מיינע זכרונות פון די טשעבינער ישיבה אין ירושלים עיה"ק - און די תורה לייבען וואס זענען דארט געווען
פאר די וואס האבן געהאט די זכיה צי לערנען דארט, איז עס נישט קיין גרויסע חידוש, אבער די טשעבינער ישיבה האט זיך געהאט איהרע אייגענארטיגקייטען, וואס אנדערע ישיבות האבן נישט פארמאגט.
די שענסטע זאך וואס איך געדענק פון דארט, איז די פולע תורה לייבן וואס האבן זיך דארט געדרייט, עס זענען דארט געווען אידן וואס האבן געקענט כל התורה כולו, אידן פרושים מכל ענייני עוה"ז, אזוי צווישען די פיס.
די שפיץ איז געווען דער מגישז הגאון האדיר ר' אברהם גניחובסקי זי"ע, א איד וואס האט געקענט כל התורה כולו, און אן קיין גוזמה, און נישט סתם גקענט, נאר בעיון רב, אויף יעדע זאך האט ער געהאט געבויט חשבונות גג על גג, עמוק עמוק.
אבער די גרעסטע חידוש זיינע איז געווען צי קענען אראפ לייגען א שיעור אז אזא פשוט'ע בחור'ל ווי מיר זאל עס קענען פארשטיין, מיט פראסטע משלים, מסביר געווען ווי א כתה א' רבי.
בכלל איז ער געווען א געוואלטיגע גאון אין מידות, מיט א אויסנעמליכע ליבשאפט צי יעדע קליין קינד.
ער פלעגט שלאפן אין ישיבה א גאנץ וואך, נאר שבת קודש איז ער אהיים געפארן צי זיין שטוב אין בני ברק.
ווי אויך האט זיך געדרייט טעגליך אין ישיבה, הגה"ק ר' אהרן מרדכי רטנער זצוק"ל, ווי ער פלעגט זיצען אין זיין ווינקעל נעבן די האלצערנע ספרים שאפע, און אריין שלינגען בלעטער גמרא, איימאל א וואך האט ער פארגעלערענט של"ה הק, נישט ווייט פון איהם איז געזיצען הגאון ר' זונדל קרויזר זצוק"ל אריין געטוהן טיף טיף אין גמרא, מזקני נקיי הדעת שבירושלים, מיט איהם האט מען געהאט ווייניגער שייכות, אבער נאר זעהן זיין דמות האט שוין מורא'דיג ציגעגעבן, ווי אויך איז געווען דארט הגה"ק ר' יודל רבינוביץ זצוק"ל, ווי ער האט זיך געשלעפט אין ישיבה טעגליך עד יומו האחרון.
אינטען, אויף די ערשטע שטאק פון די ישיבה איז געווען א ביהמ"ד, וואס זיי האבן עס גערופן כולל ברוך טעם, אפשר טאקע געווען א כולל, אבער נישט קיין כולל אברכים, עס זענען דארט געווען, הגאונים והצדיקים, ר' יצחק נתן קופרשטאק, ר' אברהם קופשיץ, ר' יענקל קוזליק, ועוד, זצוק"ל.