אלע צוזאמען'ס טאגבוך: ראוד טריפ איבער די נארט איסט שטאטן - (ראוד איילענד ח"א ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

סובסקרייבד...
גיי אן...
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: @אלע צוזאמען'ס טאגבוך: ראוד טריפ איבער די נארט איסט שטאטן - (ראוד איילענד ח"א ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

פיין פיין! קיפ אן גאואינג!

עטליסט האביך הנאה אז די מאכסט אויך געלט...
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
אלע צוזאמען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 2:53 pm
לאקאציע:קאסא גראנדע - אריזאנע
פארבינד זיך:

Re: @אלע צוזאמען'ס טאגבוך: ראוד טריפ איבער די נארט איסט שטאטן - (ראוד איילענד, מעסעטשוטשעס ח"ב ארויף)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלע צוזאמען »

מאנטאג August 2 – כ"ד אב תשפ"א

נאכן דאווענען שחרית צופרי האבן מיר צוזאמגענומען די פעקלעך און ארויסגעטשעקט פונעם מאטעל, מיר האבן דאן באשלאסן אז מען פארט צוריק קיין ניופארט צו גיין אויף די שפאציר הנקרא קליף וואלק (באמת איז די אריגינעלע פלאן געווען צו פארן קיין באסטאן גלייך מאנטאג צופרי, און אדורך שפאצירן די פרידאם טרעיל, אבער למעשה נאכן מאכן זונטאג נאכט אביסל מער ריסורטש האבן מיר געזעהן אז עס איז נישט עפעס איבעריג אינטרעסאנט (זעה שפעטער פרטים) בפרט אז מיר זענען געגאנגען מיט א בעבי, און היות מיר זענען אנגעקומען נעכטן שפעטער ווי געפלאנט אין ניופארט צוליב די טרעפיק און נישט עספיעט אנצוקומען צו אלץ וואס איז געווען ערווארטעט אויפן ערשטן טאג זענען מיר היינט נאכאמאל צוריקגעפארן קיין ניופארט) מיר זענען צוגעפארן צו די זעלבע פארקינג וואס מיר האבן געטראפן נעכטן נאכמיטאג נעבן די ארטשארד פאלאץ, ווי עס איז געווען גענוג און נאך פארקינג (די קליף וואלק הייבט זיך אן ביי א ביטש – וואס איז פארשטייט זיך נישט פאסיג צו באזוכן - און ענדיגט זיך ביי א ביטש, און עס איז דא א באס וואס טראגט פון איין זייט צום אנדערן און מאכט אויך סטאפס אינמיטן, במילא האבן מיר געפארקט אינמיטן דארט ווי איינע פון די סטאפס איז נישט ווייט פון דער ארטשארד פאלאץ) מיר האבן געגעסן פרישטאג אויבן נעבן דעם וואסער, (מיר האבן געגעסן סענדוויטשעס וואס מיר האבן זיך שוין צוגעגרייט א נאכט פריער), און זיך ארויסגעלאזט אויף א געשמאקע שפאציר אויפן קליף וואלק.

Cliff walk 1 .png
Cliff walk 1 .png (319.71 KiB) געזען 668 מאל
לינק צום סייט פון די קליף וואלק מיט גאר אסאך אינפארמאציע

מיר זענען קודם צוגעגאנגען צום פלאץ וואס מען רופט 40 סטעפס, וואס איז אביסל אויף לינקס פון ווי מיר האבן געפארקט עס האט ארום (אדער פונקטליך) פערציג טרעפ אראפ צום וואסער, און יעדער טרעפ האט עפעס נעמען דערויף אבער חוץ פון דעם איז גארנישט דא דארט אינטרעסאנט, דער פלאץ איז געווען פיל מיט מענטשן און ווען מען קומט אן אונטן קען מען אביסל ארויפגיין אויף די שטיינער און כאפן שיינע בילדער, פון דארט האבן מיר אנגעהויבן שפאצירן דורכאויס דעם קליף וואלק (צוריק צו רעכטס, ווען מען שטייט מיטן פנים צום וואסער), אנהויב וועג האט עס נאך געהאט שיינע פעך אויפן וועג אבער שפעטער טוישט זיך עס צו גרעוול און גרויסע שטיינער, (עס איז דא א שיינע מאפע פונעם קליף וואלק וואס ווייזט זייער פונקטליך ווי עס ווערט שווער, אזוי אויך - אויב האט מען נישט די מאפע - קען מען זעהן אויף גוגל מעפס בערך ווי עס איז נישט א גראדע וועג דארט ווי די וועג ווייזט אפגעהאקט).

