קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- פרישער בחור
- שר האלפיים
- תגובות: 2245
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
- לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק
איך קען נישט מישן ביים איבערהערן די פראגראם, נאך איינער מיט די פראבלעם?
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
ר' שמעון יואל קליין
ה' ואתחנן פ״ג
די דראמאטישע געשיכטע פון יחיאל, א 19 יעריגער בחור'ל וואס איז געכאפט געווארן אין בריסל לופטפעלד שמוגלענדיג אומלעגאלע געווירצן און אריינגעווארפן געווארן אין טורמע צווישן מוסלעמענער רוצחים און אונטערוועלטניקעס, און געלעבט אין געפאר ביז צו זיין דראמאטישע אנטלויף אקציע
53:40
https://www.yiddish24.com/miscellanies/210/88345
ר' ארי חיימאוויטש, ר' צבי אריה בנימין און ר' אפרים פאנפעדער
ה' ואתחנן פ״ג
ר' דוד וועבער ברענגען אן אומבאקאנטע דראמאטישער געשעעניש איבער א בחור וואס איז פאר'חלש'ט געווארן דורכאויס א שפאציר מיט זיין ישיבה אינמיטן א שווערע 'טרעיל' און איז געווען אין א קריטישן צושטאנד ווערענדיג עוועקואירט מיט אן העליקאפטער, דער חבר ר' ארי חיימאוויטש פון בארא פארק גיבט אראפ אלע דעטאלן פון די געשיכטע מיטהאלטנדיג פונדערנאנט; דער בעל הנס ר' צבי אריה בנימין פון בית שמש קלארט אויס זיינע זכרונות פון די קריטישע מאמענטן, און דער הצלה מעמבער ר' אפרים פאנפעדער פון אשדוד וויקלט אויף דער קייט פון השגחה פרטית'ן און ניסים וואס האבן זיך אפגעשפילט
1:09:26
ר' שמעון ישראל פאזען, ר' צבי ארי' ראזענבלום און ר' מטות גילבערט
ה' ואתחנן פ״ג
איבער די שווערע מצב הפרנסה ביי אסאך היימישע אידן און משפחות וואס האבן פשוט נישט וואס אין מויל צו נעמען, שמועסן מיט עסקנים פון פירנדע ארגאניזאציעס וואס זענען עוסק אין דעם פראבלעם, ר' שמעון ישראל פאזען פון לשובע ולא לרזון וואס פארטיילט עסן פעקלעך יעדן וואך, ר' צבי ארי' ראזענבלום פון תומכי שבת אין לעיקוואד וואס טיילט אויס 12 מיליאן דאלאר ווערד פון עסן יעדן יאר און ר' מטות גילבערט פון רבי שייעלעס קיטשען וואס שטעלט צו הילף און פינאנציעלע קאוטשינג פאר מענטשן וואס גייען דורך א שווערע מצב
1:34:58
ר' שמעון ראָלניצקי, הרב רפאל נוסבוים און ר' רפאל ענגלאַרד
ה' ואתחנן פ״ג
מען גייט צוריק צו פּסח-צייט תש"פ, נישט מער געדאכט, ווען די קאָוויד-19 מגיפה האָט געבושעוועט בחוצות ניו יאָרק און געמאָנט די לעבנס פון הונדערטער חרדי'שע אידן. אין אַ שפּיטאָל-צימער אין מיימאַנידיס איז אַ איד אַוועק פון דעם שרעקליכן ווירוס, אַ צווייטער איד באַשליסט צו זאָגן קדיש נאָך אים אַלס אַ זכות זיך אַרויסצודרייען פון דער שרעקליכער מגיפה. אָבער קיינער ווייסט נישט ווער דער נפטר איז. נאָך עטליכע טעג פון אומאויפהערליכע פאָרשונגען ווערט געמאַכט אַן אומגלויבליכע אויפדעקונג
