טאקע, אבער אז מ'זעט אז א ווארט עקזיסטירט נישט סיי אין אונזער אויסשפראך און סיי אין אלט יודיש, מיינט עס אז ס'איז לכאורה קיינמאל געווען אין יודיש נאר עפעס א שרייבער האט עס אריינגעברענגט.
איינער ווייסט צו ס'איז אמת אז סענדער דייטש ע"ה האט מחדש געווען אין אידיש די "אציע" אויף די ענגלישע "tion"? (אקציע/action, טראנספארטאציע/transportation, וכו')
לגופו של ענין, דא איז לכאורה ריכטיגער "פאר", נישט בעפאר.
איך קען אבער נישט זיין זיכער דערין. bevor אין דייטש איז א קאניוקציע, וואס מיינט אז מען קען עס נישט ניצן אלס פרעפאזיציע ווי אין די זאץ אין פראגע. דאס מיינט אבער נאכנישט אז אין אידיש (וואס האט דאס יתכן אפילו געבארגט פון ענגליש), איז עס אויך אזוי.
אין פאקט, wiktionary טענה'ט גאר אז עס איז א פרעפאזיציע, אבער קיין מקור איז נישט אנגעגעבן. דער שרייבער פונעם איינס איז "צ. למדן".@למדן וצדיק, א הסבר?
אנדערע ווערטערביכער ברענגען בכלל נישט דעם "פסול'ן" ווארט.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"