שמחת בית סאטמאר:(מהרי''י) דעם שב"ק קומט פאר די שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א,(מהרי''י)די חתן א זון פון בנו הגדול הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאטמאר ירושלים,(מהרי''י)איידעם ביי הגה"צ אבד"ק מאקאווא ב"פ זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' אפרים אהרן טייטלבוים שליט"א ראה"כ צעהלים, זון פון הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' לייבוש טויב זצ"ל מקאלוב. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר(מהרי''י)אין וויליאמסבורג. - מוצאי שב"ק קומט פאר די צענטראלע שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהל יטב לב ד'סאטמאר,(מהרי''י) אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט.
שמחת בית טשערנאביל: דעם שב"ק קומט פאר די שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הגה"צ ר' אהרן טווערסקי שליט"א אב"ד טשערנאביל ירושלים, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' יצחק ישעי' האגער שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר אין ביהמ"ד טשערנאביל אין בני ברק.
שמחת בית דינוב - קיוויאשד: דעם שב"ק קומט פאר די שמחת השבע ברכות פונעם חתן א זון פון הגה"צ ר' ישראל דייטש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יחזקאל דייטש שליט"א אב"ד מקור חיים, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' בנציון ראבינאוויטש שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק תולדות אהרן וומס"ב זצ"ל. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר אין ביהמ"ד דינוב אין וויליאמסבורג, און די סעודות ש"ב אין זאל פון ויואל משה אין וויליאמסבורג.
שמחת בית ספינקא: דעם מוצאי שב"ק קומט פאר די שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הגה"צ ר' יוסף מאיר הורוויץ שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' יצחק שטיין שליט"א ראב"ד פאלטישאן, זון פון הגה"צ גאב"ד פאלטישאן שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הגה"צ ר' יואל פילאפף שליט"א, זון פון הגה"צ ר' זלמן לייב פילאפף שליט"א אב"ד מכלל יופי וחבר ביד"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר,(מהרי''י) און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא קאנאדע שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק מטאהש זי"ע. - די שמחת השבע ברכות קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול תולדות צבי ספינקא אין וויליאמסבורג.
עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, די חתן א זון פון זיין זון הגה"צ ר' יעקב דוד כ"ץ שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' אברהם סעקולא שליט"א אבד"ק סאדאוונא, מיט די כלה א טאכטער פון הרב שלמה עסטרייכער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' חיים אלעזר עסטרייכער שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב זצ"ל, און איידעם ביי הגה"צ ר' ברוך שלמה לייב ראבינאוויטש שליט"א מביאלא הר יונה, זון פון כ"ק אדמו"ר מביאלא רמת אהרן זצ"ל, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממוזשאי זצ"ל.
כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א איז צוגאסט אויף דעם שב"ק אין בארא פארק לרגל די שמחת השבע ברכות פון א אייניקל, די תפילות, שיעור פרקי אבות, און שלש סעודות, קומט פאר אין היכל מתיבתא עץ חיים ד'באבוב אויף די אכט און פערציגסטע סטריט.
הגה"צ המשפיע ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב איז צוגאסט אויף דעם שב"ק אין וויליאמסבורג בקרב תלמידיו וחסידיו, די תפילות און טישן קומען פאר אין די זאלן פון עידן פאלאס.
הגה"צ אבד"ק צאנז ארה"ב שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א איז צוגאסט אויף דעם שב"ק בקרב בני קהילתו אין שטאט מאנסי, די תפילות שבת אחים און שלש סעודות וועט געפראוועט ווערן אין די צייטווייליגע ביהמ"ד דחסידי צאנז אויף מעיפל עוועניו.
הגה"צ ר' מרדכי טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, איז צוגאסט אויף דעם שב"ק בקרב חסידי טשערנאביל אין לאנדאן.
הרה"ג המשפיע ר' שמעון שפיטצער שליט"א איז צוגאסט אויף דעם שב"ק אין לאנדאן, און וועט פראווענען די תפילות און שיעורים אויף א גרויסע פארנעם אין זאל פון ישמח משה בעלזא.
דעם שבת נאכמיטאג קומט פאר די מעמד הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן צום ביהמ"ד צבי לצדיק בלאזוב אויף די פופציגסטע סטריט אין בארא פארק, נדבת הרב נפתלי שפירא שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבלאזוב שליט"א, די מעמד קומט פאר אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מבלאזוב שליט"א, נאכגעפאלגט מיט די סעודה לגומרה של תורה אינאיינעם מיט סעודה שלישית ברוב עם הדרת מלך בשירה וזמרה.
דעם מוצאי שב"ק וועט כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א אפרעכטן די יארצייט טיש און סיום ששה סדרי משנה לרגל די יארצייט פונעם פאטער הרה"צ ר' יוסף ברוך פנחס זצ"ל בעל נעימות ברוך, אין סקאליע ביהמ"ד אין בארא פארק
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב לאזאר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים, ב"ר אברהם לייב ראזענבערג הי"ו. ב"ר אברהם יוסף שטעסל הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול. דער רבי האט פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי אנגעקומען בביתו החדש פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א אין שכונת ברך משה המורחבת (עיקערס ענקלעיוו) דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די גאנצע דירה און קובע געווען א מזוזה אויף איינע פון די שטובער, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר חדב"ן הגה"צ שליט"א ובני משפחתו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פערטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:20.
זמני כניסה איז געווען פון 6:00 אזייגער ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך בקודש פנימה לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון הגה"צ רבי יוסף בנימין וואזנער שליט"א - אדמו"ר משבט הלוי פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 6:40 איז דער רבי אנגעקומען צום בית החיים דקהלתינו הק' ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים לויה און מלוה געווען די מטה פון הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב ע"ה.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' נטע הויזער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די גמר כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך די תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' לע"נ הב' שלמה זלמן ע"ה ב"ר אברהם מרדכי וועבער הי"ו - ממציוני תלמידי הישיבה און איז אריינגעגעבן געווארן אויפדערנאכט בהיכל הישיבה, דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די ראשי והנהלת הישיבה, פאר די גאנצע משפחה, און פאר אלע תלמידי הישיבה, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות פאר א שטיק צייט, דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן פאר א לענגערע צייט מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם מרדכי וועבער הי"ו, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן ספר תורה ברגשי אש, מען האט געענדיגט ארום 7:15.
ארום 7:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 7:45 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה האלפערט הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי הירצקא בר"מ בראך הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין, און דערנאך צוריק לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען די זמני כניסה.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר ירחמיאל זאב פריעד שליט"א און הר"ר יואל ברח"א שפיטצער שליט"א, און פון די מחותנים הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו און הרה"ח ר' יצחק מאשקאוויטש הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20.
א גוטע נאכט. ~~
=פרייטאג כי תבא=
◄ ווייז ספוילער
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א בבנין הת"ת 'בנין הירש ג"ב לאנדא'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים בנימין קאהן הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאך שחרית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און הב' יוסף ב"ר יואל ראזענבערג הי"ו און הב' ישראל ב"ר אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו האבן געמאכט א סיום אויף מסכת גיטין און מסכת מכות וואס איז געלערנט געווארן במסגרת הישיבה, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור, פאר די רמ"י הישיבה און פאר אלע תלמידי הישיבה, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ארומרעדענדיג דברי הכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן - דברים פאר אלע תלמידי הישיבה וועלכע האבן מסיים געווען די מסכתות.
סאטמאר מאנסי(מהרי''י) ~באריכטן בצל הקודש פרשת כי תצא כי תבא~
◄ ווייז ספוילער
~שבת קודש פרשת כי תצא~
~ליל שב"ק~ 7:25 איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד, און יורד געווען לפני התיבה צו תפלת מנחה, נאכ'ן דאווענען איז די עולם אריבער גוט שבת זאגן.
~עריכת שלחן הטהור~ 11:15 איז דער רב שליט''א אריינגעקומען צום פירות טיש, במשך'ן טיש האט דער רב פארציילט סיפורים פון די יארצייט'ן וואס זענען געפאלן די וואך, דער רב האט משמיע געווען דברי תורה, מיט ברכות המזון האט דער רב מכבד געווען הגה"צ אב"ד דעעש, נאכ'ן בענטשן האט דער רב געטיילט פירות און געטאנצן לקל אשר שבת.
~ביום השבת קודש~ שבת קודש אינדערפרי, אום 9:30 איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד , און געזאגט די ברכות לפני התיבה, דער רב שליט"א איז געגאנגען פתיחה, און עולה געווען שישי, נאך מוסף איז דער עולם אריבער גוט שבת זאגן.
~מנחה ושל"ס~ נאכמיטאג איז מרן דער רב שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה, און געגאנגען הגבה. נאך מנחה האט דער רב זיך געוואשן צו של"ס און טועם געווען פון די פיש און געטיילט שריים, און פארגעזינגן די זמירות און דערנאך משמיע געווען דברי תורה, דערנאך האט דער רב געבענטשט ברכות המזון על הכוס, נאך מעריב איז דער עולם אריבער זאגן א גוט וואך.
~זונטאג כי תבא~ אינדערפרי איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית 9:00, פארנאכט האט דער רב שליט"א אנגעקומען צום פרדס צבי זאלן אין וויליאמסבורג מסדר קדישין זיין ביים חופה פון החתן בן הרה"ח מענדל וואלף פרענקל עב"ג בת הרה"ג ר' יואל פאשקאס הי'ו, נאך מעריב האט דער רב שליט"א באשיינט ביים שמחות התנאים פון החתן שלמה ממציני ישיבתינו הק', בן הרה"ח ר' מענדל קלאקסברוין הי"ו מגדולי תומכי קהילתינו, עב"ג בת הרה"ח ר' חזקי' יאקאבאוויטש הי"ו און די המספיק זאלן, דער רב שליט"א האט געליינט די תנאים און געטרינקן לחיים און געווינטשען פאר די חתן און מחתנים. דערנאך האט דער רב באשיינט ביים מסיבת לטובת מוסדות סאטמאר-אנטווערפען, אין שטוב פון ר' משה הכהן דרעזנער הי"ו.
~מאנטאג כי תבא~ אינדערפרי איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית 8:15, נאכמיטאג האט דער רב שליט"א פארגעלערנט דעם וועכענטלכע שיעור אונעם ספר הק' חובת הלבבות. נאך מעריב האט דער רב שליט"א באשיינט ביים שמחות החתונה פון הכלה בת הרה"ח ר' מנשה פרץ וואגשאהל הי"ו און די זאלן פון עטרת חי' שרה, דער רב האט געטרינקן לחיים, און געטאנצן מיט די חתן און מחתנים. דערנאך האט דער רב שליט"א ארויסגעפארן קיין וויליאמסבורג באשיינען ביים שמחות החתונה פון א אייניקל ביי גיסו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אין די עטרת אברהם זאלן, דערנאך האט דער רב שליט"א באשיינט ביים שמחות התנאים פון החתן אלימלך דוד ב"ר שלמה צבי ראטה עב"ג בת ר' משה פעקעטע הי"ו, דער רב שליט"א האט געליינט די תנאים געטרינקן לחיים און געווינטשען פאר די חתן און מחתנים. דערנאך איז דער רב שליט"א צירוק געגאנגען צום חתונה און געטאנצן לפני הכלה.
