@אלע צוזאמען'ס טאגבוך: ראוד טריפ איבער די נארט איסט שטאטן - (ראוד איילענד, מעסעטשוטשעס, מעין ח"ד ארויף)
דער פאלגענדע טאג בוך איז שוין געווען אפגעשריבן ביי מיר (א חלק) פון א קורצע צייט נאך די נסיעה, אבער היות א גרויס חלק דערפון איז נאכנישט אפגעשריבן, האב איך געטראכט אז איך וועל קודם אנהויבן ארויסצולייגן דער ערשטע קאפיטל פון וואס איך האב און דורכדעם האבן א דרייוו עס צו ענדיגן צו שרייבן, איך מוז אבער מאכן דריי קורצע דיסקלעימער'ס בעפאר.
1) דאס איז דער ערשטע מאל איך לייג ארויס מיינע געשריבענע ווערק אין פאבליק, (עכ"פ פאר א גרעסערע אודיענס) , במילא ביטע פארשטייט אז נישט אלס וועט זיין פערפעקט, און אדרבה ביטע לאזט מיר וויסן די קאנסטראקטיוו קריטיק וואס איר האט אפשר און האלט אז איך קען פארבעסערן.
2) היות דער חלק פונעם טאג בוך וואס איז שוין געווען אפגעשריבן איז נאך געווען גלייך אחר המבול, ווען דער מח איז נאך געלאפן מיט קאראנע, האב איך באשלאסן יעצט ביים איבערקוקן און צופיצן, נישט ארויסצונעמען די זאכן וואס איך וואלט היינט שוין נישט געשריבן ווייל עס גיט צו צו יענעם ארגינעלקייט.
3) איך האב צוגעלייגט לינקס צו די פראדוקטן וואס איך האב גענוצט אדער זייער ענדליכע, דאס איז נישט קיין אינדארסמענט אויף דעם פראדוקט נאר פשוט צו ווייזן פון וואס איך רעד אדער וואס איך האב געקויפט (א חלק לינקס זענען אפיליעטעד) .
ובזה החלי:
די הכנות צו די נסיעה
נאכן אהיימקומען פון די נסיעה וואס מיר זענען געפארן אויף די צייט פון ל"ג בעומר (וואס וועט נאך אי"ה באשריבן ווערן איין טאג) האבן מיר באשלאסן אז דער קומענדיגע נסיעה וועט אי"ה זיין מער אויף א ראוד טריפ סטייל, ווי מען האלט זיך אויף יעדן טאג אין א צווייטן פלאץ און אזוי רוקט מען זיך צוביסלעך ווייטער צו דער קומענדיגע דעסטינאציע, און היות מיר האבן געפלאנט צו פארן אין די זומער חדשים איז געפאלן די גורל אויף די נארט איסט שטאטן ווי עס איז שווערער צו פארן אין די ווינטער, און אויך ווייל מיר האבן געוואלט אנקומען צו עקעדיע נעשינאל פארק (פארוואס? ווייל דאס איז דער נענטסטע נאציאנאלע פארק צו אונזערע געגענטער, און נאכן קויפן ביי די ל"ג בעומר טריפ א אמעריקע דער ביוטיפאל קארטל האט מען דאך פארשטייט זיך געמוזט אנקומען צו ווי מער נאציאנאלע פארקס אין דעם יאר) , דאס מאל האבן מיר אנגעהויבן די הכנות צו די נסיעה גאנץ פרי (כמעט 3 וואכן) מיטן ציל אז אלעס פון די נסיעה זאל מער ווייניגער זיין אויסגעפלאנט פאר די נסיעה אזוי ארום אז מען זאל נישט דארפן באשטעלן קיין האטעלן אדער אנדערע זאכן בשעת די נסיעה (פארשטייט זיך אז עס האט נישט פונקט געארבעט אזוי אויף למעשה, אבער שוין) .
א וואך פאר די נסיעה איז שוין געווען מער ווייניגער אויסגעארבעט אין וועלכע געגנטער מיר וועלן שלאפן און צו וועלכע פלעצער מיר ווילן לכתחילה אנקומען הגם די ריסורטש וואס צו טוהן אין די פלעצער איז בכלל נישט געווען שטארק אויסגעארבעט און די פלאן איז געווען צו גיין מער ספאנטאניש אויף די עצם אקטיוועטיס (בעיקר ווייל ווען מען פארט מיט א בעבי קען מען זיך נישט פונקטליך אויסרעכענען).
צו זיין גרייט אויף די נסיעה האבן מיר איינגעקויפט א קליינע פרידיזשער פארן קאר (צו האבן קאלטע טרינקן בכל עת מצוא) מיר האבן אויך געקויפט א אוטלעט אין וואס עס איינצופלאגן אבער למעשה איז עס געקומען מיט א קאר פלאג, אזוי אויך האבן מיר געקויפט א פלעי פען פארן קליינעם צו שלאפן, (נישט צו דארפן אנקומען צו די טובות פון די האטעלן) אפאר צוזאמלייג בענקלעך לעת הצורך און אסאך וואסער און עסן.
מוצאי שבת
די פלאן איז געווען ארויסצופארן זונטאג גלייך אינדערפרי נאכן דאווענען, דערפאר האבן מיר שוין מוצאי שבת איינגעפאקט אלע האב און גוטס כדי צו זיין גרייט גלייך אינדערפרי צו פארן, מיר האבן מיטגענומען איין גרויסע רענצל אין וואס מיר האבן אריינגעלייגט אלע וועש (איינגעפאקט אין פעקינג קיובס פאר יעדן טאג באזונדער נישט צו דארפן שווער ארבעטן עס אויפצוזוכן) און אלע אנדערע זאכן וואס מען האט געדארפט פאר די וועג, דערנאך האבן מיר גענומען א קליין האנד באגאדזש (hand luggage) וואס דאס מען וועט אריינשלעפן יעדן טאג דארט ווי מען שטייט איין (און אין דעם האט מען יעדן טאג אריינגעלייגט די בעג וועש פאר מארגן, זייף און אנדערע טעגליכע necessity’s) אזוי אויך האבן מיר איינגעפאקט אן עקסטערן האנד באגאדזש ווי עס איז געלעגן אלע שבת זאכן אזוי אז מען זאל דאס נישט דארפן שלעפן אריין און ארויס דורכאויס די גאנצע וואך.
דערנאך האבן מיר געהאט א גרויסע באקס פון סנעקס און נאש, נאך א באקס פון טריקענע עסן ווי קרעקערס, קענס און נאך, א באקס פון זאכן וואס מען וועט נוצן אויף צו אנגרייטן די עסן ( betty crocker , Gorge forman , cheese grill , קעסל ועוד) און פלעסטיק כלים, א גרויסע ice box פאר אלע פרידזש זאכן און א עקסטערע קליינע Ice Bag פאר פריזער זאכן (פלייש, פיש און פראזען פיצה), און אזוי אויך א גאנצע קעיס פון קליינע וואסער באטלעך (וואס איז אויסגעקומען בעסער ווי צו קויפן גרויסע באטלעך) .
זונטאג August 1 - כ"ג אב תשפ"א
זונטאג אינדערפרי נאכן דאווענען זענען מיר נאך געגאנגען ערלעדיגן די לעצטע פאר זאכן וואס מען האט געדארפט, אנגעפילט די טאנק מיט גאז (און געקויפט צוויי בעגס פון אייז פאר די אייז באקס ביי די געז סטעישאן) איינגעפאקט די זאכן אין קאר און ויסעו מיר האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג, אריינלייגענדיג אינעם GPS די ערשטע סטאפ ניופארט ראוד איילענד.
למעשה זענען מיר ארויסגעפארן אביסעלע שפעטער ווי געפלאנט אבער נישט צו שפעט, די פראבלעם איז געווען אז גלייך אנהויב האבן מיר שוין באמערקט אז די די וועג איז לענגער געווארן מיט איבער א שעה צוליב א עקסידענט וואס האט פאסירט נעבן סטעמפארד קאנעטיקעט, ס'הייבט זיך אן.
אויפן וועג האבן מיר פרובירט צו אויסגעפינען אביסל משפחה אינפארמאציע, האבנדיג געהערט אז עס קען גאר זיין אז מיר האבן א זיידע וואס ליגט אין ראוד איילענד, אבער נאכן רעדן 20 מינוט אויפן טעלעפאן מיטן עלטער פעטער איז באשטעטיגט געווארן אז נאר אין קאנעטיקעט (גראדע אויך אין קאליפארניע) איז דא פון די זיידעס (און די אנדערע וואס איך האב געטראפן אויף פיינד עי גרעיוו אין ראוד איילענד זענען לכאורה קאזינס, אדער אפשר דאס אויך נישט).