59:36
הרב הערשל פרידמאן
ה' ואתחנן פ״ג
א סך הכל פון די זוכונגען נאך די כלי המקדש, פון טויזנט יאר צוריק ביזן היינטיגן טאג, אנגעהויבן אין רוים, איטאליע, די וואטיקאן, טערקיי, קארטאגא, ביז ירושלים, אזוי אויך לעצטע פרישע אויפדעקונגען איבער אלעס ארום די כלי המקדש
1:11:25
ר' מענדל אונגאר און ר' אלימלך ניימאן
ה' ואתחנן פ״ג
איבער גרופעס וואס האדעווען זיך אין אמעריקע און זייער עקזיסטענץ איז העצן אקעגן אידן, וואס האט שוין געפירט צו עטליכע בלוטיגע טעראר אטאקעס אקעגן אידן איבער אמעריקע
57:02
עלטערן וואס גייען דורך די שווערע צרה פון זיין טאטעס צו קינדער וואס זוכן נאך זייער וועג צוריק
ה' ואתחנן פ״ג
די עלטערן עפענען זייער הארץ פון די אויסטערלישע יסורים וואס א טאטע און א מאמע גייען דורך ווען זייערס א קינד פארקריכט ל"ע פונעם אידישן וועג, טרערן-געווייקטע שילדערונגען פון די שלאפלאזע נעכט ווען מען פארשליסט נישט די טיר האפענדיג אז איין טאג ווען דאס קינד טרעפן זיין וועג צוריק צום טאטן אין הימל
1:15:49
ר' שלמה זייאנץ
ה' ואתחנן פ״ג
איבער די טרויעריגע מיטמאכענישן פון יהדות רוסלאנד דורכאויס די יארן, זייער שטענדיגע מסירת נפש, און איבער די ארטיגע אידישע געמיינדע וואס איז אין א שווערע מצב ליידענדיג שטארק פון די מלחמה נאכווייען
1:09:42
הרה"ג ר' יקותיאל אלימלך פריעדמאן שליט"א מדריך ומח"ס גליקליך
ה' ואתחנן פ״ג
7 עלטערן וועלכע זייערע קינדער האבן זיך גע'גט ל"ע טיילן מיט זייער עקספיריענס און שיקן א מעסעדזש פאר עלטערן
58:33
הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א
ה' ואתחנן פ״ג
דברי חיזוק אינעם ענין פון אחכה לו בכל יום שיבא, און א בליק אריין אין די ווייטאג פון כלל ישראל וואס ווארט אזוי אויף די גאולה שלימה שטייענדיג 1955 יאר זייטן חורבן הבית
1:03:31
די 20'סטע יאר פון די "באס נומער 2 טעראר אטאקע" אין ירושלים
ה' ואתחנן פ״ג
די אטאקע האט אויפגעשוידערט די אידישע וועלט אומברענגענדיג 22 אידישע קרבנות, צווישן זיי טאטעס, מאמעס, און פיצלעך קינדער, אויפן באס און זייטיגע פיסגייער. גרונטליכע שילדערונג פון די טעראר אטאקע, אין א שווערע תקופה פון קאלטבלוטיגע זעלבסמארד אטאקעס, באגלייט קורצע אנאליז אויף יעדן פון די נפטרים, דורכן שריפטשטעלער הרב יוסף לייב יאקאב, דערנאך הערט מען לעבעדיגע עידות און בענקשאפט צו די אומגעקומענע, דורך די בני משפחה
2:01:26
הרב שאול קליין
ה' ואתחנן פ״ג
די לאנגע קייט פון די רדיפות, הריגות, בלוט בלבולים פון די נוצרים קעגן דעם אידישן פאלק במשך כמעט טויזענט יאר, זייט די ערשטע קרייציגלער מארש קיין ירושלים 927 יאר צוריק, ביז די גזירות און חורבנות ביים צווייטן וועלט קריג, אויך איבער די גדולים וואס האבן געשריבן קינות
1:48:25
הרב חנא פריעדמאן
ד' ואתחנן פ״ג
