Re: טראמפ 2020 קלאגעס- שמועסן און קאמענטארן
שטארקע שטארקע ווערטער, איי עגרי, עפ"י רוב.American Dream האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:05 amסמיט וויל נישט זעהן טראמפ אין תפיסה
ער וויל זעהן טראמפ פארלירן די וואלן
בדרך הטבע גייט אים ביידען פארדענען אדער גייט ער נעמען א פלי דיעל
די עכטע ציל איז (געווען) צו מאכן טראמפ נישט קענען לויפן. תפיסה איז א בדיעבד, לעסט ריזארט צו דערגרייכן דעם ציל.
באשר הוא שם יעצט דאנערשטאג איז די וועג אויסגעפלאסטערט פאר טראמפ סיי צו לויפן און סיי צו געווינען.
די דזשארדזשיע עלעקשאן דינייעל קעיס איז שוין נאך סתימת הגולל.
די ניו יארק ביזנעס פראוד קעיס וועט זיין מסודר, פאר א גאר טייערע פרייז טאקע, אבער ער וועט עס סורווייווען.
די פעדעראלע וואשינגטאן עלעקשאן דינייעל קעיס איז יעצט געווארן אפגעשטופט וועגן די סופרים קאורט אימיוניטי שאלה*.
די קעיס פון אראפנעמען טראמפ פון בעלאט וועגן אינסורעקשאניסט איז נאך סתימת הגולל אין סופרים קאורט.
* די אימיוניטי קעיס וועט טראמפ פארלירן, גרויס פארלירן.
1) דער סופרים קאורט וועט אים געבן די בעלאט שאלה, אבער נישט די אימיוניטי שאלה, זיי קענען נישט גיין אזוי 100 פראצענט פאר טראמפ.
2) אפילו מיט נעמען די קעיס האבן זיי שוין געגעבן פאר טראמפ חדשים דילעי, א שטארקע געווינס וואס מאכט די קעיס כמעט אומרעלעוואנט ביז די וואלן, ממילא אפילו זיי ווילן אים העלפן האבן זיי אים שוין געהאלפן און די עצם אורטייל קען שוין זיין קעגן אים.
3) די אימיוניטי קעיס וועט גיין קעגן טראמפ "פאר די זעלבע סיבה" וואס די בעלאט קעיס גייט פאר אים. דהיינו, ביי די בעלאט קעיס, לאז אים לויפן און די פאלק וועט שוין דיסיידן וואס צו טון. ביי די אימיוניטי קעיס, לאז אים זיין אין געריכט ווי יעדער איינער און זאל די דזשורי דיסיידן וואס צו טון.
4) די פרעזידענט אימיוניטי טענה איז נאך קיינמאל נישט געווען אין געריכט. ער "וויל" עס מחדש זיין. די קאורט וועט נישט וועלן מחדש זיין א נייע זאך.
5) טראמפ טענהט אז מען מוז בעל כרחך געבן אימיוניטי פאר א פרעזידענט, אויף אלעס וואס ער טוט אלס פרעזידענט, ווייל אויב נישט קען יעדער מאן דהו אנקלאגן א פרעזידענט אויף פאליסיס וואס מען האלט דערקעגן. למשל, מקען אנגעבליך אנקלאגן בוש פאר די איראק מלחמה, אדער אבאמא פארן לאזן שיסן עפעס א פארברעכער. אז מען זוכט דוקא עפעס מיט וואס אנצוקלאגן אויף אזעלכע זאכן, קען מען טרעפן, עס ווענדט אין די שנאה און די רצון. (עי' ערך ראשע קאלושאן, געהיימע דאקומענטן מאראלאגא, ועוד).
ער האט א טענה, אבער וואו איז די ליניע צווישן דעם און שיסן איינעם אויף פינפטע עוועניו?
דארט וועט זיך דער סופרים קאורט שטעלן. איך שמעק א סברא אז אויב דעם פרעזידענט'ס אקט איז סתם אזוי א חלק פון זיין ארבייט, פון זיין פאליסי, למשל איראק מלחמה אדער לאו אינפארסמענט, האט ער אימיוניטי. די קאורט וועט עס נישט מאכן אפיציעלע אימיוניטי, נאר טרעפן א וועג אז נארמאלע זאכן אין זיין "ליין אוו דוטי" קען מען נישט אנקלאגן. פארדעם איז ער פרעזידענט, און ער דארף האבן די פריוויליגיע פון מאכן באלאנצירטע באשלוסן לויט ווי ער זעהט ריכטיג. קאנגרעס מיטגלידער האבן אויך געוויסע אימיוניטי אלס טייל פון זייער פארלאמענטערישע ליין אוו דוטי'ס.
אבער זאכן וואס זענען נארמאל "נישט" אין די ליין אוו דוטי, למשל איבערדרייען וואל רעזולטאטן, איז די זעלבע נישט אין די ליין אוו דוטי ווי שיסן איינעם אויף פיפט עוועניו. פארוואס אימיוניטי בכלל? ער מעג עפעס טון וואס ער וויל אפילו די מערסטע קרימינאלע פארברעכן? קענסט אפשר זאגן מ'קען נישט אנקלאגן א זיצנדער פרעזידענט, מ'קען אים אימפיטשן, מ'קען ווארטן ביז ער ווערט אויס פרעזידענט. אבער וואס איז "יעצט" די אימיוניטי אלס פשוטער בירגער ווי יעדער איינער? קענסט אפילו זאגן אז ער האט געמעגט איבערדרייען די וואלן ווייל "ער האט געהאלטן" דאס איז זיין ליין אוו דוטי אלס פרעזידענט! פיין! אבער דאס איז שוין א דיון "אין" קרימינאל געריכט, עס קען זיין א גוטע "דיפענס," ער האט געהאלטן אז דער פרעזידענט מוז באשיצן דעם "עכטן" געווינער(...). מסכים. לאמיר רעדן דערפון אין קאורט. אבער עס האט מיט "אימיוניטי" נישט קיין שייכות. זאל עס גיין אין די געהעריגע קאורט סיסטעם. ער קען נאך ארויסגיין פיין "אומשולדיג"!
אויב ער האט געשאסן איינעם אויף פיפט עוועניו, און נאכ'ן ווערן אויס פרעזידענט שלעפט מען אים אין קרימינאלן געריכט אויף דעם, קען ער טענהן אז ער אלס קאמענדער אין טשיף האט באשלאסן אויף די סעקונדע אז שיסן יענעם איז אין די נאציאנאלע אינטערעסן פון אמעריקע. מעגליך. ער האט די שאנס דאס צו טענה'ן. אבער וועגן דעם זאל מען אים נישט קענען רופן אין קאורט בכלל? ען. או. נאט העפענינג. קום אין קאורט, קאנווינס די דזשורי אז דו האסט געשאסן פאר אמעריקאנער זיכערהייט, און זאלן זיי דיר זאגן אומשולדיג.
וכנ"ל, די לעגאלע קעיס וועט זיין קעגן אים, אבער די סופרים קאורט האט אים שוין געגעבן א שטארקע פאליטישע זיג צו נעמען די קעיס.
נאך זייער אורטייל קעגן טראמפ, וועט זיך ערשט אנהייבן די קאורט פון אלף, מיט א גאנצע פראצעס, און אפעלאט נאך אפעלאט, א שיינע לאנגע צייט מיט א מיטוואך.
-
אבער צוריק צום ענין.
אויב ער פארלירט די וואלן אין נאוועמבער וועט אים ביידן פארדאנירן אז אמעריקע זאל קענען אנהויבן א נייע בלעטל, אדער וועט ער נעמען א פלי בארגעין, וואס מ'וועט אים לכאורה גרינג געבן ווייל ער וועט שוין האבן געבליבן אומשעדליך אין זייערע אויגן.