נאכפאלגנדיג די שבת וואס הגה"צ אבד"ק קאלוב שליט"א האט געפראוועט און עדיסאן ניו דשערזי די פארגאנגענע ווינטער ווי די רב שליטא האט מעורר געווען זיך מחזק זיין בעניני קדושה אין מקבל זיין קבלות מיט טעכנעלאגישע כלים לאור דעם האט זיך געפענט א טעג אפיס אין שטאט פאלגענד איז א בריוו וואס די רב האט אפגעשיקט לכבוד די פתיחה
הערליכער מעמד "הנחת אבן הפינה" פאר א נייעם פארגרעסערטן בית המדרש אין מחנה ישיבה קטנה סאוט פאלסבורג, איז פארגעקומען היינט מאנטאג מיטאג, אויפ'ן שטח הבניה, בהשתתפות רבנן ותלמידיהון, וועלכע זענען געקומען צו פארן מיטהאלטן דעם געהויבענעם מאמענט, ובראשם כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א.
◄ ווייז ספוילער
נאכן גיסן דעם אבן הפינה איז פארגעקומען א מעמד לחיים לרגל המאורע, ווי דער מנהל הרה"ג רבי יואל שטעסל שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א פאסיגע דרשה לכבוד היום, און דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש וברכה פאר די חשובע בחורי חמד, עקסטער האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר הרה"ג רבי יצחק ראזענבערגער שליט"א חדב"ן, מחשובי רמ"י הישיבה.
נאכדעם האט דער מנהל פארטיילט מכתבי תעודות פאר אלע בחורים וואס האבן אריינגעברענגט באדייטענדע סכומים בימי הפורים פאר'ן אויפבוי פון דעם נייעם בית המדרש, און דער רבי האט דערנאך טיילט שיריים פאר אלע בחורים, וועלכע זענען אריבער פאר רבינו שליט"א
אטעטשמענטס
1000991113.jpg (202.99 KiB) געזען 8833 מאל
1000991105.jpg (312.34 KiB) געזען 8833 מאל
1000991140.jpg (173.65 KiB) געזען 8833 מאל
אז מ'טראכט אַריין, מ'מאַכט אַ חשבון .... ס'טוהט אים וויי די קינדער וואָס זענען געפאַנגען בידי רוצחים,אָבער וויפיל מיליאָנען תינוקות שנשבו זענען שבויים ביד יצרם צוליב די פושעים? און די שכינה הקדושה איז אויף דעם מקונן
יום ב׳ ג׳ ד׳ ה׳ פרשת אמור בצל הקודש בקרית ייטב לב יצ״ו
◄ ווייז ספוילער
מאנטאג פרשת אמור בצל הקודש בקרית ייטב לב יצ״ו
אום 8:15 איז רבינו שליט״א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד אור החיים דקהלתינו הק׳, בעל תפילה איז געווען מו״ה דוד מאיר שווארטץ הי״ו.
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן כהן: הרה״ח ר׳ אהרן אפרים סאנדער הי״ו. לוי: הרה״ח ר׳ יואל מאיר יונגרייז הי״ו. דער רבי האט עולה שלישי. הגבה: הרה״ח ר׳ יוסף יושע שעהר הי״ו. גלילה: הרה״ח ר׳ נטע פריעד הי״ו.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין ביהמ״ד בית יהושע דקהלתינו הק׳ ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הרה״ח ר׳ יוסף יושע שעהר הי״ו. און די ברית לבן הנולד אצל הרה״ח ר׳ יואל בר״מ שווארטץ הי״ו. און דער רבי איז מכובד געווארן מיט סנדקאות וקריאת השם, דערנאך זיך משתתף געווען ביים סעודת ברית, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די בעלי שמחה און די זיידעס.
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה: הרה״ח ר׳ משה וואלף גליק הי״ו.
אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב, בעל תפילה: הב׳ שמעי בן הרה״ח ר׳ אליעזר ברוך אייזענבערג הי״ו. נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פאר׳ן עמוד.
~~
דינסטאג פרשת אמור בצל הקודש בקרית ייטב לב יצ״ו
אום 8:15 איז רבינו שליט״א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד אור החיים דקהלתינו הק׳, בעל תפילה איז געווען מו״ה יודא יושע טייטלבוים הי״ו.
אום 6:15 איז רבינו שליט״א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ״ד דקהלתינו הק׳ שכונת וואלנאט רידזש, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק׳ ח״ב פון קרית יואל, סניף הרה״ג ר׳ חיים הערש שפירא שליט״א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט אלע בחורים וואס האבן געלערענט במשך די ימי בין הזמנים במסגרת ישיבת בין הזמנים, עס האט אויפגעטרעטן הרה״ג ר׳ לייבוש דייטש שליט״א משפיע רוחני בישיבה, דערנאך האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברות קודש ודברי הדרכה לקראת פתיחת זמן הקיץ, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח הישיבה, און התחזקות בלימוד התורה, און אויסגעפירט מיט ברכת לרוב פאר אלע תלמידים. דערנאך זענען די בחורים אדורך און דער רבי האט פארטיילט א ספר במתנה און אנגעוואונטשען ברכת קדשו, און עקסטער זיך באדאנקט פאר די גבאי החבורה.
אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בביתו נאוה קודש, בעל תפילה: הב׳ אלימלך זלמן ב״ר שאול יחזקאל לעבאוויטש הי״ו. נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פאר׳ן עמוד.
~~
מיטוואך פרשת אמור בצל הקודש בקרית ייטב לב יצ״ו
אום 8:15 איז רבינו שליט״א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד אור החיים דקהלתינו הק׳, בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ דוד מאיר שווארטץ הי״ו.
אום 7:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה: הרה״ח ר׳ אלימלך בנציון מארקאוויטש הי״ו.
נאך מנחה האט זיך רבינו שליט״א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק, ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען משפחת שווימער שיחיו, וואס זיצן שבעה ע״פ אביהם הרה״ח הישיש ר׳ חיים הערש שווימער ע״ה מזקני קהלתינו הק׳, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שטאט סיגוט אינדערהיים, און איבער דער הייליגער עצי חיים זי״ע און דער רבי האט געוואונטשען ברכת תנחומין.
דערנאך איז רבינו שליט״א אריבער אין שטוב פון בנו הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א, און נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אראפ אין ביהמ״ד עצי חיים סיגוט, און זיך אומגעקוקט אויף די לימודי הכולל ערב פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע הנאה וקורת רוח, דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אינאיינעם מיט די חברי הכולל, צו מעריב איז צוגעגאנען הרה״ח ר׳ יעקב בר״מ בראך הי״ו. נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פאר׳ן עמוד, און דער ציבור אדורך שלום נעמען פון רבין, דערנאך איז דער רבי געפארן קיין וויליאמסבורג, ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען האחים החשובים ר׳ יחזקאל ר׳ יעקב ור׳ מענדל גליק הי״ו היושבים ע״פ אחיו הרה״ח הישיש ר׳ משה גליק ע״ה. דערנאך מנחם אבל געווען משפחת כהנא שיחיו, וואס זיצן שבעה ע״פ אמם הישישה ע״ה אלמנת הרה״ח ר׳ יוסף מרדכי כהנא ע״ה, עס האט זיך פארצויגן א שמועס זכרונות וסיפורים פון רביה״ק הברך משה זי״ע משנים קדמניות נאך דינענדיג אלס סיגוט׳ער רב, און דער רבי האט געוואונטשען ברכת תנחומין. און דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת פעקעטע וואס זיצן שבעה ע״פ אביהם הרה״ח ר׳ יעקב פעקעטע ע״ה. ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי צוריק אהיים למעון קדשו אין קרית ייטב לב.
~~
דאנערשטאג פרשת אמור בצל הקודש בקרית ייטב לב יצ״ו
פארן דאווענען האט רבינו שליט״א געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ אברהם יושע מארקאוויטש הי״ו.
אום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבנין התלמוד תורה בנין משה דוד, ווי דער רבי האט געדאווענט אינאיינעם מיט די תלמידי הכתות ו׳ ז׳ ח׳ ט׳. בעל תפילה: הר״ר אברהם יושע קלאר שליט״א.
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן כהן: הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ אברהם יושע מארקאוויטש הי״ו. לוי: הר״ר אלעזר יצחק גרינפעלד שליט״א המנהל. דער רבי האט עולה געווען שלישי. הגבה: הרה״ח ר׳ אברהם יושע מארקאוויטש הי״ו. גלילה: הרה״ח ר׳ טובי יואל פריינד הי״ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבענטשט מטבעות קודש לשמירה צו פארטיילן פאר די תלמידים, און עקסטער אנגעוואונטשן די מנהלים און מלמדים. מען האט געענדיגט ארום 10:00 אזייגער.
אום 6:15 איז רבינו שליט״א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ״ד דקהלתינו הק׳ שכונת וואלנאט רידזש, אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבתינו הק׳ ח״א פון קרית יואל, סניף הרה״ג ר׳ יואל מארקאוויטש שליט״א. בעל תפילה: הב׳ בן הרה״ח ר׳ יואל בר״״מ מארקאוויטש הי״ו מהנהלת הישיבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט אלע בחורים וואס האבן געלערענט במשך די ימי בין הזמנים במסגרת ישיבת בין הזמנים, עס האט אויפגעטרעטן הרה״ג ר׳ לייבוש דייטש שליט״א משפיע רוחני בישיבה, דערנאך האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט לענגערע דברות קודש ודברי הדרכה לקראת פתיחת זמן הקיץ, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח הישיבה, און התחזקות בלימוד התורה, און אויסגעפירט מיט ברכת לרוב פאר אלע תלמידים. דערנאך זענען די בחורים אדורך און דער רבי האט פארטיילט א ספר במתנה און אנגעוואונטשען ברכת קדשו, און עקסטער זיך באדאנקט פאר די גבאי החבורה.
פארנאכטס איז פארגעקומען בקו״פ א חתימת שטרות ווי הנגיד ר׳ יואל לעבאוויטש הי״ו זוהן פון הרה״ח ר׳ שלום הי״ו און איידעם פון הרבני הנגיד ר׳ מענדל שווימער הי״ו ראה״ק דקהלתינו הק׳ אין קרית יואל, האט אפגעקויפט א זכות הכתה אינעם בנין בתוך בנין בבנין הת״ת בנין ישראל דוב פון מוסדות קרית יואל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטר און ווארעם אנגעוואונטשן פאר׳ן נדבן ובני משפחתו, און עקסטער געוואונטשען פאר׳ן מנכ״ל הרה״ח ר׳ משה אלי עסטרייכער הי״ו און די חברי הנהלת המוסדות.
אזוי אויך איז פארגעקומען בקו״פ עטליכע אסיפות מיט חברי הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק׳ פון קרית ייטב לב, אינאיינעם מיט הגה״צ ר׳ אהרן שליט״א, און איבערגעגאנגען מיט׳ן רבין פארשידענע פראיעקן להרחבת גבולי הקדושה.
אום 11:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בביתו נאוה קודש, בעל תפילה: הבחור המשב״ק יצחק מיכאל ענגלענדער ני״ו, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פאר׳ן עמוד.
פרייטאג און שב״ק פרשת אמור בצל הקודש בקרית ייטב לב יצ״ו
◄ ווייז ספוילער
פרייטאג פרשת אמור בקרית ייטב לב יצ״ו
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד אור החיים דקהלתינו הק׳, בעל תפילה: מו״ה דוד מאיר שווארטץ הי״ו.
אויפן וועג אהיים האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין זיך אומגעקוקט אויפן שטח ווי עס ווערט געבויעט ביהמ״ד החדש דקהלתינו הק׳ שכונת וואלנאט רידזש, דער רבי האט באטראכט די בוי פלענער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די עוסקים במלאכת הקודש.