דראמאטישע אויפוויקלונגען פון שווערע סצענעס ביים קריג, איבער צדיקים וואס האבן פאראויסגעזאגט די קריג, איבער רבנים וואס זענען אומגעברענגט געווארן פארנט פון זייער קהילה, די שפעטערדיגע התרת עגונות נאכן קריג, באגלייט מיט ערשט-האנטיגע עידות'שאפטן
2:00:23
מלחמה העלד ביים צווייטן וועלט קריג הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל
ד' ואתחנן פ״ג
אומבאקאנטע עפיזאדן וואס האט זיך אפגעשפילט דורכאויס די הצלה אקציעס פון דער בארימטער אידישע מלחמה העלד ביים צווייטן וועלט קריג הגה"ק רבי מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל, וויאזוי ער האט אויספלאנירט און געהאט א האנט אין יעדן אקט פון הצלת ישראל במסירת נפש
1:05:14
הישיש ר' דוד הערץ הערשקאוויטש, הישיש הרב אליהו שמואל העפטלער און הישיש ר' שמואל בעללער
ד' ואתחנן פ״ג
אינטערוויוס מיט עלטערע אידן איבער די ביטערע צרות און פיין וואס מען איז אריבער ביים שרעקליכן צווייטן וועלט קריג, און איבער די שוידערליכע ביטערע סצענעס וואס זיי האבן אליינס מיטגעלעבט
52:34

לדעתי קומט זיך 10+ פאר ר' יצחק שלמה ער האט געמאכט א מאסיווע ארבעט, און פארשטייט זיך פאר די דריי עלטערן קומט זיך א גרויסע דאנק.הויכראנגיק האט געשריבן: ↑ פרייטאג יולי 28, 2023 12:40 amזייער א שטארקע פראיעקט
איין הערה דרעזנער וואלט געמעגט פרעגן שאלות פון די סארט עלטערן מיט אביסל מער שכל
איך האלט אז עס איז ווערט צו רופן 'די אינטערוויו פונעם יאר'!!!
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
גא"מ די אינטערוויוס שאקלט אויף דעם מענטשמגדים האט געשריבן: ↑ פרייטאג יולי 28, 2023 10:16 amלדעתי קומט זיך 10+ פאר ר' יצחק שלמה ער האט געמאכט א מאסיווע ארבעט, און פארשטייט זיך פאר די דריי עלטערן קומט זיך א גרויסע דאנק.הויכראנגיק האט געשריבן: ↑ פרייטאג יולי 28, 2023 12:40 amזייער א שטארקע פראיעקט
איין הערה דרעזנער וואלט געמעגט פרעגן שאלות פון די סארט עלטערן מיט אביסל מער שכל
איך האלט אז עס איז ווערט צו רופן 'די אינטערוויו פונעם יאר'!!!
- fiena nieas
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6251
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
ר'אייזיק לייב האט א פאדקעסט אויך אין ענגלישמגדים האט געשריבן: ↑ פרייטאג יולי 28, 2023 10:16 amלדעתי קומט זיך 10+ פאר ר' יצחק שלמה ער האט געמאכט א מאסיווע ארבעט, און פארשטייט זיך פאר די דריי עלטערן קומט זיך א גרויסע דאנק.הויכראנגיק האט געשריבן: ↑ פרייטאג יולי 28, 2023 12:40 amזייער א שטארקע פראיעקט
איין הערה דרעזנער וואלט געמעגט פרעגן שאלות פון די סארט עלטערן מיט אביסל מער שכל
איך האלט אז עס איז ווערט צו רופן 'די אינטערוויו פונעם יאר'!!!
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
איינער ווייסט ווער איז דער וואס האט פארציילט ת"ב ביינאכט פון ר' מיכאל בער?
