קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
Thank you
שר תשעת אלפים
תגובות: 9111
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

ספעציעלע ליל תשעה באב לייוו פראגראם מיט דרשות און שמועסן איבער מיטמאכענישן און שווערע תקופות ביי כלל ישראל:

אום 9:30 ביינאכט, וועט מען הערן אן אינטערוויו מיט עלטערע אידן איבער די ביטערע צרות און פיין וואס מען איז אריבער ביים שרעקליכן צווייטן וועלט קריג, און איבער די שוידערליכע ביטערע סצענעס וואס זיי האבן אליינס מיטגעלעבט.

אום 10:00 ביינאכט וועט מען הערן איבער אומבאקאנטע עפיזאדן וואס האט זיך אפגעשפילט דורכאויס די הצלה אקציעס פון דער בארימטער אידישע מלחמה העלד ביים צווייטן וועלט קריג הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל, וויאזוי ער האט אויספלאנירט און געהאט א האנט אין יעדן אקט פון הצלת ישראל במסירת נפש.

אום 11:00 ביינאכט וועט מען הערן א רירענדער תשעה באב שמועס מיטן בארימטער היסטאריקער און שריפטשטעלער הרב חנה פריעדמאן, מיט דראמאטישע אויפוויקלונגען פון שווערע סצענעס ביים קריג, איבער צדיקים וואס האבן פאראויסגעזאגט די קריג, איבער רבנים וואס זענען אומגעברענגט געווארן פארנט פון זייער קהילה, די שפעטערדיגע התרת עגונות נאכן קריג, באגלייט מיט ערשט-האנטיגע עידות'שאפטן.

אום 1:00 ביינאכט, וועט מען הערן א שמועס דורך הרב שאול קליין, איבער די לאנגע קייט פון די רדיפות, הריגות, בלוט בלבולים פון די נוצרים קעגן דעם אידישן פאלק במשך כמעט טויזענט יאר, זייט די ערשטע קרייציגלער מארש קיין ירושלים 927 יאר צוריק, ביז די גזירות און חורבנות ביים צווייטן וועלט קריג, אויך איבער די גדולים וואס האבן געשריבן קינות.

מען קען עס הערן ביי די ספעציעלע תשעה באב לייוו פראגראם ביי די "פארשידענס" אפטיילונג אויפן סייט/עפפ: https://www.yiddish24.com/miscellanies/210/88233
ניק איז אומאקטיוו.
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.

אפיציעלע לעצטע תגובה
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2795
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

אויף די פאון וויאזוי קען מען עס הערן?
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
אוועטאר
Thank you
שר תשעת אלפים
תגובות: 9111
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

הקולמוס שלי האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:40 pm
אויף די פאון וויאזוי קען מען עס הערן?
8 דערנאך 0

איינמאל א שמועס איז פארטיג ביי 8 8
ניק איז אומאקטיוו.
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.

אפיציעלע לעצטע תגובה
מייק פענס 2024
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 6:45 pm

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייק פענס 2024 »

הר"רַ חנאַ פר"מ רעדט
נורא נוראות
עיני עיני ירדה מים על שבר בת עמי
נקום נקמת דם עבדיך השפוך
טראמפ'ס ערשטע וויצע: טראמפ איז א סכנה פאר די לאנד.

טראמפ'ס צווייטע וויצע: טראמפ איז אמעריקע'ס היטלער.

#העשי_2024.
Mayx the hecker
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 11:25 am

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mayx the hecker »

קען מען הערן אויף קול מבשר מאטי אילוויטשעס אינטערוויוס מיט האלקאסטס סערווייבערס אויב יא ווי?
אנפין נהירין
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 2:01 pm

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנפין נהירין »

תשעה באב בייטאג לייוו פראגראם פון 9 אזייגער צופרי ביז 9:30 ביינאכט ביי די "פארשידענס" אפטיילונג: די פראגראם היינט צום תשעה באב, וועט זיך אנפאנגן 9 אזייגער צופרי, אין יעדע שעה, וועט געהערט ווערן א צווייטע שמועס אדער אינטערוויו, ביז 9:30 ביינאכט.

אום 9 צופרי וועט מען הערן אינטערוויוס צו די 20'סטע יאר פון די "באס נומער 2 אטאקע" וואס האט אויפגעשוידערט די אידישע וועלט אומברענגענדיג 22 אידישע קרבנות, צווישן זיי טאטעס, מאמעס, און פיצלעך קינדער, אויפן באס און זייטיגע פיסגייער. גרונטליכע שילדערונג פון די טעראר אטאקע, אין א שווערע תקופה פון קאלטבלוטיגע זעלבסמארד אטאקעס, באגלייט קורצע אנאליז אויף יעדן פון די נפטרים, דורכן שריפטשטעלער הרב יוסף לייב יאקאב, דערנאך הערט מען לעבעדיגע עידות און בענקשאפט צו די אומגעקומענע, דורך די בני משפחה. -

אום 11 אזייגער פארמיטאג, וועט מען הערן א ספעציעלע שמועס דורך הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א מיט דברי חיזוק אינעם ענין פון אחכה לו בכל יום שיבא, און א בליק אריין אין די ווייטאג פון כלל ישראל וואס ווארט אזוי אויף די גאולה שלימה שטייענדיג 1955 יאר זייטן חורבן הבית. -

אום 12 מיטאג, וועט מען הערן איבער די ברענענדיגע פראבלעם פון פארמערטע גיטין ביי כלל ישראל, דורך הרה"ג ר' יקותיאל אלימלך פריעדמאן שליט"א מדריך ומח"ס גליקליך, וואס האט אויסגעפרעגט 7 עלטערן וועלכע זייערע קינדער האבן זיך גע'גט ל"ע און טיילן מיט זייער עקספיריענס און שיקן א מעסעדזש פאר עלטערן. -

אום 1 מיטאג, וועט מען הערן דורך ר' שלמה זייאנס - איבער די טרויעריגע מיטמאכענישן פון יהדות רוסלאנד דורכאויס די יארן, זייער שטענדיגע מסירת נפש, אויך אן אפהאנדלונג און לעבעדיגע באריכט איבער די אנגייענדע מלחמה צווישן רוסלאנד און אוקראינע וואס האט אריינגעפירט די ארטיגע אידישע געמיינדע אין א גאר שווערע מצב וואס ליידן גאר שטארק פון די מלחמה נאכווייען. -

אום 2 אזייגער נאכמיטאג וועט מען הערן שמועסן מיט עלטערן וואס גייען דורך די שווערע צרה פון זיין טאטעס צו קינדער וואס זוכן נאך זייער וועג צוריק, די עלטערן עפענען זייער הארץ פון די אויסטערלישע יסורים וואס א טאטע און א מאמע גייען דורך ווען זייערס א קינד פארקריכט ל"ע פונעם אידישן וועג, טרערן-געווייקטע שילדערונגען פון די שלאפלאזע נעכט ווען מען פארשליסט נישט די טיר האפענדיג אז איין טאג ווען דאס קינד טרעפן זיין וועג צוריק צום טאטן אין הימל. -

אום 3 אזייגער נאכמיטאג וועט מען הערן אן אפהאנדלונג דורך ר' מענדל אונגאר און ר' אלימלך ניימאן - איבער גרופעס וואס האדעווען זיך אין אמעריקע און זייער עקזיסטענץ איז העצן אקעגן אידן, וואס האט שוין געפירט צו עטליכע בלוטיגע טעראר אטאקעס אקעגן אידן איבער אמעריקע. -

אום 4 אזייגער נאכמיטאג וועט מען צוריק גיין צו פּסח-צייט תש"פ, נישט מער געדאכט, ווען די קאָוויד-19 מגיפה האָט געבושעוועט בחוצות ניו יאָרק און געמאָנט די לעבנס פון הונדערטער חרדי'שע אידן. אין אַ שפּיטאָל-צימער אין מיימאַנידיס איז אַ איד אַוועק פון דעם שרעקליכן ווירוס, אַ צווייטער איד באַשליסט צו זאָגן קדיש נאָך אים אַלס אַ זכות זיך אַרויסצודרייען פון דער שרעקליכער מגיפה. אָבער קיינער ווייסט נישט ווער דער נפטר איז. נאָך עטליכע טעג פון אומאויפהערליכע פאָרשונגען ווערט געמאַכט אַן אומגלויבליכע אויפדעקונג. ר' שמעון ראָלניצקי האַלט אָפּ שמועסן מיט צוויי פון די בעלי המעשה, הרב רפאל נוסבוים און ר' רפאל ענגלאַרד. -

אום 5 אזייגער נאכמיטאג וועט מען הערן דורך ר' הענדל ברייער - איבער די שווערע מצב הפרנסה ביי אסאך היימישע אידן און משפחות וואס האבן פשוט נישט וואס אין מויל צו נעמען, שמועסן מיט עסקנים פון פירנדע ארגאניזאציעס וואס זענען עוסק אין דעם פראבלעם, ר' שמעון ישראל פאזען פון לשובע ולא לרזון וואס פארטיילט עסן פעקלעך יעדן וואך, ר' צבי ארי' ראזענבלום פון תומכי שבת אין לעיקוואד וואס טיילט אויס 12 מיליאן דאלאר ווערד פון עסן יעדן יאר און ר' מטות גילבערט פון רבי שייעלעס קיטשען וואס שטעלט צו הילף און פינאנציעלע קאוטשינג פאר מענטשן וואס גייען דורך א שווערע מצב. -

