דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2454
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

עה, ס'איז דא אסאך...

באן, באר, דאר, האר(?), נאר, (קאַרן/ס^)...
כ'געב אויף אויף די הארטע ראי' אבער פאר עפעס א סיבה פיל איך אז מ'לייגט דאס אויס שטייט...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

תנא-קמא האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:57 pm
כ'געב אויף אויף די הארטע ראי'
ספעלינג איז אן אַרט, נישט קיין סייענס (איים סארי...). טא קענסטו בלייבן דערמיט אלס געדאנק, אפילו אויב ס'איז נישט ממש קיין ראיה.
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2454
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

@המברך יתברך נישטא אזא ווארט פלאר אין אידיש. סיידן א נאמען.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

תנא-קמא האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 11:43 pm
@המברך יתברך נישטא אזא ווארט פלאר אין אידיש. סיידן א נאמען.
וואס ווילסטו ארויסברענגען? ביסט מוחה פאר'ן ניצן א נישט-אידישע ווארט אין מיין חתימה?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4312
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 5:44 pm
וואס מיינסטו צו זאגן?

דו האסט געמאכט א קלעים אז עכט קומט עס מיט א יי. אויף וואס איז דאס באזירט? א. ראטה שרייבט אזוי?
און ווער שרייבט שטאַט?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7002
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 9:31 pm
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 5:18 pm
איך האב אויך נישט אמאל געוואוסט.
שטאט איז נישט גוט ווייל מען קען עס ליינען ווי א סטעיט (מיט א קמץ). איי וואס איז קארן אנדערש? אנשטאט קארס שרייבט דער עולם לעצטנס קארן, כאטש מען קען עס ליינען CORN.
איך זעה אז רוב מענטשן שרייבן "שטייט". כאטש דאס איז אויך א סתירה, ווייל געווענליך די ווארט "שטייט" מיינט אז איינער 'שטייט' (ער זיצט נישט).
ווען מען קען טאקע נוצן 'לאנגזאם' אדער 'פאמעליך' איז עס א גוטע עצה, אבער ווען נישט איז עס א שטיקל צ"ע.
איבער קארןאון קארסזע דא אן אלטע טענה'ריי, איך שרייב טאקע קארס.
יא יא, כ'האב זיך שוין דארט אויך אנגערופן...
viewtopic.php?p=3915449#p3915449
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

זיכער בין איך מסכים, כאפ א בליק און מיין אונטערשריפט....
זייטיגע נאטיץ
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש

איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

תגובה דורך יחליצך »

המברך יתברך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 10:26 pm
איז ממילא דארף מען אפשר פרובירן צו שיפטן צוביסלעך צו "לאנגזאם" און פעלדמאן, אדער פאמעלאך. אפשר איז דא נאך גוטע ווערטער?
פאוואליע!
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

חיים שטיין האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:55 am
זיכער בין איך מסכים, כאפ א בליק און מיין אונטערשריפט....
אין דיין אונטערשריפט שטייט גראדע, אז נאר אין אישי...
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:43 pm

גערעכט, בעיקר האב איך געמיינט מיט די ווערטער ''אין אישי'' מ'זאל נישט שטערן אן אשכול וועגן מיין טעות, אבער אז עס איז דא אן עקסטערע אשכול געווידמעט ממש אויף דאס איז קיין פראבלעם צו מעורר זיין אין פובליק.
לעצט פארראכטן דורך חיים שטיין אום דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זייטיגע נאטיץ
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש

איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך בין מסכים אז מ'זאל מיך מעורר זיין אפילו אויף אזא זאך, אבער א צווייטן ביטע נישט.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 5:02 pm
אינטערעסאנט, איך האב פונקט די וואך געזוכט דעם אפשטאם פון דעם ווארט שטאט/שטייט און נישט געקענט געפונען. אפשר ווייסטו?
גרשון האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 5:36 pm

יעדנפאלס, מ'דארף וויסן דעם מקור פונעם ווארט.
https://en.wiktionary.org/wiki/%D7%A9%D ... 6%B7%D7%98
וואס זעט מען אין וויקיפעדיע, אז שטאט איז אן אמעריקאנער-אידישער ווארט?