~דינסטאג כי תבא~ אינדערפרי איז דער רב שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית 8:15, אום 4:50 האט דער רב שליט"א אנגעקומען אין היכל המתיבתא צו תפילת מנחה, דערנאך האט דער רב שליט"א אויפגעטרעטן פאר די בחורים מיט דברות קודש און הכנה צום נסיעה למקומת הקדושים, דערנאך האט יעדע בחור פערזענליך זוך געזעגנט להברך ולהתברך. פארנאכט האט דער רב שליט"א מסדר קידשיון געווען ביים חופה פון החתן בן הרה"ח ר' חיים עלענבויגן הי"ו עב"ג בת הרה"ח ר' יואל פריעדמאן הי"ו און דער זאלן פון תפארת עלקא. נאך מעריב האט דער רב שליט"א באשיינט ביים שמחות החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' חיים נאה הי"ו, מיט הכלה בת הרה"ג ר' יודא לייב ניימאן שליט"א מו"ץ בביהמ"ד הג' אין דער זאלן פון עטרת חי' שרה, דער רב האט געטרינקן לחיים און געטאנצן מיט די חתן און מחתנים. דערנאך האט דער רב צירוק געגאנגען צום שמחות החתונה פון החתן בן הרה"ח חיים עלענבויגן הי"ו מיט הכלה בת הרה"ח ר' יואל פריעדמאן הי"ו, און געטרינקן לחיים און געטאנצן מיט די די חתן און מחתנים. דערנאך האט דער רב שליט"א באשיינט ביים שמחות החתונה פון הכלה בת הרב יוסף אלטר רוקח שליט"א אין דער זאלן פון ווילחאוויץ, און געטרינקן לחיים און געטאנצן מיט די חתן און מחתנים.
~מיטוואך כי תבא~ דער רב שליט"א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית 8:15, נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד ביי ר' ישעי אשר מענדלאוויטש הי''ו, דער רב איז מכבוד געווארן מיט די ברכות, דערנאך האט דער רב שליט"א זוך באטייליגט ביים סעודת ברית. נאכמיטאג האט דער רב באזוכט ביים אנגייענדע בוי-ארבעט ביי בית מדרשינו החדש שכנות רעמסאן און געווינטשן ברכת קדשו פאר עסקני וועד קרן הבנין. נאך מעריב האט דער רב שליט"א ארויסגעפארן קיין ב"פ באשיינען די שמחות החתונה פון חתן כלה אייניקלעך ביי גיסו הגה"צ אב"ד סאטמאר-15 שליט"א, און ביי גיסו הגה"צ אב"ד סאטמאר-מאנטריאל שליט"א, אין די עטרת חי' זאלן, דער רב האט געטרינקן לחיים און געטאנצן מיט די חתן און מחתנים. דערנאך האט דער רב באשיינט ביים החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' יששכר דוד וועבער הי"ו אין תפארת רבקה זאל, דער רב האט געטרינקן לחיים און געטאנצן מיט די חתן און מחתנים.
~דאנערשטאג כי תבא~ דער רב שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חיים יהושע אין ב"פ, און געוויילט אין שטאט במשך'ן טאג ביי אביו האדמו'ר מבית חיים יהושע שליט"א, 7:30 האט דער רב שליט"א אנגעקומען קיין וויליאמסבורג צום פרדס צבי זאל, מסדר קידושין צו זיין ביים חופה פון החתן יוסף ישראל בן הרה"ח נפתלי אמסעל הי"ו, דערנאך האט דער רב שליט"א זוך צירוקגעקערט קיין מאנסי.
הגה"צ לוחם מלחמות ד' מלהיב לבבות ישראל הרה"ג ר' יושע אטיק שליט"א ראש כולל גיבורי חיל בארה"ק וממנהיגי היהדות הנאמנה, האט געקומען קיין ארה"ב דעם ערב שבת כי תבוא, מחזק זיין דרך ישראל סבא אין אלע אומזיכטן, און אופשטעלן און פארגרעסערן מוסדות החינוך פאר יינגלאך און מיידלאך על טהרת הקודש אין אלע היימישע געגענטר ארום נ"י און ניו ג'ערסי יהי בואו לברכה ברוך הבא בשם ד'
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט
דרמה בסערט ויזניץ!! לראשונה בהיסטוריה נשקלת האפשרות לערוך את ימי ראש השנה במחיצת האדמו"ר שליט"א במרכז הארץ, אלעד או בני ברק, ברקע ההגבלות של פיקוד העורף ואיסור ההתקהלות מעל 300 איש
קו ירוקהאט געשריבן:↑מוצ"ש סעפטעמבער 21, 2024 11:54 pm
געווען עטוואס א היסטארישע שבת אין קר"י - מוהר"א, רבינו שליט"א האט נישט עולה געווען לתורה שחרית, געווען הגבה אנשטאט.
