אבער, אבער, פליייייייייז

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אריה במסתרים
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:57 am

אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריה במסתרים »

העי, וויאזוי לאגט מען אריין דא?

הערט מיר צו מיינע טייערע פריינט און פיינט צוגלייך; דו האסט עס און איך האב עס, יעדער האט עס, קענסט די חבר דער פריינט, דער גוטזאגער דער געשמאקער? אויב דו האסט נישט איז עס דיין און בלויז דיין פראבלעם, דריי מיך נישט אריין אין דיינע פראבלעמען ביטע, א דאנק.

געווען איז אבער א אינגערמאן, לאמיר אים רופן ביים נאמען, שעפסל, אבער בלויז פאר די ארטיקל. דער שעפסל איז א שווערע מחלוקת הפוסקים צו ער איז געפארעמט ווי אן אגלי נבילה אדער ווי אן עיגולי דבילה אבער כולי עלמא מודה אז עס פארכאפט א פחד און א שרעק ביים כאפן א בליק אויף דעם זכר בונדל.

ער ברענגט ארויס די סאמע גרויזאמסטע קאשמארן ביי יעדן רעכטדענקיגער מענטש סיי צוליב זיין איבערגיואוירענע פאטראכיאלישע מאנסטערישע געבוי פון ציין וואס שטארצט ארויס פון זיין באסאווע מויל, אזאנס וואס זאגן און שרייען אנשים אחים אנחנו, מיר שטייען פעלזן צופראסקעט קעגן די היאראכישע ציין פוץ פארבאנד, מיר וועלן נישט פאלן פאר די לחלולחיות שמינות וואס די דאזיגע מאנכע טרייען צו פארשפרעכן ווען מיר אלע ווייסן אז זייער איינציגע ציל איז בלויז צו ווייס מאכן די ציין און אונזערע זיידעס אין לאגער האבן דאס נישט געהאט און ער וועט זיי אויך נישט האבן.

אבער נאכמער צייגט ער ארויס אפשפיי און אפקיי ביי אלע זיינע באקאנטע און פארקנאקטע צוליב זיינע שטענדיגע שלעכט זאגעריי וואס ער דזשאלעוועט נישט בכלל גענוי ווי די מאסע פון שפייאכטס וואס גיסט זיך פון זיין פה מפיק ווי ביי א ספאנדזשע גדולה אין די טומל'דיגע ערבי פסחים.

אויסער וואס ער איז אן אויסגערופענער ממלל רבסן איז ער אויך באקאנט מיט זיינע געוואלדיגע ברכות וואס ער שפארט נישט קיינמאל צו יעדע געלעגנהייט. דאס פאר זיך איז דאך בעצם נישט קיין פראבלעם, מיר ווייסן דאך אל תהיה ברכת קל הדיוט בעיניך, כ'ווייס נישט צו כ'וואלט עס אראפגעשלינגען אבער אנגעשפיגן וואלט איך אים זיכער. על כל קלינגעדיגע פראסק אין פרצוף, די פראבלעם שטייגט און שפראצט ווען יעדער ווייסט אז תיכף למן הארץ... ווען יעדעס מאל נאך ער גיבט א ווארים הארציגע ברכה קומט מיט א רייע פארלאנגען פאר טובות וואס איך וואלט אים נישט געטון פאר הונדערט מיליאן טאלער אויך נישט.

מיט אזא געמאכטע זיסקייט און איבעררינענדע ביטערקייט קומט ער בעטן די סאמע שווערסטע טובות און פרובירט דיר צו מאניפולירן מיט א חרב פיפיות וואס אויב זאגסטו אים אפ ביסטו דער גרעסטער אכזר וואס איז נאר געבוירן געווארן מימות המן האגגי, שפירסט דיך ווי א נבילה אין גאס, ווי א שטיקל ארבעס אויף די גאפל פון א פרענק אין מירון, ווי א שטיקל דזשורקי מוצאי נחמו פירע ביי די פארטאגס... אזא איבריג שטיקל אינעם הייליגן באשעפער'ס ערד קוגל.

ווידעראום אויב טוסטו אים יא די טובה געווענליך מיינט עס אז דו גייסטעך צוקריגן מיט דיין ווייב, מיט אלע שכינים, א פערטל פון דיין פאמיליע און מיט מארק סאקערבערג. פארוואס מארק? א קשיא אבער דאס איז די פאקט. ווייטער פרעגסטו אזאנע מאדנע פראגעס וואס מאכט ניטאמאל קיין סענס, קוקסטעך שוין באלד אויס ווי שעספל, האלטיך איין א מינוט.

