ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
יעקב לעהמאן
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 5:56 pm

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב לעהמאן »

כתר עליון האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:48 am
שאול המלך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:37 am
שאול המלך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 9:41 am
מורידיג מעשה פאסירט נעכטן.
איך בין נישט דער גרויסער שרייבער. קלאפ נאר אויף דברים כהוויתן.
מיין נעפוי מיר נעכטן פארציילט. פאסירט מיט זיין מאמע.
בקיצור. זיין מאמע איז א גוטע חברטע מיט מיסיס מייזעלס תחי.
מיסיס מייזעלס רופט איר אן נעכטן פאר די הקמות המצבה. און פרעגט איר. אויב זי איז און שטאט. און אויב זי קען איר טון א טובה. אריין גיין צו די 99¢ סטאר אויף מורטיל עוו. און באצאלן א אלטע ביל וואס איז דארט אויפגעשריבן..

בקיצר די פרוי איז אריין צום געשעפט און באצאלן די ביל.

עס האט זיף ארויס געשטעלט. מען רעד דא פון $19 און עטליכע .70¢. וואס איז אלט עטוואס מער פון 2 יאר.

און אזוי דרך אגב פרעגט זי דעם גוי׳שע פרוי וואס שטייט ביים רעדזשעסטער. וואס עפעס האסטו זיך יעצט דערמאנט פון די חוב.?
זאגט זי. זי ווייסט נישט פארוואס. איר מאמע איז היינט אריינגעקומען און געשעפט. און זאגט איר. דא אויפן רעדזשעסטער הענגט א צעטעל איינער שולדיג געלט. קאל יעצט די נומבער און בעט אפ דאס געלט…. די קאמאטערן איז איבריג,

יעצט מברר געווען די מעשה מיטן מאן פונעם בעל המעשה. איך האב פאראכטן די באשרייבוג פונקטליך לויט ווי עס איז געווען.
נישט פארשטאנען די מעשה אבער זעהט אויס אז ווער ספארשטייט יא כאפט התפעלות, אפשר קענסטו בעסער ארויסשרייבן אז איך זאל אויך זוכה זיין צו דעם
די השגחה האט וואונדעליך צוגעפירט לטובת נשמת ר' חיים בער אז די חוב זאל באצאלט ווערן פאר די הקמות המצבה.
לעצט פארראכטן דורך יעקב לעהמאן אום מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני מאמין באמונה שלימה שהוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
כי לא יטוש השם את עמו ונחלתו לא יעזוב
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1632
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

כפרה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:25 am
הרים סביב האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:06 am
לאמיר זאגן איך האב נישט געקענט חיים בער'ן

איך ליין אפ דעם מציבה איז מיר בכלל נישט קלאר אז מען רעדט דא פון א גבאי צדקה וואס האט זיך אנגעשטרענגט מיט כוחות און בזיונות צו העלפן יודען

עס קען זיך דאכטן אז עס רעדט זיך פון א עושר מיט א גוט הארץ
א מציבה איז נישט קיין צייטונג, עס איז נישט געמאכט צו האבן לאנגע באשרייבנונגען, די מציבה איז שיין קורץ שארף און צום פינטל, יעדע צוויי ווערטער ברענגט גרינטליך ארויס א שטריך פון דעם חשוב'ן נפטר ע"ה.
דאס איז שאלה אפשר איז א מצבה יא אזא שטיקל ביאגרעפי אויף די נפטר? אין 2 דורות ארום וועט מען דען פארשטיין די מהות פון ר' חיים בער פון די נוסח? בפרט ווען די מצבות ארום איז געפירקלט מיט כל מיני לשונות....
מיר באדערט אז מען רעכנט נישט אויס פרטים ווי ער האט צוריק אויפגעבויעט די צדקה קאסע אין ירושלים און ווי ער האט געהאלפן די אר''י חתנים וכו'
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7280
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

מנחם נחום האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:52 am
כפרה האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:25 am
הרים סביב האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:06 am
לאמיר זאגן איך האב נישט געקענט חיים בער'ן

איך ליין אפ דעם מציבה איז מיר בכלל נישט קלאר אז מען רעדט דא פון א גבאי צדקה וואס האט זיך אנגעשטרענגט מיט כוחות און בזיונות צו העלפן יודען

עס קען זיך דאכטן אז עס רעדט זיך פון א עושר מיט א גוט הארץ
א מציבה איז נישט קיין צייטונג, עס איז נישט געמאכט צו האבן לאנגע באשרייבנונגען, די מציבה איז שיין קורץ שארף און צום פינטל, יעדע צוויי ווערטער ברענגט גרינטליך ארויס א שטריך פון דעם חשוב'ן נפטר ע"ה.
דאס איז שאלה אפשר איז א מצבה יא אזא שטיקל ביאגרעפי אויף די נפטר?
הייב אן ליינען מצבות פון אנדערע וואס האבן אסאך אויפגעטון אין זייער לעבן און זע אויב איז עס א ביאגראפיע אדער נישט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

צל עובר האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:16 am
הרים סביב האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:06 am
לאמיר זאגן איך האב נישט געקענט חיים בער'ן

איך ליין אפ דעם מציבה איז מיר בכלל נישט קלאר אז מען רעדט דא פון א גבאי צדקה וואס האט זיך אנגעשטרענגט מיט כוחות און בזיונות צו העלפן יודען

עס קען זיך דאכטן אז עס רעדט זיך פון א עושר מיט א גוט הארץ
לאמיר קוואויטן עטליכע שטיקלעך פון די מציבה.

"זוכה ומזכה את הרבים"

און די שטערקסטע איז נאך מסתמא די ערשטע שורה נאכן נאמען.

"כיתת רגלים, חיזק ידים, אימץ ברכים, האיר עניים, הלבין שיניים."

דאס איז מער ווייניגער די עסענץ וואס מען ליינט באריכות אין דעם אשכול.
איך מיין נאר אנוצומערקן אז אפילו וואס מען האט געשריבן האט מען זיך נישט קלאר ארויסגעברענגט

די לשון מזכה את הרבים האב איך פארשטאנען אז מען מיינט די שיעורי תורה, לשון קדשו, חברת תהלים, כו'. און נישט אזוי אויף די חלק וואס ער האט מזכה געווען יודען מיט מצוות צדקה

די לשון כיתת רגלים איז שוין יא פיין, אבער אין די קאנטעקסט וואס עס שטייט ווערט עס פארוואסערט. כיתת רגלים, חיזק ידים, אמיץ ברכים. חיזק ידים און אמיץ ברכים מיינט מען דאך די הענט אין קינען פון די נצרכים וואס דאס פאסט פונקט אזוי אויף א עושר וואס האט געטיילט שיין.
ממילא כאפט נישט אזוי שטארק די לשון כיתת רגלים אז דאס מיינט דאס וואס ער האט ארומגעקלעטערט און אנגעדרייט נאך געלט

שווין גענוג. עס איז נישט קיין דקודוק רש"י
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29564
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

געהאט דער זכי' צו מיטהאלטן דער הקמת מצבה פון ר' חיים בער ז"ל

און מיטגעהאלטן פון די זייט ווי עס ווערט פארווירקליכט דער "עושה צדקות" בלשון הוה

איך קען נישט קיין נעמען, אבער מיטגעהאלטן ווי א איד גייט צו צו איינער פון די גבאי צדקה - געוועזענע שותפים מיט'ן נפטר ע"ה - און מאכט זיכער אז ער האט נאך זיין ק"ק נומער און אז עס גייט טאקע ווייטער גענוצט ווערן אין גראסערי

דער גבאי צדקה האט געזאגט אז ליתר שאת זאל ער אים יעצט געבן די נומערן נאכאמאל, און ער וועט זיכער מאכן אז דאס איז מסודר

נאכ'ן אריינטייפן די נומערן אין זיין פליפ פאון(!) האט ער געבעטן דעם אמאונט און יענער האט געזאגט "פינף הונדערט דאלער" [נישט געהערט אויב וועכנטליך אדער חודש'ליך, כ'שטעל מיך פאר חודש'ליך]

און יעצט קומט די "חיים בערעלע" מאמענט...

אן א בלינק מיט'ן אויג האט דער גבאי צדקה זיך אנגערופן צו דעם איד, ווייזנדיג אויף אן ארץ ישראל איד וואס איז געשטאנען אויף די זייט: "דער איד דארף צוזאמשטעלן יעצט זיבעציג טויזנט שקל צוליב דאס און דאס, אויב דו קענסט מיר געבן טויזנט שקל"...

יענער פרעגט וויפיל דאס קומט אויס אין דאלארן, און דער גבאי זאגט "בערך צוויי הונדערט און פופציג", און אומר ועושה, אראפגע'סווייפ'ט צוויי הונדערט און פופציג דאלער פאר דעם א"י איד

און דאס אלעס אין די ד' אמות פון ר' חיים בער ע"ה, בשעת מען זאגט די פרקי תהלים ביי זיין הקמת מצבה

מי כעמך ישראל! אשריך ר' חיים בער - את בגן עדן ומצודתך פרוסה!
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

באקומען אין אישי

איין טאג ערב יו"ט האב איך ארויף געלייגט א מעסעדשט אז איך זיך איינעם וואס קען ברענגען א פעקל פון וויליאמסבורג קיין מאנסי, שרייבט מיר חיים בער ע"ה אז ער האט איינעם אויף 9 אזייגער ביינאכט, האב איך אים געזאגט אז איך האף צו האבן איינעם בעפאר די צייט, זאגט מיר חיים בער אז אויב האב איך איינעם פריער אפשר קען ער אויך מיטשיקן צוויי טשעקלעך פאר נצרכים אויף יו"ט,

זאג איך פאר חיים בער אז איך האב יעצט באקומען פון איינעם א שיינע סכום פון גרינע און אויב ער וויל קען איך אים אויסלייגן די געלט פאר די נצרכים,

זאגט מיר חיים בער דאס איז געוואלדיג, און הייבט מיר אן געבן אינסטראקשענס,

נעם פונעף טויזענט דאלער און גיי צו דעם און דעם אדרעס, אבער לייג די געלט אריין אין א פשוטע זעקל, ווייל דער איד הייסט אין די גאס א בעל בתישער איד און איך וויל נישט ער זאל ח"ו פארשעמט ווערן, און גיי געב איבער דעם זעקל פאר דעם אדרעס,

דעם צווייטן אדרעס איז א גרישה וואס גייט נעבעך דורך אסאך שוועריקייטן און ברויך חיזוק, ביי דעם אדרעס גיי געב דאס געלט און לייג צו אפאר חיזוק ווערטער,

איך בין ממש ערשטוינט געווארן ווי דער בעל חסד וואס איז עוסק אין אזויפיל צדקות, האט נאך אינזין צו געדענקען ווער עס ברויך א חיזוק ווארט, אויך ביי וועמען מען דארף אבאכט געבן אז ער זאל ח"ו נישט פארשעמט ווערן, דאס מיינט צדקה וחסד לשם שמים און א הארץ וואס טראכט פון א אנדערן איד,

אוי חיים בער, חיים בער, ווי אזוי האסטו אונז געקענט איבער לאזן, ווער וועט זיך אפגעבן מיט די אלע צובראכענע אידן,

חיים בער מאך זיכער רייס איין אויפן עולם האמת אז משיח זאל שוין קומען און אונז אויסלייזן פון דעם ביטערן גלות,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

באקומען אין אישי

פאר עטליכע וואכען צוריק איז ביי מיר איינגעשטאנען א כלה פון אר"י וואס איז געקומען אליין צוזאמשטעלען איר חתונה, מיין ב"ב האט אנגערופען חיים בער און דערציילט די מעשה, ער האט געפרעגט די כלה עטליכע פרטים וועגען איר משפחה און געזאגט ער וועט לאזען וויסען,

נאך 2 טעג האט ער צוריקגערופען און געזאגט אז ער האט מברר געווען און די צוועק איז א אמתדיגער צוועק און געזאגט אז ביז עטליכע טעג וועט מען הערען פון עם, אינגאנצען אפאר טעג נאכדעם האט ער גערופען בעטען די באנק אינפארמאציע און א טאג דערנאך האט ער אריינגעשיקט $10.000 ער האט נישט געהאט קיין אנונג ווער דאס איז און לפי ידיעתי מיטאמאל באקומען קיין יש"כ,
דאנקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2020 3:14 pm

