הקדמה: די גמרא גייט ארויף אויף מאמר פון רשב"י וועלכע זאגט אז דער אייבערשטער האט געזאגט פאר מלאך גבריאל, אז דו גייסט שוין קוקן אויף די געפארטיגע פירות אין אר"י, גיב שוין אזא הרג’ע אויס די סאלדאטן פון סנחירב. זאגט אויף דעם די גמרא דעם היינו דאמרי אינשי.
פירוש: א. אז דו גייסט שוין אויפן וועג, מאך זיך אז דו מאכט א ’באזיך’ ביי דיינע שונאים. ב. דורכדעם וואס דו גייסט אויפן וועג מיט א רואיגקייט, דיינע שונאים וועלן וויסן דערפון און וועלן ציטערן.
פארוואס האט דייטשלאנד אטאקירט רוסלאנד ביים צווייטן וועלט מלחמה? זיי האבן דאך געהאט אן אפמאך, און פיין גע’ארבעט צוזאמען. נאר דייטשלאנד האט געזעהן אז וויפיל זיי אטאקירן די בריטישע, די בריטישע געבן נישט אויף. טראץ אויפן פשוטן שכל האבן זיי נישט קיין וועג פון געווינען די מלחמה, איז וואס גיבט זיי די כוחות? וועלכע באהאלטענע פלאן האבן זיי, וואס אויף דעם בויען זיי? אזוי האבן די דייטשע קריגס פירער ימ"ש זיך געבראכן קאפ, ביז זיי זענען אויפגעקומען מיט א געדאנק. רוסלאנד מיט ענגלאנד האבן גע’ארבעט האנט ביי האנט קעגן דייטשלאנד ביים ערשטן קריג. הלמאי האבן די ענגלישע שוין א שטילע אפמאך מיט רוסלאנד אז רוסלאנד גייט זיך אויסדרייען קעגן דייטשלאנד ווען די צייט איז רייף. ווי מער זיי האבן אריינגעטראכט דערין, אלס מער זיכער זענען זיי געווען אז דאס איז די בריטישע געהיימע פלאן. דארף מען דאך אויסלויפן רוסלאנד דעם וועג, האבן זיי ’קודם’ אטאקירט רוסלאנד.
אין אמת’ן אריין, ענגלאנד האט אזא אפמאך מיטן רוס נישט געהאט, נאר זיי זענען ווייטער געגאנגען אין זייער וועג מיט א שטארקע עקשנות. און טאקע זייער גיין אין זייער וועג מיט אן עקשנות, דאס האט גורם געווען דעם געוואלדיגן פחד ביים שונא, און צום סוף טאקע געפירט צום ניצחון. אגב אורחך לבעל דבבך אישתמע. דורכדעם וואס דו גייסט אין דיין וועג מיט אן עקשנות, דיינע שונאים וועלן ציטערן דערפון.
הפלא ופלא! נאך א רייכע געהענג'ל ווי ס'שפריצ'ט ארויס זאפטיגע טינט פון@ממי_שאמרו'סרייכע פעדער, מלא מדע וחכמה! ייש"כ.
איך וועל צולייגען א שטיק'ל הקדמה צו די גאנצע ענין פון 'היינו דאמרי אינשי'.
אין די גמרא בבא קמא צ"ב ע"ב, איז דא א גאנצע עמוד וואס די גמרא איז דן אין א שקלא וטריא 'מנא הא מילתא דאמר אינשי...', אויף פארשידענע מאמרים און לשונות וואס זענען געוועהן רגיל ביי'ם המון עם, און די גמרא זוכט ווי איז די מקור אין תנ"ך (עי"ש בתוס') אויף די מאמרים.
שטעלט זיך די פשוט'ער שאלה, ווער זאגט אז די לשונות פון די 'המון עם' און די פשוט'ער מענטשען האבען\דארפען האבען, א מקור אין תנ"ך? אזוי זאגט די גאס, וואס האט דאס צו'ם גמרא?
און בכלל דארף מען פארשטיין, אין גאנץ ש"ס איז דא צענדליגער מאל וואס חז"ל ברענגען אראפ די מאמרים, און ברענגען פון דעם ראיות צו געוויסע זאכען. פארוואס ברענגט די גמרא אראפ די ווערטער, וואס האט דאס מיט'ן בית מדרש?
ענטפערט די הייליגע חיד"א, אז אונזערע תורה איז א תורה שלימה, און אלע'ס איז כלול אין די תורה, אלע חכמות און יעדע גוטע הנהגה, אד"ג, איז כלול אין די תוה"ק, ס'איז א תורה שלימה!
ממילא אז די גאס זאגט א גוט ווארט, וואס ענהאלט אין זיך א מוסר השכל, אדער א דבר חכמה מיז זיין אז ס'איז דא רמז אין די תוה"ק.
פתח עינים.png (68.19 KiB) געזען 593 מאל
די חיד"א ציייכנ'ט צו, אז שפעטער האט ער געטראפען אין מדרש תלפיות פון בעל שבט מוסר, אז ער פרעגט אויכ'ט די קשיא 'מיום שעמדתי על דעתי הייתי מצטער...', אין ברענגט פון די רמב"ם און בעל העקידה די זעלבע תירוץ.
מדרש תלפיות.png (121.5 KiB) געזען 593 מאל
וכן מצאנו אין צדקת הצדיק פון ר' צדוק הכהן [אות נג], ווי ער שרייבט נאך מער'דיבור של חול המורגל בפי האדם ומרגלא בפומיה הוא דברי תורה ממש', און ער ברענגט די ראי' פון 'היינו דאמרי אינשי', ועי"ש ביאורו.
