די אידישע שפראך און די פארשידענע גלגולים פון אירע כללי הדקדוק
אויך אידיש האט געטוישט איר אויסלייג און אירע אויסדרוקן, כדי צו אדאפטירן די געפילן וואס שפיגלען אפ דעם הייליגן קולטור צו וואס עס דארף זיך צופאסן. אלזא קען מען זאגן אז דאס קערל פון דייטש האט געדארפט פארפוילט ווערן אינעם אידישן ערד, כדי צו טוישן צורה אויף אזא פארנעם אז זי זאל קענען כאראקטיזירן דאס וואס זי קומט צו סימבאליזירן.
פראקטיש גערעדט, פאדערט יעדע שפראך א גראמאטיק, וואס דאס זענען לכאורה די כללי הדקדוק וואס אירע שרייבערס זענען מחוייב אויסצופאלגן. אבער אזויווי דער קלימאט פון יעדן פלאץ, צייט אא"וו איז אנדערש, אזוי ווערט שפראך אויך אנטוויקלט אנדערש ווען עס דארף גערעדט, געשריבן, געלייענט, פארשטאנען און געגליכן ווערן, דורך די מענטשן פון די קולטור. אויטאמאטיש קומט אויס אז דער גראמאטיק גייט אין א צירקל, עס זענען דא שורש ווערטער וואס פארמאגן אן אפשטאם, וואס זיי ווערן באניצט און פארדרייעט דורך אירע רעדנדע, די שרייבערס וועלן זיך מוזן אן עצה געבן מיט אט די ווערטער וואס ווערן באניצט און פארשטאנען, די מגיהים מוזן אוועקשטעלן כללי הדקדוק וואס זאל שייך זיין צו אויספירן, און דערנאך וועט דער לייענער אפטייטשן דעם געשריבענעם ווארט, לויט די כללי הדקדוק וואס ער קען נישט, אבער האבן געטון א גוטן דזשאב צו ברענגען די ווערטער צו זיין הינטער-באוואוסטזיין'ישער הבנה.
אלזא, דא וועלן מיר זיך אביסל מתבונן זיין אין די פארשידענע גלגולים וואס אונזער אידיש האט אנגענומען. מיר וועלן זיך אומקוקן אויף די הויפט יסודות וואס די אלע שלבים פון גראמאטיק האבן געניצט, און רעדן אביסל וועגן די השפעות און די סיבות וואס האבן אויסגעפארעמט די צוגאנגען וואס זיי האבן אדאפטירט. מיר וועלן פרובירן צו פארשטיין וואס עס זענען די הויפט צילן וואס כללי הדקדוק דארף קענען אהערשטעלן, אויסער א תירוץ צו קריטיקירן און אויסבעסערן יעדן. נאר אזוי וועלן קענען אפוועגן די מעלות און חסרונות פון יעדע צוגאנג, און זען וועלכע סארט פשרות וועלן טאקע פארבעסערן דעם קלארקייט, און נישט אוועקנעמען פונעם געשמאק אא"וו.