גופא דעובדה הכי הווה אז עס איז אנגעקומען נאך א חתן - שול פירען וואס די גבאים האבן נישט געוויסט בעפאר שבת אז ער קומט, עס איז נישט געווען קיין עליה אים צו געבן, די גבאים זענענן געגאנגענן פרעגן דעם דיין שליט"א צו מען קען געבן כהן - לוי פאר חתנים, די רי רבי שליט"א הערענדיג די דיון האט ער געזאגט אז ער געט אוועק זיין עליה און ער וועט גיין הגבה.
עס איז געווען מאקס חתנים - שול פירען'ס פאר אלע עוועלעבעיל עליות חוץ תוכחה, ווען מען ווייסט ווען בעפאר שבת קען מען ווען מאכען א גורל אד"ג וועלכע חתן צו שיקען אינדרויסן עולה זיין, שבת קען מען נישט מאכען קיין גורל, און סתם אויסוועלן איין חתן וועם ארויס צו שיקען איז נישט שייך.
הרב_שלוםהאט געשריבן:↑זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 3:45 am
די רבי האט געזאגט לא תעשון כן לה אלקיכם עס מוז נישט זיין פונקטלעךאזויווען מען דינט די אויבישטער ביי מנחה האט די רבי באקומען שלישי אנשטאט הגבה אז מען רעדט שוין פון היסטארישע שבת קען מען צולייגען אז פרייטאג צו נאכט איז נישט געווען קיין קדיש יתום
בצל הקודש - סאטמאר מהר"א כ"ק מרן רבינו שליט"א ביים שמחת השבע ברכות אין ביהמ"ד דרכי תשובה דינוב צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פון הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ הביהמ"ד ומו"ץ בקהלתינו הק', בהשתתפות פון כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א.
מרן אדמו"ר מויזניץ כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א והגה"צ רבי אלימלך בידרמן שליט"א התוועדו יחד לבטא גודל חשיבות וסגולת לימוד ספר 'הזוהר' הקדוש לכל איש בישראל
פרישע ברעכנדע נייעס היינטיגן זונטאג אין די ראמען פונעם וואונדער בליץ-גאלאפּ פון מוסדות סאטמאר בארא פּארק!
אין די יעצטיגע מינוטן קומט אַריין די איבערראשנדע בשורה אַז דער שר הנדיבים וכביר הבונים פון סאַטמאַר, הנדיב האדיר מוה״ר ליפא פריעדמאן הי״ו, איז פריש אַנטקעגן גענומען, מחיל אל חיל, אפּצוקויפן דעם ״זכות שם הבנין״ פונעם נייעם בנין הבית רחל האדיר אין בארא פּארק, פאר אומגלויבליכע פרישע ״פינף מיליאן דאלער״ אויפ׳ן פּלאץ!!!!
◄ ווייז ספוילער
די נדבה ווערט געשאנקען מיט׳ן ציל צו ברענגען דאָפּעלט אַזויפיל, אלס מעטשינג פאָנדס מיט׳ן גאַנצן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר ונדיבי בארא פּארק, בתנאי אַז די הנהלה וועט שאפן ביז קומענדיגן חודש חשון נאָך 10 מיליאָן דאָלער אין די ראמען פונעם ותשלים קאמפּיין
כדי צו קענען עפענען דעם 100,000 סקווער פיס בנין ״אונטער א יאר פון ווען מ׳האט עס אנגעהויבן בויען״, נאָך פאַר חנוכה הבעל״ט!
דער נדיב האט ״אין איין יאר״ געשאנקען פאַנטאַסטישע קרוב צו 12 מיליאָן דאָלער ממיטב כספּו והונו ״אומר ועושה״, און געשאַפן נאָך שווערע מיליאָנען פון זיינע ידידים און ביזנעס-שותפים!
אלעס אינאיינעם האָט דער שר הנדיבים באַוויזן בעז״ה אַ מעגאַ-פרעצעדענטלאזער סכום פון קרוב צו ״קאָלאָסאַלע 20 מיליאָן דאָלער״ הארטע קעש בשנה אחד!!!! למען קיום ועתיד ופּריחת מוסדות סאטמאר בארא פּארק!
סאַטמאַר האָט נאָך אַזאָנס נישט געזען!
דאָס איז די סאַמע גרעסטע יחיד׳ישע נדבה ועסקנות אויף איינמאָל אין די גלאָררייכע 80 יאָריגע היסטאָריע פון סאַטמאַר מעודה ועד היום הזה!
יעצט זונטאָג נצבים וילך נאכמיטאג, איז פאָרגעקומען אַ התרגשות׳דיגער ״מעמד לחיים וקנין זכות״ אין שטוב פונעם נדיב׳ס שווער הנגיד הנכבד הרה״ח מוה״ר אברהם משה ווערצבערגער הי״ו, מפארי נכבדי ק״ק סאטמאר ומגדולי נדיבי׳, וועלכער איז בארימט מיט זיינע לאנגע יארן לייסטונגען פאר ק״ק ומוסדות סאטמאר ובפרט אלס חבר ועד הנהלת הישיבה גדולה העלפנדיג אויפבויען די בניני הישיבה האדירים.
די פרעכטיגע מסיבה קומט פאר דער באטייליגונג פון אלע חברי הנהלת המוסדות פון בארא פּארק, אזוי אויך בנו יקירו פון כ״ק מרן רבינו שליט״א הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א וועלכער איז געווען שטארק אינסטרומענטאַל אין צושטאַנד ברענגען די נדבה האדירה, און אזוי אויך הגה״צ דומ״ץ סאטמאר בארא פּארק שליט״א.
◄ ווייז ספוילער
בן יכבד אב: באותו מעמד האָט דער נדיב הדגול ארויסגעברעגט חפצו וברצונו הטוב, אַז דער בנין זאָל באַקרוינט ווערן מיט׳ן רעספּעקטירטער נאָמען פון זיין טייערן טאַטן, דער לעגאַנדאַרער משב״ק בית סאטמאר, החסיד הנערץ דעת ותבונה סובבים הודו, רבי משה משב״ק שליט״א וואָס גלאָריפיצירט ווערן בכבוד ובתפארת, ולזכות אמו החשובה הצנוה״ח שתחי׳, וישמח מש״ה במתנת חלקו, בכבוד הראוי כערכו!
אזוי אויך וועט דער זכות זיין לכבוד ולתפארת פון זיין חשוב׳ער שווער, הרבני הנגיד הנכבד מוה״ר אברהם משה ווערצבערגער הי״ו מפּארי נכבדי ק״ק סאטמאר ומנשים באהל תבורך אשת חיל עטרת בעלה שתחי׳, וואָס שעפּן נחת דקדושה פון דעם גאָלדענעם שריט.
כ״ק מרן רבינו שליט״א האט אונטערגעשריבן דעם שטר זכות בגושפּנקא דמלכא, און געוואונטשן דעם נדיב הדגול, אַז די אלע זכותים זאלן אים באגלייטן מיט נחת והרחבה עד עולם, השי״ת ישלם לו משכורתו בכפליים אלף פעמים ככה!
אַל תַּחְשֹׂכִי הַאֲרִיכִי מֵיתָרַיִךְ וִיתֵדֹתַיִךְ חַזֵּקִי!!! סאַטמאַר באָראָ פּאַרק הולך וגדול עד כי גדול מאוד!
אטעטשמענטס
1002477273.jpg (183.35 KiB) געזען 4110 מאל
1002477267.jpg (248.62 KiB) געזען 4110 מאל
1002477329.jpg (164.48 KiB) געזען 4110 מאל
אז מ'טראכט אַריין, מ'מאַכט אַ חשבון .... ס'טוהט אים וויי די קינדער וואָס זענען געפאַנגען בידי רוצחים,אָבער וויפיל מיליאָנען תינוקות שנשבו זענען שבויים ביד יצרם צוליב די פושעים? און די שכינה הקדושה איז אויף דעם מקונן
*שב''ק פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א*
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים: החתן יצחק טובי' ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו. החתן אברהם יוסף ב"ר מאיר ברד"ש בערגער הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 7:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' משה בר"מ סימאן הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:00, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יצחק הכהן פריעדמאן הי"ו.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג), מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו.
קה אכסוף: הרה"ג ר' שלמה הערש בן הרה"ג ר' אברהם עקשטיין שליט"א מו"ץ. ברכת המזון: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי מאטעלע האראנסטייפל'ער זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך כ"ב אלול.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יודא ענגעל הי"ו (ב"ב). אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:00.
*וביום השבת קודש*
שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' עזרא בנעט הי"ו (ב"ב). פסוקי שמע ישראל: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
צוליב די ריבוי השמחות בליעה"ר כ"י און די פרשת התוכחה ווי עס איז שווער צו צוצולייגן הוספות האט דער רבי נישט עולה געווען ביי שחרית, און געהייסן אוועקגעבן די עלי', און עס האבן עולה געווען נאר די חתנים, און דער רבי האט עולה געווען ביי מנחה.
עליות. כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו. לוי: החתן משה אליעזר ב"ר הערש אלימלך רובינפעלד הי"ו. שלישי: החתן אברהם יוסף ב"ר מאיר ברד"ש בערגער הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן יצחק טובי' ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן הערשל בן הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א - באווארפען. שישי: החתן לוי יצחק ב"ר מרדכי אלעזר ברייער הי"ו. שביעי: החתן אשר לעמיל ב"ר וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו. הוספות: החתן נפתלי הירצקא ב"ר חיים יחזקאל שרגא שטיינמעטץ הי"ו. החתן אשר יונה ב"ר בנציון ליכטענשטיין הי"ו. החתן חיים מרדכי ב"ר ליפא שטיינבערג הי"ו. פרשת התוכחה: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו. החתן ישראל זאב ב"ר יואל זאבעל הי"ו. אחרון: החתן שמעון ישראל בן הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א. מפטיר: החתן אברהם יושע ב"ר יצחק אייזיק שווארטץ הי"ו.
נאכן ליינען האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' שמואל זאנוויל ברד"ל קרויס הי"ו. ר' יואל ברוך ברמ"ז שטערן הי"ו. ר' אביעזר מרדכי בר"ע געשטעטנער הי"ו. ר' יואל בר"ל אפענהיים הי"ו. ר' ארי' בר"ש הערשקאוויטש הי"ו. ר' מרדכי אקער הי"ו.
הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אפרים שטערן הי"ו (וומסב''ג).
מוסף: הרה"ג ר' מרדכי מענדל שווארטץ שליט"א ראה"כ בראד וומסב''ג, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' זונדל דרוממער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:40.
