דו שרייבסט אז אמאל פלעגט מען שרייבן י' פאר סגול, און בערך אין די צייטן פונעם חת"ס האט זיך עס געטוישט. דאס איז נישט אינגאנצן אקוראט; דער ע' פאר א סגול איז פון די עלטסטע זאכן אין אידיש, מען טרעפט שוין 600 יאר צוריק (ווי אויך אין די סקרין-שאט וואס דו ברענגט).
די יוד'ן וואס דו זעסט זארט זענען פאר שוואין (דהיינו די /ə/ קלאנג). וועסט באמערקן אז עס איז קיינמאל נישט ביי אן אקצענטירטן טראף) הגם היינט שרייבט מען רוב שוואין מיט אן ע', איז אמאל געווען איינגעפירט עס צו שרייבן מיט א י'. נאך היינט האבן מיט שריים דערפון ווי "פרייליך" וואס איז פאנעטיש גענוי ווי "פריילעך", און ביז דער קריג פלעגט מען שרייבן "משה'לי" אנשטאט "משה'לע".
זעטדאא שיינע באשרייבונג איבער די היסטאריע פון אידישע אויסלייג
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"