"אהבת חנם" – זעהט ישועות!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

טראכט גראד
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:20 pm

"אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גראד »

עס איז געווען אפאר יאר צוריק ווען איינער מיט וועם איך האב געהאנדעלט פאר א שטיק צייט געשעפטן, האט מיר באיזה אופן גורם געווען א שאדן פון $100,000 , און צו דעם איז צוגעקומען, אז די פלוצלינגדיגע לאך פון אזא שיינע סכום, האט מיר דערנאך גורם געווען אסאך גרויסע שוועריקייטן אין געשעפטן.

יענער איז א מיליאנער און איז געווען א מזיד, אבער אין דין תורה וואלט איך נישט אים געקענט געווינען משום כמה סיבות, די עיקר וואס האט מיר געבאדערט איז ווי יענער איז געגאנגען ווייטער ווי כאילו גארנישט האט פאסירט, ער האט נישט געוואלט גארנישט באצאלן פאר די שאדן וואס ער האט במזיד גורם געווען פאר א צווייטן איד, און ער האט זיך ניטאמאל געוואלט אנטושלדיגן (ווייל דאס וואלט דאך אים אין הארץ מחייב געווען צו זיין א מענטש און עפעס באצאלן).

אזוי איז דורך אפאר יאר ווען איך טראג אויף דעם איד זייער א שווער הארץ, און ווען איך טרעף אים זאג איך אים קלאר אז איך מצידי בין אים דאס נישט מוחל בזה ובבא דאס וואס ער האט מיר אנגעמאכט.

ביז אפאר חדשים צוריק אינמיטן ווינטער, האב איך מיר איבערגעטראכט ביני לבין קוני, און איך האב אפגעמאכט אז די גאנצע צער איז אוודאי נאר פון השי"ת און דאס אז יענער איז געווען דער שליח איז זיין דאגה אבער איך האב נישט וואס צו זיין אנגעווייטאגט אויף אים, איך האב אפגעמאכט מיט א שטארקייט אז איך בין דעם איד מוחל %100 און איך טראג נישט אויף אים קיין שום שלעכט הארץ, אפילו אויב ער וועט מיר וועלן געבן געלט וועל איך עס נישט נעמען ווייל ס'האט דאך גארנישט מיט אים נאר מיטן אויבערשטן.

די דריטע חלק פון די מעשה איז, אז פון אפאר טעג נאכדעם, האבן זיך געעפענט גרויסע השפעות, און איך האב אנגעהויבן זעהן מזל אין מיינע געשעפטן ווי קיינמאל ביפאר. דער אייבערשטער וואס האט מיר געגעבן דעם עגמת נפש אפאר יאר צוריק, האט מחליט געווען מיר צו אפצאלן דעם גאנצן חשבון.


זאל דער אייבערשטער געבן פאר יעדעם די כוחות צו ארויסווייזן און געבן אהבת חנם פאר אנדערע אידן אפילו ווען יענער איז טאקע נישט גערעכט, און יעדער זאל האבן גוטע השפעות.
intellectual
שר האלף
תגובות: 1106
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 11, 2020 1:56 pm

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך intellectual »

שטארק!
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4499
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

Wow,

סא נעמט דאך אזוי פיל כוחות און אזויפיל ריינע אמונה צו באמת גלייבן אז דער אויבערשטער געפינט זיך אין יעדע מצב, און קיין שום נברא קען מיר גארנישט טוען נאר וואס עס איז דירעקט באשערט פון הימל פונעם אויבערשטן אליין מיט זיין גרויס רחמנות.

די מעשה פאר זיך, אן די אויספיר, איז הערליך!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

נורא! ישר כח פארן מיטטיילן
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12147
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

עכט שיין פון דיר.
און זייער שיין פארן מיטטיילן להרבות שלום וריעות.
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלפיים
תגובות: 2141
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

ייש"כ פארן פארציילן, עס גיבט חיזוק פאר אנדערע
שיינע מעשה פאר זיך.
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4393
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

יישר כח פארן מיטטיילן
כוחות הנפש דאס!

איין שאלה צי דיר
 "אויב ער וועט מיר וועלן געבן געלט וועל איך עס נישט נעמען"
פארוואס?
איך פארשטיי אז די ביסט אים מוחל אויף די עגמת נפש וויסענדיג אז אלעס איז פינעם אייבערשטען אבער אויב ער האט דיר שאדן געמאכט געלט פארוואס זאלסטו דאס נישט נעמען?

( איך וויל פארשטיין דיין געדאנקען גאנג)
אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

Haklal האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 11:00 pm
יישר כח פארן מיטטיילן
כוחות הנפש דאס!

איין שאלה צי דיר
 "אויב ער וועט מיר וועלן געבן געלט וועל איך עס נישט נעמען"
פארוואס?
איך פארשטיי אז די ביסט אים מוחל אויף די עגמת נפש וויסענדיג אז אלעס איז פינעם אייבערשטען אבער אויב ער האט דיר שאדן געמאכט געלט פארוואס זאלסטו דאס נישט נעמען?