לינק צו די דאונלאדן די מאפע פון די קליף וואלק

אויף די גאנצע וועג שפאצירט מען גראד נעבן די וואסער וואס איז אויף די לינקע זייט (ווען מען קומט פון די זייט וואס אונז זענען אראפגעקומען, עס איז טאקע דא געוויסע בעי'ס אריין אין די וואסער פון דערווייטענס אבער מען קען אויך זעהן אריבער די שטיקער ערד און דערנאך זעהט מען די אושען ווי ווייט די אויג זעהט, אויף די רעכטע זייט זעהן מען די בארימטע פאלאצן פון ניופארט ווי דער ברעיקער'ס און אנדערע הערליכע שיינע בנינים (איינס איז געווען זייער אינטרעסאנט געבויעט מיט אזיע'נער קולטור געבויעכטס, וואס יאז אויך ארויסגעקומען ממש העכער דער וועג), אזוי אויך קען מען אלץ אראפגיין פונעם אפיציעלן וועג אויף די שטיינער אדער און געוויסע פלעצער זאמד ממש ביים וואסער, עס איז אויך דא געוויסע פלעצער ווי מען גייט אריין אין א שטיקעלע טונעל אדער קליינע ברידזשעס אריבער די וואסער.

נוצבארע טיפ: ווען מען פארט מיט א בעבי, איז גאנץ שווער צו גיין אויף די קליף וואלק מיט א קערידזש, עס איז דא א חלק וועג וואס איז יא אויסגעפלאסטערט, און ווי דערמאנט איז טאקע דא א מאפע מיט פונקטליכע אינפארמאציע איבערדעם, אבער די חלקים וואס זענען געמארקט אראנדזש אדער רויט איז זייער שווער צו גיין מיט א קערידזש (עס איז מעגליך אבער זייער שווער), די בעסטע איז אלעמאל צו האבן מיט זיך א קענגערו מיט וואס מען האלט דאס קינד, וואס גיט אלעמאל די מעגליכקייט צו גיין אויך אראפ פון וועג ווען מען דארף/וויל, גראדע האב איך אבער יא געזעהן דארט א משפחה וואס איז געגאנגען מיט א קערידזש און די עצה וואס זיי האבן געטוהן איז אז צוויי מענטשן האבן אנגעכאפט די קערידזש ביי ביידע זייטן און אזוי געוואקט, אבער עס איז גאנץ שווער ווייל אויף געוויסע פלעצער איז די וועג גאנץ שמאל דארף מען גיין זייטיג.

דורכאויס די וועג זענען מיר עטליכע מאל אראפ פונעם וועג צו וואקן ממש ביים וואסער אדער זענען מיר ארויף אויף די שטיינער וואס ווען די כוואליעס האקן שטארק אריין דערין כאפט מען א געשמאקן שפריץ זיך צו דעפרישן, אזוי אויך איז געווען אינטרעסאנט אז ביי געוויסע פלעצער ווי די קליפס ווערן זייער הויך האבן מיר מיטגעהאלטן ווי געוויסע (משוגעים) האבן הנאה אריינצוטאנצן פון דארט אינעם אושען אריין און דערנאך צוריק ארויפקריכן דורך די קליפס (וחוזר חלילה).
מיר זענען געגאנגען די גאנצע וועג וואס איז אין טאטעל ארום 3.5 מייל (מיר האבן אבער אנגעהויבן אינמיטן די וועג) ביזן סוף ווי עס קומט אן ביז א ביעטש (דער לעצטע חלק (וואס איז ארענדזש אויף די מאפע) גייט מען א גאנצע צייט אקעגן איבער דעם ביעטש וואס איז ביים סוף, במילא וואלט איך נישט רעקאמענדירט אז מען זאל גיין ביזן סוף נאר ענדישער ענדיגן בעפאר דעם - פאר עס ווערט ארענדזש אויפן מאפע - און דארט אראפגיין צום גאס ווי דער באס פארט אריבער).