די טרעפיק אויפן I95 האט זיך שטייטליך געריקט ווען מיר שניידן אדורך גאנץ קאנעטיקוט, נאך צוויי שעה האט מען זיך אפגעשטעלט ביים ערשטן סערוויס סטעישאן פון דער נסיעה, נוצבארע טיפ: ווען אימער מ'פארט צו א נייע פלאץ לוינט זיך אפצושטעלן דווקא ביי א סערוויס סטעישאן אויף די אינטערסטעיט ווייל דארט קען מען טרעפן מער פון די אלע מינע אינפארמעישאן גיידס וכדומה (שמירת עיניים אלערט) , נאך א קורצע סטאפ און אביסל שטרענגע בליקן אויף מיין מאסק וואס איז פלאצירט אונטער די נאז, האט מען זיך ארויסגעלאזט ווייטער אויפן I95, נאך אפאר מינוט האט שוין די געדולד געפלאצט פון די טרעפיק און מען האט זיך גענומען פארן דורך די שטעטלעך וואס שטייען גלייך אויפן וואסער, עס איז גראדע געווען גאנץ אינטרעסאנט נעמענדיג אין באטראכט אז די שטעטלעך דארטן זענען פון די עלטסטע אין די פאראייניגטע שטאטן, שטעטל נאך שטעטל הצד השוה שביניהם דינע געסלעך, שטיינערנע ראודס ביי די זייטן און נידעריגע הייזער מיט אמעריקאנע פענער, דא דארט קען מען אויך דערקענען וועלכע שטעטל געהערט פאר וועלכע פארטיי מיט שרייעדיגע יארד סיינס וואס האלט נישט ביים אוועקגיין איבער א האלבע יאר נאך די וואלן.
ארום 2:30 (סאך שפעטער ווי געפלאנט - אבער אלץ טוט דער פון אויבן) זענען מיר אריינגעפארן אין די קלענסטע שטאט אין אמעריקא (אין שטח - ביז ווילאנג וואשינגטאן די סי וועט עס איבערנעמען) ראוד איילענד, אן סאפרייזינגלי קוקט עס נישט אויס אנדערש ווי די געגנט ארום, די זעלבע טאול ווי איבעראל, נישט די בעסטע ראודס און שוין.
איז אזוי, ווען מיר האבן געפלאנט די נסיעה האב איך פרובירט נאכצוזוכן אינפארמאציע אויף אלע געגנטער וואס די פלאן איז געווען צו אנקומען אהין (ווי? אה פארשטייט זיך אידישע וועלט! - און נאך אסאך פלעצער) האב איך דעמאלטס פארשטאנען אז מיט איין צוויי טעג וויילן אין ראוד איילענד וועלן מיר נאר קענען אניאגן צו באזוכן איינס פון די פילע פאלאצן מיט וואס ניופארט איז באשאנקן, האבן מיר באשלאסן צו אננעמען די ראט פון אחד מהחברייא דא (געדענק איך נישט ווער) וואס טענה'ט אז ווען מען האט געזעהן די ברעיקערס האט מען שוין יוצא געווען אלע אנדערע אויך, זענען מיר טאקע גלייך צוגעפארן צו די פאלאץ אשר בשם יכונה "די ברעיקערס", פאר סאם ריזען האט מען מיר איינגערעדט (דאכזיך מיר דא שטייט אזוי און זיכער אויף זייער וועבסייט און אויף די וועבסייט פון טורא) אז עס איז נישט דא דארט קיין פארקינג, אויף אזוי ווייט אז איך האב מיך געגרייט צו פארקן און א פארקינג לאט אפאר גאסן אראפציער, אבער למעשה איז דאס סתם שטותים (עכ"פ אזוי איז געווען מיין עקספיריענס) , און עס איז דא דארט א גרויסע פארקינג לאט מיט אסאך פלאץ, קען זיין אז געווענדליך איז עס פיל אבער ווען מיר זענען אנגעקומען דארטן ארום 3:30PM די פארקינג לאט טאקע געווען גאנץ פיל אבער מיט איבער גענוג פלאץ פאר אונזער וויהיקעל, מיר האבן ארויסגעיאגט פון קאר נאכן זיצן 4 5 שעה דארטן (מיט א קורצע סטאפ אינמיטן) און אריין צום חצר המלך.
אביסעלע היסטאריע פונעם פלאץ: די ברעיקערס איז א מענטשאן (נישט דער סענעטאר) וואס איז געבויט געווארן אלץ א זומער היים פאר סיר וואנדערבילט וואס איז געווען פון די גרעסטע עשירים בימיו, בשעתו איז ראוד איילענד געווען די שטאט ווי די רייכע עליטע האט זיך אויסגעקורט דורכן זומער (כדוגמת פלארידא, קאליפארניע כהיום) , דער הויז איז געבויעט געווארן מיט א הערליכע גריכישע סטייל און מיט די נייעסטע טעכנאלאגיע פון יענער צייט, דער הויז האט ארום 4 שטאק (איך בין נישט זיכער דערין ווייל נאר 2 איז אפן אבער אזוי קוקט עס אויס) און א גאנצע אפטיילונג פאר די ארבעטער (אפשר קנעכט, לכאורה נישט ווייל עס איז שוין נישט געווען דאן סעלעווערי און עס איז דאך אין די נארט? איך בין נישט זיכער), דער טרויעריגע חלק פון די מעשה איז אז דער סיר האט אפילו נישט אנגעיאגט צו הנאה האבן פונעם פאלאץ נאך וואס ער איז געשטארבן אין דער ערשטער יאר נאך וואס מען האט עס געענדיגט בויען.
לינק צו די סייט פון די ברעיקערס מיט אלע אינפארמאציע
גלייך ווען מען קומט אריין אין חצר דורכן טויער זעהט מען שוין די הערליכע גארטן וואס נעמט ארום דעם פאלאץ, אויף די לינקע זייט איז דא א קליין הייזקעלע ווי דער שומר הפתח פלעגט וואוינען און היינט איז דאס די וועלקאם סענטער ווי מען קויפט די טיקעטס אריינצוגיין, מען קען קויפן א טיקעט נאר פאר די ברעיקערס אדער קען מען קויפן א טיקעט קאמביינד אויך פאר די אנדערע פאלאצן, מיר האבן ווי געזאגט געקויפט נאר פאר די ברעיקערס (פרייז: $26 א מענטש - געווען דעמאלט) נוצבארע אינפאו: מען קען נישט אריינעמען אינעם בנין א קערידזש, (נישט געווען נוגע פאר אונז ווייל מיר ניצן אייביג א קענגראו ) דער אויסשטעל פונעם פאלאץ איז הערליך, (הגם נאכן באזוכן די באקינגהאם פאלאץ פון אינעווייניג ווער איך שוין נישט אזוי נתפעל פון אנדערע פאלאצן, אבער ווי נישט ווי איז דאס ביים ברעג וואסער וואס גוט אסאך צו צו דער אטמאספערע און ארויסקוק) דער ענטרענס איז אויסגעשטעלט ווי א קאורט יארד אריינצוגיין (עס איז דא דארטן צעטלעך צו נעמען וואס זאגט דיר וואס דו זעסט אלס אויפן וועג - האבן מיר גענומען די ענגלישע און אויף עברית - אזוי אויך פאר דער וואס האט עקסעס קען מען דאונלאודן א עפפ פון ניופארט מענטשיאנס וואס האט א אודיא טור גייד) ווי מען כאפט גלייך א לינקס אריין אינעם בנין (עכ"פ אזוי גייט דער רוט), שיינע וואסער פאונטעינס, הערליכע צימערן, טייערע מעבל, שענדליערס פון לעכט, אינטערסאנטע אינסטרומענטן, (עקלדיגע סטעטיאוס), קונצליכע גרעווינגס, באצירטע דעכער, מאיאסטעטישע טרעפן, דאס איז אלס נאר א חלק וואס מען קען אלץ זעהן אויפן ערשטן שטאק פון דעם פאלאץ (עס איז א שאד צו שרייבן פרטים פון די צימערן ווייל דאס דארף מען זעהן מיט בילדער) .