ר' צדוק הכהן מלובלין - צדקת הצדיק אות נג דיבור של חול המורגל בפי האדם ומרגלא בפומיה הוא דברי תורה ממש אפילו אצל איש ההמוני מישראל וכמו שנראה הרבה בתלמוד מביא דאמרי אינשי והוא דברי תורהובפרק קמא דסנהדרין (ז' א) הרבה ההוא דהוה קאמר ואזיל וכו' ואמר שמואל קרא כתיב. כי כל נפש מישראל יש לו אחיזה בדברי תורה מיוחדת כנודע ובדיבור שמרגלא בפומיה זהו שורש נפשו [כי הדיבור הוא יסוד הנפש תרגום נפש חיה רוח ממללא (בראשית ב' ז'), וכמו שאמרו בפסיקתא (עיין שוחר טוב תהלים ל') אין בין צדיקים החיים למתים אלא הדיבור זהו יסוד החיות]. ומזה יוכל האדם לעמוד על שורש נפשו לדעת מה ענינו בזה העולם. וכהאי גוונא בריש פסחים (ד' א) ההוא דהוה אמר וכו' שמע מינה מדן קאתי עיין שם:
'הפוך בה והפוך בה, דכולה בה'! 'כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים'!
זייטיגע נאטיץ
מענין לענין: האב איך נישט לאנג צוריק געזען אין א ספר קדמון (פארגעסען כרגע ווי), אז די משנה אין אבות הייבט אן 'משה קיבל תורה מסיני ומסרה וגו'... הם אמרו', כדי מען זאל נישט מיינען אז אה"נ משרע"ה האט געגעבען די תורה, אבער די מידות און הנהגות טובות, דאס זענען שיינע ענינים וואס חז"ל האבען געוואלט מען זאל מקיים זיין, אבער דאס קומט נישט מסיני. ע"ז אמרו 'משה קיבל תורה ומסרה וגו'' אז אויכ'ט מס' אבות, און די אלע מידות טובות אלץ קומט פון משרע"ה מסיני אין אלעס איז כלול אין די תורה
הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצלה"ה מפרשיסחא אמרשבאם הגוי קורא על ישראל דברי זלזול, והישראל עונה לגוי לעומתו הרי הוא מאריך את הגלות רח"ל, עכ"ד ..היפוך הכת הידועה שאינם יכולים לסבול הכניעה וסבלות הגלות..
איך האב דאונלאודעט דעם ספר, און גענומען לויט זיין סדר. און פארשטייט זיך מער מרחיב געווען (אדער מחריב געווען..) און מסביר. מיין פלאן איז בעזר השם, מיטן רבינס כוח און מיין ווייב'ס געדילט, יעדן טאג מסדר זיין איינס פון יענעם סדר.
ס'איז אויך דא א קונטרס פון די אדר"ת, מסביר זיין די אלע 'היינו דאמרי אינישי'.'קושט אמרי אמת'. [געדריקט צוזאמען מיט 'עיני בנימין', דורך מכון אהבת שלום]
הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצלה"ה מפרשיסחא אמרשבאם הגוי קורא על ישראל דברי זלזול, והישראל עונה לגוי לעומתו הרי הוא מאריך את הגלות רח"ל, עכ"ד ..היפוך הכת הידועה שאינם יכולים לסבול הכניעה וסבלות הגלות..
מענין לענין: האב איך נישט לאנג צוריק געזען אין א ספר קדמון (פארגעסען כרגע ווי), אז די משנה אין אבות הייבט אן 'משה קיבל תורה מסיני ומסרה וגו'... הם אמרו', כדי מען זאל נישט מיינען אז אה"נ משרע"ה האט געגעבען די תורה, אבער די מידות און הנהגות טובות, דאס זענען שיינע ענינים וואס חז"ל האבען געוואלט מען זאל מקיים זיין, אבער דאס קומט נישט מסיני. ע"ז אמרו 'משה קיבל תורה ומסרה וגו'' אז אויכ'ט מס' אבות, און די אלע מידות טובות אלץ קומט פון משרע"ה מסיני אין אלעס איז כלול אין די תורה
דאכט זיך די ברטנורא
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
מענין לענין: האב איך נישט לאנג צוריק געזען אין א ספר קדמון (פארגעסען כרגע ווי), אז די משנה אין אבות הייבט אן 'משה קיבל תורה מסיני ומסרה וגו'... הם אמרו', כדי מען זאל נישט מיינען אז אה"נ משרע"ה האט געגעבען די תורה, אבער די מידות און הנהגות טובות, דאס זענען שיינע ענינים וואס חז"ל האבען געוואלט מען זאל מקיים זיין, אבער דאס קומט נישט מסיני. ע"ז אמרו 'משה קיבל תורה ומסרה וגו'' אז אויכ'ט מס' אבות, און די אלע מידות טובות אלץ קומט פון משרע"ה מסיני אין אלעס איז כלול אין די תורה
דאכט זיך די ברטנורא
יאפ'ס, גערעכט...
הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצלה"ה מפרשיסחא אמרשבאם הגוי קורא על ישראל דברי זלזול, והישראל עונה לגוי לעומתו הרי הוא מאריך את הגלות רח"ל, עכ"ד ..היפוך הכת הידועה שאינם יכולים לסבול הכניעה וסבלות הגלות..
יישר כוח!! איך האב אפאר גאר שטארקע פארנומענע טעג אויפן האריזאנט. איך האב מיר שוין אפגעשריבן אפאר נקודות ארויפצולייגן אין אפאר אשכולות (קרישקעלעך קען באקומען אפאר, דא קען באקומען, בחור צו'בחורט קען באקומען, ועוד.) איך דארף נאר מאכן די צייט דאס צו קענען טוהן אויך.