Re: אבימלך׳ס נייעס טישל, קאמענטארן אשכול
גראדע שטעלסטו זיך נישט גוט פאר..פאליטישע עקספערט האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 20, 2024 10:50 amאבער לענין, איך שטעל מיר פאר אז אוקריינע האט נישט געשיקט צען אלפים הויך שולע קינדער זיך צו טרענירן אין דייטשלאנד, נאר על כל פנים סעמי-דיציפלינירטע מיליטערלייט.
א מיליטערמאן ווייסט אז מען דארף פאלגן באפעלן, און אנדערש איז דא שווערע קאנסקווענצן. אז זיבן שטיק האבן געקענט גענוג מאל עובר זיין א מיליטערישע באפעל אזש ביזן פארשיקט ווערן - באדייט דאס אז זיי האבן נישט ערווארטעט באשטראפט צו ווערן דערויף...
די אלע וואס מ'האט געשיקט זענען געווען פון די מאבעלזאציע וואס זיי האבן דורכגעפירט אנפאנג מלחמה, און ס'איז נישט דייקא ספעציעל דיציפלנירטע חברה.
כ'בין כמעט זיכער אז אזא קליינע פראצענט נאצי סימפאטיקער געפונט זיך אין די אמעריקאנע מיליטער. און אין די אלגעמיינע גאס איז זיכער דא א גרעסערע פראצענט נאצי סימפאטיקער.