ריכטער בלאקירט די אויפטריט פון א קאלאמביע אוניווערסיטעט פסיכיאטאר וועלכע די סניגור האט געוואלט ברענגן אלס עד עקספערט
יענער האט געזאלט אויפברענגן צווייפלען אין די באהויפטונג פון די פראקורארן אז האנטער האט ווירקליך געוואוסט אז ער איז קלאסיפיצירט אלס דראג אדיקט אין 2018 למספרם ווען ער האט זיך איינגעהאנדלט א ביקס
די ריכטער שרייבט אז וויבאלד דער דאקטאר האט נישט געקנעט קלארשטעלן פאר די קטיגור וואס עס זענען זיינע מיינונגען איבער א רייע פאקטן אין די קעיס לאזט עס זיי איבער אין די טונקל אן קיין מעגליכקייט זיך צוצוגרייטן צו א ריכטיגע קרייץ פארהער און דעריבער וועט ער נישט קענען אויפטרעטן
די פארטיידיגונג האט אויך געוואלט נוצן א געשניטענע ווערסיע פון די גאן אפליקאציע פארום און אנווייזן אז אין 2021 למספרם האבן די געשעפט אייגנטומער ארויסגעשניטן טייל פון די דאקומענט
די ריכטער האט עס אבער שארף אפגעווארפן זאגנדיג אז די טייל וואס מען האט אוועקגעשניטן און גענציך אומרעלעוואנט צו די קעיס און שארף געטאדלט די פארטיידיגונג אז סיי וועלכע פארזוך אויפצוברענגן צווייפלען אין די פאליטישע מאטיוואציע פון די געשעפט אייגנטומער באזירט אויף זייער האנדלונג מיט די דאקומענט וועט אומ'יושר'דיג צומישן די דזשורי און נישט ווערן טאלערירט