*רעוא דרעווין*
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:25. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מעכיל גרינפעלד הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' אהרן שמואל גלאנץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' מעכיל פריעדמאן הי"ו (מאנטשעסטער). שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א מו"ץ ביהמ"ד בית דוב. גלילה: הרה"ח ר' עוזר פריעדמאן הי"ו (אנטווערפען).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט אז הקב''ה איז א מוחל וסולח דורך תשובה און מעשים טובים דורך דעים וואס ער איז מעביר ראשון ראשון און איז מבטל די מיעוט עבירות אינעם ריבוי המצוות, אבער אויב איז חלילה נישטא קיין מצוות דורך דעים וואס די חיצונים נעמען עס צו איז די עצה דורך קבלת עול מלכות שמים מצוות קרי''ש שחרית וערבית כהלכה צוריק צו ברענגן די אלע מצוות ומעשים טובים און אזוי ניצט תשובה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אפרים שטערן הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' זונדל דרוממער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.
ארום 12:15 איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש הגאון רבי משה טראכטמאן שליט"א יו"ר מעשה חושב פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א לומד'ישע שמועס אין פארשידענע סוגיות הש"ס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו און אים געלאדנט צו קומען און מיטהאלטן די סיום מסכת קידושין דורך כתה ט' מכינה לישיבה.
נאכ'ן באזוך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די די סיום מסכת קידושין דורך די אריבער 450 תלמידי 'כתה ט' מכינה לישיבה' כ"י פון ביידע סניפים פון מוסדותינו קר''י, מיט די השתתפות פון די עלטערן און זיידעס פון די בחורים. הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און מען האט פארגעזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש און ארויסברענגענדיג מיט התרגשות די גרויסקייט ווי אזויפיל הונדערטער בחורים זענען מסיים מסכת קידושין, און איז א גרויסע קורת רוח פאר רביה"ק זיע''א מייסד העיר בעולם העליון, און מסיים געווען ברוב ברכות פאר די עלטערן, זיידעס און אלע בחורים. דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א זמירות ברך משה. מען האט געענדיגט ארום 1:10.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד דינוב קר''י צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פונעם דומ''ץ הביהמ''ד הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א, עס האט זיך אויך משתתף געווען פון כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט פארציילט סיפורי קודש פון דעם קשר פון הגה''ק הקדושת יו"ט זיע''א מיט הרה"ק הדרכי תשובה ממונקאטש זיע''א, דער רבי האט געטרונקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, און עקסטער געוואונטשן לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור.
יעצט נאכמיטאג ארום 4:00 איז פארגעקומען א זיצונג בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. אינאיינעם מיט די הויכראנגיקע פאליטישע באמטע, קאנגרעס מינאריטעט פירער 'האקים דזשעפריס' אינאיינעם מיט די קאנגרעסמאן 'פעט רייען' וואס זענען אנגעקומען אינאיינעם מיט די ראשי והנהלת העיר קרית יואל, הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו אין באגלייטונג פון אסעמבלימאן ר' שמחה אייכנשטיין פון ב"פ, און הרה"ח ר' עקיבא הערש קליין הי"ו וואס שטייט אין שפיץ פון די גרעסטע פראיעקט פון ביליגע דירות אין קרית יואל.
מהאט א לענגערע צייט ארומגערעדט צענדליגער ענינים לטובת אחב"י, ובפרט האט דער רבי ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די ברענגענדיגע נושא פון די גזירת החינוך אין ניו יארק, און איבער די ביליגע דירות פראיעקט פון רבינו שליט"א וואס די באאמטע קענען זיין בייהילפיג, און דערנאך האט דער רבי געוואונטשן ברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן. ~~
יעצט נאכמיטאג ארום 4:45 זענען אריין בקודש פנימה די ראשי הנהלת מבצר הכוללים הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו אינאיינעם מיט די עסקני הכולל, וואו דער רבי האט געבענטשט האניג וואס וועט פארטיילט ווערן פאר יו"ט פאר די גרעסערע נדיבי ותומכי הכולל. ~~
אז מ'טראכט אַריין, מ'מאַכט אַ חשבון .... ס'טוהט אים וויי די קינדער וואָס זענען געפאַנגען בידי רוצחים,אָבער וויפיל מיליאָנען תינוקות שנשבו זענען שבויים ביד יצרם צוליב די פושעים? און די שכינה הקדושה איז אויף דעם מקונן