Re: ידיעות און פליאות מיט ר' משה שפיטצער
ש'כח! יעצט פארשטאנען די ערשטע מאל...בנצי האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 12, 2024 5:55 pmאיך מיין אז דו נעמסט נישט אין אכט איין פאקט, אז די גאנצע רעדל עז-איז לויפט פאראויס 50 מייל א שעה אינאיינעם מיט די קאר, דו אבער, האסט דיך ארויפגעשטעלט אויף דעם פארענדיגע קאר, און אזוי רעכנסטו אויס די ספיד, דו דארפסט אראפקומען פון די קאר, און עס רעכענען שטייענדיג אין די זייט.יוד האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 10, 2024 5:23 pmפארוואס צורייסט זיך נישט די רעדל, אויב די חלק אויף די ערד רירט זיך נישט, און די חלקים רעדל, ביפאר און נאך די חלק רעדל וואס ליגט אויף די ערד, פארט אויף 100 מייל א שעה?
פארוואס קען מען נישט זאגן אז די אויבערשטע חלק פארט פאראויס, און די אינטערשטע צוריק, איי די רעדל איז אויף די ערד און עס איז דא ריזיסטענס? נא פארדעם האט מען די כוח פון די עלעקטעריק-געס צוטון די ארבעט?
לאמיר עס מסביר זיין, די קאר פארט פון מזרח צו מעריב 50 מייל א שעה.
די גרינע פינטל אויף 9'ער, פארט טאקע 50 מפ"ש פון מזרח צו מעריב רעלעווענט צו די קאר, אבער היות די גאנצע קאר, צוזאמען מיט רעדל ריקט זיך אין די זעלבע צייט אויך 50 מפ"ש פון מזרח צו מעריב, קומט אויס אז רעלעווענט צו מיר וואס איך שטיי אויפן ערד נעבן די קאר, ריקט זיך די גרינע פינטל פון מזרח צו מעריב אין א שנעלקייט פון 100 מפ"ש.
רעכן אויס: 50 מפ"ש פון מזרח צו מעריב פון די גרינע פינטל אליין, + 50 מפ"ש פון מזרח צו מעריב פון די קאר, = 100 מפ"ש.
ווידער די רויטע פינטל אויף די 3'ער, ריקט זיך טאקע 50 מייל א שעה פון מעריב צו מזרח רעלעווענט די קאר. אבער היות די גאנצע קאר, צוזאמען מיט די רעדל פארט דאך אין די זעלבע צייט 50 מפ"ש אויף די פארקערטע ריכטונג פון מזרח צו מעריב, קומט אויס אז רעלעווענט מיך שטייענדיג אויפן ערד נעבן די קאר, ריקט זיך די רויטע פינטל נישט פון ארט, פאר א סקונדע.
רעכן אויס: 50 מפ"ש פון מזרח צו מעריב פון די קאר, - 50 מפ"ש פון מעריב צו מזרח פון די רויטע פינטל, = 0.
נאך א א סקונדע קלאצן אויף די ערד, גיבט אים איינער שלעפ ארויף און גיבט אים שמייס פון מזרח צו מעריב אין די שנעלקייט פון 100 מפ"ש, וחוזר חלילה.