וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5543
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

דער טעמע גייט מיטן הנחה אז אמעריקע איז טיעף אין די אדמה. אע”כ ביטע נאר קאמענטירן דא אויב זענט איר אויכעט ביי אט די מיינונג.

יעצט צום קעפל.

אמעריקע איז א לאנד געבויט אויף יסודות וועלכע האלטן איר אינטער, איינמאל אט דאס ציפאלט איז מער נישטא קיין אמעריקע. ואסביר, אין אייראפע איז די מאיאריטעט פארטיי פולשטענדיג אין קאנטראל פון אלץ און אלעמען אבער אמעריקע וועלכע איז נישט געבויט צו ווערן געפירט 100% פראצענט דורך די מאיאריטעט נאר ענדערש דורך א קאנסטיטוציע צעטל פאסירט אז סזאל זיך אריינעסן א דיעפ סטעיט.
דו קענסט נישט שטייגן אויפן לייטער אין קיין שום פעדעראלע אגענטור נאר דורכן זיך צושמייכלען צו די פירערשאפט. אין אנדערע ווערטער, עס זיצן דארטן 30 40 יאר אלטגעזעצענע פירערס מיט אגענדעס וועלכע קיינער האט נישט ערוועלט און זיי אליינס נעמען אויף אלע לעוולס פון זייערע אינטערטאנען.. און בכדי צו וואקסן דארטן מוזטו ארויסווייזן געטריישאפט צו זייערע אומערוועלטע אגענדעס..

איז אזוי, כל זמן סאיז געווען א נארמאלע באלאנס צווישן אלע 3 ברענטשעס פון די גאווערנמענט איז עס נאך געווען כמעשה..

אבער מה שלא עשה הטיפשות עשה הזמן. סהאבן זיך עטאבלירט אינסטיטוציעס, מתחילה מיט גוטע כוונות, וועלכע זענען גאר שנעל ארויס פון סיי וועלכע קאנטראל אין איבערזיכט.

יעצט זיצט אמעריקע פול מיט אינסטיטוציעס וועלכע טוען וואס אימער זיי ווילן און ווער אימער ספרובירט זיי צו צוימען טרעפט זיך אינטער גראטעס.
אפילו די אינסטיטוציעס וועלכע קענען נישט לייגן קיינעם אינטער גראטעס איז אויכעט דארטן א מצב פון פורים נאכמיטאג א שטייגער ווי די פעדעראלער רעזערוו וועלכע עלעקט זיך אליינס מיט די הילף פון די 5 גרויסע בענק און קיינער ממש קען זיי נישט זאגן וואס צו טון.

דא האבעך בייגעליייגט א ליסטע וואס לענ”ד איז דאס פון די גרעסטע פאקטארן פון אמעריקעס אינטערגאנג און מקען מאריך זיין אין דעם שעות ע”ג שעות אבער דאס איז ממש בראשי פרקים:

1די יוניאנס, ופרט די פעדעראלע יוניאנס (וואס איז א נושא פאר זיך)
2די פעדעראלע רעזערוו אינסטיטוציע
3די טפשות’דיגע געזעצן פון בוש נאך 9-11 אין וועלכע ער האט אפיציעל געגעבן פאר די גאווערנמענט אנלימיטעט סורוועיליענס מאכטן
4די פעדעראלע געזעץ אינפארסירונג אגענטורן, ווי די fbi doj nsa און נאך.. וועלכע זענען טאטאל פריי פון איבערזיכט און קאנצעקווענצן פאר באגאנגענע אומרעכטן. סיי דאס נישט זיין פולשטענדיג אינטער קאנגרעס און סיי דאס זיין אימיונט פון ווערן אנגעקלאגט דורך ציווילע מענטשן און ענטיטיס
5די טעכנעלאגיע, ובפרט סאושעל מידיע. סיי די חלק פון פארשפרייטן א מענטל העלט קריזיס כפשוטו.. והן די חלק פון מאכן א מענטשנס לעבן טאטאל פריי פאר די גאווערנמענט (און אפילו פאר פריוואטע מענטשן) נאכצוקוקן.
6צענטראליזירטע מאנאפאלן, לדוגמה עקסקלוסיוו יוטיליטי קאמפאני קאנטראקטן וכו’ סעלפאון און אינטערנעט סערוויס פראוויידערס וכו’ די נקודה פון אדורכפירן געזעצן און רעגולאציעס וואס פירן צו א מאנאפאל.
7דיסטראקטיוו פאליסיס און געזעצן אנטקעגן פשוטע קאמאן סענס, א שטייגער ווי מאכן לייכטער צו אימפארטירן פון דערויסן ווי פראדוצירן לאקאל. דאס נעמט אריין די פולע בילד א שטייגער ווי, מינימום געהאלט, רעגולאציעס, טעקסעס, יוניאנס, טרעיד עגרימענטס וכו’ און אזוי זענען דא נאך פולע סענסלאזע געזעצן
לעצט פארראכטן דורך מסתמא אום מאנטאג אוגוסט 07, 2023 2:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
שר החסד
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 12:07 pm

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שר החסד »

מיינע צוויי צענט, די סיבה פארוואס אמעריקע איז געווען די שטערקסטע און בעסטע עקאנאמישע מאכט הונדערט יאר צירוק איז ווי ס'איז געווען רעלאטיוו א נייע רעגירונג, אן די בויעקראטיע פון לאנגע יארן, במילה איז געווען אסאך אפערטאנעטיס צו מאכן געלט און וואקסן גרויס.
היינט איז אמעריקע אן אלטע לאנד מיט געזעצן פון פיר הונדערט יאר, אפערטאנעטיס איז דא? יא זיכער. אבער לאוו דווקה מער ווי אין יוארפ אבער סאוט אמעריקע.
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

יעך וואלט געזאגט אז עס איז יתכן אז בערך 250 יאר איז דער עקספייערעישן דאטום אויף א דעמאקראטישע רעפובליק אימפעריע.

סוי פאר, האט זיך קיינער געהאלטן לענגער.

יתכן אז מען קען פשוט נישט אויסשטעלן א סיסטעם וואס זאל האלטן צופיל לענגער על הגובה.

אלץ אן א אימפעריע בכלל, איז רוים געשטאנען קרוב צו טויזנט יאר, אבער די לעצטע שיינע פאר הונדערט יאר, איז עס געפארן מטה מטה, נאר האט אנגעהויבן גענוג הויעך אז עס האט גענומען אפאר הונדערט יאר צו גרייכן דעם פלאר. (און די פאראייניגטע שטאטן האט נאך אויך אסאך פלאץ ביזן גרייכן דארט, און אפשר קען מען נאך אפילו טיילווייז צוריקדרייען דעם זייגער פאר א וויילע.)

(שטייצעך אז איך האלט אז אלע דיינע פונקטן חוץ נומער 5 זענען פשוט נישט אמת אדער אינגאנצן אדער כמעט אינגאנצן אומגערעכט. אבער דאס איז שטייצעך בעסיידס די פוינט.)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16633
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

@מסתמא , הערליכער אנאליז. קוקט אויס עטוואס אפגעהאקט אינעם אנפאנג.
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5398
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

קיין איין זאך האלט נישט אויף אייביג. שקר אין לו רגלים. און אפילו ס'האט אין אנהייב א נקודה של אמת, מיט די צייט ווערט די נקודה של אמת נעלם, און די שקר עסט אויף די זאך פון אינעווייניג.

מ'קען מאריך זיין אין דעם, אבער אין קורצן איז די ווארט אז די ליגענט פון א פרידליכע ציוויליזאציע פון מולטי קולטורן מולטי ראסעס און מולטי גלויבינגען - האט פשוט אויפגעפלאצט.

ס'האט גענומען צייט, ווילאנג די עולם איז נאך געווען פריש עקסיידעט פאר די נייע געשמאקע איידיע האט עס געארבייט, יעדער האט געהאט די זעלבע הייליגע צילן פון יושר און אמת'דיגקייט און גלייכקייט, סטעטשו אוו ליבערטי! אבער איינמאל די עולם האט זיך איינגעלעבט אין די קולטור פון "נישט קולטור" איז דעיס זעלבסט געווארן א קולטור אין וואס מ'גלייבט אז מ'קען ארויפצווינגען אויף דעי וואס ווילן נישט. און דא איז ווי די ליגנט האט געפלאצט, ווייל ס'איז געווארן א פאראדאקס ווי די פרייהייט באצווינגט צו פרייהייט, ס'איז געווארן א סתירה צו זיך אליין, די ליבערטי האט זיך אליינס אומגעברענגט.

#They will eat their own
אוועטאר
שקר גמור
שר האלף
תגובות: 1147
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 10:20 pm

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שקר גמור »

און מיין מיינונג.

דעמעקראטיע קען נישט מצליח זיין אלס א גאווערמענט.

יא ליין עס איבער, דעמאקראטיע קען נישט מצליח זיין אלס א גאווערמענט,

די ציווילע בירגער מעג גלייבן וואס ער וויל, ער מעג וויסן וואס ער וויל, און זאגן וואס ער וויל, און מעג באזיצן געווער, און מאכן פראטעסטן, וויאזוי און די וועלט קען א רעגירונג זיך אזוי אפערירן?

איי וועסטו שפרינגען זעסט דאך אז אמעריקע איז יארן לאנג געווען די מערסט סוקסעספולסטע לענדער און די וועלט, אקענאמיש, פאליטיש, און מילעטעריש?

דא קומט די קנעיטש, די איינציגסטע וועג ווי א דעמעקראטיע קען מצליח זיין, איז מיט די וואונדער ווארט, 'טראסט'... אז מענטשן טראסטן די גאווערמענט, און גלייבן און די סיסטעים, דאן פילן מענטשן צי איך בון פון די מאיאריטעיט, צי פון די מינאריטעיט, למעשה קען איך טראסטן די גאווערמענט, און אויב איך בון נישט צופרידן, וועט מען זיך טרעפן ביים שטום בודקע,

מיט די אויפשטייג פון סאושל מידיע איז די טראסט פון די ציווילע המון צי די גאווערמענט אנגעהויבן צי צופאלן... און די גאווערמענט (וועט מיר מיזן מוחל זיין...) האט נישט געטון גענוג צי אנטקעגן קומען די עולם און קאנפראטירן די (וויאזוי וויוועק האט עס ליב צי רופן) 'אמת' זיי האבן אנטלאפן פון פראגעס און אנשטאט דעים אלעס גע'פסל'ט אלס 'דיסאינפראמאציע' און 'קאנספעראציע טעאריעס'

זיי האבן זיך געלעבט און די 19 הונדערט יארן אז מ'וועט גיין אינוואדירן איראק מיט עפעס א פאלשע תירוץ און קיינער וועט קיינמאל נישט כאפן... און מ'האט יא... אנערקענען די טעות? זיך אנטשולדיגן? מאן דכר שמיה... אויב ס'איז נישטא קיין טראסט און אפענקייט צוזאמען מיט די דאמעקראטיע וואזשע נער'סטו די גאנצע וועלט?

דא האט זיך די שפאלט אנגעהויבן,

מ'קען עס נאך ראטעווען אבער מ'דארף ארבעטן דערויף, מ'דארף טוישן די גאנצע געדאנקענגאנג און וואשינגטאן, די יאר וואס די נאציאנאלע ארכיוון וועט די קלאסעפעצירן מער ארטיקלען וואס זיי וועלן קלאסעפעצירן וועל איך וויסן אז מ'גייט און ריכטונג פון ערהוילונג,

כמיין אז דאס האט @גראז אויך געמיינט, נאר וואס דען? יענעמס גראז איז גרינער? ניין פשוט מיין פרידעם אויף ספיטש ערלויבט מיר צי שרייבן וואס איך וויל...

וואס האקסטו יעצט אריין מיט דשוליען אסאנדש? איך האב נישט גערעדט פון אים...
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5398
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

שקר גמור האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 4:42 pm
כמיין אז דאס האט @גראז אויך געמיינט
ניין.

אבער דו שרייבסט אויך גוט.

דאס גייט בעיסיקלי אריין אין מיסטי'ס נומער 5, די איינציגסטע וואס איך עגרי, טעכנאלאגיע איז אין גרויס טייל שולדיג.

מען קען עס אראפלייגן אויף דיין וועג, מען קען עס אראפלייגן אויף אנדערע וועגן, אבער דאס איז עס, טעכנאלאגיע און בפרט סאציאלע מידיע איז ממש א חורבן עולם.
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7130
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

טעכנאלאגיע איז א ברכה. סאושעל מידיא איז א חורבן

צ/ק, ווילאנג מען האט אין אמעריקע רעספעקטירט און פרעזעווירט די באלעבאס׳ס רצון האט זי מצליח געווען, איינמאל דאס איז געווארן עפעס פון וואס מען דארף זיך ארויסזעהן (עפ״ל) איז זי א פארגאנגענהייט
לעצט פארראכטן דורך בניהו אום מאנטאג אוגוסט 07, 2023 5:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני הוא הנער, נער המדבר
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

@מסתמא פון וועלכע דאטום קען מען דאס שוין אפיצעל רופן "אונטערגעגאנגען"?

איך מיין דאס וועט העלפן בעסער פארשטיין וואס האט גורם געוועם דערצו.

