קוימען קערער האט געשריבן:
פאנג אן מסביר זיין דיין פראבלעם
פון וואו ביז וואו? פונדערהיים ביז די ארבעט? פון די ארבעט ביז אינדערהיים? מיט א VPN אדער אן א VPN?
איך ווייס ניטאמאל די יסודות דערפון איך ווייס נאר אז ס'איז דא אזא זאך וויל איך דאס אויספראבירן ווייל איך פאר יעצט אוועק צו די ווארימע לענדער אויף אפרוה אי"ה
רייט קליק אויף מיי קאמפיוטערס גיי צי פראפערטיס גיי צי רעמאוט טשעק אן די באקס allow user to connect לייג צי וועלכע יוזער סקען עס ניצן
יעצט גיי פון א צווייטע קאמפיוטער און טייפ אריין ביי ראן mstsc און לייג אריין דיין אייפי אדרעס און אויב די האסט א פארט לייג דאס אויך אריין
ווען די קאנעקסט דיך דורך רעמאוט דעסקטאפ צי א האום ענד אפיס קאמפיוטער ווערט די סקרין שווארץ אבער די קענסט איבערנעמען די סאונד און פרינטער און די דיסקס און נאך
לאג מין אין האט אויך די אלע זאכען פאר געלט (די פרי קען מען נאר זען) און מען קען אויך זען אויף ביידע קאמפיוטערס משא"כ ביי רעמואט דעסקטאפ נישט
ביי לאג מי אין ברויכסטו אריינלייגן דיין קאמפיוטערס פעסווארד, איך גלייב נישט אז איינער האט געבראכן דיין פעסווארד. טויש שנעל צו א שטארקע פעסווארד. דאס איז קריטיש וויכטיג סיי וויאזוי. (אפילו אן לאג מי אין קען זיך איינער אריינבאקומען צו דיין איי פי אויב האסטו נישט קיין פעסווארד) סקען זיין ער איז אריין צו דיין 'לאג מי אין' אקאונט וואס איז בלויז אן אקאונט צו זייער סייט, און נישט אריינצולאגן צו דיין קאמפיוטער.
די לעצטע פאר חדשים האב איך דאס אנגעהויבן מער נוצן, און איך נוץ דאס היינט צוטאג אויף בערך צען קאמפיוטערס און איך בין היבש צופרידן.
אויך נוץ איך טיעם-וויוער ווען איך וויל אז נאך איינער זאל מיטהאלטן פון אן אנדערן רימאוט קאמפיוטער. אבער פאר דעילי יוז איז דאס נישט אזוי גוט ווי לאג-מי-אין. ס'ארבעט שטאטער און ס'פארלירט אסאך די קאנעקשן.
איצט וויל איך אויפסעטן א ווי-פי-ען צו די לאוקעישן ווי ס'ליגן זיבן פון די קאמפיוטערס כדאי איך זאל קענען גרינג נוצן רימאוט דעסקטאפ, ווייל ווי מ'האט מיר געזאגט, ארבעט רימאוט דעסקטאפ סאך שנעלער. איך האב אויך פרובירט רימאוט וועב קאנעקשאן (און ס'האט מיר נישט געארבעט), אבער ס'איז מער קאמפליצירט ווי רימאוט דעסקטאפ. אויך וועט מיר א ווי-פי-ען העלפן מיט קאנעקטן פרינטערס. לאג-מי-אין פראָו האט די פרינטיג אפשען, אבער ס'קאסט געלט, און אויך מאכט עס פראבלעמען.
איך האב פרובירט צו מאכן די ווי-פי-ען, אבער איך בין געווארן סטאָק ווען איך האב נישט געקענט אריינגיין צו די האָוסט ראַוטער אויפצומאכן די פאָרטס. ביי מיין לאקעל נעטווארק גיי איך צו 192.168.1.1, אבער דאס ארבעט נישט דארט.