- קארן
- שר האלפיים
- תגובות: 2744
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
- לאקאציע:ערגעץ אויפן ערד קוגל
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
איך האב דערווייל נאר אויסגעהערט די חלק פון אייזיק לייב מיללער, סאיז מאסיוו און אויך ווייטאגליך ווי אזוי זיינע שכנים האבן אים גערודפט, א רשעות און חוצפה שאין כדגמתו.
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
פארוואס ביסטו אזוי דן זיינע שכנים? האסט זיי אינטערוויוט? איך האב נישט קיין שום מיינונג אויף דעם נושא ווייל איך ווייס נישט.
שטימט ניין אויף פראפאזישאן 1.
- פרישער בחור
- שר האלפיים
- תגובות: 2245
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
- לאקאציע:אין די הויעכע ספערן פון גליק
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
נישט קיין חילוק וואס די מעשה איז,
פראטעסטירן?!
קעגן וועם?, קעגן א צובראכענע טאטע וואס זיין טאכטער גייט דורך א שווערע דורכגאנג?!
א רשעות שלא נשמע כמוהו!
ביי די וועי, היינט נאכט איז די גרויסע חתונה, מזל טוב ר' אייזיק לייב, אסאך אידיש נחת!
- אטעטשמענטס
-
- bgh.JPG (43.08 KiB) געזען 1009 מאל
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
גראדע בין איך נתפעל פון די סענסיטיווע וועג וויאזוי ר' יצחק שלמה האט געפרעגט!הויכראנגיק האט געשריבן: ↑ פרייטאג יולי 28, 2023 12:40 amזייער א שטארקע פראיעקט
איין הערה דרעזנער וואלט געמעגט פרעגן שאלות פון די סארט עלטערן מיט אביסל מער שכל
- צוויי גילדען
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13800
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
- לאקאציע:מלפנים @שמעון משה
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
ווי וואינט די דוד יודא לאנדא?פרישער בחור האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 30, 2023 5:42 pmנישט קיין חילוק וואס די מעשה איז,
פראטעסטירן?!
קעגן וועם?, קעגן א צובראכענע טאטע וואס זיין טאכטער גייט דורך א שווערע דורכגאנג?!
א רשעות שלא נשמע כמוהו!
ביי די וועי, היינט נאכט איז די גרויסע חתונה, מזל טוב ר' אייזיק לייב, אסאך אידיש נחת!
ווי טאקע איז ישראל הלוי?
- צוויי גילדען
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13800
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
- לאקאציע:מלפנים @שמעון משה
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
זאגן אז די שכנים זענען רשעים איז אבי געשאסן.
פונקט ווי די שכנים פארשטייען נישט וואס ער מאכט מיט, פארשטייט קיינער נישט וואס די שכנים מאכן מיט מיט זייערע קינדער צוליב די שכינה.
איה''נ פראטעסטירן איז שוין אבנערמאל. אבער פארשטיין די שוועריגקייט פון שכנים ווען אזא איינער דרייט זיך ארום און רעדט צו שכנים איז זייער זייער שווער.

- World Champion
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3505
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ פרייטאג יולי 28, 2023 12:53 amביי וויפול מינוט הייבט זיך אן די אינטערוויו מיט די זיבן עלטערן פון גע'גט'ע קינדער? צו הערן א דרשה פונעם אינטערוויוער קען איך א צווייטע מאל
קיינמאל...
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
- לאנטש טיים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5808
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
וואס הייסט? ער ברענגט נישט ארויף קיין עלטערן?World Champion האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 30, 2023 7:40 pmלאנטש טיים האט געשריבן: ↑ פרייטאג יולי 28, 2023 12:53 amביי וויפול מינוט הייבט זיך אן די אינטערוויו מיט די זיבן עלטערן פון גע'גט'ע קינדער? צו הערן א דרשה פונעם אינטערוויוער קען איך א צווייטע מאל
קיינמאל...