באריכות, ער געבט דיר נישט די ברירה צו אפזאגן זיין פארלאנגישע טובה, און אויב וואגסטו דיך צו זיין דער געמיינער אינג און אים צוריקווארפן זיינע קראקידאל טרערן אין פנים, ביסטו אויטאמאטיש צוקריגט מיט אים פאר אייביג, וואס דאס פאר זיך איז ממש נישט קיין פראבלעם בכלל, אבער ער מאכט דיך שפירן ווי צוויי קארגע צענט, און אין די דאזיגע עקענאמיע איז צוויי צענט נישט ווערד צופיל... ביסט אזא שטיק חוקת, קרח פון די זייט און בלק פון די זייט...

פארוואס זאג איך אייך דאס אלעס, ווארום, ניין א ווארעמל איז ער, אבער איר האט דאך קיינעם נישט באנג אדער טיש געטון קיינמאל, נאר וואסזשע דען, נעמט ארויס א כלל אין לעבן, בעט נאר א טובה פון א איד ווען איר ווייסט אז ער קען אייך אפזאגן און איר געבט אים די קלארע גראבע אפענע אפציע צו זאגן ניין, און ווען ער זאגט ניין ווערט נישט בייז ווי א טערק נאר פארשטייט אים אז מסתם האט ער א גוטע אורזאך און ער וואלט אייך ווארשיינליך געטון די טובה אין נארמאלע אומשטענדן ווען איר זענט ווען נישט אזא אויסנוצער און קאנטראל פריעק. ביי.

פאר איך פארגעס, שוין לאנג געטראכט אז אויב האב איך אמאל אפאר איבריגע טאלער וועל איך אפקויפן אלע אדווערטייזמענטס פון די אויסגאבעס און אדווערטייזן דארט נישט מער און נישט ווייניגער אויף יעדן בלאט עקסטער א בילד פון א מייער און שרייבן, יא, א מייער, נאכאלץ די זעלבע מייער, ניין, די מייער איז נאכנישט פארשווינדן, סאיז נאך אלץ דא, סתם צו טראולן.
מרחוק השם נראה לי
אוועטאר
never
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4220
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

א שפראך וואס גיסט זיך פינעם מויל ארויס!
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אוועטאר
טאטעטריא
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 03, 2023 12:26 am
לאקאציע:נישט דא!

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטעטריא »

דעי שפראך... פליייייייז...

👍👍👍
The quick brown fox jumps over the lazy dog
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2699
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

געזאגט און געטון...
אריה טענקס!
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

משיח…? למספרם!
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4675
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

יאפ. גוטע און וויכטיגע פוינט.
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

מקען שוואך ווערן ווי גוט די שרייבסט
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1290
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

די שפראך, און די פוינט! מורא'דיג!!
לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4902
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

וואף! דעליווערט א גוץץ!

גאר א פיינע שפראך און נאל בעסער די פוינט, איך קען טאקע אידן וואס ליידן זיך צוזאם פון יעדער וואס בעט זיי אלע סארט טובות ווייל זיי קענען נישט אפזאגן, און די וואס בעטן ווייסן דאס עפ"ר! און דאס איז פיור רשעות! אמת דו פארסט צום רבינ'ס חתונה אין ב"פ? איך מיין חברותא און צוויי ברודער קומען מיט!... פארסט מארגן צופרי צום ריבניצער? עס איז דאך ערב ראש חודש אלול!.. איך האב פיר אידן וואס קומען מיט דיר..

אפשר פאר איך נישט? נע, יענער קען דאך נישט אפזאגן ווייל פיר אידן זענען שוין אנגעלייגט.. און אויב האב איך געפלאנט צו פארן אליינס אדער אינאיינוועגס טראגן די ב"ב ערגעץ אין געגענט?
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע:אין באשעפער'ס הענט

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

דאס מאל וועל איך מוחל זיין שעפסל, האמיר פארדינט א פיין ארטיקל א דאנק איהם!
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
אוועטאר
שפיגל
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 02, 2022 2:39 pm

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפיגל »

וועלקאם וועלקאם!! ווען אריה לייגט עפעס ארויס קומט מען צו באקענען.

דעי לשונות וואס דו האסט איז נישט צום געפינען ביי קיינעם

מאך נאר זיכער צו געדענקן וויאזוי מ'לאג'ט אריין.
די פיס נעגל ליגט אין מקוה


הא! עס דיין טעלער זופ און פארמאך דיין ניק


מיין צוויי טויזענסטע תגובה 👈👀 viewtopic.php?p=4672988#p4672988
אלם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 3:30 am

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלם »

זאג נאר ארי׳לע זיסער, כ׳קען דיר בעטן א טובה? אבער פלייייז זאג מיר נישט אפ! אך הפעם הזה, כ׳גיי דיר געבן א באנטש לייקס, קעי כ״גיי בראשן די צעהנערס… קעי כ׳גיי נישט קיינעם זאגן אז דו ביזט עס געווען!

פלייייז
פליייז
גיי דערמאן דיין חבר @אידישלעך (אופס! מעקעניש מענטשענען??) וויאזוי מע לאגט אריין דא
עס א טעלער זופ, און מאך א שיינע נאך ברכה!
קרעדיט #וועלווי פעלדמאן
אוועטאר
enjoy
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 5:01 pm
לאקאציע:אייוועלט.קאם

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך enjoy »

@אריה במסתרים שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטע ארטיקל!

איך האף אז יעצט האסטו אביסל מער צייט צו שרייבן אביסל ארטיקלן פאר אונז...

וואס איז די פלאן אויף ווייטער?

[email protected]
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4993
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

קודם אפאר גרינע.

אריה במסתרים האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:32 pm
אל תהיה ברכת קל הדיוט בעיניך
כ'ווייס נישט אויב דאס איז א טייפאו, אבער גוט איז עס זיכער...
אריה במסתרים האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:32 pm
פאר איך פארגעס, שוין לאנג געטראכט אז אויב האב איך אמאל אפאר איבריגע טאלער וועל איך אפקויפן אלע אדווערטייזמענטס פון די אויסגאבעס און אדווערטייזן דארט נישט מער און נישט ווייניגער אויף יעדן בלאט עקסטער א בילד פון א מייער און שרייבן, יא, א מייער, נאכאלץ די זעלבע מייער, ניין, די מייער איז נאכנישט פארשווינדן, סאיז נאך אלץ דא, סתם צו טראולן.
עניוואן מיט פשוטו של וויזויהייסטעס אויף דעם שטיקל?
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אריה, שכח פארן אריינטשעקן, אוי ביזטו גוט.

איך וויל דיך בעטן א טובה… מאך אסאך מייערן… כ׳מיין געלט!

שיק א גרוס פאר פעטער ברוך, אום סבענקט זיך נאכן הייליגן רבין.


זיי מיר געזונט און ברענג פליז אידישלעך.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
שמחת פורים
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 30, 2022 8:44 pm

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת פורים »

אריה במסתרים האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:32 pm
ווי א שטיקל ארבעס אויף די גאפל פון א פרענק אין מירון
אזוי שפיר איך מיך נאכן ליינען אזא זאפטיגע אידישליכע ארטיקל...

די לשונות זענען עפעס אויסטערליש זיס.
פארוואס נאר פורים? א גאנץ יאר פריילאך!
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 18032
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אריה, דיין פעדער קען מען נישט ערזעצן

אבער סתם א גוטע עייצע, מיט אזא איינעם צעקריג דיר אינעם ערשטן געלעגנהייט, עס וועט זיך דיר שטארק לוינען...

אנהייב העט ער ווארשיינליך זיך ווארן ווי א הינדל נאך די שחיטה און זיכער מאכן אז אלע דיינע ארומיגע האלטן מיט אז ער בלאזט אויף דיר, אבער גאנץ שנעל העסטע איינזען אז עס איז געווען א לוינבארע געשעפט
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1785
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

@אריה פלייייז. אבער פליז.... בלייב דא מיט אונז..

פיינע לאך. איך טריי נאך צוזמצוקלעבן די ווערטער...
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים וואס האט געדוירט 26:35 סקאונדער'ס.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע:ביים גמרא

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מדרגה »

וואף! לייבל האצעך אויפגעוועקט פון זיין בערן שלאף...

אזוי ש'מירשטיר אריינגעווארפן אזאנס און אזעלאכס...

יישר כח @אריה במסתרים . (דו ווייסט אפילו אז היינט צו טאגס קען מען מענטשענען אויף אייוועלט?...)
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected] .
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

העי, @אריה במסתרים , דו בלייבסט דא צווישן די ווענט פונעם קרעטשמע! מ'וועט דיר צושטעלן הויפנס זעק מיט מייערן צו שטילן דיינע געברויכן, אבער דא פארבלייבסטו, פון שעפטיל וועל איך קעיר נעמען. אקעי?

אבער, אבער פליז זאג נישט ניין.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17452
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

אוי זאגט ער פיין..

זאב וטלה ירעו כאחד.. דער שעפסל וואס פאשעט ווי א וואלף.. ואריה.. און לייבעלע וואס באשרייבט עס..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15929
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

זינגטס אלע צוזאמען; ווען לייבל איז דא, ווען לייבל איז דא איז דער שמייכעלע דא!!!
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6362
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

סך הכל האב איך דיר געבעטן צו שרייבן אן ארטיקל, נעקסטיים זאג ניין און פארטיג....


---
טענקס! אנגעהויבן די טאג מיט עטליכע זאפטיגע שמייכלען...
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2271
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע:דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

זייייייייער גוט!
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
אוועטאר
באנוצער 15,000
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 11, 2023 6:27 pm

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנוצער 15,000 »

איינער איז אנגעווייטאגט...

נעקסטיים זאג מיר פארדעם ביסט אין א בעד מוד.
אוועטאר
הארי פלארי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4440
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2022 1:23 pm

Re: אבער, אבער, פליייייייייז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארי פלארי »

מאסיוו. אריה ווי אייביג, געלאכט ווי א טערק.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”