בלאט 1פון 1

וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט קריכעדיגע ראוטשעס?

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:00 pm
דורך חכם מהו אומר
איך האב א דירה וואס שטייט גרייט צו פארדינגען (אין א גויאישע געגענט) אבער קיינער וויל נישט אריינמופן ווייל ס'איז ממש אינפעסטירט מיט קריכעדיגע.

מען האט שוין געמאכט אסאך showings אבער די ראוטשעס און קריכעדיגע זענען עפעס געפערליך, און דער עולם לויפט ממש ארויס.

כ'האב שוין אויסגעשפריצט עטליכע באטלעך פון raid אין די דירה, מען האט שוין געמאכט צוויי מאל די פראצעדור וואס הייסט bombing, אבער אודך, די קריכעדיגע זענען דא...


איינער האט עפעס אן עצה? אפשר גאר א גוטע שטארקע סם צו וואס?

Re: וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט קריכעדיגע ראוטשעס?

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:03 pm
דורך מפי השמועה
עס איז דא א JELL פארדעם און עס שטייט דערויף KILLS THE NEST מען שמירט דאס אן אין די לעכער און ביז א קורצע צייט זענען זיי אלע דערנאך

(מיין עקספיריענס)

Re: וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט קריכעדיגע ראוטשעס?

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:19 pm
דורך חכם מהו אומר
די זאך איז אז כ'ווייס נישט ממש וואו די לעכער זענען, די גאנצע הויז איז פשוט אינפעסטירט.

Re: וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט קריכעדיגע ראוטשעס?

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:29 pm
דורך מפי השמועה
חכם מהו אומר האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:19 pm
די זאך איז אז כ'ווייס נישט ממש וואו די לעכער זענען, די גאנצע הויז איז פשוט אינפעסטירט.
דו דארפסט נישט גארנישט וויסן, ליין אפ די אינסטראקשענס און פאלג וואס זיי שרייבן דארט.

Re: וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט קריכעדיגע ראוטשעס?

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:30 pm
דורך מנחם נחום
געהאט די זעלבע עקספיריענס רוף אן עקסטערמינעטער עס איז א פראסעס פון 2 וואכן בערך

Re: וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט קריכעדיגע ראוטשעס?

געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:31 pm
דורך מפי השמועה
מפי השמועה האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:29 pm
חכם מהו אומר האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:19 pm
די זאך איז אז כ'ווייס נישט ממש וואו די לעכער זענען, די גאנצע הויז איז פשוט אינפעסטירט.
דו דארפסט נישט גארנישט וויסן, ליין אפ די אינסטראקשענס און פאלג וואס זיי שרייבן דארט.
דא האסטעס

https://www.amazon.com/Combat-Killing-I ... %3D&sr=8-5

Re: וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט קריכעדיגע ראוטשעס?

געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:01 am
דורך House arrest
.

Re: וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט קריכעדיגע ראוטשעס?

געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 12:07 am
דורך House arrest
איך האב שוין אפאר מאל עס געטון מיט פראפעסיאנעלע גרעיד פראדוקטן, ביי דיס פוינט האלט איך אז עס לוינט ענדערש צו נעמען א עקסטערמינעיטר.

Re: וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט קריכעדיגע ראוטשעס?

געשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 3:03 pm
דורך zevUP
איך האב גענוצט די קאמפני און זיי האבן געמאכט א גוטע דזשאב
Ehrlich pest control

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: