אן אנדער ווערסיע איז גאר אז די חיצונים שפילן זיך מיט זיי, און מען גיבט א שנעלקע העכער די ליפן זיי צו פארטרייבן. (יא, דאס איז אמת אז זיי הערן טאקע אויף צו לאכן, אבער גלייכצייטיג וועקן זיי זיך אויף ... צוליבן אנרירן)
וואספארא גוטע זשאוקס מאכן די מלאכים דארטן? אפשר קומען זיי שרייבן אין קרעטשמע.. ? זאל זיין אינעם 'שלאפן אשכול' אפילו... האט דאס עפעס א מקור אין ספרים אדער אין הלכה?
קרעמער האט געשריבן:
איך טרעף נישט יעצט דעם מקור דערפון, אבער דאס איז א מסורה וואס איז מקובל מפי זקינות און דארף נישט קיין בעסערע מקור.
די מימרא גייט אז אויב א קינד לאכט אין שלאף זאל מען אים געבן א שנעלקע, ווייל די לילית הרשעה שטייט אונטער די געלעכטער.
אויסער וואס ס'איז א מסורה, האב איך עס געזעהן פון א קדמון ערגעצוואו, וואס ווען מיין זכרון כללי וועט זיך ערוועקן, וועל איך דאס געדענקן צו קומען דא שרייבן וואו איך האב דאס געזעהן. כ'דענק נישט אז די למד יוד למד יוד תיו איז דארט, אבער דער עצם ענין, האב איך זיכער געזעהן.
קרעמער האט געשריבן:
איך טרעף נישט יעצט דעם מקור דערפון, אבער דאס איז א מסורה וואס איז מקובל מפי זקינות אוןדארף נישט קיין בעסערע מקור.
די מימרא גייט אז אויב א קינד לאכט אין שלאף זאל מען אים געבן א שנעלקע, ווייל די לילית הרשעה שטייט אונטער די געלעכטער.
וואס ?!!!! עס דארף נישט קיין בעסערע מקור מקובל מפי זקינות אין א באבע מעשה אין כ'ווייס נישט בכלל צי עס איז א מקור אין ווער רעדט נאך פין נישט דארפען קיין בעסערע מקור ס'מיר א פליאה דיינע ווערטער ווייל דאס זיך פארלאזען אויף זאכען אין די וועלט אריין אן א געהעריגע בירור אדער קלארע מקור קען ברענגען נישט גוטע רעזולטאטען
קוק אין שו"ת באר משה פון דעברעצינער רב זצ"ל חלק ח' סי' ל"ו וועגן קינדער קוקן אין שפיגל פארן רעדן און פון נאך אזעלכע ענליכע זאכן אויך אין מנחת יצחק איך געדענק נישט יעצט וואו. ווי ער רעדט דארט פון אזוינע ענליכע שאלות ווי למשל עסן די עק פון די ברויט וכהיינו מפי נשים זקנות עיי"ש? עיקר שכחתי וועגן קינדער לאכן אינמיטן שלאפן האב איך קלאר געזעען רעדן אין ספרים דערוועגן איך געדענק אויך נישט גענוי ווי אבער דוכט זיך מיר אז אין ספר שמירת הגוף והנפש רעדט ער ארום אין גרויסן דערוועגן און דאס איז אמאל קלאר און זיכער אז אויב מאכט זיך אנויבערחאכעם וואס ער ווייסט גראדע נישט פון אן אנגענומענע זאך ביי כלל ישראל ווי דער מקור איז מיינט דאס נישט אז עס איז אפגעפרעגט און מזאל אזוי ארוםלאכן אויפן גרויסן פארנעם, אז די ווייסט נישט דאן פרעג זיך נאך און האב אביסעלע הכנעה און תמימות פאר א זאך וואס איז אנגענומען ביינונז ווייל טאקע נאר דורך די דקותדיגע זאכן מיט ריין תמימות אהן וויסן דייטליכע מקורות האט זיך כלל ישראל ערהאלטן במשך לענגערע דורות, עכ"פ לאכן איז נישט קיין עסק. אין ליקוטי תשו' חת"ס איז דא דארטן ווי איינער פרעגט עם אן דארטן וועגן די מאמרי חז"ל וואס שטימט נישט לויט אונזערע מציאות'ן און פאקטן עיי"ש (קובץ תשובות סימן צ"א) וואס ער ענטפערט עם בעניני אמונה
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
קרעמער האט געשריבן:
איך טרעף נישט יעצט דעם מקור דערפון, אבער דאס איז א מסורה וואס איז מקובל מפי זקינות אוןדארף נישט קיין בעסערע מקור.
די מימרא גייט אז אויב א קינד לאכט אין שלאף זאל מען אים געבן א שנעלקע, ווייל די לילית הרשעה שטייט אונטער די געלעכטער.
וואס ?!!!! עס דארף נישט קיין בעסערע מקור מקובל מפי זקינות אין א באבע מעשה אין כ'ווייס נישט בכלל צי עס איז א מקור אין ווער רעדט נאך פין נישט דארפען קיין בעסערע מקור ס'מיר א פליאה דיינע ווערטער ווייל דאס זיך פארלאזען אויף זאכען אין די וועלט אריין אן א געהעריגע בירור אדער קלארע מקור קען ברענגען נישט גוטע רעזולטאטען
רבי גאליציאנער;
איר האט גאנץ זיכער פארזעהן דעם באקאנטן תשובת הרשב"א אז נשים זקינות זענען א קראנטע מקור.
איך האב געזעהן אין די ספר כל בו למצות מילה וואס דארט ברענגט ער דעם ענין מיט א מקור אז ווען א קינד לאכט אינמיטן שלאף זאל מען אים געבן א קלאפ אויף די מויל עיי"ש
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך