Re: "פראגן צו 'המברך יתברך'."
איך האב א ערנסטע פראבלעם, שוין יארן וואס עס דריקט מיר א געוויסע אינערליכע ענגשאפט, כ'וואל געזאגט אז עס קומט פון א געוויסע טראמא וואס איך בין דורך אלץ קינד.
נישט פון מיינע עלטערן חס ושלום, עס איז געווען מיין זיידע, א גאנצע מעשה מיט א דאונאט, ואכמ'ל וד'ל.
למעשה יעדעס יאר חנוכה צייט וועקט זיך עס אויף מיט איר פולן שארפקייט, אנשטאט זיך איינקוקן אין די הייליגע ליכטלעך, בין איך ביזי חרטה האבן, זיך באשולדיגן, באשולדיגן אנדערע, איבער א געשיכטע וועלכע פארדינט בכלל נישט אזויפיל ווייטאג, אדער םאויפמערקזאמקייט.
אלזא, איר האט זיכער א עצה מיר ארויסצוהעלפן מיט דעם פיין, ביטע ענטפערט ווי אמשנעלסטן, כ'וויל דאס יאר חנוכה מיר קענען פרייען מיט א רואיגקייט.
יישר כח, ידידך, הארי.