זאג אונז די דאטום און פארוואס דו האלטסט יענע דאטום קען מען שוין עס קלאסיפיצירן אלץ "אונטערגעגאנגען".

נאך איין קלייניקייט, ס'קען הייסן "אונטערגעגאנגען" אפילו אויב א ריזיגע טייל האלט נישט אזוי? מ'דארף דערצו האבן א רוב? רוב 'מענטשן' אדער דורך די 'עלעקטראל קאלעדזש'.

נישט זאלסטו מיינען אז איך מאך ליצנות, ח"ו אזוי צו קלערן.

איך שפיר אז אביסל קלארקייט אויף מיינע פראגעס קען מעגליך קלארשטעלן דיינע.

בכלל דארף מען פארשטיין, ווען דו פרעגסט און רעכנסט אויס די גורמים צום אונטערגאנג, האבן דאך די גורמים אויך געהאט גורמים וואס האט דאס צוגעברענגט, איז ביז ווי גייט מען?

וואס זענען די דעצירנדע גורמין וואס האט דאס צוגעברענגט, כאילו צו זאגן אז מ'וואלט געקענט זיך אן עצה געבן אמ די גורמים, האבן די זעלבע מעלות וואס מ'האט געוואלט עררייכן אן די חסרונות דערפון? רוב פון די זאכן וואס דו רעכנסט אויס האט מען געמאכט פאר א סיבה.

ווילסט מיך פרעגן? איך גיי זאגן עפעס וואס מ'האט נישט ליב צו הערן, איינמאל מ'האט געגעבן שטים רעכט פאר די וועלכע זענען נישט קיין פורעי מס, האט זיך אלעס געענדיגט אין מיינע אויגן.

זיצן שעירהאלדערס אין א ביזנעס, קומען זיך אריין די וייבער און קנעכט פון די שעירהאלדעס און שטימען, עטס גייט'ס ארויס פן דא?

איך זאג נישט אז פרויען זאלן נישט שטימען אדער אז קנעכטשאפט זאל זיין לעגאל, אבער אריינרעדן זאל בלויז דער וואס צאלט אריין אין די קאסע, דאס איבעריגע זאלן שטיין פון די זייט.
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

אריינרעדן אין בודזשעט פארשטיי איך דיר

אבער פארוואס זאלן זיי קענען מחוקק זיין חוקים וואס מאכט זיכער אז די געלט בלייבט ליגן ביי זיי און נוצן די כוח פינעם רעגירונג זיכער צו מאכן אז די נישט צאללערס לייען עניים בלייבן נישט צאלערס??

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 5:55 pm

ווייל נאר אזוי פארמיידט די אלע "ספעציעלע אינטערסן" גרופעס, נאר אזוי פאקאוסט מען אויף באגרעניצטע רעגירונג מיט א מינימום אז די געזעלשאפט זאל פונקציאנירן.

די אנדערע אפציע איז וויאזוי ס'קוקט איצט אויס.
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5398
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

אויב וויל מען רעדן פון א ספעציפישע צייט, קען מען עס אנטייטלען אויף לינדען דזשאנסאנ'ס פאלעסיס און באראק אבאמא וואס האט געגעבן די נעקסטע ערענסטע שטופ.
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גראז האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 6:01 pm
אויב וויל מען רעדן פון א ספעציפישע צייט, קען מען עס אנטייטלען אויף לינדען דזשאנסאנ'ס פאלעסיס .
ערקלער ביטע
אוועטאר
יהודה אריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 3:17 am
לאקאציע:אין באשעפער'ס הענט

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודה אריה »

אין די מעלות איז אמאל געווען א גוטע ארטיקל אויף דעם נושא.
עברי אנוכי ואת ד' אלוקי השמים אני ירא
פאראיעריגער שניי
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 6:01 pm
פאראיעריגער שניי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 5:55 pm
אריינרעדן אין בודזשעט פארשטיי איך דיר

אבער פארוואס זאלן זיי קענען מחוקק זיין חוקים וואס מאכט זיכער אז די געלט בלייבט ליגן ביי זיי און נוצן די כוח פינעם רעגירונג זיכער צו מאכן אז די נישט צאללערס לייען עניים בלייבן נישט צאלערס??
ווייל נאר אזוי פארמיידט די אלע "ספעציעלע אינטערסן" גרופעס, נאר אזוי פאקאוסט מען אויף באגרעניצטע רעגירונג מיט א מינימום אז די געזעלשאפט זאל פונקציאנירן.

