זכרונות פון די קינדערישע יארן פון אנטווערפען
32456344196+
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
yeshive's
יא, פון דארט האמיר די מערסטע זכרונות...
ווייסעך נישט.
וואסטוטצעך מיט ברעכער?...
דער אשכול איז פאר זכרונות אדער פאר קשיות?...
סתם פֿאַר נייגעריקייט, ס'איז נישט קיין גילוי?Rishi Sunak האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 18, 2023 3:07 pmאיך וויל עפנען א גרופ פון יוצא אנטווערפן.
יעדער וואס איז 'און' זאל ביטע קומען און אישו
U can come with a gmail addres special for thisשווארצע פאות האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 18, 2023 3:17 pmסתם פֿאַר נייגעריקייט, ס'איז נישט קיין גילוי?Rishi Sunak האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 18, 2023 3:07 pmאיך וויל עפנען א גרופ פון יוצא אנטווערפן.
יעדער וואס איז 'און' זאל ביטע קומען און אישו
אהה.. דער בנין האט זיך געהאלטן אויף די ספרים.. נישט קיין פלא אז נאך וואס זיי האבן זיך אוועק געצויגן איז דער בנין אויך געגאנגען..
מערק די ווייסע RESTAFVAL זאק אין די לינקע האקסקע
ווי איז דער יעקב פל היינטיגע צייטן?
פששש...moishy56 האט געשריבן: ↑ דינסטאג יולי 18, 2023 5:20 pmאיינער האט געפרעגט:
האט איינער א בילד פון hopla ז"ל?
(כ'ויל נישט חלילה עובר זיין אויף המכנה שם לחברו, אבער איך ווייס נישט זיין נאמען)
אדרבא, ווייסט איינער זיין ריכטיגע נאמען?
-
זיין אידישע נאמען איז געווען שאול ניימאן
שיקט מיר איינער אין אישי:
image.png
אז מיט שאול ניימאן - האפלא האבן יונגעלייט פון שטאט'אישע כולל
געהאט א מורא'דיגע מעשה א פאָר וואכן פאר ער איז געשטראבן
די לעצטע יארן האט ער שוין נישט געהאט קיין כח צוריק צו פאהרן קיין בריסל ביינאכט
איז ער געבליבן שלאפן אין די בתי מדרשים אין אנטווערפען
אזוי האט ער געוואוינט אין בריסל און יעדע מיטוואך פלעגט אריין קומען קיין אנטווערפען
און ארום געגאנגען שנארענען אין די בערזע און אין אלע ווינקלע"ן -WILNKLEN
און שפעטער ביי מנחה מעריב אין די בתי מדרשים
ווען ער איז אלט געווארן איז ער שוין געבליבן אין אנטווערפען
און ער פלעגט זיך וואלגערן ביי די נעכט אין די בתי מדרשים
(ביז י"מ ש. האט איהם מסדר געווען עפעס א פלאץ... ואיכמ"ל)
איינס פון זיינע סטאנציע'ס איז געווען די אנטווערפענע כולל אויף וואן לעריוס
איין טאג ביים פארברענגן מיט די אינגעלייט ביי די קאווע
האט שלו' בנימין קלאגסבאלד אינאיינעם מיט מענדל בערגער
געברענגט 600 דולר גרינע, גלאנציגע, אנרייצנדיג שאול ניימאן
און געפרעגט אויב ער וויל עס האבן,
האט ער זיי געזאגט אוודאי! ער דארף עס זייער וויכטיג וכו'
האבן זיין איהם געזאגט אז זיי זענען גרייט איהם דאס געבן
נאר זיי ווילן מאכן מיט איהם א געשעפט
זיי האבן איהם געזאגט די גלייבסט דאך אין גארנישט
[האפלא פלעגט רעדן און שעלטען רח"ל על ד' ועל משיחו
ער האט גארנישט געהיטן ל"ע - געהאלטן און איין שרייען לית ד.. ולית ד... ה"י]
סא! לאמיר אונטער שרייבן א קאנטראקט
אז די פארקויפטס אונז דיין "עולם הבא"
האט האפלא געזאגט ער דארף זייער וויכטיג די געלט
אבער אזא זאך קען מען נישט אונטער שרייבן אין איין מינוט
האבן זיי איהם געזאגט מסכים, טראכט דיר איבער
און ווען די ביסט גרייט ליגט ביי אונז 6 הונדערט דולר פאר'ן געשעפט
און די קומענדיגע טעג זענען די צוויי יונגעלייט יעדען טאג נאכאמאל צו געגאנגען צו האפלא
מיט 600 דולר אין די האנד און געפרעגט אויב מען קען שוין מאכן די געשעפט
און יעדעס מאל עקסטער האט האפלא געזאגט אז ער דארף זייער וויכטיג האבן די געלט
אבער אזא געשעפט קען מען נישט מאכן אין איין מינוט...
נאך צוויי וואכן בערך ווען די צוויי יונגעלייט האבן איהם נאכאמאל געפרעגט
נו! ר' שאול מאכט מען די געשעפט
האט האפלא זיך געגעבן א צוקאך און געזאגט
איך דארף זייער זייער וויכטיג האבן די געלט
אבער מיין "עולם הבא" פארקויף איך נישט
גייט נישט אריבער א פאר טעג...
און ב.ד.ה.
און שטאט האט געהאנגען לוויה צעטלעך פון שאול ניימאן'ס
די גרויסקייט פון א אידישע נשמה!!!!!!!!
א שנארער וואס איז געווען א נהרג על פחות משוה פרוטה
א נשמה וואס איז געליגן טיף טיף אין שאול תחתית
אבער מיין "עולם הבא" פארקויף איך נישט