אום 6 אזייגער נאכמיטאג וועט ר' דוד וועבער ברענגען אן אומבאקאנטע דראמאטישער געשעעניש איבער א בחור וואס איז פאר'חלש'ט געווארן דורכאויס א שפאציר מיט זיין ישיבה אינמיטן א שווערע 'טרעיל' און איז געווען אין א קריטישן צושטאנד ווערענדיג עוועקואירט מיט אן העליקאפטער, דער חבר ר' ארי חיימאוויטש פון בארא פארק גיבט אראפ אלע דעטאלן פון די געשיכטע מיטהאלטנדיג פונדערנאנט; דער בעל הנס ר' צבי אריה בנימין פון בית שמש קלארט אויס זיינע זכרונות פון די קריטישע מאמענטן, און דער הצלה מעמבער ר' אפרים פאנפעדער פון אשדוד וויקלט אויף דער קייט פון השגחה פרטית'ן און ניסים וואס האבן זיך אפגעשפילט.-

אום 7 אזייגער פארנאכטס וועט מען הערן דורך ר' שמעון יואל קליין - די דראמאטישע געשיכטע פון יחיאל, א 19 יעריגער בחור'ל וואס איז געכאפט געווארן אין בריסל לופטפעלד שמוגלענדיג אומלעגאלע געווירצן און אריינגעווארפן געווארן אין טורמע צווישן מוסלעמענער רוצחים און אונטערוועלטניקעס, און געלעבט אין געפאר ביז צו זיין דראמאטישע אנטלויף אקציע. -

אום 8 אזייגער פארנאכטס וועט מען הערן דורך הרב הערשל פרידמאן א סך הכל פון די זוכונגען נאך די כלי המקדש, פון טויזנט יאר צוריק ביזן היינטיגן טאג, אנגעהויבן אין רוים, איטאליע, די וואטיקאן, טערקיי, קארטאגא, ביז ירושלים, אזוי אויך לעצטע פרישע אויפדעקונגען איבער אלעס ארום די כלי המקדש. -

אום 8:45 וועט מען הערן דורך ר' מאיר נתן לעווין - אויפדעקונגען איבער די לאדזשער געטא באגלייט מיט ביטערע זכרונות פון מלחמה איבערלעבער פון דער לאדזשער און ווארשעווער געטא.

מען קען הערן די לייוו פראגראם ביי די תשעה באב אפטיילונג אינטער "פארשידענס" אויפן הויפט בלאט. אויפן טעלעפאון קען מען רופן: 712-832-8000
https://www.yiddish24.com/miscellanies/210/88290
לעצט פארראכטן דורך אנפין נהירין אום דאנערשטאג יולי 27, 2023 5:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5797
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

Thank you האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 8:36 pm


אום 10:00 ביינאכט וועט מען הערן איבער אומבאקאנטע עפיזאדן וואס האט זיך אפגעשפילט דורכאויס די הצלה אקציעס פון דער בארימטער אידישע מלחמה העלד ביים צווייטן וועלט קריג הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל, וויאזוי ער האט אויספלאנירט און געהאט א האנט אין יעדן אקט פון הצלת ישראל במסירת נפש.

דורך וועם?
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4816
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

איך וואלט ווען געבליבן הערן ר' חנא פריעדמאן א גאנצע טאג..
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
חיים שרגא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 2:37 pm

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שרגא »

מייק פענס 2024 האט געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 11:46 pm
הר"רַ חנאַ פר"מ רעדט
נורא נוראות
עיני עיני ירדה מים על שבר בת עמי
נקום נקמת דם עבדיך השפוך
איך הער אים שוין אויס די לעצטע פאר יאר

אינטערעסאנט איז נישט דאס ווארט
הרבני הנכבד
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2023 2:33 pm

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבני הנכבד »

אוי מ'קען עס נישט אויסהאלטן..
הארצרייסנד אין די יעצטיגע מינוטן..
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4154
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

חאטצקל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:56 pm
איך וואלט ווען געבליבן הערן ר' חנא פריעדמאן א גאנצע טאג..
ר'חנא פרידמאן האט נאך א נאמען ?
הצלחה
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4816
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

שאשא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:12 pm
חאטצקל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:56 pm
איך וואלט ווען געבליבן הערן ר' חנא פריעדמאן א גאנצע טאג..
ר'חנא פרידמאן האט נאך א נאמען ?
איך מיין ר' אלחנן זאב
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
שמואל גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2017 12:36 am

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גרינפעלד »

חאטצקל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:13 pm
שאשא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 3:12 pm
חאטצקל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:56 pm
איך וואלט ווען געבליבן הערן ר' חנא פריעדמאן א גאנצע טאג..
ר'חנא פרידמאן האט נאך א נאמען ?
איך מיין ר' אלחנן זאב
אלחנן זאב יוסף
גערעכט
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 25, 2023 4:38 pm