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנקער »

באקומען אין אישי

שבעה עשר בתמוז האט ער מיר געשיקט אז ער שטעלט צוזאם געלט פאר א מיידעל פון אר"י וואס דארף א אפעראציע אויף איר אויער און ער דארף אויב איך געדענק גוט $25.000, איך האב אים אריינגעשיקט א קליינעם סכום און כדרכו האט ער מיך באגאסען מיט ברכות לרוב,

עטליכע טעג דערנאך שיקט ער מיר א מעסעדז אז די אפערעישאן איז ב"ה געלונגען אבער צום סוף האט עס ב"ה נישט געקאסט קיין געלט און צו איך דארף צוריק דאס געלט וואס איך האב עם געגעבען

איך האב עם אנגערופען און געפרעגט, חיים בער די מיינסט ערנסט? איך האב דיר געגעבען די געלט און קענסט טון וואס די ווילסט דערמיט, זאגט ער מיר אז ער האט יעדן וואס האט געגעבען געלט פאר די אפערעישאן גערופען פרעגען צו מען דארף צוריק דאס געלט ווייל מען טאר נישט נוצען געלט וואס מען האט געגעבען פאר איין צוועק פאר א אנדערע צוועק אן רשות

איך בין ממש ארויס פון די כלים פאר התפעלות פון ערליכקייט...והלך לפניו צדקותיו, ובגן עדן תהא מנוחתו
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

ער איז נישט גערעכט מותר עני לאותו עני, אולי כיון שלא אמר שם הרי הוא של הקופה, אבל להחזיר מאן דער שמי'

רבותי איך וויל דא געבן א געלעגענהייט פאר די וואס האבן גוטע מעשיות אדער סיי וואס פון דעם איש צדיק רבי חיים בער ע"ה, און פילען זיך נישט באקוועם צו שרייבן אויף אייוועלט אדער קענען נישט גוט ארויסשרייבן די מעשה, לייג איך דא ארויף א אימעל און א נומער וואס ארבעט אויך אויף וואטס עפ,

אויב ווילסטו ארויפלייגען דיין מעשה אדער עפעס וואס די האסט מיטגעהאלטן ביטע שיק א אימעל אדער שיק א מעסעדטש צו דעם נומער, און איך וועל דאס ארויפלייגען

929-600-2518
[email protected]

איך כעל מאכן זיכער נישט צו שרייבן קיין נעמען אויף די מעשיות און איך וועל צושרייבן אז דאס קומט פון אישי, ביטע אויך זאגן אויב מען וויל איך זאל עס שענער איבערשרייבן אדער לאזן אזוי ווי עס איז.

לאמיר מאכן זיכער אז דער חיים בער ווערט ביי אונז קיינמאל פארגעסן און יעדער פון אונז זאל זיך קענען אראפלערנען פון זיינע מחדות טובות, וואס דאס וועט זיין די גרעסטע טובה פאר זיין נשמה און א נחת רוח אויבן בעולם העליון,

געדענק און טראכט "וואס וואלט חיים בער געטון"
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3883
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

דאנקער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:17 am
באקומען אין אישי

שבעה עשר בתמוז האט ער מיר געשיקט אז ער שטעלט צוזאם געלט פאר א מיידעל פון אר"י וואס דארף א אפעראציע אויף איר אויער און ער דארף אויב איך געדענק גוט $25.000, איך האב אים אריינגעשיקט א קליינעם סכום און כדרכו האט ער מיך באגאסען מיט ברכות לרוב,

עטליכע טעג דערנאך שיקט ער מיר א מעסעדז אז די אפערעישאן איז ב"ה געלונגען אבער צום סוף האט עס ב"ה נישט געקאסט קיין געלט און צו איך דארף צוריק דאס געלט וואס איך האב עם געגעבען

איך האב עם אנגערופען און געפרעגט, חיים בער די מיינסט ערנסט? איך האב דיר געגעבען די געלט און קענסט טון וואס די ווילסט דערמיט, זאגט ער מיר אז ער האט יעדן וואס האט געגעבען געלט פאר די אפערעישאן גערופען פרעגען צו מען דארף צוריק דאס געלט ווייל מען טאר נישט נוצען געלט וואס מען האט געגעבען פאר איין צוועק פאר א אנדערע צוועק אן רשות

איך בין ממש ארויס פון די כלים פאר התפעלות פון ערליכקייט...והלך לפניו צדקותיו, ובגן עדן תהא מנוחתו
Wow!!!
איפה יאסעלע?
אוועטאר
יעקב לעהמאן
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 5:56 pm

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב לעהמאן »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:19 am
ער איז נישט גערעכט מותר עני לאותו עני, אולי כיון שלא אמר שם הרי הוא של הקופה, אבל להחזיר מאן דער שמי'
ווייס איך נישט וואס די הלכה איז, אבער דוכצעכמיר אז דאס ווייזט אויף א עקסטערע דאוזע יראת חטא און א אמת'ע אחריות אויף צדקה (\ יענעמס) געלט.
מיר אלע האבן וואס זיך צו לערנען פון דעם.
אני מאמין באמונה שלימה שהוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
כי לא יטוש השם את עמו ונחלתו לא יעזוב
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 12146
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

יאפ דאס איז א Wow!
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

יעקב לעהמאן האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:34 am
פאראיעריגער שניי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:19 am
ער איז נישט גערעכט מותר עני לאותו עני, אולי כיון שלא אמר שם הרי הוא של הקופה, אבל להחזיר מאן דער שמי'
ווייס איך נישט וואס די הלכה איז, אבער דוכצעכמיר אז דאס ווייזט אויף א עקסטערע דאוזע יראת חטא און א אמת'ע אחריות אויף צדקה (\ יענעמס) געלט.
מיר אלע האבן וואס זיך צו לערנען פון דעם.
דאס יא

חייב אדם לומר מתי יגיעו מעשי למעשי חיים בער...
די נקודה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 03, 2014 1:47 pm

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נקודה »

חיים בער טייערער

די אויגן מאכן זיך נישט צו ביינאכט אן טראכטן פון דיר

די קאפ ארבייט נישט בייטאג ביי די ארבייט אן מחשבה פון דיר

עס לערנט זיך און דאוונט זיך בלויז דורכן טראכטן פון דיר

ועל כולם עס גלייבט זיך נאך אלץ נישט חיים בער איז נישטא

אבער די ביטערע מציאות פאטשט ליידער אין פנים

ס׳איז אזוי שווער צו פארדיייען

חיים בער דו האסט געוואוסט אז אויב דו גייסט גיין וועלן אזוי אסאך אידן זיך גאר שטארק מצער זיין

האסט עס זיכער מקבל געווען באהבה אלס א גזירה מן השמים

מיר דארפן זיך טאקע שטארקן און שטארקן און אנגיין ווייטער

אבער וואס זאל מען טוהן אז די פילע מחשבות אין מוח לאזן נישט

חיים בער פארגעס נישט פון אונז עס איז נוגע פארן גאנצן ציבור

טוה וואס דו קענסט דריי איבער די מצב לטובת כלל ישראל
Qsa
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 20, 2023 8:30 pm

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Qsa »

די נקודה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:45 am
חיים בער טייערער

די אויגן מאכן זיך נישט צו ביינאכט אן טראכטן פון דיר

די קאפ ארבייט נישט בייטאג ביי די ארבייט אן מחשבה פון דיר

עס לערנט זיך און דאוונט זיך בלויז דורכן טראכטן פון דיר

ועל כולם עס גלייבט זיך נאך אלץ נישט חיים בער איז נישטא

אבער די ביטערע מציאות פאטשט ליידער אין פנים

ס׳איז אזוי שווער צו פארדיייען

חיים בער דו האסט געוואוסט אז אויב דו גייסט גיין וועלן אזוי אסאך אידן זיך גאר שטארק מצער זיין

האסט עס זיכער מקבל געווען באהבה אלס א גזירה מן השמים

מיר דארפן זיך טאקע שטארקן און שטארקן און אנגיין ווייטער

אבער וואס זאל מען טוהן אז די פילע מחשבות אין מוח לאזן נישט

חיים בער פארגעס נישט פון אונז עס איז נוגע פארן גאנצן ציבור

טוה וואס דו קענסט דריי איבער די מצב לטובת כלל ישראל
געמ
אוועטאר
בטח
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 02, 2021 10:24 pm
לאקאציע:ברוקלינע אײנױנער

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטח »

יעקב לעהמאן האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:51 am
כתר עליון האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:48 am
שאול המלך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:37 am
שאול המלך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 9:41 am
מורידיג מעשה פאסירט נעכטן.
איך בין נישט דער גרויסער שרייבער. קלאפ נאר אויף דברים כהוויתן.
מיין נעפוי מיר נעכטן פארציילט. פאסירט מיט זיין מאמע.
בקיצור. זיין מאמע איז א גוטע חברטע מיט מיסיס מייזעלס תחי.
מיסיס מייזעלס רופט איר אן נעכטן פאר די הקמות המצבה. און פרעגט איר. אויב זי איז און שטאט. און אויב זי קען איר טון א טובה. אריין גיין צו די 99¢ סטאר אויף מורטיל עוו. און באצאלן א אלטע ביל וואס איז דארט אויפגעשריבן..

בקיצר די פרוי איז אריין צום געשעפט און באצאלן די ביל.

עס האט זיף ארויס געשטעלט. מען רעד דא פון $19 און עטליכע .70¢. וואס איז אלט עטוואס מער פון 2 יאר.

און אזוי דרך אגב פרעגט זי דעם גוי׳שע פרוי וואס שטייט ביים רעדזשעסטער. וואס עפעס האסטו זיך יעצט דערמאנט פון די חוב.?
זאגט זי. זי ווייסט נישט פארוואס. איר מאמע איז היינט אריינגעקומען און געשעפט. און זאגט איר. דא אויפן רעדזשעסטער הענגט א צעטעל איינער שולדיג געלט. קאל יעצט די נומבער און בעט אפ דאס געלט…. די קאמאטערן איז איבריג,

יעצט מברר געווען די מעשה מיטן מאן פונעם בעל המעשה. איך האב פאראכטן די באשרייבוג פונקטליך לויט ווי עס איז געווען.
נישט פארשטאנען די מעשה אבער זעהט אויס אז ווער ספארשטייט יא כאפט התפעלות, אפשר קענסטו בעסער ארויסשרייבן אז איך זאל אויך זוכה זיין צו דעם
די השגחה האט וואונדעליך צוגעפירט לטובת נשמת ר' חיים בער אז די חוב זאל באצאלט ווערן פאר די הקמות המצבה.
לויט ווי איך פארשטיי רעדט מען דא פון א גוישע געשעפט
א סאטמארער חסיד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 16, 2023 7:40 am

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א סאטמארער חסיד »

נאך א נקודה וואס ר' חיים בער האט געהאט וואס איך האב נאכנישט געזעהן ארויסברענגען פון ר' חיים בער
און טאקע נאך א באדייט און מאכט ריכטיג די ווערטער עושה צדקותוואס שטייט אויפן מציבה
ער איז געוון א שדכן צווישן א נצרך מיטן גביר
ער האט אומצאליגע צוועקען און נצרכים געוויסט ווער איז פאסיג פאר דעם און ווער עס האט א הארץ צו אלמנות יתומים עניי עירך שבתים ימים טובים שכר לימוד גראסרי לעקטער בילס
ווי ער האט נאר איינמאל אנגעדרייט און אריינגעווארפן איינעם און סאיז שוין אזוי געבליבן ווייטער און סלויפט נאךיארן מיט זיין שדכנות
האט מער א עלטערע איד גאר א גרויסע תלמיד חכם וואס זיצט און לערנט יומם ולילה מיקירי קרתא דשופריא פארציילט
מיט העכער 10 יאר האט ער זיך געדרייט און אמעריקע צוזאמקלויבן געלט אויף הכנסת כלה
ער האט געקלעטערט פון איין בימ"ד צום צווייטן נישט געקענט די שפראך זיך געפילט ווי א אויסגעקלאפטע הושענא כערער בערבה
ביז ר' חיים בער האט זיך איינגעקלאפט און אים און גייענדיג נאך געלט אינמיטן א פשוטע זונטיג שחרית
האט ער אנגעטראפן איינער פון זיינע ידידים וואס ר' חיים בער האט געהאט א שפראך מיט אים [און מיט וועם דען האט ער נישט געהאט ? ]
און ר' חיים בער האט אים אנגעשדכנט
זאגענדיג די גייסט מיך יעצט נישט געבען א טויזענטער און גיין ווייטער
איך האב דא פאר דיר א גוטן דיל א גוטן פיש וואס די קענסט נישט ארויסלאזן פון דיינע הענט די וועסט מיך דאנקען כאפ עס מיט ביידע הענט
אז נישט געב איך איבער פאר אצוויטן
פליז איך גיימיר ...די קעיס איז אויף דיר ...נעם קעיר ...איך וויל נאר זיכער מאכן אז סאיז מסודר
איך וויל מיר נישט הערען אז דער איד איז א נצרך
ווייזט אויס סאיז געווען א עת רצון און ער האט נושא חן געווען און חוץ פון די שיינע נתינה אויפן פלאץ
פארציילט ער האט שוין חתונה געמאכט אלע זייע קינדער א דאנק וואס ער האט באקומען אסאך הילף פון דעם איד וואס ר' חיים בער האט אים אנגעשדכנע'ט אזוי אויך פאר יעדע יו"ט קומט א שיינע טשעק
א דאנק די איינמאליגע גוטער שדכן ר' חיים בער
און דעס איז א ריכטיגע עושה צדקות בכל עת

פילצאליגע פון זיינע צדקות האט ער איינמאל געטו און סלויפט ווייטער .....עושה צדקות לשון הווה שטימט זייער שטארק זיינע צדקות גייט נאך אן אלעס וואס ע האט אנגעדרייט פארט ווייטער והקרן קיימת לו לעולם הבא
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:19 am
ער איז נישט גערעכט מותר עני לאותו עני, אולי כיון שלא אמר שם הרי הוא של הקופה, אבל להחזיר מאן דער שמי'
יש לעיין, אויב האט מען נישט געדארפט קיין געלט פארן אפעראציע קען זיין אז עס הייסט נישט קיין צדקה בכלל, כיון שניתנה ע"ד זו
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

ואינו בדין מותר, שיינע חילוק ברויך מען נאכקוקן

סאיז דא אזא מחלוקת ביי הכנסת כלה ומתה אם ליורשיה או חוזרין, האמיר שוין א מקור אויף חוזרין,
לעצט פארראכטן דורך פאראיעריגער שניי אום דינסטאג אוגוסט 15, 2023 11:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

רוען זאל ר' חיים בער ז''ל אין לעכטיגן גן עדן אז אזעלכע הלכה'דיגע שאלות האט מען אויף זיינע מעשים...

הלואי אויף מיר געזאגט!!
הארמאניע
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 04, 2019 11:14 am

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארמאניע »

בטח האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 12:51 am
יעקב לעהמאן האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:51 am
כתר עליון האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:48 am
שאול המלך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 11:37 am
שאול המלך האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 9:41 am
מורידיג מעשה פאסירט נעכטן.
איך בין נישט דער גרויסער שרייבער. קלאפ נאר אויף דברים כהוויתן.
מיין נעפוי מיר נעכטן פארציילט. פאסירט מיט זיין מאמע.
בקיצור. זיין מאמע איז א גוטע חברטע מיט מיסיס מייזעלס תחי.
מיסיס מייזעלס רופט איר אן נעכטן פאר די הקמות המצבה. און פרעגט איר. אויב זי איז און שטאט. און אויב זי קען איר טון א טובה. אריין גיין צו די 99¢ סטאר אויף מורטיל עוו. און באצאלן א אלטע ביל וואס איז דארט אויפגעשריבן..

בקיצר די פרוי איז אריין צום געשעפט און באצאלן די ביל.

עס האט זיף ארויס געשטעלט. מען רעד דא פון $19 און עטליכע .70¢. וואס איז אלט עטוואס מער פון 2 יאר.

און אזוי דרך אגב פרעגט זי דעם גוי׳שע פרוי וואס שטייט ביים רעדזשעסטער. וואס עפעס האסטו זיך יעצט דערמאנט פון די חוב.?
זאגט זי. זי ווייסט נישט פארוואס. איר מאמע איז היינט אריינגעקומען און געשעפט. און זאגט איר. דא אויפן רעדזשעסטער הענגט א צעטעל איינער שולדיג געלט. קאל יעצט די נומבער און בעט אפ דאס געלט…. די קאמאטערן איז איבריג,

יעצט מברר געווען די מעשה מיטן מאן פונעם בעל המעשה. איך האב פאראכטן די באשרייבוג פונקטליך לויט ווי עס איז געווען.
נישט פארשטאנען די מעשה אבער זעהט אויס אז ווער ספארשטייט יא כאפט התפעלות, אפשר קענסטו בעסער ארויסשרייבן אז איך זאל אויך זוכה זיין צו דעם
די השגחה האט וואונדעליך צוגעפירט לטובת נשמת ר' חיים בער אז די חוב זאל באצאלט ווערן פאר די הקמות המצבה.
לויט ווי איך פארשטיי רעדט מען דא פון א גוישע געשעפט
אפשר א בחינה פון דאס וואס די חת"ס זאגט אין ספר תורת משה פ' כי תבוא
Screenshot 2023-08-15 121331.png
Screenshot 2023-08-15 121331.png (140.1 KiB) געזען 2184 מאל
Screenshot 2023-08-15 121613.png
Screenshot 2023-08-15 121613.png (210.63 KiB) געזען 2184 מאל
טעמפל שירה
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 03, 2022 6:44 pm

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעמפל שירה »

IMG_20230814_011019.jpg
IMG_20230814_011019.jpg (56.75 KiB) געזען 1388 מאל
געלייענט דעם ארטיקל אינעם איד פאריגע וואך ס'איז עפעס מורא'דיג גוט געשריבן, זייער גוט אראפגעמאלן ר' חיים בערן ע"ה און זיין לעבענסשטייגער און וואס ער האט געמיינט פאר זיינע ארומיגע און פאר יעדעם און וואס מ'האמיר דא פארלוירן, כ'מיין אז ס'איז די בעסטע געשריבן פון וואס איך האב געליינט דערווייל, איינער ווייסט ווער דער י עקיבא איז?
נון בוי נון בוי נון בוי נון בוי דיין טעמפל שירה
🎙🎤🎼🎶 🎷🎸🎹🎻🎺
שוואכע מעשיות
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 11:35 pm

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכע מעשיות »

טעמפל שירה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 9:33 pm
IMG_20230814_011019.jpg

געלייענט דעם ארטיקל אינעם איד פאריגע וואך ס'איז עפעס מורא'דיג גוט געשריבן, זייער גוט אראפגעמאלן ר' חיים בערן ע"ה און זיין לעבענסשטייגער און וואס ער האט געמיינט פאר זיינע ארומיגע און פאר יעדעם און וואס מ'האמיר דא פארלוירן, כ'מיין אז ס'איז די בעסטע געשריבן פון וואס איך האב געליינט דערווייל, איינער ווייסט ווער דער י עקיבא איז?
דוכט זיך אז עס אייינער הירש
צבישלום
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 3:02 pm

Re: ברוך דיין האמת: איש החסד ר' חיים בער מייזעלס ז"ל - ח"י אב תשפ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צבישלום »

שוואכע מעשיות האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 9:47 pm
טעמפל שירה האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 9:33 pm
IMG_20230814_011019.jpg

געלייענט דעם ארטיקל אינעם איד פאריגע וואך ס'איז עפעס מורא'דיג גוט געשריבן, זייער גוט אראפגעמאלן ר' חיים בערן ע"ה און זיין לעבענסשטייגער און וואס ער האט געמיינט פאר זיינע ארומיגע און פאר יעדעם און וואס מ'האמיר דא פארלוירן, כ'מיין אז ס'איז די בעסטע געשריבן פון וואס איך האב געליינט דערווייל, איינער ווייסט ווער דער י עקיבא איז?
דוכט זיך אז עס אייינער הירש
Anyway someone can bring it on pdf?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”