"דירה נאה" עפארדעבל האוזינג פראיעקט - סאטמאר מהרי"י

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

געשמאקע קוקיס
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

"דירה נאה" עפארדעבל האוזינג פראיעקט - סאטמאר מהרי"י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע קוקיס »

חיים שיש בהם הרחבת הדעת!
חברי קהלתינו ואנשי שלומינו פון ברוקלין נעמען אויף ענטוזיאסטיש די פרישע אינציאטיוו "קהליווינג" געווידמעט צו לעזן דעם שווערן דירות קריזיס מיט'ן ארויסהעלפן און באגלייטן אנ"ש צו קענען איינהאנדלען אייגענע רחבות'דיגע הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן
ספעציעלע אפיס מיט פראפעסיאנאלע מומחים אין ריעל עסטעיט וועלן איבערגיין מיט יעדן זיינע אפציעס און העלפן מאכן דעם ריכטיגן באשלוס

הנהלת הקהלה אינאיינעם מיט די געניטע שטאב טוהן אויסארבעטן אין די טעג מיט דעוועלאפּערס און פארשטייער פון פארשידענע היימישע געגנטער צו קענען אהערשטעלן פאר ביליג הערליכע ברייטע הייזער פאר אנ"ש

אלס נאך א רינגעלע אין די קייט פון וואוילטעטיגע און הילפבארע פעולות וואס הנהלת קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג האט אונטערגענומען לטובת ותועלת אנ"ש וחברי קהלתינו, איז די נארוואס געגרינדעטע "קהליווינג", כשמו כן הוא א פראיעקט פון קהל צו ערמעגליכן פאר יעדן פון אנ"ש צו קענען לעבן אין זיין אייגענע רחבות'דיגע הויז מיט הרחבת הדעת!

דער דירות קריזיס אין ברוקלין וואס האט זיך געשאפן די לעצטערע יארן, ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג, אז ס'איז פשוט נישט במציאות פאר א דורכשניטליכע אינגערמאן צו פארמאגן אן אייגענע הויז, שוין אפגערעדט אז אפילו די געציילטע הייזער וואס זענען שוין יא דא אויפן מארקעט צו קויפן, זענען צי קליין פאר סיי וועלכע קינדער געבענטשטע פאמיליע בליעה"ר, נאכדערצו מיט גאר טייערע פרייזן.

נאך מערערע באראטונגען צווישן הנהלת הקהלה מיט די גרעסטע מומחים, איז געלונגען בס"ד פאר קהלתינו הק' אוועקצושטעלן א פולקאמע אפיס, אין וועלכע עס וועלן זיצן מדי יום ביומו ערפארענע בראוקערס, וואס זענען גאר גוט באהאוונט מיט אלע יעצטיגע מעגליכקייטן פון אנדערע געגנטער אינדרויסן פון ברוקלין, וואו הונדערטער און טויזנטער משפחות וואוינען שוין ב"ה גליקליך און צופרידן. זיי וועלן זיך אוועקזעצן מיט סיי ווער פון אנ"ש וואס זוכט צו קויפן אן אייגענע הויז, איבערגיין זיין פינאנציעלע צושטאנד, זיינע אייגנארטיגע געברויכן פון זיין משפחה וכדו', און לויט דעם אים צופאסן די ריכטיגע פראכטפולע הויז, אינעם ריכטיגן געגנט, ועל כולם פאר צוגענגליכע פרייזן אז ער זאל זיך דאס קענען ערלויבן.

די הנהלת הקהלה און קהליווינג שטאב, אין צוזאמענארבעט מיט בארימטע דעוועלאפערס און פארשטייער פון פילע היימישע געגטער ארבעטן אויס גינסטיגע פלענער צו קענען אהערשטעלן הערליכע גרויסע הייזער פאר ביליגע פרייזן לטובת אנשי שלומינו.

די נייע אינציאטיוו ווערט אויפגענומען מיט אויסטערלישע פרייד ביי אלע אנ"ש, מיט האפענונג אז דאס וועט לינדערן די יעצטיגע אומדערטרעגליכע מצב פון די איינוואוינער אין ברוקלינער אומגעגנט. יעדער וועט ווערן אויפגעראכטן! אינגעלייט וועלן קענען אנהויבן א לעבן מיט הרחבת הדעת, עלטערן וועלן קענען טרעפן פאסיגע הייזער פאר זייערע קינדער, און אונזער ציבור וועט זיך אויסברייטערן לשם ולתפארת!
פונקטליכע דעטאלן און פלענער וועלן נאכפאלגן בקרוב אי"ה
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2023-07-19 at 3.35.05 PM.jpeg
WhatsApp Image 2023-07-19 at 3.35.05 PM.jpeg (260.04 KiB) געזען 9420 מאל
אוועטאר
Potus
שר שלשת אלפים
תגובות: 3128
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

נייס
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
חסד השם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

זייער שיין! שטארקע זאך
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

פשיההה!

״קהליווינג״ איז אז מען זאל קענען לעבן רחבות׳דיג..

״קהלייף״ איז מען זאל ביי די מאה ועשרים נפטר ווערן רחבות׳דיג…
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13813
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שיינע זאך.
די ביליגערע פרייזן כאפ איך נאכנישט וויאזוי זיי וועלן עס קענען ברענגען.

אבער מאכן א ווינט ארויסצומופן, און עצה'נען דעם עולם ווי צו מופן איז אויך א שטארקע זאך.

חוץ אז זיי פלאנען צו בויען אין בלומינבורג פאר ביליג אונטער די נייע ארגענעזאציע.
ווי טאקע איז ישראל הלוי?
אוועטאר
פארשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 2:21 pm

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיין »

wow נישט צום גלייבן...

זייער א שיינע זאך
יוחנן כהן האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 6:31 pm
שווערע צייטן גייען אוועק.

שווערע מענטשן נישט...
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2796
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

גוטע איידע!
האף מיר אז עס וועט זיך אויסארבעטן.
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
אוועטאר
פימזען האלץ
רב הצעיר תשפ"ג
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 27, 2022 2:29 pm

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימזען האלץ »

👍גוטע געדאנק!

---

קהלישן - קאר קאלישען

וואס נאך קען מען מאכן?
לעצט פארראכטן דורך פימזען האלץ אום מיטוואך יולי 19, 2023 3:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיין חברותא איז דא, איך דארף אנטלויפן...
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

געהערט פון הרה"ח ר' משה שמילאוויטש הי"ו עסקן נמרץ לישוב בלומינבורג יצ"ו, אז פון די שטערקסטע הילף וועט זיין אז מ'זאל צושטעלן הלוואות פאר אינגעלייט פאר די דאון פעימענט, מ'זאל עס קענען צוריק צאלן אין גאר א לאנגע צייט, קלענערע סכומים.
ווייל לעת עתה אויב א אינגערמאנטשיק טאנצט שוין יא אריין צו קויפן אפילו אין די ביליגע מקומות, ווערט ער צוריסן פון דארפן צוריק צאלן די צאמגעבארגטע דאון פעימענט, ס'נעמט יארן ער זאל זיך קענען צוזאמקלויבן.
לעצט פארראכטן דורך מארמאראש אום מיטוואך יולי 19, 2023 3:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חסד השם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

צוויי גילדען האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:46 pm
שיינע זאך.
די ביליגערע פרייזן כאפ איך נאכנישט וויאזוי זיי וועלן עס קענען ברענגען.

אבער מאכן א ווינט ארויסצומופן, און עצה'נען דעם עולם ווי צו מופן איז אויך א שטארקע זאך.

חוץ אז זיי פלאנען צו בויען אין בלומינבורג פאר ביליג אונטער די נייע ארגענעזאציע.
ממיז נישט רעדן פון ווער ווייסט וואס גרויסע הנחות.
סדא גענוג וועגן צו העלפן דעם ציבור אן אראפברענגען די פרייזן אפילו, צושטעלן הלוואת פאר דאון פעימענט, צושטעלן געהעריג א ביהמ"ד מוסדות און נאך אסאך זאכן צו געבן דעם שטופ צו מופען..

וואס זייערע פלענער זענען טאקע העמיר ווארטן מיט געדולד
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
אוועטאר
Masmid
שר חמשת אלפים
תגובות: 5142
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 12, 2019 1:53 pm
לאקאציע:בית המדרש

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Masmid »

כ'פארשטיי נישט...קהל פון וויליאמסבורג וויל מאכן דעם עולם אוועקמופן פון וויליאמסבורג...?
המאור שבה יחזירנו למוטב!
א פלעינע ניק

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פלעינע ניק »

געשמאקע קוקיס האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:37 pm
חיים שיש בהם הרחבת הדעת!
חברי קהלתינו ואנשי שלומינו פון ברוקלין נעמען אויף ענטוזיאסטיש די פרישע אינציאטיוו "קהליווינג" געווידמעט צו לעזן דעם שווערן דירות קריזיס מיט'ן ארויסהעלפן און באגלייטן אנ"ש צו קענען איינהאנדלען אייגענע רחבות'דיגע הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן
ספעציעלע אפיס מיט פראפעסיאנאלע מומחים אין ריעל עסטעיט וועלן איבערגיין מיט יעדן זיינע אפציעס און העלפן מאכן דעם ריכטיגן באשלוס