ארויפגייענדיג צום צווייטן שטאק קען מען אריינגיין אין די שלאף צימערן פונעם מיסטער און עקסטער פונעם מיסיס אזוי אויך די שלאף צימערן פון די קינדער און די געסט ראומס (דאס האב איך שוין נישט געזעהן אין באקינגהאם איז עס געווען אינטערסאנטער), א אינטרעסאנטע זאך וואס איך האב באמערקט איז אז אין יעדן צימער איז דא אזא קליינע ווענטל כדוגמת חתונה מחיצות וואס אונטער דעם איז דא א פשוטע בענקל, די פשט פון דעם איז (לויט ווי עס שטייט דארט) אז א גאנצע נאכט איז געזעצן א סערווענט אונטער דעם צו זיין גרייט אויב מען דארף עפעס, אבער יענער טאר דאך נישט זעהן ווי די האר (אפילו א קליין קינד) שלאפט האט מען געמאכט אזא מחיצה וואס אויף די זייט וואס איז אויסגעדרייט צום בעט ווי די בעל בית זעהט איז דא שיינע בילדער, און די אנדערע זייט זיצט דער באדינער (וואס פארשטיי מיר אונז) , פון דארט גייט מען אריין צום ריזיגן פארטש אויפן צווייטן שטאק וואס איז אפן צום וואסער מיט א הערליכע וויאו פון די בעק יארד (גראז און בלומען) און די וואסער וואס מען זעהט מיילן ווייט ארויס (אה, א ליפטל - נאך מער מען האט אפילו געמעגט אראפנעמען די מאסק).
ווייטער ארויף צו די קומענדיגע שטאקן לאזט מען נישט גיין נאר דער טור גייט אויף אראפ צום קאך (דער חילוק צווישן די סטעפס פון אינערווייניג אין די הויז צו די בעק עלי'ס ווי די באדינער זענען געגאנגען איז שרייעדיג) אינעם קאך זעהט מען סה"כ די אלע כלים וואס זיי האבן געניצט אין יענע יארן, און זיי האבן שוין דארט אפילו אן אינטערקאם, און אזוי אויך איז דא דארט נעבן דעם א גיפט שאפ ווי מען קען קויפן אלע מינע שמאנצעס און ביכער פאר סאווערניעס, (עס איז דא אסאך שטותים וועגן דער פרוי פונעם סיר וואנדערבליט וואס איז געווען א שטארקע אקטעוויסטקע בימים ההם פאר פרויען רעכטן) .
ארויסקומענדיג אינדרויסן זענען מיר געגאנגען אביסל הנאה האבן פון די גראנדס פונעם שטח, עס איז דא א קליין גארטן פון בלומען און דערנאך איז עס א ריזיגע אפענע גראז פעלד ביז צום וואסער וואס רוישט פון אונטער דעם, מיר האבן ארומשפאצירט דארטן ארום א שעה, מען קען ארומגיין די גאנצע בילדינג און פון ביידע זייטן איז דא אזעלכע גערטנער מיט ביימער (עס איז גאנץ שיין קעיר גענומען) בענק צו זיצן און נאך.
די פלאן ארגינעל איז געווען אז מען וועט ענדיגן סאך פריער ביי די ברעיקערס (היות מיר האבן שוין געהאפט אנצוקומען דארט נאך פאר איינס אזייגער) און דערנאך שפאצירן אויפן קליף וואלק, וואס איז א הערליכע שפאציר גלייך ביים וואסער, אבער היות מיר האבן פארלוירן אסאך צייט אויפן וועג האט מען געטוישט פלענער, מיר זענען אבער יא צוגעפארן צום וואסער (מיר האבן געטראפן פארקינג גלייך נעבן די פאלאץ ארטשערד האוז) און באטראכט די קליף וואלק פון אויבן און די געגנט ארום.
פון דארט זענען מיר געפארן צום מאטעל וואס מיר האבן פון פאראויס באשטעלט נעבן פראווידענס ראוד איילענד, סיי ווייל דארט איז אלץ דא א מנין ביי די ליטווישע ישיבה אדער ביי חב"ד און סיי ווייל עס קומט אויס אסאך ביליגער ווי די טייערע ניופארט, אבער נישט בעפאר מיר זענען אריבערגעפארן די אלעמען באקאנטע היסטארישע טורא שוהל (וואס איז שוין פארמאכט זינט די אנהויב פונעם פענדעמיק - קוקט מיר אויס ווי סתם א תירוץ - הגם די וויזיטינג סענטער דערנעבן איז יא אפן אבער עס איז מיר נישט אינטרעסאנט ווייל מען זעהט נישט גארנישט דארט - ניטאמאל די בריוו פון דזשארדזש וואשינגטאן) און יוצא געווען מיט ראיית הבנין בלבד.