שב״ק פרשת אמור בצל הקודש בקרית ייטב לב יצ״ו
אום 8:45 איז רבינו שליט״א אריינגעקומען אין ביהמ״ד דקהלתינו הק׳ שכונת וואלנאט רידזש, מעוטף בטליתו צו תפילת מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד, קבלת שבת: הרב ברוך יקותיאל טייטלבוים שליט״א פון מאנסי.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אדורך גוט שבת זאגן, דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
יום שבת קודש
אום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד דקהלתינו הק׳ שכונת וואלנאט רידזש, פסוקי דזמרה: הרב משה אורי וואגשאהל שליט״א. צו תפילת שחרית איז צוגעגאנגען הגה״צ ר׳ יואל שליט״א.
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן, בעל קורא: הר״ר שאול יחזקאל לעבאוויטש שליט״א. הוצאה והכנסה: הרב יואל ראזענבערגער שליט״א. כהן: הרה״ח ר׳ יואל קאהן הי״ו פון קרית יואל. לוי: הרב יואל מאיר יונגרייז שליט״א. שלישי: הגה״צ ר׳ יואל שליט״א. רביעי: הרה״ח ר׳ משה יואל מזרחי הי״ו פון וומס״ב. חמישי: הרה״ח ר׳ יואל ברוין הי״ו פון קרית יואל. דער רבי האט עולה געווען שישי שביעי: הרה״ח ר׳ שמחה לאמדא הי״ו פון וומס״ב. אחרון: הרה״ח ר׳ משה נתן קאהן הי״ו פון וומס״ב. מפטיר: הרב אליעזר זוסיא מאסקאוויטש שליט״א נכד רבינו. הגבה: הרה״ח ר׳ משה שווארטץ הי״ו. גלילה: הב׳ בהה״ח ר׳ משה יואל מזרחי הי״ו פון וומס״ב.
מען האט פארענדיגט ארום 12:30, דער ציבור איז אדורך גיט שבת זאגן.
מנחה ושל״ס
אום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין עטרת פעסיל לאה זאלן, צום חברת תהילים מיט די הונדערטער תשב״ר, דער רבי האט מיטגעזאגט תהילים מיט די קינדער, און זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הר״ר אברהם יושע קלאר שליט״א.
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן כהן: הר״ר יוסף מאיר כהנא שליט״א. לוי: הרה״ח ר׳ שמואל בנימין שישא הי״ו. שלישי: הרה״ח ר׳ יוסף יוחנן וואלנער הי״ו. דער רבי איז געגאנגען הגבה גלילה: הרה״ח ר׳ שלמה שעהר הי״ו.
דער רבי האט זיך געוואשן צו של״ס, נאכן וואונטשען לחיים האט דער רבי פארטיילט די י״ב חלות פאר עטליכע מרביצי תורה פון מוסדותינו הק׳. אודה: הרה״ח ר׳ משה יואל מזרחי הי״ו פון וומס״ב. שיר המעלות: הרה״ח ר׳ הערשל שטערן הי״ו. דער רבי האט געזאגט תורה אויף פסוקי הפרשה און מעורר געווען אויף קביעות עתים לתורה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ קלמן אליעזר וועבער הי״ו.
אום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד בית יהושע דקהלתינו הק׳, בעל תפילה איז געווען הר״ר שלמה מאיר דאסקאל שליט״א.