( איך וויל פארשטיין דיין געדאנקען גאנג)
ווען איך וויל דיר געבן די געלט, וואלסטו עס גענומען? ניין, ווייל איך האב דיר גארנישט געטוהן… סאו ער ביי זיך אזוי שטארק אפגעמאכט אז יענער האט אים גארנישט געטוהן, נאר אלעס איז פון גאט ב״ה, ממילא וועט נישט נעמען פון אים קיין געלט, סימפל,

און שכח צום פוה״א פארן ברענגען התעוררת, כ׳קען עס נוצן,
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
veltsman
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך veltsman »

יישר כח געוואלדיג שטארק,
אבער אזעלכע קעפלעך קיצלען מיר, מדארף אזוי טוהן ווייל דאס איז דער אמת הכל מהקב״ה און אזוי דארף זיין, ישועות אז דער אייבירשטער וועט וועלן וועט ער געבן, נישט וועגן דעים דארף מען אזוי טוהן,
naftula shia
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 04, 2021 2:51 pm

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך naftula shia »

veltsman האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 12:12 am
יישר כח געוואלדיג שטארק,
אבער אזעלכע קעפלעך קיצלען מיר, מדארף אזוי טוהן ווייל דאס איז דער אמת הכל מהקב״ה און אזוי דארף זיין, ישועות אז דער אייבירשטער וועט וועלן וועט ער געבן, נישט וועגן דעים דארף מען אזוי טוהן,
דאס איז א געוולדיגע חיזוק פארן עולם
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6194
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

איך קוק מורא'דיג ארויף אויף דיין שטארקייט צו קענען יענעם מוחל זיין בלב שלם!! אבער אסאך מאל פילט מען אז אפילו עס איז אריבערגעגאנגען א לאנגע צייט זייט יענער האט געטשעפעט דאך קען מען זיך נישט ברענגען צו זאגן מחל לך פאר איינעם וואס האט צוגעברענגט אזויפיל ווייטאג....

און צ/ק
דאס איז נישט די אמתע אפטייטש פון אהבת חינם!
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
טראכט גראד
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:20 pm

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גראד »

Haklal האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 11:00 pm
יישר כח פארן מיטטיילן
כוחות הנפש דאס!

איין שאלה צי דיר
 "אויב ער וועט מיר וועלן געבן געלט וועל איך עס נישט נעמען"
פארוואס?
איך פארשטיי אז די ביסט אים מוחל אויף די עגמת נפש וויסענדיג אז אלעס איז פינעם אייבערשטען אבער אויב ער האט דיר שאדן געמאכט געלט פארוואס זאלסטו דאס נישט נעמען?

( איך וויל פארשטיין דיין געדאנקען גאנג)


יענע טעג ביים איבערטראכטן די מחילה, האב איך אסאך אמתדיג ארייגעטראכט אין דעם.
ביז איך בין געקומען צום הכרה, אז נאר אזוי נאר איך מיר נישט אז איך בין אים אמתדיג מוחל.
ווילאנג איך וועל ווארטן אין בעיק פון מיין מח אז אפשר קלינגט ער מיר מארגן מיט די געלט, איז עס נישט קיין ריכטיגע מחילה.

עכ"פ מיין מחילה איז געגאנגען מיט א ריין הארץ אויף דעם אופן, אויב אבער קומט ער אין א יאר ארום מיט די געלט, וועל איך עס לכאורה איבערטראכטן און איבערשמועסן מיט מיין דעת תורה.
טראכט גראד
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:20 pm

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גראד »

באשיינפערליך האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 4:23 am
איך קוק מורא'דיג ארויף אויף דיין שטארקייט צו קענען יענעם מוחל זיין בלב שלם!! אבער אסאך מאל פילט מען אז אפילו עס איז אריבערגעגאנגען א לאנגע צייט זייט יענער האט געטשעפעט דאך קען מען זיך נישט ברענגען צו זאגן מחל לך פאר איינעם וואס האט צוגעברענגט אזויפיל ווייטאג....

און צ/ק
דאס איז נישט די אמתע אפטייטש פון אהבת חינם!


נאר אסאך שטערקער.
טראכט גראד
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:20 pm

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גראד »

veltsman האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 12:12 am
יישר כח געוואלדיג שטארק,
אבער אזעלכע קעפלעך קיצלען מיר, מדארף אזוי טוהן ווייל דאס איז דער אמת הכל מהקב״ה און אזוי דארף זיין, ישועות אז דער אייבירשטער וועט וועלן וועט ער געבן, נישט וועגן דעים דארף מען אזוי טוהן,

די ערשטע ישועה וואס איז פארזיכערט, אז מען טראגט נישט קיין שווערע לאסט אויף א צווייטן איד.
ווען מ'הערט אויף טראגן ווייטאגן און עסענישן, ווערט מען א נייע מענטש.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4510
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

אוועטאר
שמות באקס
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 31, 2024 4:58 pm

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמות באקס »

זייער שיין פון דיין זייט.
און יא, ער איז ס״ה געווען די שליח פונעם רבש״ע דיר צו גורם זיין צער און עגמת נפש.
אבער מען דארף וויסן, אז אפי׳ די מעשה ענדיגט זיך נישט אזוי ווי ביי דיר, אז מען הייבט אן זעהן הצלחה אין די ארבעט נאכדעם. מיט דעם אלעם איז דאס די ריכטיגע זאך צו טון.
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5729
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

👍👍🏾👍
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
● קומט אין אישי אדער שיקט מיר אן אימעיל [email protected]
ספעציעלע זוממער פרייזן!!
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: "אהבת חנם" – זעהט ישועות!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

wow
דברי חכמים כדרבונות
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”