די אנדערע אפציע איז וויאזוי ס'קוקט איצט אויס.
כזעה נישט פארוואס די צאלער זענען נישט א ספעציעלע אינטערעס גרופע, האלטן קען זיין וועט עס, רשעות וועט עס זיין, ווען ממאכט אזוי אפ אויפן בודזשעט און מקען ווען אפטיילן אנדערע זאכן וואלט אפשר געשטימט הגם כזעה נישט וויאזוי מקען אפטיילן...
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

פאראיעריגער שניי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 6:09 pm

איך זעה אויך נישט וויאזוי מ'קען עס אפטיילן, מילא זעה אדער די וועג וויאזוי ס'קוקט אויס איצט אדער ווען נאר שטייער צאלער רעדן אריין.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

@פראקטיש , בערך דריי פערטל עולם האלט אז אמעריקע איז אין די ערד.

(און די אנדערע פערטל ענטפערט אנדערש ווייל זיי ווילן שטיצן דעם פרעזידענט... איך וואלט אויך מעגליך געזאגט פאר אן אנקעטע אז איך האלט אז עס גוט..)

@בניהו , סאושעל מידיע איז

1) א תוצאה, לכאורה אינעוודעבל, פון טעכנאלאגיע.

2) ווייט נישט די איינציגסטע שלעכטע זאך פון טעכנאלאגיע.

אודאי האט טעכנאלאגיע גוטע זאכן אויך, קען אפילו זיין אז עס איז א נעט פלאס, אבער דא רעדט מען על מה אבדה הארץ..
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

@צל עובר כ'האב געפרעגט/געזאגט נאך זאכן, איך בין נייגעריג וואס דו האלטס דערויף
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5398
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 6:03 pm
גראז האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 6:01 pm
אויב וויל מען רעדן פון א ספעציפישע צייט, קען מען עס אנטייטלען אויף לינדען דזשאנסאנ'ס פאלעסיס .
ערקלער ביטע
מ'קען זאגן אז לינדען דזשאנסאן איז געווען די ערשטע וואוקיסט. ער איז געווען דער ערשטער וואס האט גרויס געמאכט די גאווערמענט, ער האט אנגעהויבן אז די גאווערמענט רעדט אריין אין קולטוראלע ענינים. ער איז געווען די ערשטע וואס האט אויף א גראבע אופן גענומען די קאנפעצט פון ליבערטי און איר געשלאגן מיט איר אייגענע מעדיצין, דעי סתירה וואס מ'באגעגענט זיך היינט יעדע צווייטע מינוט צווישן קונסטוטוציאנאלע ליבערטי און קולטוראלע ליבערטי האט ער אנגעהויבן. די היינטיגע ליבעראלע סאציאליזם פון אז "גאווערמענט מאכט פריי", פון אז גאווערמענט שטעלט דיך צו און צווינגט דיך אויך צוצושטעלן, פון אז גאווערמענט טוט אפעציעל אויסגלייכן די דיפרענצן און אויפבויען פעסטע וויקטעם באזע, דעיס אלעס האט זיך בגדול אנגעהויבן אין זיינע צייטן. ער האט צובראכן די קולטור און גרעסער געמאכט גאווערמענט אין איין שאס.

#גרעיט סאסייעטי.
לעצט פארראכטן דורך גראז אום מאנטאג אוגוסט 07, 2023 7:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5398
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

צל עובר האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 6:19 pm
@בניהו, סאושעל מידיע איז:

1) א תוצאה, לכאורה אינעוודעבל, פון טעכנאלאגיע.

2) ווייט נישט די איינציגסטע שלעכטע זאך פון טעכנאלאגיע.

אודאי האט טעכנאלאגיע גוטע זאכן אויך, קען אפילו זיין אז עס איז א נעט פלאס, אבער דא רעדט מען על מה אבדה הארץ..
קלאר.

טעכנאלאגיע איט סעלף האט אסאך אסאך דאון סייטס, און סאושעל מידיע וואלט ווען ווייט נישט געמוזט זיין אזוי שלעכט ווען מ'רעגעלירט עס ווען מיט קאמאן סענץ און מיט א ווילן צו האלטן סאסייעטי אויף א הויכע סטאנדארט, און פונקט אזוי איז מיט אלע אנדערע שטחים אין עולם הטעכנאלאגיע.
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7130
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

צל עובר האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 6:19 pm
@פראקטיש, בערך דריי פערטל עולם האלט אז אמעריקע איז אין די ערד.