Cliff walk (2).jpg
Cliff walk (2).jpg (256.4 KiB) געזען 668 מאל
מיר האבן אבער יא צוגעענדיגט די וועג ביזן סוף און פון דארט גענומען דעם באס וואס מאכט סטאפס אויף אלע גאסן דורכאויס דעם וועג, דער באס האט געקאסט צוויי דאלער א מענטש (מיר זענען געווען צוויי עדאלטס האב איך אים געגעבן א פינעווער אבער ער האט נישט געהאט קיין טשעינדזש), און אויך האט מען געדארפט גיין מיט א מאסק, אבער מען האט דאס נישט שטרענג אינפארסירט נאר ביים ארויפגיין האט ער געמאכט זיכער אז מען האט איינס, (מיר האבן נאר געהאט איין מאסק מיט אונז האבן מיר זיך עס איבערגעגעבן ביים ארויפגיין).
גראדע יעצט ביים איבערקוקן די אינפארמאציע זעה איך אז עס קען זיין אז כהיום איז אויך דא א בחינם'דיגע באס וואס פארט ארום איבער ניופארט, ביטע אבער אליין נאכקוקן די אינפארמאציע פאר איר פארט און מאכן זיכער אז עס איז טאקע דא און אז עס פארט טאקע דער ראוט פון די קליף וואלק.

בחינם'דיגע באס איבער ניופארט

אינטרעסאנט אז יעצט ביים איבערקוקן די בילדער צו טרעפן עפעס ארויפצולייגן דערמאן איך מיר אז היות מיר האבן נאך דעמאלטס נישט געהאט קיין קעמרע (דאס האט מען ערשט געקויפט לעצטנס, און נאכן זעהן אז ר' יואל קליין רעקאמענדירט דא האבן מיר געקויפט א Z30 קענאן קעמרע ) פלעגן מיר דאן כאפן בילדער מיטן טעבלעט וואס מיר נוצן פאר גוגל מעפס, און אינמיטן שפאצירן אויפן קליף וואלק נישט האבנדיג געווען איינגעפלאגט דורך די נאכט (היות עס איז געווען ווייניג סוויטשעס אינעם מאטעל און מיר האבן געדארפט איינפלאגן ביידע טעלעפאנען, האבן מיר עס נישט געקענט טשארדזשען, היינט האבן מיר שוין דאס וואס האט אין זיך 4 יו עס בי טשארדזשעס) האט זיך עס אויסגעלאשן און מיר האבן נישט געקענט כאפן קיין בילדער מער (ביזן אנקומען צום קאר) און טאקע נישט געהאט קיין גוגל מעפס פאר די וועג אויף צוריק נאר געדארפט אליין אויסרעכענען ווי מען איז און ווי מען דארף גיין וואס איז נישט געווען אזוי שווער האבנדיג די מאפע פונעם פלאץ ארויסגעדריקט (מיר האבן עס געהאט פון א פלייער אינעם מאטעל), אבער עס איז גראדע געווען גאנץ א גוטע זאך, היות אז ווען מען איז פארנומען צו כאפן בילדער פארגעסט מען צומאל צו הנאה האבן פון די מאמענט אין וואס מען איז און אריינאטעמען און אריינעמען אין זיך די נאטור, און טאקע שפעטער האבן מיר אויך נישט גענומען צו סאך בילדער אין דעם טאג.

נאכן אראפגיין פון באס נעבן די ארטשארד פאלאץ זענען מיר צוריקגעגאנגען צו ווי די קאר איז געווען, און אנגעשטעלט אין גוגל מעפס אנצוקומען קיין באסטאן מעסעטשוטשעס.

מיר זענען ארויסגעפארן אויפן וועג קיין באסטאן, נאכאמאל אריבערגעפארן טורא און זיך נישט אפגעששטעלט, ארום א האלבע שעה אריין אינעם וועג האבן מיר באמערקט א שטיקל בעי פון וואסער אריינקומען טיפער אריין אין די יבשה, און דערויף א שטיקל אינזל ווי מיר האבן באמערקט א פאר קארס, מיר האבן אבער פארפאסט דעם טורן זענען מיר אריינגעפארן אויף א גרעסערע אינזל דערנעבן צו באטראכטן אביסל די געגנט און צוריקגעקומען אויפן הייוועי פריער פון ווי מען איז ארויס, מיר זענען געפארן אביסל שטייטער און אריינגעפארן אויף דעם קליינעם אינזל, ווי עס האט זיך אנטפלעקט א פלאץ וואס וואלט אין די טרעוול וועלט גערופן געווארן א הידען דזעם (Hidden Gem) (עכ"פ פאר ערליכע אידן, לדעתי) דער וועג אריין איז אביסל א נידריגער מיט שטיינער במילא בין איך נישט זיכער אויב א נידריגע קאר וואלט גרינג אריבערגעפארן דארט בפרט נאך א שטארקע רעגן, ווען דער אינזל ווערט לכאורה אביסל קלענער און נידריגער, ווען מען פארט ארויף אויפן אינזעלע ביזן סוף קומט מען אן צום בעי אריין פונעם וואסער, די הייזער אויפן יבשה פון אקעגן איבער זענען זייער ווייט און דער פלאץ איז געווען כמעט ליידיג, איין קאר איז געווען געפארקט מיט די מענטשן אינערווייניג אבער זיי זענען אוועקגעפארן גלייך נאך וואס מיר זענען אנגעקומען און אזוי אויך איז געווען א ווען וואס די מענטשן זענען שפעטער אנגעקומען צו פארן מיט קאיאקס פונעם וואסער און עס אזוי אריינגעפאקט אין זייער ווען, האבנ'דיג געווען נעבן א ביעטש ווי מען האט נישט געקענט גיין צוליב פארשטענדליכע סיבות זענען מיר געווען זייער עקסייטעד יא צו קענען אריינגיין דא אינעם וואסער אין תיכף אריינגעטאנצן אינעם וואסער וואס איז געווען ים וואסער (זאלציג) אבער מיט א געפיל פון א לעיק.