הנהלת הקהלה אינאיינעם מיט די געניטע שטאב טוהן אויסארבעטן אין די טעג מיט דעוועלאפּערס און פארשטייער פון פארשידענע היימישע געגנטער צו קענען אהערשטעלן פאר ביליג הערליכע ברייטע הייזער פאר אנ"ש

אלס נאך א רינגעלע אין די קייט פון וואוילטעטיגע און הילפבארע פעולות וואס הנהלת קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג האט אונטערגענומען לטובת ותועלת אנ"ש וחברי קהלתינו, איז די נארוואס געגרינדעטע "קהליווינג", כשמו כן הוא א פראיעקט פון קהל צו ערמעגליכן פאר יעדן פון אנ"ש צו קענען לעבן אין זיין אייגענע רחבות'דיגע הויז מיט הרחבת הדעת!

דער דירות קריזיס אין ברוקלין וואס האט זיך געשאפן די לעצטערע יארן, ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג, אז ס'איז פשוט נישט במציאות פאר א דורכשניטליכע אינגערמאן צו פארמאגן אן אייגענע הויז, שוין אפגערעדט אז אפילו די געציילטע הייזער וואס זענען שוין יא דא אויפן מארקעט צו קויפן, זענען צי קליין פאר סיי וועלכע קינדער געבענטשטע פאמיליע בליעה"ר, נאכדערצו מיט גאר טייערע פרייזן.

נאך מערערע באראטונגען צווישן הנהלת הקהלה מיט די גרעסטע מומחים, איז געלונגען בס"ד פאר קהלתינו הק' אוועקצושטעלן א פולקאמע אפיס, אין וועלכע עס וועלן זיצן מדי יום ביומו ערפארענע בראוקערס, וואס זענען גאר גוט באהאוונט מיט אלע יעצטיגע מעגליכקייטן פון אנדערע געגנטער אינדרויסן פון ברוקלין, וואו הונדערטער און טויזנטער משפחות וואוינען שוין ב"ה גליקליך און צופרידן. זיי וועלן זיך אוועקזעצן מיט סיי ווער פון אנ"ש וואס זוכט צו קויפן אן אייגענע הויז, איבערגיין זיין פינאנציעלע צושטאנד, זיינע אייגנארטיגע געברויכן פון זיין משפחה וכדו', און לויט דעם אים צופאסן די ריכטיגע פראכטפולע הויז, אינעם ריכטיגן געגנט, ועל כולם פאר צוגענגליכע פרייזן אז ער זאל זיך דאס קענען ערלויבן.

די הנהלת הקהלה און קהליווינג שטאב, אין צוזאמענארבעט מיט בארימטע דעוועלאפערס און פארשטייער פון פילע היימישע געגטער ארבעטן אויס גינסטיגע פלענער צו קענען אהערשטעלן הערליכע גרויסע הייזער פאר ביליגע פרייזן לטובת אנשי שלומינו.

די נייע אינציאטיוו ווערט אויפגענומען מיט אויסטערלישע פרייד ביי אלע אנ"ש, מיט האפענונג אז דאס וועט לינדערן די יעצטיגע אומדערטרעגליכע מצב פון די איינוואוינער אין ברוקלינער אומגעגנט. יעדער וועט ווערן אויפגעראכטן! אינגעלייט וועלן קענען אנהויבן א לעבן מיט הרחבת הדעת, עלטערן וועלן קענען טרעפן פאסיגע הייזער פאר זייערע קינדער, און אונזער ציבור וועט זיך אויסברייטערן לשם ולתפארת!
פונקטליכע דעטאלן און פלענער וועלן נאכפאלגן בקרוב אי"ה
אשרי חלקם פון די הנהלת הקהלה פאר'ן אינזין האבן יעדן מעמבער ברוחניות און בגשמיות

פון ווי קומט די ארטיקל?
אוועטאר
יעקב פריינד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7303
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

Masmid האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:03 pm
כ'פארשטיי נישט...קהל פון וויליאמסבורג וויל מאכן דעם עולם אוועקמופן פון וויליאמסבורג...?
און בלומינגבורג צאלט מען קהל געלט פאר קהל פון וויליאמסבורג סא די געלט וועלן זיי נישט פארלירן. זיי וועלן נאר פארדינען מער פלאץ אין ראדני.
אוועטאר
Hershy21
שר ששת אלפים
תגובות: 6316
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:02 pm