לינק צו די סייט פון די טורא שוהל מיט אלע אינפארמאציע
אנגעקומען זענען מיר צו א קליין מאטעל מיטן נאמען קאלאניעל אין (סיקאנק) , וואס איז גראדע אין דער דערנעבנדיגע סטעיט מעסעטשוטשעס, דער מאטעל האב איך געבוקט אויף פרייסליין פאר אונטער הונדערט דאלער א נאכט, עס האט טאקע אויסגעקוקט פון אינדרויסן גאנץ צופראסקעט אבער געווען גאנץ כמעשה אינעווייניג, (עכ"פ שוין געהאט ערגערס פאר טייערער) (אפשר א צווייטע מאל וועלן מיר מער מסביר זיין באריכות פארוואס מיר נעמען דייקא ביליגע מאטעלן ווען מיר פארן אויף א ראוד טריפ), מען האט זיך אויסגעפאקט, פארשטייט זיך ארויסגענומען נאר די מינימום זאכן פון קאר און זיך דערפרישט מיט א געשמאקע נאדל זופ (דארטן האבן מיר זיך ריקארדעט די פרטים פון דעם נסיעה ביז אהער וואס אזוי קען מען געדענקן פאר שפעטער ווען מען וויל עס אראפשרייבן).
נאכן קומען צו זיך און עסן עפעס זענען מיר צוגעפארן צום לאקאלן בית חב"ד און פראווידענס, (קודם האמיר זוך טועה געווען און אנגעקומען צו א צווייטע אדרעס ווי די זוהן פונעם הויפט שליח האט א הויז גלייך נעבן די יונעווערסעטי, וואס דאס האט מיר למעשה שפעטער אפגעקאסט אן אפותיקו ווען די שליח האט מיר גע'טענה'ט אז ווען מען קומט אויף א פלאץ דארף מען געבן צדקה פאר די קהילה און געפאדערט אז איך דארף דאס טאקע געבן פאר זיין זוהן - פארוואס דען האט מיר דער באשעפער געשיקט קודם צו זיין הויז?) , די בית חב"ד אין פראווידענס איז נישט דער שענסטע בנין וואס איך האב אמאל געזעהן אלץ א בית חב"ד אבער עס איז גענוג א שיינע אינזל פון אידישקייט אין דעם גרויסן שטאט, דער שליח חב"ד הרב לאנדאו איז שוין דארט איבער 40 יאר און פארברייטערט שטארק די אקטיוויטעטן ארום די גאנצע סטעיט.
פאלגענד איז די אינפארמאציע איבער חב"ד אין פראווידענס ראוד איילענד (ווי ווייט איך ווייס איז נישט דא קיין חב"ד אין ניופארט) :
חב"ד שליח - פראווידענס ראוד איילענד
רבי יוסי לאנדאו - 401-273-7238
זייער וועבסייט
אנקומענדיג אין בית חב"ד האט מען שוין געהאלטן אינמיטן מעריב, ווי מיר האבן זיך מיטגעשטעלט דאווענען מיטן מנין, און דערנאך האבן מיר געבעטן דעם שליח אונז צו ערלויבן איינצופלאגן אונזער Gorge Forman צו קענען אפגרילן אונזער פלייש, וואס ער האט אונז געלאזט טוהן אויפן פארטש, (איך האב נאך דאן מורא געהאט עס צו טוהן אינעם מאטעל זיך איינרעדנדיג אז זייער סמאוק אלארם'ס גייען זיך אנצינדן) בשעת'ן אנגרייטן די עסן האבן מיר געכאפט א שטיקל שמועס מיטן שליח צו הערן וואס טוט זיך אין ראוד איילענד, וויאזוי יודישקייט וואקסט, ער האט אונז פארציילט די סטענדערד מעשיות וואס מען הערט אלץ פון שליחי חב"ד ארום די וועלט אבער איז אלץ אינטרעסאנט מיט יעדנס אייגנארטיגע טוויסט, מיר האבן דערנאך גענומען די עסן צום מאטעל ווי מיר האבן געגעסן נאכטמאל, געלערנט מיטן חברותא אויפן טעלעפאן, אנגעגרייט סענדוויטשעס פאר פרישטאג פארן נעקסטן טאג און זיך געלייגט שלאפן פאר די נאכט.
המשך יבוא בעז”ה
פארבינד אייך פאר סיי וועלכע אינפארמאציע איבער דער היימישער ישוב אין אריזאנע