- World Champion
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3505
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
ניין... שוין אפגערעגט...לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 30, 2023 7:41 pmוואס הייסט? ער ברענגט נישט ארויף קיין עלטערן?World Champion האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 30, 2023 7:40 pmלאנטש טיים האט געשריבן: ↑ פרייטאג יולי 28, 2023 12:53 amביי וויפול מינוט הייבט זיך אן די אינטערוויו מיט די זיבן עלטערן פון גע'גט'ע קינדער? צו הערן א דרשה פונעם אינטערוויוער קען איך א צווייטע מאל
קיינמאל...
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
איך קען נישט מישן ביים איבערהערן די פראגראם, נאך איינער מיט די פראבלעם?
- רעים
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7985
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 2:29 pm
- לאקאציע:אישי
- פארבינד זיך:
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
מאנסיצוויי גילדען האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 30, 2023 6:02 pmווי וואינט די דוד יודא לאנדא?פרישער בחור האט געשריבן: ↑ זונטאג יולי 30, 2023 5:42 pmנישט קיין חילוק וואס די מעשה איז,
פראטעסטירן?!
קעגן וועם?, קעגן א צובראכענע טאטע וואס זיין טאכטער גייט דורך א שווערע דורכגאנג?!
א רשעות שלא נשמע כמוהו!
ביי די וועי, היינט נאכט איז די גרויסע חתונה, מזל טוב ר' אייזיק לייב, אסאך אידיש נחת!
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
משוגע צו ווערן!!
הרב מיללער רעדט מיט אזא פרישקייט אזש מקען צוגיין ווערן… סשפריצט חיזוק, שטארקייט, און חומר
אבער מיט די פוינט איבער זיינע שכינים וואס האבן געהאט טענות אז ער זאל אוועקמופן
האביך געהאט אזא סארט מעשה בשכינות צופיהל ווילעך נישט רעדן…
אבער צו זאגן מיט א גלאטקייט אז די שכינים דארפן ארבטען אויף זיך, און לאזן זייערע קינדער דאס צוזעהן, איז נישט וואס א שכן קען, אין זאל אוועקגעבן פון זיך.
וואס מקען יא טוהן דערוועגן איז העלפן מיט געלט און חיזוק ,אז די משפחה זאל מופן צו א שטילערע געגנט, וואס די קוגל איז נישט אויסגעמישט מיט זיי..
אם כל זה איז הרב מיללער, דער קלארסטע טאטע פון די אלע דריי קרבנות.
די רבי לייגט אויכט אראפ א מורא׳דיגע קוק ווינקל איבערן נושא אלזא מקען וויינן אויף יעדעס מילא עקסטרע סהארץ צוגייט..
דער דריטע רעדט אויכט צום זאך אבער ווי נאך ווי, סשטערט מיר איין פונקט, ער רעדט כמעט נישט פון זיך, לכאורה וואלט בעסער געוועהן ווען מרופט אים אויף ציעהל ארויף פון א קשר נפשי מיטגליעד און איינער וואס העלפט יעדעס טאג די טאטעס און מאמעס איבערצוקומען און הדרכה אויף למעשה..
נישט אויף זיך צו אפרעדן האלטעך אז ווען מענדיגט צו מיט א טיפ פאר כלל ישראל וואס זעהט זעלכע טאטעס ווי אזוי זיך צו באגיין מיט זיי, נישט חס וחלילה אהנקוקען ווי הענדי-קעפ נאר אן אמת׳ע צוגאנג ווי אזוי זיי באקוועם מאכן און העלפן מיט שכל……
בקיצור סצייט דרוקט, ובאו ציון ברינה יגלו…
אז די שרייסט ביסטו גערעכט, ביז די ווערסט הייזעריג!
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
די אידן קוקן אויפן לעבן מיט אנדערע ברילן ווי דיר, זיי זענען זענען נישט דא געווען צו מאכן א אינטערוויו ווי מען פרעגט מיט זיידענע הענטשיך פאליטיקלי קארעקט, זיי האבן געוואלט ארויסברענגען א מעסעדזש פון זייער קוק ווינקל!
