א ריזיגע מעמד הדלקה ווערט געפלאנט דעם קומענדיגן ליל ל"ג בעומר ברחובות ירושלים עיר הקודש, ווען עס וועלן זיך צוזאמקומען טויזענטער אידן צו פייערן די הילולא דרשב"י אין שפיץ פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ממנהיגי ברסלב.
◄ ווייז ספוילער
די גרויסארטיגע מעמד הדלקה אין שפיץ פון הגה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א איז פון די גרעסטע מעמדי הדלקה בעיר הקודש ירושלים, א מעמד וואס ברענגט צונויף צענדליגע טויזענטער אידן חסידים ואנשי מעשה זיך צו דערווארעמען בהילולא דרשב"י, און הערן די דברות קודש מפום ממלל רברבן, וואס איז ווי באקאנט שטארק דבוק אין תורת הקבלה במשנתו פונעם בעל ההילולא רבי שמעון בר יוחאי, דרש כל תעלומות עלה מעלות רמות, אדוננו בר יוחאי.
די ריזן מעמד הדלקה וועט בעזר השם פארקומען דאס יאר מוצאי שבת ליל ל"ג בעומר אויפן ריזן שטח פארנט פון די בניני העדה החרדית אויף כיכר זופניק אין ירושלים, וואו עס וועט אויפגעשטעלט ווערן הויכשטאקטיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור, און הונדערטער זיץ פלעצער פאר די עלטערע אידן, נגידים וחשובי העדה.
אין די יעצטיגע טעג טוען די עסקנים אויסארבעטן אלע דעטאלן ארום דעם גרויסן מעמד, זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט אהערגעשטעלט על צד היותר טוב, מיט געניג פלאץ צו קענען ארייננעמען אזא ציבור עצום - בפרט היי יאהר ווען אתרא קדישא מירון וועט זיין פארשלאסן, איז ערווארטעט א גרעסערן ציבור ווי די פריערדיגע יאהרן. די מעמד ההדלקה וועט זיך אנהייבן אום ניין אזייגער ביינאכט, און וועט זיך פארציען פאר לאנגע שעה'ן בשירות ותשבחות און ריקודין עילאין לכבוד התנא האלקי, דברות קודש און מאמרי תורה וואס הרה"צ ר' יעקב מאיר וועט משמיע זיין בגודל קדושת היום.
(קרעדיט בחצרות הקודש)
גאוה געהערט צום אויבערשטן, עס האט לגמרי נישט מיט קיין נברא אינגאנצן - לגמרי נישט!!!דער כבוד פון א נברא איז, אז ער ווייסט פון דעם בורא, ער איז מכבד דעם בורא - אט דאס איז זיין כבוד ממש!!!
בצל הקודש - סאטמאר מהרא הנהלת כולל שומרי החומות בקודש פנימה אפצונעמען ברכת הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט''א לרגל די בעפארשטייענדע דינער השנתי דעם קומענדיגן דינסטאג בהר פסח שני.
הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבת סאטמאר בני ברק ביים פוקד זיין דעם ציון הק’ פונעם הייליגן ’חתם סופר’ זי”ע פארגאנגענעם זונטאג פארטאגס נאכן וויילן סמוך ונראה אויף א דעהויבענעם שבת אינאיינעם מיט נגידים ותומכי הקהילה אין שטאט פערשבורג יע”א
אז מ'טראכט אַריין, מ'מאַכט אַ חשבון .... ס'טוהט אים וויי די קינדער וואָס זענען געפאַנגען בידי רוצחים,אָבער וויפיל מיליאָנען תינוקות שנשבו זענען שבויים ביד יצרם צוליב די פושעים? און די שכינה הקדושה איז אויף דעם מקונן