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy21 »

Masmid האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:03 pm
כ'פארשטיי נישט...קהל פון וויליאמסבורג וויל מאכן דעם עולם אוועקמופן פון וויליאמסבורג...?
לאמיר ווארטן פאר פרטים
פאטעטא קוגל
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 13, 2014 5:18 pm

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעטא קוגל »

Masmid האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:03 pm
כ'פארשטיי נישט...קהל פון וויליאמסבורג וויל מאכן דעם עולם אוועקמופן פון וויליאמסבורג...?
אוודאי!
די אנדערע אפציע איז בויען נאך מוסדות בנינים און בתי מדרשים
נו, זאלן עס טון די פרישע עסקנים אין די נייע געגענטער
אוועטאר
BMW
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 06, 2022 4:27 pm
לאקאציע:Above Sea Level
פארבינד זיך:

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך BMW »

עכט איך האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:57 pm
פימזען האלץ האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:55 pm
קהלישן - קאר קאלישען

וואס נאך קען מען מאכן?
קהלייוועלט
אטעטשמענטס
koolaid.png
koolaid.png (313.72 KiB) געזען 8208 מאל
פארוואס הייסט וואוטען אויף אידיש שטומען ????
ווייל אויב איז מען נישט שטום אויף אייוועלט בשעת די וואלען ווערט מען פארשטומט (נחסם בלע״ז)
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13813
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

BMW האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:26 pm
עכט איך האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:57 pm
פימזען האלץ האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:55 pm
קהלישן - קאר קאלישען

וואס נאך קען מען מאכן?
קהלייוועלט
די נאמען איז גוט פאר די היערינג עידס...
ווי טאקע איז ישראל הלוי?
אוועטאר
אני-הק'
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 29, 2020 8:01 pm
לאקאציע:בתוך עמי אנכי יושבת

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני-הק' »

#קהלעשער (מצילי-אש)

ערנסט גערעדט, האט עס עפעס מיט די קרית הרחבת הדעת וואס איז דערמאנט אין אן אנדערע אשכול?
(שטייט אין די פאוסטער ויחנו בהרחבת הדעת)
אני הק' - קטן הרוצה להיות קדוש
איך פרוביר נישט צו גיין "אויף יענער וועלט" פריצייטיג,
הרבני הנגיד
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 22, 2022 1:22 pm

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבני הנגיד »

געשמאקע קוקיס האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:37 pm
חיים שיש בהם הרחבת הדעת!
חברי קהלתינו ואנשי שלומינו פון ברוקלין נעמען אויף ענטוזיאסטיש די פרישע אינציאטיוו "קהליווינג" געווידמעט צו לעזן דעם שווערן דירות קריזיס מיט'ן ארויסהעלפן און באגלייטן אנ"ש צו קענען איינהאנדלען אייגענע רחבות'דיגע הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן
ספעציעלע אפיס מיט פראפעסיאנאלע מומחים אין ריעל עסטעיט וועלן איבערגיין מיט יעדן זיינע אפציעס און העלפן מאכן דעם ריכטיגן באשלוס

הנהלת הקהלה אינאיינעם מיט די געניטע שטאב טוהן אויסארבעטן אין די טעג מיט דעוועלאפּערס און פארשטייער פון פארשידענע היימישע געגנטער צו קענען אהערשטעלן פאר ביליג הערליכע ברייטע הייזער פאר אנ"ש

אלס נאך א רינגעלע אין די קייט פון וואוילטעטיגע און הילפבארע פעולות וואס הנהלת קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג האט אונטערגענומען לטובת ותועלת אנ"ש וחברי קהלתינו, איז די נארוואס געגרינדעטע "קהליווינג", כשמו כן הוא א פראיעקט פון קהל צו ערמעגליכן פאר יעדן פון אנ"ש צו קענען לעבן אין זיין אייגענע רחבות'דיגע הויז מיט הרחבת הדעת!

דער דירות קריזיס אין ברוקלין וואס האט זיך געשאפן די לעצטערע יארן, ווערט נאר ערגער פון טאג צו טאג, אז ס'איז פשוט נישט במציאות פאר א דורכשניטליכע אינגערמאן צו פארמאגן אן אייגענע הויז, שוין אפגערעדט אז אפילו די געציילטע הייזער וואס זענען שוין יא דא אויפן מארקעט צו קויפן, זענען צי קליין פאר סיי וועלכע קינדער געבענטשטע פאמיליע בליעה"ר, נאכדערצו מיט גאר טייערע פרייזן.