יגעתי ומצאתי גאנץ א ענליכע ווארט אין "אפריקאניש/Afrikaans"...
Stadig (פאר לינגוויסטן דערמאנט עס פון 'שטאדטיג'?)
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5367
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

מ'זעט אז דארט האט עמיצער אויסגעלייגט מיט אן א'. אזוי איך בין אויך אלץ געווען צוגעוואוינט. ס'מאכט מיר אויך סענס אז דאס ווארט זאל זיין פארבונדן מיט סטאטוס, שטאַט, און אנשטאט, כאטש איך ווייס נישט די עטימאלאגישע פעדעמער דערפון.

למעשה זאגסטו נישט וואס מאכט דיך טראכטן אז ס'קומט יי. (נישט אז דיין אייגענע מיינונג איז עפעס שלעכט, נאר ס'האט אויסגעקוקט אז דו האסט געצויגן די מסקנא פון עפעס.)
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5753
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

חיים שטיין האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:07 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:43 pm
חיים שטיין האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:55 am
זיכער בין איך מסכים, כאפ א בליק און מיין אונטערשריפט....
אין דיין אונטערשריפט שטייט גראדע, אז נאר אין אישי...
גערעכט, בעיקר האב איך געמיינט מיט די ווע ר טער ''אין אישי'' מ'זאל נישט שטערן אן אשכול וועגן מיין טעות, אבער אז עס איז דא אן עקסטערע אשכול געווידמעט ממש אויף דאס איז קיין פראבלעם צו מעורר זיין אין פובליק.
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
●קומט אין אישי אדער שיקט מיר אן אימעיל [email protected]
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2387
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:13 pm
חיים שטיין האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 3:07 pm
המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 2:43 pm
חיים שטיין האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:55 am
זיכער בין איך מסכים, כאפ א בליק און מיין אונטערשריפט....
אין דיין אונטערשריפט שטייט גראדע, אז נאר אין אישי...
גערעכט, בעיקר האב איך געמיינט מיט די ווע ר טער ''אין אישי'' מ'זאל נישט שטערן אן אשכול וועגן מיין טעות, אבער אז עס איז דא אן עקסטערע אשכול געווידמעט ממש אויף דאס איז קיין פראבלעם צו מעורר זיין אין פובליק.
יישר כח, דאס איז אבער מיין קיבארד'ס טעות, ער האט געמיינט אז דא קומט וועטער אנשטאט ווערטער.
זייטיגע נאטיץ
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש

איינער בויט פאר פראפאגאנדע
אין איינער מאכט פראפאגאנדע צו קענען בויען...
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5753
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

חיים שטיין האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:28 pm

יישר כח, דאס איז אבער מיין קיבארד'ס טעות, ער האט געמיינט אז דא קומט וועטער אנשטאט ווערטער.
איך בין געוועהן (קומט א ה'?) סארקאסטיש.
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
●קומט אין אישי אדער שיקט מיר אן אימעיל [email protected]
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:39 pm
געוועהן (קומט א ה'?)
ניין
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:09 pm
מ'זעט אז דארט האט עמיצער אויסגעלייגט מיט אן א'. אזוי איך בין אויך אלץ געווען צוגעוואוינט. ס'מאכט מיר אויך סענס אז דאס ווארט זאל זיין פארבונדן מיט סטאטוס, שטאַט, און אנשטאט, כאטש איך ווייס נישט די עטימאלאגישע פעדעמער דערפון.

למעשה זאגסטו נישט וואס מאכט דיך טראכטן אז ס'קומט יי. (נישט אז דיין אייגענע מיינונג איז עפעס שלעכט, נאר ס'האט אויסגעקוקט אז דו האסט געצויגן די מסקנא פון עפעס.)
"אידיש ווערטער אוצר" שרייבט כמה פעמים לענגאויס דעם בוך: " שטייט, לאנגזאם, פאמעליך, פאוואליע, געלאסן, וכו'"
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
פשטא
שר האלפיים
תגובות: 2628
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 13, 2020 11:14 am
לאקאציע:אויפן Logi קיבאורד

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשטא »

יא.