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גערעכט »

די שמועס מיט הרב שמעון שנעעבלג האט מיר עפעס גאר שטארק באנומען
ואתם הדבקים
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 12:06 am

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואתם הדבקים »

גערעכט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:11 pm
די שמועס מיט הרב שמעון שנעעבלג האט מיר עפעס גאר שטארק באנומען
גא’’מ. דע גאנצע נושא איז ליידער א ריכטיגע ת’’ב א חורבן הבית פשוטו וכמשמעו
דובי'ס א פען
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 15, 2018 10:38 pm

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דובי'ס א פען »

ייש"כ ר' זלמן, ייש"כ אלע וואס האבן צו געהאלפן, מחיה נפשות געווען !!
אשר אנשיל
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 09, 2022 12:39 am

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשר אנשיל »

ואתם הדבקים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:41 pm
גערעכט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:11 pm
די שמועס מיט הרב שמעון שנעעבלג האט מיר עפעס גאר שטארק באנומען
גא’’מ. דע גאנצע נושא איז ליידער א ריכטיגע ת’’ב א חורבן הבית פשוטו וכמשמעו
וועלכע נושא?
אוועטאר
א גלעזעל חכמה
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2022 3:48 pm

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גלעזעל חכמה »

אשר אנשיל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:21 pm
ואתם הדבקים האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:41 pm
גערעכט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:11 pm
די שמועס מיט הרב שמעון שנעעבלג האט מיר עפעס גאר שטארק באנומען
גא’’מ. דע גאנצע נושא איז ליידער א ריכטיגע ת’’ב א חורבן הבית פשוטו וכמשמעו
וועלכע נושא?
OTD
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

גערעכט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:11 pm
די שמועס מיט הרב שמעון שנעעבלג האט מיר עפעס גאר שטארק באנומען
די שמועס האט מיך אויפגעשאקלט מיין טאג, די בכיות, דברים היוצאים מן הלב, און בכלל די קוראזש פון דריי טאטעס זיך אזוי צו עפענען זייער בלוטיג הארץ ברבים, דאס פאדערט א מין שטארקייט, איך האב נישט קיין ווערטער.
הויכראנגיק
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:23 pm

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויכראנגיק »

זייער א שטארקע פראיעקט
איין הערה דרעזנער וואלט געמעגט פרעגן שאלות פון די סארט עלטערן מיט אביסל מער שכל
ואתם הדבקים
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 12:06 am

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ואתם הדבקים »

הויכראנגיק האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 12:40 am
זייער א שטארקע פראיעקט
איין הערה דרעזנער וואלט געמעגט פרעגן שאלות פון די סארט עלטערן מיט אביסל מער שכל
אפשר ביסטו מסביר וועלכע שאלה האט געדארפט זיין מער מיט שכל? גראדע זייער שיין געגאנגען צווישן די שורות. און די גאנצע עצם איידיע איז געווען א שטארקע חידוש וואס איז נישט קיין ספק אז די 3 האבן געוואסוט פונקטליך וואס יצחק שלמה גייט זיי פרעגן . קודאוס פאר רבי יצחק שלמה...!
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5797
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

ביי וויפול מינוט הייבט זיך אן די אינטערוויו מיט די זיבן עלטערן פון גע'גט'ע קינדער? צו הערן א דרשה פונעם אינטערוויוער קען איך א צווייטע מאל
אוועטאר
איד'ל מיטן פידל
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:14 am
לאקאציע:צווישן די סטרונעס

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד'ל מיטן פידל »

חאטצקל האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:56 pm
איך וואלט ווען געבליבן הערן ר' חנא פריעדמאן א גאנצע טאג..
Same here
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7305
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אומגלויבליך וויפיל "תשעה באב פראגראמען" עס יאווען זיך די לעצטע פאר יאר, פשוט אוממעגליך נאכצוקומען, און אלע זענען אזוי אינפארמאטיוו...
אוועטאר
אחד מן החבורה
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יאנואר 30, 2021 10:34 pm

Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מן החבורה »

פישל גרין האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 12:18 am
גערעכט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 8:11 pm
די שמועס מיט הרב שמעון שנעעבלג האט מיר עפעס גאר שטארק באנומען
די שמועס האט מיך אויפגעשאקלט מיין טאג, די בכיות, דברים היוצאים מן הלב, און בכלל די קוראזש פון דריי טאטעס זיך אזוי צו עפענען זייער בלוטיג הארץ ברבים, דאס פאדערט א מין שטארקייט, איך האב נישט קיין ווערטער.
איך האלט שוין א טאג שפעיטער אין איך בין נאך ציטרייסעלט

סיי פין שנעבאלק אין ר אייזיק לייב

אמתע העלדען
שרייב תגובה

צוריק צו “קול מבשר”