די דריי עלטערן האבן געגעבן א מתנה פאר כלל ישראל! אסאך אידן נעמען ארויס א תכלית פין די אינטערוויו נישט קיין חילוק וועלכע סטעידזש פון לעבן!
און יא, עס קומט זיך א גרויסע דאנק פאר ר' יצחק שלמה פארן דעליווערן אזא מאסיווע דזשאב! נישט דא קיין בעסערע מענטש ווי ר' יצחק שלמה צו מאכן אזא אינטערוויו מיט אזוי סאך געפיהל און סענסיטיוועטי!!
די דריי עלטערן האבן געגעבן א מתנה פאר כלל ישראל! אסאך אידן נעמען ארויס א תכלית פין די אינטערוויו נישט קיין חילוק וועלכע סטעידזש פון לעבן!
און יא, עס קומט זיך א גרויסע דאנק פאר ר' יצחק שלמה פארן דעליווערן אזא מאסיווע דזשאב! נישט דא קיין בעסערע מענטש ווי ר' יצחק שלמה צו מאכן אזא אינטערוויו מיט אזוי סאך געפיהל און סענסיטיוועטי!!
- צוויי גילדען
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13800
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
- לאקאציע:מלפנים @שמעון משה
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
כ'בין סתם נייגעריג צו דאס פארשטייסטו יא פארוואס זיי זענען בכלל ארויפגעקומען..?
דו ווייסט ווי מאדנע דאס איז צו רעדן פון פריוואטע צרות וואס יעדער האט און האלט פאר א סוד און פארשטייט זיך נישט רעדן אויף א פאבליק פלאטפורמע.
נאר וואזשע דען זיי האבן דאס געוואלט מאכן א אווערנעס און ארויסגעבן זייערע געפילן און מסביר זיין פארן עולם די ווייטאג פון אזאנע עלטערן, און די ליבליכע געפילן פון אזאנע אלטערן, און די סענסעטיוועקייט פון אזאנע עלטערן. וזה הא. און ער האט געטון א פיינע דזשאב.
יעדע קשיא האט געברענגט פיינע ענטפערס וואס די עלטערן האבן געוואלט זאגן און דאס איז געווען זייער ציל.

- אלטע שרייבער
- שר האלף
- תגובות: 1183
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 05, 2022 11:13 am
- לאקאציע:פה אשב
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
נישט געהערט די גאנצע פראגראם נאר די מעשה דורך שמעון ראלניצקי פון די קאוויד צייטן, מוירעדיג איבערגענומען געווארן פון די השגחה פרטיות!!!
- משגיח תמידי
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 330
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 12, 2014 2:45 pm
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
נעבעך מיטגעהאלטן לייו, אוי האט עס דעמאלטס וויי געטוהן
אבער איך בין קיינעם נישט דן, דעמאלטס איז אזוי געווען די מהלך און איך גלייב אז דעי מענטשן האבן געמיינט אז זיי דארפן עס טוהן כדאי צי וואטשען אויף זייערע קינדער. די קענסט אליינס הערן ווי ר' אזייק לייב זאגט אז ווי לאנג ער איז עס נישט אליינס דורך האט ער אויך געקוקט אנדערש אויף דעי גאנצע נושא
מיין מאמע זאהל זיין געזונט און שטארק פלעיגט מיר אלץ זאגן פון מחלוקת און פון ווייטוהן א צווייטען שטיי ווייט אפילו די ביסט הונדערט פּראצענט גערעכט
Re: קול מבשר - תשעה באב פראגראם - תשפ"ג
איך קען נישט מישן ביים איבערהערן די פראגראם, נאך איינער מיט די פראבלעם?
- אזוי גאר!
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9239
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 25, 2017 7:13 pm
- לאקאציע:עולם השפל