זאל איך כאטש וויסן ווען איך מאך א טעות.
סיג לחכמה שתיקה (משנה אבות ג יג) - אבער נישט אייביג קען איך מיך איינהאלטן.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7002
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

המברך יתברך האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2023 3:58 pm
צוליב דער זעלבער סיבה, מעריב איז WEST און מזרח איז EAST. דאס לאנד JORDAN געפונט זיך אויף מזרח זייט ירדן, און דאס, אויף מעריב זייט. דער נאמען קומט מיט דער הקדמה אז די ביידע באלאנגען פאר פאלעסטינער.
דניאל אויערבאך האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 1:20 pm

אויך א אפטע טעות פון מענטשן. אויסצומישן "מערב"מיט "מעריב".
מערב(אן א יוד) איז מערב זייט.
מעריב(מיט א יוד) איז תפלת ערבית.
(יעצט פרעג מיר נישט וואס איז טייטש המעריב ערבים...)
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

אמור יאמר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:34 pm
אמור יאמר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:27 pm
ואתם הדבקים האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:24 pm
איינער מיט די נאמבער פון בשעה אויפוועקן סיסטעם?
929-284-1111
קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:27 pm

אויפשטיין אין צייט - בשעה
זיי האבען איטלעכענאמבערס
קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 11:15 pm
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 11:06 pm
די חילוק פון איטליכע און עטליכע
עטליכע מיינט "אפאר":
עטליכע חברים זענען געפארן צו די וואקאציע צוזאמען.

איטליכע מיינט "יעדע איינציגער"פון עטליכע:
"איטליכע" פון די חברים זענען געווען פרייליך
עס האבן מיר וויי געטאן איטליכער גליד
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
אמור יאמר
שר האלף
תגובות: 1729
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 13, 2023 10:53 am

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמור יאמר »

קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:42 pm
אמור יאמר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:34 pm
אמור יאמר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:27 pm
ואתם הדבקים האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:24 pm
איינער מיט די נאמבער פון בשעה אויפוועקן סיסטעם?
929-284-1111
קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:27 pm
ואתם הדבקים האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:24 pm
איינער מיט די נאמבער פון בשעה אויפוועקן סיסטעם?
אויפשטיין אין צייט - בשעה
זיי האבען איטלעכענאמבערס
קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 11:15 pm
די זוהן פון קהלת האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 11:06 pm
די חילוק פון איטליכע און עטליכע
עטליכע מיינט "אפאר":
עטליכע חברים זענען געפארן צו די וואקאציע צוזאמען.

איטליכע מיינט "יעדע איינציגער"פון עטליכע:
"איטליכע" פון די חברים זענען געווען פרייליך
עס האבן מיר וויי געטאן איטליכער גליד
אהא ישר כח פאר אנמערקן אין ציווייזן
לאגיק
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 10:51 pm

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאגיק »

למשל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:04 pm
די וואך איז מיין שטומע געגאנגען פאר נומער 1
צ"ל "שטימע".
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

יחליצך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 10:59 pm
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 4:09 pm
מ'זעט אז דארט האט עמיצער אויסגעלייגט מיט אן א'. אזוי איך בין אויך אלץ געווען צוגעוואוינט. ס'מאכט מיר אויך סענס אז דאס ווארט זאל זיין פארבונדן מיט סטאטוס, שטאַט, און אנשטאט, כאטש איך ווייס נישט די עטימאלאגישע פעדעמער דערפון.

למעשה זאגסטו נישט וואס מאכט דיך טראכטן אז ס'קומט יי. (נישט אז דיין אייגענע מיינונג איז עפעס שלעכט, נאר ס'האט אויסגעקוקט אז דו האסט געצויגן די מסקנא פון עפעס.)
"אידיש ווערטער אוצר" שרייבט כמה פעמים לענגאויס דעם בוך: " שטייט, לאנגזאם, פאמעליך, פאוואליע, געלאסן, וכו'"
גא"מ.

איך וואלט משער געווען אז עס שטאמט טאקע פונעם זעלבן שורש ווי דאס ווארט "שטייט" (עומד). פשט איז, אז אפילו דער יעניגער וואס גייט שוין אביסעלע, און נישט ממש ער שטייט, דאך גייט ער שטייט-ליך.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: דער ספעל טשעקן אשכול: זענט איר מסכים אז מען זאל אייך ספעל-טשעקן אין דעם אשכול?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

לאגיק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 9:27 pm
למשל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:04 pm
די וואך איז מיין שטומע געגאנגען פאר נומער 1
צ"ל "שטימע".
גא"מ

דער זעלבער שורש ווי שטימע-קול.

(צי איז פאראן אן אשכול איבער ווערטער פון זעלבן\אנדערן שורש).
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”