בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קרעטשמער
Site Admin
תגובות: 451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 6:22 pm

בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעטשמער »

זייטיגע נאטיץ
אפיציעלע דערמאנונג: די אשכול איז א זעראו טאלעראנץ פאליסי אשכול - מען קען אויסגעשלאסן ווערן אן קיין ווארענונג פארן פארלעצן די תקנות.

ביטע ליינט דורך מיט ישוב הדעת די תקנות פונעם אשכול איידער איר שרייבט דא.
קאלטע לופט
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 9:06 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלטע לופט »

שמחת החתונה לנכדת האדמו''ר מתולדות צבי ספינקאשליט''א בת לבנו הגה''צ דומ''ץ ספינקאשליט''א
אטעטשמענטס
יוני_24_2024_9_00_11.jpg
יוני_24_2024_9_00_11.jpg (117.81 KiB) געזען 3668 מאל
יוני_24_2024_9_07_27.jpg
יוני_24_2024_9_07_27.jpg (133.92 KiB) געזען 3668 מאל
יוני_24_2024_8_54_34.jpg
יוני_24_2024_8_54_34.jpg (123.84 KiB) געזען 3668 מאל
Joel
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

שמחת החתונה פון נכדת כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א
https://ahblicklive.com/post.php?u_id=z ... lIyBWvpn0P
אטעטשמענטס
aA7qkDd_wide_m.jpg
aA7qkDd_wide_m.jpg (68.12 KiB) געזען 8149 מאל
afkwW6t_long_m.jpg
afkwW6t_long_m.jpg (53.33 KiB) געזען 8149 מאל
aUeD0L5_wide_m.jpg
aUeD0L5_wide_m.jpg (62.69 KiB) געזען 8149 מאל
אוועטאר
לייכטן
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2022 5:55 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייכטן »

בשמחה וגילו ברעדה – שמחת החתונה בחצרות אמונת ישראל - תולדות יהודה סטוטשין - סערדאהעלי - סערדאהעלי, החתן בן הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א
Screenshot 2024-06-24 172834.jpg
Screenshot 2024-06-24 172834.jpg (235.1 KiB) געזען 7528 מאל
https://jdn.news/posts/2665
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4622
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

חסידי ומתפללי ביהמ"ד אמונת ישראל ביים אדורכגיין די נייע רב שליט''א יעצט נאך תפילת מנחה
אטעטשמענטס
IMG-20240624-WA0583.jpg
IMG-20240624-WA0583.jpg (269.14 KiB) געזען 7037 מאל
IMG-20240624-WA0586.jpg
IMG-20240624-WA0586.jpg (236.9 KiB) געזען 7037 מאל
פון דא און פון דארט!
באלאנס
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 5:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלאנס »

האדמו"ר סאדיגורה שליט"א ביי תפילות שחרית היינט אין לוס אנג'לס
בלוס אנג'לס.jpeg
בלוס אנג'לס.jpeg (122.81 KiB) געזען 6893 מאל
אוועטאר
תרמב
שר שמונת אלפים
תגובות: 8931
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2019 3:21 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרמב »

גמר המקח אין קראסנא
אטעטשמענטס
IMG-20240624-WA0225.jpg
IMG-20240624-WA0225.jpg (385.91 KiB) געזען 6645 מאל
IMG-20240624-WA0224.jpg
IMG-20240624-WA0224.jpg (286.33 KiB) געזען 6645 מאל
IMG-20240624-WA0223.jpg
IMG-20240624-WA0223.jpg (224.66 KiB) געזען 6645 מאל
באלאנס
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 5:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלאנס »

האד' מסקולען מאנסי יעצט באנאכט אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א לקראת די שמחת החתונה פון בתו הכלה די וואך

photo_2024-06-25_01-00-42.jpg
photo_2024-06-25_01-00-42.jpg (284.88 KiB) געזען 5991 מאל
באלאנס
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 5:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלאנס »

האד' מסקולען מאנסי באזוכט ביי האדמו"ר משענדישוב שליט"א
photo_2024-06-25_01-06-19.jpg
photo_2024-06-25_01-06-19.jpg (177.93 KiB) געזען 5964 מאל
אוועטאר
בּאָגדאַן
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 01, 2021 4:15 pm
לאקאציע:מעזיבוז

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בּאָגדאַן »

באלאנס האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 1:02 am
האד' מסקולען מאנסי יעצט באנאכט אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א לקראת די שמחת החתונה פון בתו הכלה די וואך


photo_2024-06-25_01-00-42.jpg
אויך איז דער רבי שליט"א געווען פריער אין וויליאמסבורג אויף א באזוך ביי דודו כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א.
Богдан
זיסער אידל
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 02, 2024 11:40 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסער אידל »

מעמד קבלת פנים אין לעיקוואוד פאר האדמו"ר מקאלוב, אין ביהמ"ד פון חתנו האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוק-ענד-וויין
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (55.67 KiB) געזען 5653 מאל
זיסער אידל
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 02, 2024 11:40 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיסער אידל »

האדמו"ר מראחמיסטריווקא ארה"ק ביי האדמו"ר מראחמיסטריווקא לעיקוואד בהשתתפות אחיו האדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקנוויין
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
unnamed.jpg (61.9 KiB) געזען 5646 מאל
לעצט פארראכטן דורך זיסער אידל אום דינסטאג יוני 25, 2024 3:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פייערדיגע חסיד
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 02, 2023 4:36 pm
פארבינד זיך:

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פייערדיגע חסיד »

🌴בצל הקודש🌴-סאטמאר מהר"א

🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בהעלותך=
◄ ווייז ספוילער
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בהעלותך=

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן לייב ב"ר חיים ישראל ווידער הי"ו.

ארום 9:10 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: ר' דוד ברי"מ גלויבער הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר 'מרכז עזרה ויעוץ' אין ארה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' יואל ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ותדבר מרים ואהרן במשה על אודות האשה הכושית און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון טעם כעיקר.
קה אכסוף: הרה"ח ר' שמואל יאקאבאוויטש הי"ו - ירושלים.
ברכת המזון: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק ט"ז סיון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' עמרם הערמאן הי"ו - לאנדאן.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:00 אזייגער.

=וביום השבת=

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' דוד הכהן לאנדא הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' שמעי' קעסלער הי"ו - וומ"ס.
כהן: החתן נח ב"ר אברהם יושע לאנדא הי"ו, באווארפען.
לוי: החתן אשר לעמיל בהר"ר אברהם יושע ווערצבערגער שליט"א, באווארפען.
שלישי: החתן לייב ב"ר חיים ישראל ווידער הי"ו, באווארפען.
רביעי: החתן אשר לעמיל ב"ר ברוך יצחק ווייס הי"ו, באווארפען.
חמישי: החתן זאב ב"ר יודא שניטצער הי"ו, באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שלמה ב"ר יושע יאקאב הי"ו.
ר' שמואל אליעזר ברילל הי"ו.
שביעי: החתן יצחק ב"ר יעקב קעסלער הי"ו, באווארפען.
הוספות: החתן אלעזר ב"ר ליפא שפילמאן הי"ו, באווארפען.
החתן שמואל מאיר ב"ר יחזקאל משולם גלויבער הי"ו, באווארפען.
החתן ב"ר יואל מרדכי גוטמאן הי"ו.
החתן אשר לעמיל ב"ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו.
החתן יחיאל שלמה ב"ר יחזקאל שרגא שטיין הי"ו.
החתן ישעי' ב"ר משה מנחם שלעזינגער הי"ו.
החתן אהרן ב"ר עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו.
אחרון: החתן בהר"ר אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אייזיק הערש שפילמאן הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל מרדכי גוטמאן הי"ו - ב"פ.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מענדל בער ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אשר יצחק ווידער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:05.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכאל משה ברילל הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק יעקב כ"ץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
שלישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יושע צבי פריינד הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק בהעלותך את הנירות און נאכגעזאגט פון הרה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע אז מנהיגי ישראל וואס לערנען תורה מיט אידישע קינדער דארפן קודם משפיע זיין פרנסה פאר כלל ישראל, 'אם אין קמח אין תורה',
די מנורה האט משפיע געווען חכמת התורה און די שולחן האט משפיע געווען פרנסה, 'אל מול פני המנורה העלה נירותיה' אנטקעגן די מנורה איז געווען די שולחן און ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה האט ער משפיע געווען פרנסה פאר כלל ישראל,
אזוי אויך איז די נס חנוכה געקומען בזכות פון אהרן הכהן, פון די נס חנוכה זעט מען אז הקב"ה היט אפ אלע מצוות דרבנן במילא איז הקב"ה מחיוב איינצוהאלטן אלע חיובי בעל לאשה און משפיע זיין פרנסה און רפואה פאר כלל ישראל און אוודאי צו אויסלייזן כלל ישראל פון גלות.
ידיד נפש: הר"ר אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן ישעי ב"ר משה מנחם שלעזינגער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:15.

א גוטע וואך.
~🌴~

🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג שלח=

◄ ווייז ספוילער
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג שלח=

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא ברש"ז ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישכר דוב היימאן הי"ו.
ב"ר אהרן קראוס הי"ו.
ב"ר יצחק שפיטצער הי"ו.
ב"ר יקותיאל אלי' אייגנער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 12:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק צו באשיינען די חומש סעודה פון די תלמידי מוסדותינו הק' פון ב"פ,
ארום 2:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי באגריסט מיט גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א און ווארעם אנגעוואונטשן לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט וואס איז פארגעקומען אויפדערנאכט אין ב"פ,
דערנאך איז דער רבי אריין אין היכל הביהמ"ד ווי עס זענען אנוועזנד געווען די הונדערטער עלטערן און זיידעס פון די קינדער צווישן זיי פילע אדמורי"ם ורבנים ובראשם הגה''צ גאב''ד קהילתינו שליט"א, הגה''צ אב''ד קהילתינו 15 שליט"א, האדמו"ר מבורשטין שליט"א, האדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, און נאך פילע רבני העיר,
דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע און ניגונים פון לימוד התורה,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א - מנה"ר,
דערנאך האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורכן מלמד מומחה הר"ר יודל ווערצבערגער שליט"א,
דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער,
דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי ברכה לכבוד די חתני החומש, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן,
מען האט געענדיגט ארום 3:10.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום נייעם שטח אויף 18 און 53 וועלכע איז נארוואס אפגעקויפט געווארן דורך מוסדותינו הק' ווי עס וועט געבויעט ווערן א גיגאנטישע בנין פאר די בית רחל,
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן שטח און דערביי געהערט א באריכט פון הרבני הנכבד ר' אהרן וועלץ הי"ו - מנהל המוסדות, און הרה"ח ר' יעקב לאנדא הי"ו - אדמיניסטראטאר, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

דערנאך ארום 3:40 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו ב"פ לרגל שמחת נשואי בתו הצעירה למז"ט וואס קומט פאר היינט מאנטאג אויפדערנאכט,
עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס איבער פארשידענע מנהגים ביי ברית'ן און נאך פילע שאלות בהלכה בהלכות מעקה און בהלכות מקוה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן דיין שליט"א ובני משפחתו.

ארום 4:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ"ס צום מעמד יציקת הבורות אין ביהמ"ד החדש 'לב אהרן' אויף סאוט אכט,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 4:40, דער רבי איז צום ערשט אריין אינעם אלטן ביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ומעמד חתימת שטרות ווי די חשוב'ע נדבנים האבן מנדב געווען גרויסע געלטער פארן ביהמ"ד,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד וועלכע האט ארויסגעברענגט לשבח פון די מתפללי הביהמ''ד אז רבו ככולו פון די געלט צו בויען די בית המדרש איז געקומען פון די מתפללים און אין די לעצטע שטיק צייט האט מען אויפגעטריבן דעם אסטראנאמישע סכום פון אריבער זעקס מיליאן דאלער! וואס האט זיך אויסגעפעלט צו ענדיגען די ביהמ"ד,
דערנאך זענען די נדבנים ארויף אויפן אויבנאן און אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט"א און דער רבי האט יעדעם עקסטער ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והיה באכלכם מלחם הארץ תרימו תרומה לה' 'והיה' איז א לשון שמחה, 'לחם' מיינט מען די תורה, און 'תרומה' איז בגי' 'קול תפלה', ווען מען באנייט א ביהמ"ד פאר תורה און תפילה איז א שמחה פאר יעדעם איינעם,
און דער רבי האט מעורר געווען איבער די מצב אין אידישקייט היינט צוטאגס און געזאגט אז ווען מען באנייט א סאטמאר'ע ביהמ"ד דארף מען זען אז עס זאל זיין מיוסד אויף די סאטמאר'ע יסודות וואס דאס זענען 'תורה ויראה' און דאס איז סיי מיט קביעות עתים לתורה פארן דאווענען, גיין אין מקוה, דאווענען מיט א קול און התלהבות, און אזוי אויך בעניני צניעות וואס דאס איז יראת שמים, תרומה איז א לשון הפרשה מען דארף זען צו האבן א הפרשה סיי פון די גויאישע גאס און סיי פון די אידישע גאס און אכטונג געבן אז די ביהמ"ד זאל באלאנגען פאר די מחנה אלקים און נישט ווערן נאכגעשלעפט פון די מחנה מגושמים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די חשוב'ע נדבנים, פארן חשובן דיין שליט"א וועלכע איז עוסק בדבר ה' זו הלכה א גאנצן טאג, און צוגעענדיגט מיט ברכות קדשו פאר די עסקני הביהמ"ד,
מען האט געענדיגט ארום 5:20.

פון דארט איז דער רבי אריבער צום נייעם ביהמ"ד, דער רבי איז צום ערשט ארויף אין היכל הביהמ"ד און זיך אומגעקוקט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי"ו, הרה"ח ר' חיים הערש שווארטץ הי"ו, און ר' חיים הערש סעגעדין הי"ו - חברי הנהלת קרן הבנין,
דערנאך איז דער רבי אראפ צום מקוה ווי דער רבי האט געגאסן די בורות און דערנאך מכבד געווען צו גיסן, הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, הרה"ג דומ"ץ הביהמ"ד שליט"א, און די חשובע נדבני הביהמ"ד,
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף צום היכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד המאורע,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א, הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'והיה באכלכם מלחם הארץ תרימו תרומה לה' און ארויסגעברענגט די חשיבות ביים רבש"ע ווען א איד וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה רייסט זיך אוועק אין ביהמ"ד צו דאווענען און לערנען,
און אנגעוואונטשן אז מען באנייט א סאטמארע ביהמ"ד זאל זיין דא תורה עבודה און גמילות חסדים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע מתפללי הביהמ"ד,
מען האט געענדיגט ארום 5:50.

פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום שטח ווי עס ווערט געבויעט דעם נייעם בנין פאר די ישיבה לצעירים אויף ראטלידזש סט.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו - יו"ר הנהלת הישיבה,
דערנאך האט דער רבי געגאסן די אבן הפינה און מכבד געווען צו גיסן, הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל הישיבה, און הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
ארום 6:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.

ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"

ארום 9:10 איז דער רבי אנגעקומען צו ביהמ"ד אהל פיגא צום צענטראלן שבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארומגערעדט בדברי תורה בענין שמחת חתן וכלה, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשוב'ן חתן וואס איז געזעצן און געלערנט ביז די חתונה און פון הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, און מסיים געווען בברכת קדשו פארן חתן, פאר הגה"צ רב דביהמ"ד שליט"א, פארן מחותן, פאר האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן און די גאנצע אויבנאן פאר א לענגערע צייט,
פארן זמן ר"ת האט מען געבענטשט, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות,
נאכן בענטשן האט אויפגעטרעטן הר"ר ישראל מאיר פריעדמאן שליט"א בשם די מתפלל הביהמ"ד, און דערנאך הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אלי' שווייצער הי"ו מיט דברי בדחנות,
מען האט געענדיגט ארום 10:25.

ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר אברהם יואל גראסבערג שליט"א און הר"ר מנחם זאב זילבערשטיין שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל קרויס הי"ו און הרה"ח ר' אלי' שטיינמעטץ הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביהמ"ד בביתו נאוה קודש.

נאך מעריב איז געווען זמני כניסה ביז ארום 11:45.
נאך די זמני כניסה האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' אברהם יוסף פריעד ע"ה.
~🌴~

🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג שלח=

◄ ווייז ספוילער
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג שלח=

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא ניימאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יודא ווערצבערגער הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אלי' צבי משה גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי יעקב דרעזדנער הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם יושע לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' שמואל ברא"מ גאלדשטיין הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה לעווינגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.

נאך די חופות ארום 8:15 איז דער רבי אנגעקומען בביתו החדש פון העסקן ר' משה יוסף ברא"ש פריעדלענדער הי"ו,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און געמאכט א לחיים,
דערביי איז פארגעקומען די חאלאקע פון בנו ני"ו,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.

ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"י רובין הי"ו און הרה"ח ר' מאיר פייערשטיין הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די חתונה פון החתן יחזקאל שרגא בן העסקן הדגול ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' יואל משה ציק הי"ו - מאנטריאל,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער קהלתינו הק' אין מאנטריאל, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און זיידעס.

א גוטע נאכט.
~🌴~
🌴בצל הקודש🌴
שנעלע, קראנטע, און אקוראטע באריכטן און בילדער מהנעשה והנשמע בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
TELEGRAM- https://t.me/BetzeilHakodesh
WHATSAPP - https://chat.whatsapp.com/F5pIFOKjXHcKbIKAF1WiRl
🌴בצל הקודש🌴
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלף
תגובות: 1752
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

🌴בצל הקודש🌴סאטמאר מהר"א

‏"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"

ברכת מזל טוב להוד כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א לרגל קישור החיתון למז''ט של נכדו החתן פרע"ח הרב דוד דוב מייזליש שליט"א - ממצויני תלמידי ישיבתינו הק',
בן הגה"צ חדב"ן רב ביהמ"ד ישמח משה שליט"א, בן הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל.

עב''ג בת הגה''צ רבי יואל האלבערשטאם שליט''א רב דבית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים, בן הגה"צ אבד"ק טשאקאווע זצ"ל וחתן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו הק' ב"פ שליט"א.

‏"שישו ושמחו בשמחת רבינו"
~🌴~
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3924
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

image (4).png
image (4).png (118.25 KiB) געזען 4222 מאל
גוט צו זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2021 4:09 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט צו זיין גוט »

זיסער אידל האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 4:05 am
האדמו"ר מוויזניץ היינט נעכטן, מאנטאג, אין די פארטאגס שעה'ן ביים אנקומען קיין אמעריקע לרגל די שמחת החתונה פון א אייניקל
(שוין באשיינט די שמחת החתן מאהל נעכטן מאנטאג נאכט אין שיכון סקווירא).
מזל טוב.
צפת דאמעריקא
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 19, 2021 6:03 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צפת דאמעריקא »

האדמו"ר מביאלא מתברך מרבו מרן ראש הישיבה הגרב"ד פוברסקי

20240625_145538.jpg
20240625_145538.jpg (142.17 KiB) געזען 3828 מאל
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא
אינגאנצן - לגמרי נישט!!!
דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון
דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
(הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א)
Joel
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

סאטמאר מהר"א
שמחת החתונה בחצרות קדשינו
פון החתן נכד מרן רבינו שליט"א
הרב ישראל דושינסקיא שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב ביהמ"ד אוהל פיגא דקיט"ל קרית יואל שליט"א, בן האדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א
עב"ג הכלה בת הגה"צ ר' אברהם יושע איגער שליט"א מ'לובלין
https://www.bechatzros.com/post/086545567
אטעטשמענטס
f50a57_467cb0b0eaf645309daea815bd133e92~mv2.jpg
f50a57_467cb0b0eaf645309daea815bd133e92~mv2.jpg (200.96 KiB) געזען 3252 מאל
f50a57_3c8ee353085e4cd08630424232c8162d~mv2.jpg
f50a57_3c8ee353085e4cd08630424232c8162d~mv2.jpg (287.87 KiB) געזען 3252 מאל
f50a57_b0a9605b8aa443af8b97b418a773ef75~mv2.jpg
f50a57_b0a9605b8aa443af8b97b418a773ef75~mv2.jpg (235.82 KiB) געזען 3252 מאל
באלאנס
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 5:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלאנס »

בזמן שהצדיקים בעיר: יהדות לאנדאן וועט מקבל פנים זיין כ"ק האחים האדמורי"ם מסקולען שליט"א

https://www.bechatzros.com/post/6584334278

photo_2024-06-25_17-10-37.jpg
photo_2024-06-25_17-10-37.jpg (136.15 KiB) געזען 2865 מאל
הלואי איך קען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 18, 2023 4:23 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלואי איך קען »

סאטמאר מהרי"י

דודי ירד לגנו!
כ״ק מרן רבינו עט"ר שליט״א שעפּט נחת דקדושה ביים באזוכן אין נייעם מעכטיגן בנין בית רחל פון מוסדות סאטמאר בארא פּארק, אין באגלייטונג פונעם גיבור החיל, הנגיד ר׳ בערל לעפקאוויטש הי״ו, און אלע אנדערע חשוב׳ע חברי הנהלת המוסדות, אינאיינעם מיט׳ן טפסר המרומם הרה״ח ר׳ אשר אלימלך מייזעלס הי״ו, נדיב ״שטח מייזעלס״

מאת ה׳ היתה זאת היא נפלאת בעיננו!
אטעטשמענטס
IMG_20240625_181517_957.jpg
IMG_20240625_181517_957.jpg (181.42 KiB) געזען 2287 מאל
IMG_20240625_181517_369.jpg
IMG_20240625_181517_369.jpg (207.63 KiB) געזען 2287 מאל
IMG_20240625_181517_641.jpg
IMG_20240625_181517_641.jpg (213.79 KiB) געזען 2287 מאל
אז מ'טראכט אַריין, מ'מאַכט אַ חשבון .... ס'טוהט אים וויי די קינדער וואָס זענען געפאַנגען בידי רוצחים, אָבער וויפיל מיליאָנען תינוקות שנשבו זענען שבויים ביד יצרם צוליב די פושעים? און די שכינה הקדושה איז אויף דעם מקונן
Joel
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

קהל חסידי לעלוב שהו בשב”ק בהעלותך באתרא קדישא מירון
https://www.jdn.co.il/gallery/2224118/
אטעטשמענטס
לעלוב-שבת-בהעלותך-פד-חיימסון-5.jpg
לעלוב-שבת-בהעלותך-פד-חיימסון-5.jpg (92.35 KiB) געזען 2221 מאל
לעלוב-שבת-בהעלותך-פד-חיימסון-1.jpg
לעלוב-שבת-בהעלותך-פד-חיימסון-1.jpg (132.32 KiB) געזען 2221 מאל
לעלוב-שבת-בהעלותך-פד-חיימסון-7.jpg
לעלוב-שבת-בהעלותך-פד-חיימסון-7.jpg (103.93 KiB) געזען 2221 מאל
Joel
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 28, 2015 11:20 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Joel »