(און די אנדערע פערטל ענטפערט אנדערש ווייל זיי ווילן שטיצן דעם פרעזידענט... איך וואלט אויך מעגליך געזאגט פאר אן אנקעטע אז איך האלט אז עס גוט..)

@בניהו, סאושעל מידיע איז

1) א תוצאה, לכאורה אינעוודעבל, פון טעכנאלאגיע.

2) ווייט נישט די איינציגסטע שלעכטע זאך פון טעכנאלאגיע.

אודאי האט טעכנאלאגיע גוטע זאכן אויך, קען אפילו זיין אז עס איז א נעט פלאס, אבער דא רעדט מען על מה אבדה הארץ..
אבער צו זאגן אז טעכנאלאגיע איז א חורבן איז די פארקערטע פון הכרת הטוב פארן גרויסען באשעפער וואס האט געשיקט פאר אונז אזא אבנארמאלע שפע דורך טעכנאלאגיע אין יעדע תחום אין לעבן. ביזנעס, רפואה, מענטשליכע באקוועמליכקייטן ועוד

גראזל האקט
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

צ''ק
אזוי.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15677
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

איך וואלט אריינגעווארפן צוויי צענט, אבער קודם וויל איך וויסן וואס אונטערגעגאנגען מיינט?

איינער מיט א קלארע דעפיניציע?
ביידען האט אינדארסירט זיין וויצע פאר פרעזידענט - טראמפ האט געוואלט הרג'נען זיין
העריס ~ וואלץ 2024

רוסיש-אוקראינער קריג גלאָסאַר

וואס איז געשען מיט סיליקאן וואלי באנק
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5543
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: וויאזוי איז אמעריקע אינטערגעגאנגען? אייער צוויי צענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 5:52 pm
@מסתמא פון וועלכע דאטום קען מען דאס שוין אפיצעל רופן "אונטערגעגאנגען"?

איך מיין דאס וועט העלפן בעסער פארשטיין וואס האט גורם געוועם דערצו.

זאג אונז די דאטום און פארוואס דו האלטסט יענע דאטום קען מען שוין עס קלאסיפיצירן אלץ "אונטערגעגאנגען".

נאך איין קלייניקייט, ס'קען הייסן "אונטערגעגאנגען" אפילו אויב א ריזיגע טייל האלט נישט אזוי? מ'דארף דערצו האבן א רוב? רוב 'מענטשן' אדער דורך די 'עלעקטראל קאלעדזש'.

נישט זאלסטו מיינען אז איך מאך ליצנות, ח"ו אזוי צו קלערן.

איך שפיר אז אביסל קלארקייט אויף מיינע פראגעס קען מעגליך קלארשטעלן דיינע.

בכלל דארף מען פארשטיין, ווען דו פרעגסט און רעכנסט אויס די גורמים צום אונטערגאנג, האבן דאך די גורמים אויך געהאט גורמים וואס האט דאס צוגעברענגט, איז ביז ווי גייט מען?

וואס זענען די דעצירנדע גורמין וואס האט דאס צוגעברענגט, כאילו צו זאגן אז מ'וואלט געקענט זיך אן עצה געבן אמ די גורמים, האבן די זעלבע מעלות וואס מ'האט געוואלט עררייכן אן די חסרונות דערפון? רוב פון די זאכן וואס דו רעכנסט אויס האט מען געמאכט פאר א סיבה.

ווילסט מיך פרעגן? איך גיי זאגן עפעס וואס מ'האט נישט ליב צו הערן, איינמאל מ'האט געגעבן שטים רעכט פאר די וועלכע זענען נישט קיין פורעי מס, האט זיך אלעס געענדיגט אין מיינע אויגן.

זיצן שעירהאלדערס אין א ביזנעס, קומען זיך אריין די וייבער און קנעכט פון די שעירהאלדעס און שטימען, עטס גייט'ס ארויס פן דא?

איך זאג נישט אז פרויען זאלן נישט שטימען אדער אז קנעכטשאפט זאל זיין לעגאל, אבער אריינרעדן זאל בלויז דער וואס צאלט אריין אין די קאסע, דאס איבעריגע זאלן שטיין פון די זייט.
פראקטיש טייערער, אזא שיטה איז שוין אן אלטער שיטה. ”נאו טעקסעישאן וויטאוט רעפרעזענטעישאן” גייט בעצן אויף ביידע וועגן. נאו רעפרעזענטעישאן וויאטאוט טעקסטעישאן! ביימיר האט איר געפויעלט
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”