געווינען דעם לאטערי אום שבת קודש להלכה ולא למעשה
לאור המצב אז מען גייט היינט נאכט אויסציען דעם מעגא-מיליון לאטארע מיט א סומע וואס קיין שום איד וויל נישט עכט געווינען נאר עס ערליך פארדינען, דאך קויפט מען עס.
איז אויפגעברעגט געווארן אויפן ליל שישי פראגראם ביי הרב דרעזנער-שמעלצער אויב מען מעג געווינען דעם לאטערי אום שבת.
קודם א דיסקלעימער; איך בין נישט קיין פוסק ע"כ זאל יעדער פרעגן זיין לאקאלע רב. ווי אויך האב איך עס נישט יעצט איבערגעקוקט, איך שמועס עס נאר אויס דא ווי א תורה'דיגע שמועס.
לכאורה איז דא נישט דא קיין פראבלעם פון שכר שבת.
וואס עס קען יא זיין א שאלה איז אזוי.
די רמב"ם זאגט אין הלכות שבת אז סאיז אסור צי קונה זיין א קנין אום שבת מחמת צוויי טעמים, א. אלס ממצוא חפציך, ב. א גזירה שמה יכתוב.
ר' עקיבא אייגער זצ"ל פסקענט ביי א פאל ווי א מענטש קויפט עפעס אין די וואכן אין ער נעמט זיך אויס עס צי קונה זיין אום שבת אז דאס איז אסור אלס דעם רמב"ם.
קוקט אויס אז מען קען מדמה זיין דעם לאטערי אז מען קויפט דעם לאטא טיקעט אין די וואכן און נעם זיך אויס אז אויב מען געווינט עס אום שבת וועט מען עס דעמאלטס קונה זיין.
די מהר"ם שיק פסקענט ביי א פאל ווי א פרוץ וואס האט געמאכט ממש אזויווי א לאטערי אויך אום שבת קודש, להיתר.
מיין טאטע זז"ג האט מיר נאכגעזאגט פון איינע פון די גרויסע פוסקים נאכן קריג, ווען מען האט אים געפרעגט וועגן נעמען געלט פון די מדינה, האט ער געזאגט בדרך הלצה, קודם זאלן זיי מיר וועלן געבן נאכדעם וועל איך דן זיין צי איך מעג נעמען.
קומט אויב אז סאיז דא אויף וועמען זיך צי פארלאזן צי געווינען א לאטערי אום שבת.
אויב וויל מען מחמיר זיין זאל מען מוסר ומודעה זיין פאר צוויי עדים אז אויב מען געווינט די לאטארי וויל מען עס נישט קונה זיין ביז מוצאי שבת.
איך ווייס אבער נישט צי מען איז עכט קונה די געווינס ביז מען קלעימט דעם טיקעט.
עכ"פ סאיז גוט אויף זיך אויפציפרישן אין אויך זעהן אז איעדע ריר וואס אינז געבן זיך, איז דא הלכות דערויף אין אינז לעבן נאר מיטן הייליגען תורה.
זאל יעדער אייביג האבן פרנסה מער וויפיל מען דארף.
גוט שבת

ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....