הכנסת ספר תורה צו ביהמ"ד סערדאהעלי אין בארא פארק
https://jdn.news/posts/2678
אטעטשמענטס
0U9A5430_low (1).jpg
0U9A5430_low (1).jpg (307.95 KiB) געזען 2138 מאל
0U9A5496_low (1).jpg
0U9A5496_low (1).jpg (188.31 KiB) געזען 2138 מאל
פארגאנגענע וואך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4622
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 23, 2022 3:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארגאנגענע וואך »

שמחת בית פשעווארסק
אטעטשמענטס
IMG_20240625_191346_741.jpg
IMG_20240625_191346_741.jpg (138.7 KiB) געזען 1844 מאל
IMG_20240625_191351_132.jpg
IMG_20240625_191351_132.jpg (154.72 KiB) געזען 1844 מאל
IMG_20240625_191339_733.jpg
IMG_20240625_191339_733.jpg (95.7 KiB) געזען 1844 מאל
פון דא און פון דארט!
גרינע
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2017 10:21 am

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינע »

סאטמאר מהרי"י

*מקוה ישראל מושיע*

*כ"ק מרן רבינו שליט"א* אינאיינעם מיט'ן געהויבענעם גאס *כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א* אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' *חיים הערש גאלד* הי"ו אין בארא פארק, לרגל דאס אפקויפן דער זכות *"עיני טהרה"* פאר א פאנטאסטישע סומע, אינעם נייעם *מקוה טהרה* דקהלתינו הק' וואס בויעט זיך יעצט אין עיר *בארא פארק יצ"ו:*

(אינפאו קרעדיט @Qsa )
IMG_20240626_001929_592.jpg
IMG_20240626_001929_592.jpg (309.49 KiB) געזען 1777 מאל
IMG_20240626_001932_276.jpg
IMG_20240626_001932_276.jpg (221.27 KiB) געזען 1777 מאל
לעצט פארראכטן דורך גרינע אום מיטוואך יוני 26, 2024 2:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"יענעמס גראז איז נישט גרינע"
באלאנס
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 01, 2023 5:58 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באלאנס »

מחאה אדירה בחוצות ירושלים אפגעשטופט אויף זונטאג קרח; וועט ארייננעמען ליטווישע און ספרדישע קרייזן
https://www.bechatzros.com/post/694586746
photo_2024-06-25_20-46-57.jpg
photo_2024-06-25_20-46-57.jpg (140.68 KiB) געזען 1209 מאל
צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:31 pm

Re: בחצרות הקודש - נתחדש תמוז תשפג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיקים »

כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א פון מאנסי, ביים איינלאדענען כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א
לרגל נישואי בתו דעם קומענדיגן דאנערשטאג
כ''ק אדמו''ר מסקולען שליט''א ביים איינלאדענען כ''ק אדמו''ר מפארשעי שליט''א צו נישואי בתו שתחי' למז''ט.jpg
כ''ק אדמו''ר מסקולען שליט''א ביים איינלאדענען כ''ק אדמו''ר מפארשעי שליט''א צו נישואי בתו שתחי' למז''ט.jpg (262.76 KiB) געזען 1844 מאל
כ''ק אדמו''ר מסקולען שליט''א ביים איינלאדענען כ''ק האדמו''ר מפארשעי שליט''א צו נישואי בתו שתחי' למז''ט.jpg
כ''ק אדמו''ר מסקולען שליט''א ביים איינלאדענען כ''ק האדמו''ר מפארשעי שליט''א צו נישואי בתו שתחי' למז''ט.jpg (208.09 KiB) געזען 1844 מאל
כ''ק האדמו''ר מסקולען שליט''א ביים איינלאדענען כ''ק אדמו''ר מפארשעי שליט''א צו נישואי בתו שתחי' למז''ט.jpg
כ''ק האדמו''ר מסקולען שליט''א ביים איינלאדענען כ''ק אדמו''ר מפארשעי שליט''א צו נישואי בתו שתחי' למז''ט.jpg (252.1 KiB) געזען 1844 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”