Beach (2).jpg
Beach (2).jpg (345.55 KiB) געזען 668 מאל
מיר האבן פיין פארברענגט ביי דעם לעיק/בעי, געשווימען און עקספלארדירט די פארשידענע פיצי זאמד אינזלען וואס זענען געווען דארט און נאך א שעה צוויי הנאה האבן, האבן מיר זיך אריינגעזעצט צוריק אין קאר אויפן וועג קיין באסטאן.

מיר זענען אנגעקומען קיין באסטאן שפעט נאכמיטאג, ווי מיר זענען אריבערגעפארן די געגנט ווי עס גייט דער פרידאם טרעיל, מיר האבן גלייך געזעהן אז דער פלאץ איז נישט געמאכט פאר אונז זייענדיג פון דיע וואס האבן בכלל נישט ליב קיין סיטי סינערי, דער שטאט קוקט אויס ווי יעדע גרויסע שטאט מיט ריזיגע וואלקן קראצער, שווערע טרעפיק און האומלעס מענטשן וואס דרייען זיך ארום איבעראל, מיר זענען אנגעקומען צו דעם פארק "באסטאן קאממאן" (דער עלטסטער פובליק פארק אין אמעריקע) אבער עס איז נישט דא קיין געהעריגע פארקינג אין דער גאנצע געגנט (מען קען פארקן אויפן גאס מיט א מיטער אבער עס קאסט זייער טייער אזוי אויך איז דא פארקינג לאטס וואס איז גראדע נאך טייערער), מיר זענען ארום געפארן אביסל אין דער געגנט ווי מיר האבן געזעהן די היסטארישע פלעצער וואס דער שטאט האט צו ווייזן, ווי דער מעסעטשוטשעס סטעיט האוז און פאול ריווער'ס הויז, די גאנצע געגנט דארט איז זייער אינטרעסאנט פאר איינער וואס האט ליב היסטאריע און בעיקר אמעריקאנע היסטאריע, מען קען באזוכן די טי פארטי מוזיאום און נאך, אבער ווי דערמאנט זענען מיר נישט ארויס פון די קאר דארט (חוץ אפאר מינוט ביי די פארק), מיר זענען אריבערגעפארן געוויסע פון די היסטארישע פלעצער וואס האט אונז אינטרעסירט (די סטעיט האוז, פאול ריווערס הויז - וואס איז אויף גאר א שמאלע געסעלע - און די טיי מסיבה מוזיאום וואס איז שוין דאן געווען פארמאכט היות עס איז שוין געווען ארום פינעף אזייגער נאכמיטאג).

הגם מיר האבן למעשה נישט עכט באזוכט אויף די פרידאם טרעיל, אבער היות מיר האבן געמאכט די ריסורטש איבער דעם וועלן מיר פרובירן צו ברענגן דא וואס מיר האבן אפגעשריבן ביי זיך פון דעמאלטס, עס זאל זיין פאר די וואס דארפן עס, היות עס קען זיין אינטרעסאנט פאר די וואס האבן שטארק ליב אמעריקאנע היסטאריע בפרט פון דער געבורט פון אמעריקא, אדער פאר מענטשן וואס האבן דער ענין צו זיין אין יעדע פלאץ וואס איז מענעדזשד ביי דער נעשינאל פארק סערוויסעס וואס עס איז דא דארט גאר אסאך האבנדיג אסאך היסטארישע סטאטואן און נאך זאכן, דער איינציגסטע דאונסייד איז אז אסאך פון די פלעצער זענען קלויסטערס וכדומה וואס מען טאר סייווי נישט אריינגיין, דער שפאציר איז ארום 2.5 מייל און דארט געווענדליך ארום צוויי שעה, ווענדט זיך ווי שנעל מען גייט און ווי לאנג מען פארברענגט אויף יעדע פלאץ, צו גיין דעם וועג איז בחינם, אזוי אויך קען מען דאונלאודן א עפפ וואס פארציילט אלס וואס מען זעהט אויפן וועג, אבער געוויסע סייטס וואס מען באזוכט קאסט יא געלט אריינצוגיין, פאלגענד זענען א חלק פון די פלעצער וואס דער פרידאם טרעיל גייט אריבער אדער זענען גלייך דארט אין די געגנט:

קודם א לינק צו די וועבסייט פון די פרידאם טרעיל.

טי פארטי מוזיאום - עס איז נישט קיין חלק פון דער פרידאם טרעיל אבער דארט אין די געגנט.
https://www.bostonteapartyship.com/

באסטאן קאמאנס פארק, די עלטסטע פארק אין אמעריקע.
https://www.boston.gov/parks/boston-common

מעסעטשוטשעס סטעיט הויז, (די נייע און די אלטע, ביידע גאר היסטאריש).
https://malegislature.gov/StateHouse/Visit

עטליכע קירכעס, מאנומענטן און בתי מתים, די אלע קירכעס זענען גאר היסטאריש זייענדיג פון די פלעצער ווי די קאלאניסטן פלעגן זיך צוזאמנעמען צו פלאנען די רעוואלט אקעגן די בריטישע.

די פלאץ פון די באסטאן הריגה, ווי די בריטישע האבן געהארגעט עטליכע קאלאניסטן און האט שפעטער געפירט צו די אויסברעך פונעם אינדעפענדענס קריג.
https://www.nps.gov/places/boston-massacre-site.htm

וואוינארט פון פאול ריווער, א באוואוסטע אמעריקאנע פאטריאט וואס האט געראטעוועט די אמעריקאנע פון פאלן פאר די בריטישע.
https://www.paulreverehouse.org/

נאכן ארומפארן אין די געגנט זענען מיר צוגעפארן צו די פון פאראויס באשטעלטע האטעל האלידעי אין (וואס איז געווען אביסל העכער באסטאן), ווי מיר האבן אריינגעטשעקט פאר די נאכט, די האטעל איז שוין געווען שענער ווי די פאריגע (מיט די עצם מציאות אז דאס איז געווען א האטעל - פון א ברענד, וואס איז גראדע נישט קיין מעלה פאר מיר ווייל עס איז שווערער אריינצונעמען און ארויסנעמען די רענצעלעך וכדומה היות עס האט אסאך שטאקן, אבער דא איז עס נישט געווען אזוי שווער היות זיי האבן ב"ה געהאט א וועגעלע מיט וואס מיר האבן געקענט נעמען אלעס אויף איין מאל) , און די צימער איז געווען זייער בע'טעמ'ט און שיין (מיר האבן געמאכט זיכער אז אין יעדע צימער ווי מיר שטייען איין זאל זיין א פריזער ווי אריינצולייגן די פרידזש און פריזער זאכן פאר די נאכט) , מיר זענען שפעטער אראפגעגאנגען אונטן ווי עס איז דא א שטיקל קאך און עס זאל פאר די פרישטאג וואס זיי שטעלן צו, און מיר האבן באקומען רשות צו נוצן די קאך ווי מיר האבן געקענט זיך אנגערייטן עסן מיט אונזערע כלים - פארשטייט זיך - און מיר האבן אנגעגרייט פיינע פיש (וואס איז געליגן אין אונזער פריזער בעג) אין א בעטי קראקער, וועדזשטעבלס (און נאך עטליכע זאכן וואס איך געדענק נישט אויף די מינוט) און געגעסן דארט אין די עס זאל.

מיר האבן דערנאך געדאווענט, געלערנט מיטן חברותה אויפן טעלעפאן, געארבעט אביסל און זיך געלייגט פאר די נאכט.

( פאלגענד איז א לינק צו די באסטאן מעסעטשוטשעס אשכול ווי איר קענט טרעפן די אינפארמאציע איבער די בתי מדרשים).
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - ( אן א פול ), פאר שבתים, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.

פארענדיגט די מקוה אין קאסא גראנדע
https://abcharity.org//CGMikvah/107
שרייב תגובה

צוריק צו “אויספלוגן”