פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

לאמיר זיך פרובירן אין די אשכול צו פארמעסטן מיט פאעזיע אויף זאכן, געשענישן, אביעקטן, וכו.
צום ביישפיל: ווער קען אנהיבן מיט א גוט שטיקל אויף שיך.
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

דו האלטסט מיר אונטער
דו היטס מיר וווינטער
אביסל שטינקטער
אינעווייניג פינסטער
דרויסן שיינט ער
מיט שווארצע טינטער
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
never
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4909
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

דורך געטראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:05 am
דו האלטסט מיר אונטער
דו היטס מיר וווינטער
אביסל שטינקטער
אינעווייניג פינסטער
דרויסן שיינט ער
מיט שווארצע טינטער
Wow wow wow
די ביזט באמת "דורכגעטראכט!"
ני, גיי ווייטער!
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

אפשר לאמיר פרובירן ווער קען גיין פתיחה און שרייבן א קליינע פאעזיע אדער שמאזיע אויף never” קיינמאל!
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

איך פיץ איר נישט קיינמאל, דאס איז מיינע שיך.
פראבירט האב איך איינמאל, און אויפגעגעבן גיך.
יא מענטשן האקן ווי אמאל, דאך דארף מען דיך.
פארן סניקער איך באצאל, אין מאשין עס וואשט זיך.
ניין איך בין נישט קאל, נאר א בקוועמע איד בין איך.
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
בן זכריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 27, 2022 11:33 pm

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן זכריה »

איך קען דיר אנטרעטן
דריקן און קנעיטן
דו פארלאנגסט נישט איבערבעטן
זיצסט שטיל.

אין מאראסטיגע וועגן
נאסע רעגן
דו טוסט נישט פרעגן
נאך וויפיל.

איך טוה דיר בינדען
סטרעטשן די גרינדען
ווער פארשטייט דיינע וואונדען
אן קיין גבול

שוין געבראכן דיין צער
נישט מער קיין נער
עפענסט דיין שער
שוין רעדן וויל.

מיין רעגעניש טוט שארפן
כ'טוה דיר אוועק ווארפן
א נייע טוה איך דארפן
נישט דאס איז מיין ציל.


הלוואי בין איך ווי דיר
וואס קען ליידן אן א שיעור
און בלייבן שטיל כאטש עס ברענט אין מיר.

הנעלבין ואינן עולבין עליהם הכתוב אומר ואוהביו כצאת השמש בגבורתו
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

Wow
מיר זענען שיך
מיר זענען עדות
אויף מיר גאנצע פאזיע געביידעס
פון @בן זכריה @וועלטס מבין און סתם
און ווייל מיר זענען בלויזע שטאף פאר לידער
נישט זאכן וואס מען מוז פארשטיין
דערפאר האט יעדער
אנגעצינדן דעם טשאלענזש פלאם
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
חנוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע:על גשר צר מאד

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנוך »

איך,
א לאך אין שיך,
דיך,
א לאך אין זיך,
איך א לאך אין שיך שווארץ,
דו א לאך אין הארץ.

לאמיר פריינט ווערן,
אונזער ארבטייל שערן,
איך וועל דיר הארץ געבן,
דו מיר לעדער ברענגן,
איך וועל דיין הארץ פארנייען
און דו מיין שיך באנייען.
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

ווער האט א איידיע אויף נאך עפעס צו מאכן אזווי מען האט געמאכט אויף שיך?
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1846
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

קיו טיפס

איך שטיפ דיך אריין
אין מיין אויער נאס פון די מקוה
עס טוט וויי און איך וויין
אבער מחזק בין איך זיך ווייל עס איז א מצוה
פריער ביסטו ריין געווען
יעצט זענט איר שמוציג
האב נישט מורא עס איז גארנישט געשען
ווייל די ביסט פאר מיר זייער וויכטיג
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן ווינטער
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3501
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע:ששש..

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

טרעט נישט מיט מיר אויף דיין טלית
פאר מיר זאל א מענטש פארקויפן אלעס
אין א מקום קדוש שטיי איך בחוץ
פון אלעס אויף דער ערד, איך באשיץ

דער שוסטער מענדל
מיר געמאכט מיט א בענדל
אבער עקאו געמאכט, אין מיך אריין טרעט
דאס איז וואס דער עולם היינט בעט

אויף אייוועלט רעדט מען איבערן סניקער
שרייט איינער איך בין נישט קיין עטענשען סיקער
אבער ס'איז דאך סאך מער באקוועם
וועם גייט אן די נעי"ם

טייל טראכטן אינדרויסן פון באקס
סאיז מיין פוס, איך גיי מיט קראקס
איין לאך אויפן פיס איז אים נישט גענוג
ווי דער פרה מטמא אויב ניגע לרוק
לפנות בוקר
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

חצי נזק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:32 pm
קיו טיפס

איך שטיפ דיך אריין
אין מיין אויער נאס פון די מקוה
עס טוט וויי און איך וויין
אבער מחזק בין איך זיך ווייל עס איז א מצוה
פריער ביסטו ריין געווען
יעצט זענט איר שמוציג
האב נישט מורא עס איז גארנישט געשען
ווייל די ביסט פאר מיר זייער וויכטיג
הארט ווי א שטעקן
ווייעך ביי די עקן
אין מיסט דיר באדעקן

דו מאכסט הערן קלאר
און רייניגן פאר שאר
נאכן מקוה טהור
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
רבי יענקב
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 2:20 pm

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי יענקב »

פאעזיע

נאקעטע רייד
פארסמאקעטערהייט
קוים מ'פארשטייט

דאכטן אנצוקומען
טראכטן מי'מען
צו באלייכטן און רוהמן

כאטש צונעזאם
און פון זעלבן שטאם
אנדערש פון גראם
איז זי

דיין קאפ
אן אויפשטאפ
צו ניצן א טראפ
טראכטן זיין ביזי

גראמען טאקע
ס'גוט ס'מקידוש
אבער גרעסער די שאקע
ווען סדי'אייגענע חידוש

נישט שפארן
פון מח
אליין אויסקלארן
מיט כח

לאמיר פאזיענירן
צו פארפירן
יענעמס שפירן
קענדי'ס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:11 am
איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינונג ביטע נישט פארדרייען א קאפ מיט פאקטען
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15338
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

די קאלטע ערד
פילן די פערד

די וועלט איז אבערגעקערט
די צדקה קאסעס אויסגעלערט

זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס שיך
נישט נאר טראכטן פון דיך

האט עס דריי עקן
זאלן די מנהלים עס מעקן

רייך צו ארעם
קען נישט גיין אנעם

אוי ס'שוויצט ס'נאס'ן
די פיס אויף אים קראצן

מיט בענדלעך אדער אן
פאר שבת שווארצט מען אים
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

גרויסע עם הארץ האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 10:08 pm
די קאלטע ערד
פילן די פערד

מיט בענדלעך אדער אן
פאר שבת שווארצט מען אים
wow
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

רבי יענקב האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 9:13 pm
פאעזיע

נאקעטע רייד
פארסמאקעטערהייט
קוים מ'פארשטייט

לאמיר פאזיענירן
צו פארפירן
יענעמס שפירן

לאמיר אלע פאזיענירן
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

פיינע געדאנק! כ'מיין מ'זאל לאזן דעם עולם פאעזינירן אויף איין טעמע פאר א טאג אדער מער, און דערנאך טוישן.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפּגעשריבן.
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15338
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

די פינטל
אזוי סימפל

פאר זיך
אזויווי שיך

ס'דא סייזעס פילע
אזוי אויך מענטשן מינע


**
זאגן
קען מאכן קלאגן

ווי א מויל אויף שיך
טראכט עס אויף דיך
יואלי'של
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 23, 2023 10:44 pm

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואלי'של »

never האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:08 am
דורך געטראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:05 am
דו האלטסט מיר אונטער
דו היטס מיר וווינטער
אביסל שטינקטער
אינעווייניג פינסטער
דרויסן שיינט ער
מיט שווארצע טינטער
Wow wow wow
די ביזט באמת "דורכגעטראכט!"
ני, גיי ווייטער!
פארוואס האלטסטו אז פינסטער גראמט מיט שיינט ער?
רבי זי"ע פאר אונז פועל, ס'זאל זיין נאר גוט און וואויל, ובא לציון גואל, בזכות רבינו הק' מרן רבי יואל!!
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

יואלי'של האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 11:01 pm
never האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:08 am
דורך געטראכטער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 1:05 am
דו האלטסט מיר אונטער
דו היטס מיר וווינטער
אביסל שטינקטער
אינעווייניג פינסטער
דרויסן שיינט ער
מיט שווארצע טינטער
Wow wow wow
די ביזט באמת "דורכגעטראכט!"
ני, גיי ווייטער!
פארוואס האלטסטו אז פינסטער גראמט מיט שיינט ער?
ס’נישט קיין גראמען
ס’יז שמאעזיע
ספיריטשועל
די פיוטשער... האללא
דו לערענסט דיקדוק?
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
פייער אפפער
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 26, 2008 7:04 pm

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער אפפער »

שפעטע נאכט שטונדן, דער מח קלינגט וואו א גלאק
יעדעס ווארט דורכגעלאפן פון שטאק ביז זאק, אבער נאכאלץ געבליבן סטאק
ך'דארף מיך צוזאמנעמן און אויסשטעלן די ווערטער אין א רייע גענוי
נאר אזוי קען דער פאעזיע שמאזיע האבן דער ריכטיגער געבוי
עס איז נישט געבליבן צופיל שורות ביז איך קום צום ווארט צו
וויאזוי קען איך נאך משלב זיין שיך, נעווער, קיו טיפס מיט פאעזיע זו בזו
ווארום די פערזאנען וואס האבן נעווער געהאט שיך מיט קיו טיפס האבן פאעזיע געאטעמט
עס איז אונז פארבליבן וואונדערליכע פאעזיע פון גדולים וצדיקים וואס האבן געשמ'ט
רעכן אויס די ר"ת און ס"ת וועסטו פארשטיין פארוואס כשרייב דא יפס

א גוטע נאכט
לעצט פארראכטן דורך פייער אפפער אום פרייטאג אוגוסט 11, 2023 12:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13778
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

חצי נזק האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:32 pm
קיו טיפס

איך שטיפ דיך אריין
אין מיין אויער נאס פון די מקוה
עס טוט וויי און איך וויין
אבער מחזק בין איך זיך ווייל עס איז א מצוה
פריער ביסטו ריין געווען
יעצט זענט איר שמוציג
האב נישט מורא עס איז גארנישט געשען
ווייל די ביסט פאר מיר זייער וויכטיג
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6388
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

א גוטן דא שרייבט באשיינפערליך
וואס צו טוהן איך זיך
אויף גראדע ווענט איך קריך
יע כ׳בין נישט געווען קלוג

סיז א שרעקליכע קריים
ביטער ווי ליים
ח״ו אים צו פאלגן נעקסט טיים
אבער דאס מאל האט ער געפייערט זיג

אין בעט איך ליג
אזוי אומגעדולדיג
וואס בין איך שולדיג
אז כ׳בין וואך

צופרי אריינגעשלאפן
ווי א ברעט געפאפן
ביז די זון איז געווען אויף צפון
אבער יעצט א ביטער געלעכטער איך לאך

איך רעד צו סיי ווער
אפילו ביסט מיד יעדע אבר
אויסרוען וועט מען זיך אין קבר
נוץ אויס די צייט מיט מאכט

אויף די צייט טוה שיצן
יעדע מינוט אויסנוצן
אפילו דער יצר טוט טריצן
האסט מיר אלע א לעכטיגע נאכט!
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

@באשיינפערליך דו ביזט מולטי טאלאנטפול
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
אוועטאר
באשיינפערליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6388
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:38 pm
לאקאציע:וואו דו ווילסט נאר...

Re: פאעזיע און שמאזיע טשאלענזש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באשיינפערליך »

דורך געטראכטער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 11, 2023 1:54 am
@באשיינפערליך דו ביזט מולטי טאלאנטפול
ווען אין שטוב איז טינקל
דאן קומט אלעס ארויף
ווען יעדער ליגט אין זיין אייגן ווינקל
דאן די הארץ מאכט זיך אויף

די בעסטע צייטן
דאן טוט עס פליסן
ווען מ׳ווערט נישט געשטערט פון א צווייטן
דאן פון הארץ טוט גיסן

א רואיג מח
גאר טיף טראכט
שטילקייט האט א שטארקע כח
צום צווייטן מאל, א גוטע נאכט!
יעדע מענטש שטארבט, נישט יעדער לעבט…
מטעמים האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 6:49 pm
איך בין מיט אייוועלט!!! איך בין א אבימלך איד!!!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”