נאכן דאווענען איז דער בר מצוה בחור אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים לרגל די חנוכת הבית פון א נייע חדר התפילה אינעם ביהמ״ד בנדבת הרבני הנגיד ר׳ הערשל שטערן הי״ו, עס האט אויפגעטרעטן הרה״ח ר׳ שמעון גאלדבערגער הי״ו מגבאי הביהמ״ד און דער נדבן הרה״ח ר׳ הערשל הי״ו, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דברות קודש, ארומרעדענדיג בשבח הביהמ״ד און מעורר געווען אויף קדושת התפילה, און ארויסגעברענגט לשבח פונעם חשוב׳ן נדבן ר׳ הערשל הי״ו און אויסגעפירט מיט ברכת קדשו. דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטר, און דערביי האט ר׳ הערשל הי״ו מוסיף געווען א סכום הגון פאר א נייעם ארון קודש, דער רבי האט זיך באדאנקט און ווארעם אנגעוואונטשען ברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:20 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריין אל הקודש פנימה די תלמידי כתה ט׳ - מכינה לישיבה פון מוסדותינו הק׳ אין קרית ייטב לב, דער מנה״ר הרה״ג ר׳ אלעזר יצחק גרינפעלד שליט״א האט אויפגעטרעטן און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט״א א מנחת ביכורים פון טויזענטער שעות רציפות וואס איז געלערנט געווארן במשך די ימי השובבי״ם העעל״ט, דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורים, און ארומגערעדט דברי התחזקות ללימוד התורה, און אז שעות רציפות האט א כח צו משלים זיין אפילו די שעות וואס מען איז נישט בין כותלי הביהמ״ד, און גערעדט איבער וויאזוי א חסידישע בחור דארף זיך פירן און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט תפילת מנחה מיט די בחורים, בעל תפילה איז געווען הב׳ אלימלך בר״י פריעד ני״ו.
זמני כניסה מיוחד פאר תושבי קרית ייטב לב איז געווען פון 6:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב, בעל תפילה איז געווען הב׳ בן הר״ר שלמה מאיר דאסקאל שליט״א.
אום 8:30 איז רבינו שליט״א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד אור החיים דקהלתינו הק׳, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו הק׳ פון וומס״ב סניף הרה״ג ר׳ יואל שטעסל שליט״א. בעל תפילה: הב׳ יעקב בהה״ג ר׳ יואל כ״ץ שליט״א מו״ץ בקהלתינו הק׳.
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן, פתיחה: חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק ראזענבערגער שליט״א. כהן: הרב יואל גלאנץ שליט״א נכד רבינו. לוי: הב׳ משה ב״ר דוד אליעזר בנימין אבעלעס הי״ו. דער רבי האט עולה געווען שלישי. הגבה: הרה״ג ר׳ יואל שטעסל שליט״א. גלילה: נכד רבינו הב׳ אברהם ברוך בהגה״צ ר׳ יצחק ראזענבערגער שליט״א.
נאכן דאווענען זענען די תלמידים אדורך שלום נעמען פון רבינו שליט״א.
ארום 1:15 איז רבינו שליט״א אנגעקומען צום מחנה ישיבה קטנה סניף הרה״ג ר׳ יואל שטעסל שליט״א אין סאוט פאלסבורג, ווי עס איז פארגעקומען א מעמד הנחת אבן הפינה פאר א נייע ביהמ״ד אינעם קעמפ, און וועט שוין זיין גרייט אויף דעם זומער הבעל״ט, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די מלאכת הבניה, מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים, און דערנאך האט מען געזאגט די קאפיטלעך תהילים וואס רביה״ק זי״ע האט געזאגט ביי א אבן הפינה, דער רבי האט געגאסן די צעמענט און געלייגט די אבן הפינה, און מכבד געווען די רמ״י והנהלת הישבה צו לייגן דעם יסוד, דערנאך איז דער רבי אריבער צום חדר האוכל ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל המאורה, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, עס האט אויפגעטרעטן דער מנה״ר הרה״ג ר׳ יואל שטעסל שליט״א און מקבל פנים געווען רבינו שליט״א, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די תלמידים, און אויסגעפירט מיט בברכת קדשו.
דער רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די רמ״י הישבה און עקסטער געוואונטשען פאר די חברי הנהלת הישיבה, דערנאך זענען די תלמידים אדורך ווי דער רבי האט פארטיילט פרסים פאר אלע וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת השלמת הביהמ״ד.
ארום 2:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין וומס״ב, נאכן וויילן די פארגאנגענע וואך אין קרית ייטב לב.
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה איז געווען הבה״ח צבי אביגדור פעקעטע ני״ו, נאך מנחה איז דער ציבור אדורך שלום נעמען.
זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב, בעל תפילה איז געווען הב׳ הירצקא ב״ר יואל זופניק הי״ו, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.