נאך מערערע באראטונגען צווישן הנהלת הקהלה מיט די גרעסטע מומחים, איז געלונגען בס"ד פאר קהלתינו הק' אוועקצושטעלן א פולקאמע אפיס, אין וועלכע עס וועלן זיצן מדי יום ביומו ערפארענע בראוקערס, וואס זענען גאר גוט באהאוונט מיט אלע יעצטיגע מעגליכקייטן פון אנדערע געגנטער אינדרויסן פון ברוקלין, וואו הונדערטער און טויזנטער משפחות וואוינען שוין ב"ה גליקליך און צופרידן. זיי וועלן זיך אוועקזעצן מיט סיי ווער פון אנ"ש וואס זוכט צו קויפן אן אייגענע הויז, איבערגיין זיין פינאנציעלע צושטאנד, זיינע אייגנארטיגע געברויכן פון זיין משפחה וכדו', און לויט דעם אים צופאסן די ריכטיגע פראכטפולע הויז, אינעם ריכטיגן געגנט, ועל כולם פאר צוגענגליכע פרייזן אז ער זאל זיך דאס קענען ערלויבן.

די הנהלת הקהלה און קהליווינג שטאב, אין צוזאמענארבעט מיט בארימטע דעוועלאפערס און פארשטייער פון פילע היימישע געגטער ארבעטן אויס גינסטיגע פלענער צו קענען אהערשטעלן הערליכע גרויסע הייזער פאר ביליגע פרייזן לטובת אנשי שלומינו.

די נייע אינציאטיוו ווערט אויפגענומען מיט אויסטערלישע פרייד ביי אלע אנ"ש, מיט האפענונג אז דאס וועט לינדערן די יעצטיגע אומדערטרעגליכע מצב פון די איינוואוינער אין ברוקלינער אומגעגנט. יעדער וועט ווערן אויפגעראכטן! אינגעלייט וועלן קענען אנהויבן א לעבן מיט הרחבת הדעת, עלטערן וועלן קענען טרעפן פאסיגע הייזער פאר זייערע קינדער, און אונזער ציבור וועט זיך אויסברייטערן לשם ולתפארת!
פונקטליכע דעטאלן און פלענער וועלן נאכפאלגן בקרוב אי"ה
איך האף אז קהל וועט אויפקומען מיט נאנטע פלעצער צו מופן אזוי ווי דזשערסי סיטי, לינדען וכו' נישט סתם נאכאמאל בלומינבערג
בן כלבא שבוע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3271
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 22, 2018 11:25 am

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן כלבא שבוע »

ווי איך פארשטיי איז דא צוויי חלקים. איינס אז מ'וועט ארויסהעלפן אינגעלייט צו באשליסן וועלכע אפציעס צו נעמען, וואס איז טאקע א שיינע זאך אבער נישט עפעס א מאסיווע ישועה אדער דורכברוך. און ווי אויך גלייב איך נישט די חלל פון קאנסאלטינג האט געשפילט א ערנסטע ראלע און די שוועריקייטן זיך איינצוהאנדעלן א דירה.

די צווייטע זאך איז אז מ'זיצט מיט פארשטייערס פון אלע געגענטער צו שאפן ביליגע דירות פאר אנ''ש. דאס איז שוין א אומגלויבליכע געשעעניש און איך בין נייגעריג וויאזוי אזא זאך קען ארבעטן. העמיר ווארטן אז מער דעטאלן זאלן ארויסקומען.
התחברות
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

א בפירושע חז"ל:
קנאת סופרים תרבה חכמה
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10005
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

פימזען האלץ האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:55 pm
👍גוטע געדאנק!

---

קהלישן - קאר קאלישען

וואס נאך קען מען מאכן?
קהליין.
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7308
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

געשמאקע קוקיס האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:37 pm
חיים שיש בהם הרחבת הדעת!
WOW דאס איז טאקע @געשמאקע קוקיס !
זאלן זיי האבן הצלחה.
עפעס א פראגראם פאר ישיבות פאר בחורים וועט נאכפאלגן?
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: "קהליווינג" הייזער אין אנדערע געגנטער פאר עפארדעבל פרייזן - סאטמאר מהרי''י

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

א פלעינע ניק האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 4:05 pm
געשמאקע קוקיס האט געשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 3:37 pm
חיים שיש בהם הרחבת הדעת!
פונקטליכע דעטאלן און פלענער וועלן נאכפאלגן בקרוב אי"ה
אשרי חלקם פון די הנהלת הקהלה פאר'ן אינזין האבן יעדן מעמבער ברוחניותאון בגשמיות

פון ווי קומט די ארטיקל?
די זעהסט דא רוחניות ?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”