מזל טוב פאר א נייע דירה?!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יעקב פריינד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7298
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

צו מיין טייערע חבר.

איך וויל דיר וואונטשן מזל טוב פאר דיין נייע דירה וואס דו האסט געקויפט בשכינות פון מיר אין די נייע געגנט אינדרויסן פון שטאט. איך הער אז עס איז א הערליכע דירה. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט עס נוצן געזונטערהייט. עס זאל זיין א בנין עדי עד...

איך קען שוין קוים ווארטן דיר צו זעהן דא.

ווען ציעסטו זיך ארויס זיין מיין שכן?

ווען גייסטו קומען דאווענען צוזאמען מיט מיר אין בית המדרש?

ווען גיי איך קענען אריבער קומען צו דיר פאר א סעודה? א פארברענג?

ווען גיי איך קענען פארברענגן מיט דיר מוצאי שבת ביז די פארטאגס שעה'ן?

ווען גייט מיין בני בית האבן נאך א פריינדין נעבן איר?

ווען גייען מיינע קינדער האבן נאך גוטע חברים צו שפילן מיט?

איך קען שוין קוים ווארטן! איך קוק ארויס מיט שפאנונג. עס איז דאך אייביג אזוי געשמאק ווען נאך איינער ציעט זיך ארויס צו אונזער געגענט. ס'גיבט אריין א פרישקייט. כ'על זיכער מאכן דו באקומסט אן עלי' די ערשטע וואך. כ'על דיר צו ווייזן אלעס אין שטעטל ווי אלעס איז. דארפסט נישט מורא האבן וועסט פילן היימיש דא!

---

וואס?! איז עס אמת?! כ'הער נישט גוט!

דו ציעסט זיך בכלל נישט ארויס?! קומסט נישט וואוינען דא?!

פארוואס האסטו געקויפט די דירה דא?!

פארוואס?! כ'גלייב נישט!!

פאר אן אינוועסטמענט?! צו עס פארדינגן פאר אנדערע מענטשן?!

כאטש פאר ביליג?? וועם ברענגסטו??

וואס?!! דו בעטסט 3 אלפים א חודש רענט?! כ'פאל אראפ! דו ווייסט וואס דו טוסט מיט מיר?!

קיינער בעט נאכנישט די פרייזן דא!!

וואס זאגסטו?! דיין אינוועסטמענט צאלט זיך נישט אויס אויב דו בעטסט ביליג?!

דו ווייסט וואס דו טוסט מיט מיר?! דו ברענגסט ארויף די מארקעט! יא דו!

דו מאכסט נאך אינוועסטערס זאלן קומען! ווייל מען קען דאך בעטן מער געלט! יא דו!

דו מאכסט אז אנדערע מענטשן זאלן מער נישט וועלן קומען זיין מיין שכנים! ווייל ס'איז שוין נישט אפארדעבל די פרייזן!! יא דו!

ווארף אוועק די אינוועסטמענט! דו מאכסט חרוב וואס מען האט אריינגעלייגט דא מיט בלוט און שווייס! יא דו!

אונז דארף מיר נישט דא! ניין! קלאר אז ניין!

איך דארף נאך שכנים! איך דארף נאך גוטע חברים! איך וויל מיינע חברים זאלן קענען קויפן דירות פאר ביליג!

כ'בעט דיר טראכט דיר איבער וואס דו טוסט!  

דיין חבר וואס בלוטיגט וועגן דיר! יא וועגן דיר!

(מעשה שהי' הוה (ויהי'?) ליידער - און רוב נייע געגנטער)
אוועטאר
פארצייטישער חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 413
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 3:24 pm

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער חכם »

ליידער איז עס אמת אבער וואס קען מען טוען
באקומט סטאקס בחינם!
Robinhood
באקומט $100 ביים עפענן א קרעדיט קארד דורך די לינק
discover credit card
באקומט געלט פאר די געז וואס איר צאלט
Upside
רענט א קאר און באקומט $30
kyte
באקומט $30 ווען איר קויפט מיט
rakuten
ביטע ניצט די לינק'ס זה וזה נהנה
אוועטאר
יעקב פריינד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7298
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

פארצייטישער חכם האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 11:43 am
ליידער איז עס אמת אבער וואס קען מען טוען
זייער א גוטע קשיא.

איך פארשטיי אבער נישט, האסט אן אינוועסטמענט שוין געמאכט, נו שוין. כקען גארנישט טוען.

אבער פארוואס אין די וועלט גייסטו ארויף די ערשטע מיט די פרייזן??

נאכמער רעגט אויף ווען מען פרעגט די חברה פארוואס זיי טוען עס, זאגן זיי אז זיי ווילן עס בכלל נישט פארדינגן... מען בעט זיך פשוט ביי זיי, סא אויב מען בעט זיך וועט ער עס פארדינגן פאר טייער...

איין זאך קען איך זאגן. דער אייבערשטער זעהט אלעס... אני ה'
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1550
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

יעקב פריינד האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 11:48 am
פארצייטישער חכם האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 11:43 am
ליידער איז עס אמת אבער וואס קען מען טוען
זייער א גוטע קשיא.

איך פארשטיי אבער נישט, האסט אן אינוועסטמענט שוין געמאכט, נו שוין. כקען גארנישט טוען.

אבער פארוואס אין די וועלט גייסטו ארויף די ערשטע מיט די פרייזן??

נאכמער רעגט אויף ווען מען פרעגט די חברה פארוואס זיי טוען עס, זאגן זיי אז זיי ווילן עס בכלל נישט פארדינגן... מען בעט זיך פשוט ביי זיי, סא אויב מען בעט זיך וועט ער עס פארדינגן פאר טייער...

איין זאך קען איך זאגן. דער אייבערשטער זעהט אלעס... אני ה'
אט אזוי!

מ'דארף זאגן פאר די אלע אינוועסטארס, בילדערס, גראסעריס, היט סטארס, דרייוו גאודס, קלאדינג סטארס, וואס הייבן די פרייזן (איך זאג נישט זיי הייבן), איין סטעטמענט...
"אית דין ואית דיין" יא וויל פעי פאר איט.
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10004
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

מען קען טעכנישט צוריקגיין צו די אלטע צייטן, אבער איך מיין אז די פרי מארקעט מהלך האט בעסערע מעלות...
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

Clm
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

געקויפט א דירה וואס קאסט מיר 4800 א חודש ערענסט געפלאנט צי מאפען זיך אנגעבארגט געדרייט און געמאכט למעשה האט די בני בית משום איזה סיבה אפגעמאכט אז בשום פנים מאפען מיר נישט. למעשה געטרייט די בעסטע צי פארדינגען פאר די מערסטע שייך עס זאל מיר נישט קאסטען אזוי פיל למעשה פארדינגען פאר 3600
איך דערלייג געלט וואס איך האב נישט.
וואס זאל איך טאן? עני עירך קודמין ניין?
Asking for a friend
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

Clm האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 6:31 pm
געקויפט א דירה וואס קאסט מיר 4800 א חודש ערענסט געפלאנט צי מאפען זיך אנגעבארגט געדרייט און געמאכט למעשה האט די בני בית משום איזה סיבה אפגעמאכט אז בשום פנים מאפען מיר נישט. למעשה געטרייט די בעסטע צי פארדינגען פאר די מערסטע שייך עס זאל מיר נישט קאסטען אזוי פיל למעשה פארדינגען פאר 3600
איך דערלייג געלט וואס איך האב נישט.
וואס זאל איך טאן? עני עירך קודמין ניין?
Asking for a friend
פארקויף עס.
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2796
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

Clm האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 6:31 pm
געקויפט א דירה וואס קאסט מיר 4800 א חודש ערענסט געפלאנט צי מאפען זיך אנגעבארגט געדרייט און געמאכט למעשה האט די בני בית משום איזה סיבה אפגעמאכט אז בשום פנים מאפען מיר נישט. למעשה געטרייט די בעסטע צי פארדינגען פאר די מערסטע שייך עס זאל מיר נישט קאסטען אזוי פיל למעשה פארדינגען פאר 3600
איך דערלייג געלט וואס איך האב נישט.
וואס זאל איך טאן? עני עירך קודמין ניין?
Asking for a friend
דו פלעגסט זיך פארקויפן אלס מיליאנער... וואסי געווארן? ביזנעס האט אנגעהויבן גיין שלעכט?
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13785
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

פישל גרין האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 6:40 pm
Clm האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 6:31 pm
געקויפט א דירה וואס קאסט מיר 4800 א חודש ערענסט געפלאנט צי מאפען זיך אנגעבארגט געדרייט און געמאכט למעשה האט די בני בית משום איזה סיבה אפגעמאכט אז בשום פנים מאפען מיר נישט. למעשה געטרייט די בעסטע צי פארדינגען פאר די מערסטע שייך עס זאל מיר נישט קאסטען אזוי פיל למעשה פארדינגען פאר 3600
איך דערלייג געלט וואס איך האב נישט.
וואס זאל איך טאן? עני עירך קודמין ניין?
Asking for a friend
פארקויף עס.
דערלייגן צוואנציג דרייסינג טויזענט קלאוזינג קאסטס, פלאס בראוקערידזש פי...?? ווייל עניי עירך קודמים...?
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

נאר געוואלט ארויס ברענגען די אנדערע זייט מטבע.
האטס פאן
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

ער לייגט אריין א איד אדער א גוי?

אויב א גוי, אקעי

אויב א איד? איז בכלל נישטא קיין טענה, דיינע קינדער קענען נישט שפילן מיט זיין טענענט? ער טרייבט ארויף די פרייז? האט ער דען באצאלט די זעלבע פאר די הויז ווי די האסט געצאלט צוועלעוו חדשים צירוק? אלעס גייט ארויף... אוואדי גייט מען יעצט בעטן רענט א פרייז וואס מ'האט קיינמאל נאכנישט געבעטן... כ'האב פאר דיר נייעס אין א יאר ארום גייט מען באצאלן פאר מילך אויך א פרייז וואס מ'האט קיינמאל נאכנישט געבעטן....

כ'ווייס נישט ווי די וואוינסטו, אבער אין מאנסי קויפט מען יעצט הייזער, וואס מיט אזאלעכע צינזען גייען די מארטגעדזש זיין זיבן אכט טויזנט.... גיב עס עטליכע חדשים די רענטעלטס גייען אנהייבן צו באצאלן אכט אלפים א חודש... ס'קומט א פיינע רייד....
לעצט פארראכטן דורך שר החסד אום פרייטאג יולי 21, 2023 7:05 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

צוויי גילדען האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 6:50 pm
פישל גרין האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 6:40 pm
Clm האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 6:31 pm
געקויפט א דירה וואס קאסט מיר 4800 א חודש ערענסט געפלאנט צי מאפען זיך אנגעבארגט געדרייט און געמאכט למעשה האט די בני בית משום איזה סיבה אפגעמאכט אז בשום פנים מאפען מיר נישט. למעשה געטרייט די בעסטע צי פארדינגען פאר די מערסטע שייך עס זאל מיר נישט קאסטען אזוי פיל למעשה פארדינגען פאר 3600
איך דערלייג געלט וואס איך האב נישט.
וואס זאל איך טאן? עני עירך קודמין ניין?
Asking for a friend
פארקויף עס.
דערלייגן צוואנציג דרייסינג טויזענט קלאוזינג קאסטס, פלאס בראוקערידזש פי...?? ווייל עניי עירך קודמים...?

יא. ווען די מופסט ווען, וואלסטו נישט געוואלט דיין נעקסט דאָר שכן זאל דאס טוהן.

ליידער א ערענסטע מכה. מיין הארץ טוט וויי אז די הויז נעקסט דאָר פון מיר האט זיך נישט פארדינגען פארן זומער און די בעה''ב דערלייגט געלט. פון די אנדערע זייט לויב איך און דאנק דעם באשעפער
קיינמאל אויפגעבן
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 12:46 pm

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל אויפגעבן »

Clm האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 6:31 pm
געקויפט א דירה וואס קאסט מיר 4800 א חודש ערענסט געפלאנט צי מאפען זיך אנגעבארגט געדרייט און געמאכט למעשה האט די בני בית משום איזה סיבה אפגעמאכט אז בשום פנים מאפען מיר נישט. למעשה געטרייט די בעסטע צי פארדינגען פאר די מערסטע שייך עס זאל מיר נישט קאסטען אזוי פיל למעשה פארדינגען פאר 3600
איך דערלייג געלט וואס איך האב נישט.
וואס זאל איך טאן? עני עירך קודמין ניין?
Asking for a friend
זאג פאר דיין פרענד אז אדער האט ער קיינמאל עכט געהאלטן ביים מופן און פראבירט זיך, דיך און מיך צו פארדרייען דעם קאפ, אדער האט זיין ווייב קיינמאל געהאלטן ביים מופן און ס׳איז נישט געוועהן קיין געהעריגע געזונטע קאממיוניקאציע צווישן זיי, אדער האט ער א ווייב א שלאק...

אדער בין איך עקסטרעם...
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4595
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

שר החסד האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 7:00 pm
ער לייגט אריין א איד אדער א גוי?

אויב א גוי, אקעי

אויב א איד? איז בכלל נישטא קיין טענה, דיינע קינדער קענען נישט שפילן מיט זיין טענענט? ער טרייבט ארויף די פרייז? האט ער דען באצאלט די זעלבע פאר די הויז ווי די האסט געצאלט צוועלעוו חדשים צירוק? אלעס גייט ארויף... אוואדי גייט מען יעצט בעטן רענט א פרייז וואס מ'האט קיינמאל נאכנישט געבעטן... כ'האב פאר דיר נייעס אין א יאר ארום גייט מען באצאלן פאר מילך אויך א פרייז וואס מ'האט קיינמאל נאכנישט געבעטן....

כ'ווייס נישט ווי די וואוינסטו, אבער אין מאנסי קויפט מען יעצט הייזער, וואס מיט אזאלעכע צינזען גייען די מארטגעדזש זיין זיבן אכט טויזנט.... גיב עס עטליכע חדשים די רענטעלטס גייען אנהייבן צו באצאלן אכט אלפים א חודש... ס'קומט א פיינע רייד....
פארן גוי קען ער עס פארדינגען ווי עס איז, פאר א איד דארף ער אריין לייגן א פופציגער.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4744
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

ליידער א ביטערע מציאות אין רוב נייע היימישע געגענטער, נישטא וואס צו טאן אחוץ מתפלל זיין אז די קאלבלוטיגע אינוועסטירער זאלן גיין אינוועסטירן זייער געלט אין נוארק, יאנקערס, מידלטאון און ניובוירג.
פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 6:13 am
דאָס האָט פארוואנדלט דאס ווארט 'סאטמאר' פון א שטאט אין אייראפע צו באגריף אין אונטערחסידות'יאנאלע אידישקייט פון נאכן קריג ועד היום הזה.
אוועטאר
יעקב פריינד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7298
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

שר החסד האט געשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 7:00 pm
ער לייגט אריין א איד אדער א גוי?

אויב א גוי, אקעי

אויב א איד? איז בכלל נישטא קיין טענה, דיינע קינדער קענען נישט שפילן מיט זיין טענענט? ער טרייבט ארויף די פרייז? האט ער דען באצאלט די זעלבע פאר די הויז ווי די האסט געצאלט צוועלעוו חדשים צירוק? אלעס גייט ארויף... אוואדי גייט מען יעצט בעטן רענט א פרייז וואס מ'האט קיינמאל נאכנישט געבעטן... כ'האב פאר דיר נייעס אין א יאר ארום גייט מען באצאלן פאר מילך אויך א פרייז וואס מ'האט קיינמאל נאכנישט געבעטן....

כ'ווייס נישט ווי די וואוינסטו, אבער אין מאנסי קויפט מען יעצט הייזער, וואס מיט אזאלעכע צינזען גייען די מארטגעדזש זיין זיבן אכט טויזנט.... גיב עס עטליכע חדשים די רענטעלטס גייען אנהייבן צו באצאלן אכט אלפים א חודש... ס'קומט א פיינע רייד....
זייט ווען איז אן אינוועסטמענט גראד צו פארדינען געלט. יעצט איז נישט גוט די מארקעט מיט מארגעדזשעס איז עס די אינוועסטערס לאסט. דארף ער יעצט ארויף ברענגען די מארקעט פרייז ווייל יעצט אויפן מינוט שטימט נישט די חשבונות?

ווען די מארטגעדזש רעיטס גייען פאלן גייט ער בעטן ווייניגער? א פייג. וואס יא? ער האט ארויף געברענגט די גאנצע מארקעט און אידיש בלוטיגע געלט איז פארשמירט אויף זיינע הענט.
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

איך כאפ נישט פארוואס עס באדערט דיר אז דיין נייע שכן גייט צאלן טייער רענט
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4744
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

שר החסד האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 12:09 pm
איך כאפ נישט פארוואס עס באדערט דיר אז דיין נייע שכן גייט צאלן טייער רענט
ווייל עס גייט ארויפרוקן די פרייז און מאכן שווערער צו באקומען נאך נייע שכנים.
פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 15, 2024 6:13 am
דאָס האָט פארוואנדלט דאס ווארט 'סאטמאר' פון א שטאט אין אייראפע צו באגריף אין אונטערחסידות'יאנאלע אידישקייט פון נאכן קריג ועד היום הזה.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2694
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

סאיז זייער א אינטערעסאנטע פענאמענן, די אלע וואס זענען פרא פרי מארקעט אין די אלגעמיינע גאס זענען ממש פונקט קאפויער ווען סקומט צו די היימישע געברויכן, אז מדארף קאנטראלירן און איינצוימן די אינוועסטערס, מזעהט דאס אשכול נאך אשכול, תגובה נאך תגובה.
On the right side of history
אוועטאר
יעקב פריינד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7298
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

בלייב געזונט האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 12:12 pm
שר החסד האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 12:09 pm
איך כאפ נישט פארוואס עס באדערט דיר אז דיין נייע שכן גייט צאלן טייער רענט
ווייל עס גייט ארויפרוקן די פרייז און מאכן שווערער צו באקומען נאך נייע שכנים.
זעקטלי! דאס וועט לכאורה זיין מיין לעצטע שכן...
zurich
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

תגובה דורך zurich »

יעקב פריינד האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 2:52 pm

און וואס קלערסטו וועט געשען מיט די ליידיגע דירות?

zurich האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:02 pm

בלייבן ליידיג.

יעקב פריינד האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:03 pm

ביז?

zurich האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:04 pm
יעקב פריינד האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:03 pm
zurich האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:02 pm
יעקב פריינד האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 2:52 pm
בלייב געזונט האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 12:12 pm

ווייל עס גייט ארויפרוקן די פרייז און מאכן שווערער צו באקומען נאך נייע שכנים.
זעקטלי! דאס וועט לכאורה זיין מיין לעצטע שכן...
און וואס קלערסטו וועט געשען מיט די ליידיגע דירות?
בלייבן ליידיג.
ביז?
משיח גייט קומען אין ווייזן מיט די פינגער אויף די וואס האבן עס געטוען...
zurich
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: מזל טוב פאר א נייע דירה?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

יעקב פריינד האט געשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 3:07 pm

משיח גייט קומען אין ווייזן מיט די פינגער אויף די וואס האבן עס געטוען...
די טראכסט אז יענער איז דא דיר צו אפטון?

ער וויל מאכן געלד און אז ער וועט נישט טרעפן קיין קאסטעמער וועט ער דאס מוזן פארקויפן פאר קאסט פרייז אדער ווייניגער

ווייטער אויב טרעפט ער יא, וועסטו דאך האבן א שכן?
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”