דייטשלאנד איז גערעכט און אומשולדיג! (ביים ערשטן וועלטס קריג)
איך דארף אנהייבן מיט א קורצע הקדמה שלא מן העניין:
איך בין געווענטליך זייער לאנגווייליג ווען איך ליין היסטאריע אין סיי וועלכע וועכענטליכע אידישע אויסגאבע, רוב ידיעות זענען שוין אויסגעדראשן אדער סתם געשניטן און געקלעבט. חוה"מ פסח האב איך אנדעקט דעם קינדער אויסגאבע פונעם בליק, און איך בין זיך מחיה דערמיט. בעיקר ווען עס איז דא די מנהגים פון יוצאי אשכנז, ספרד, תימן וכו'.
עד כאן.
ועכשיו לעניין:
זיי האבן אנגעהויבן צו לויפן א סיריע פון ארטיקלן איבערן ערשטן וועלטס קריג, און עס האט מיר שוין ארויסגענומען פון די גלייזן עטליכע מאהל. וואס קען שוין זיין שלעכט דערמיט, וועט איר פרעגן?
עס איז דא די ערשטע וועלט מלחמה, און עס איז דא צווייטע. ביי די צווייטע וועלט מלחמה זענען די נאציס געווען אין קראפט און די נאציס זענען רוצחים, פושעים, אכזרים, חיות, שדים. במילא האבן מיר א שטארקע ווייטאג קעגן דייטשלאנד בעצם, און קעגן אלעס וואס זיי פארטראגן. אונזערע זיידעס האבן זיך נישט געקענט זעהן באניצן סיי וועלכע דייטש פראדוקט, אדער אפילו הערן א גוי רעדן דויטש. דאס קלאפט זייער שטארק ארויס, ווען מיר היימישע אידן שרייבן היסטאריע.
אויב שרייבט מען וועגן די ערשטע וועלט מלחמה, וועט מען אוטאמאטיש אריינווארפן אגאנצע צייט ווי אומגערעכט די דייטשן זענען געווען ביים ערשטן וועלט מלחמה, און ווי שטארקע זיי זענען געווען מלחמה-הונגעריג און סתם שלמזלים.
דער אמת איז דאך ממש פונקט פארקערט. יא, ממש פונקט קאפויער. דייטשלאנד איז געווען טויזענט פראצענט גערעכט סיי מיט'ן אנהייבן די מלחמה, סיי בשעת די מלחמה, און סיי ביים פארלירן. און ווען נישט די טעראר (יא! טעראר לויט די דעפענישן פון די היינטיגע וועלט), וואלט דייטשלאנד געזיגט אין אלע פראנטן.
פאר'ן קריג:
פארן קריג זענען געווען עטליכע גרויסע מאכטן אין אייראפע:
ענגלאנד,
פראנקרייך,
דייטשלאנד,
עסטרייך/אונגארן,
רוסלאנד,
טערקיי.
יעדער פון זיי האט פראבירט צו פארכאפן ווי מער לענדער אינעם כדור העולם. סיי אין אפריקע, סיי אין אזיע, און פארשטייט זיך אין אייראפע גופא.
עסטרייך/אונגארן זענען געווען גאנץ נאנט מיט דייטשלאנד, און געשלאסן א בונד צו באשיצן איינער דעם צווייטן.
ענגלאנד, פראנקייך און רוסלאנד האבן זיך היבש פיינט געהאט אבער גע'ארבעט צוזאמען ווען עס האט אויסגעפעלט. און זיי האבן אויך געשלאסן א בונד צו באשיצן איינער דעם צווייטן.
קוקט די מאפע פון ימים ההם:
מעמד פתיחה:
א סערבישער רעכטער האט געשאסן צום טויט דעם קרוין פרינץ פון עסטרייך/אונגארן. קוקט אויפן מאפע וועט איר זעהן ווי סערביע איז (די רעכטע זייט פון עסטרייך/אונגארן). דער אסטרא/אונגארישע רעגירונג האט געשיקט אן אולטימאטום פאר סערביע ווי פאלגענט:
אויפהערן צו לערנען אין שולעס און העצן אין די קירכעס קעגן עסטרייך/אונגארן. (מיט אן איבערזיכט פון ע/א)
ארעסטירן און משפט'ן דעם רוצח (מיט אן איבערזיכט פון ע/א)
סערביע זאל פארדאמען דעם מעשה רצח.
לאמיר זיך פארשטעלן אז עפעס אן אראבישע לענדל זאל אטאקירן אמעריקא מיט שיסן דעם וויצע פרעזידענט (אדער 911), און אמעריקא וואלט געשיקט אן אולטימאטום צום טאליבאנע רעגירונג אז זיי זאלן משפט'ן די רוצחים און אויפהערן צו העצן אין די שולעס אין קירכעס קעגן אמעריקא, אויב נישט קומט מלחמה. וואלט דאס געווען א מלחמה-הינגעריגע אקט? וואלט דאס געמאכט אמעריקא פאר אטאקירער? וועלכע לאנד וואלט דאס נישט געטוהן בימים ההם ובזמן הזה??
סערביע האט אפגעווארפן דעם פארלאנג. פארוואס? ווייל פראנקרייך, ענגלאנד, און רוסלאנד האבן געגעבן אינשורינס פאר סערביע אז זיי וועלן באשיצט ווערן. פארוואס זאלן זיי דאס טוהן? גאנץ פשוט, זיי האבן באשלאסן אז זיי האבן יעצט די געלעגנהייט איינמאהל פאר אלעמאהל צו לערנען דעם דייטש און עסטרייך/אונגארן א לקח און קענען מנצח זיין. פשוט ווייל זיי קענען בעסער און זענען שטערקער פון דייטשלאנד און עסטרייך.
און אזוי האט זיך אנגעהויבן דעם ערשטע וועלט מלחמה.
אין קורצן: אויב איינער איז געווען מלחמה הונגעריג איז עס געווען פראנקרייך, ענגלאנד און רוסלאנד.
מ'רייסט זיך ביי די קעפ:
שוין די מלחמה ברענט פון אלע זייטן, ווער געווינט?
דייטשלאנד קעגן רוסלאנד: דער דייטש האט געווינען דעם רוס נאכן זיך ראנגלען פאר א שטיק צייט, מיט א זעץ. צוליב די מלחמה האט אויסגעבראכן די אויפשטאנד אין רוסלאנד קעגן דעם צאר און קאמוניזם איז ארויף אויפן מאכט. רוסלאנד האט ארויסגעצויגן פונעם קריג צוליב זייערע פארליסטן.
דייטשלאנד קעגן פראנקרייך/ענגלאנד: דייטשלאנד האט פארלוירן צום סוף. פארוואס??
אה, דאס איז זייער פשוט. דייטשלאנד האט נישט קיין בארטן ווי זיי קענען באקומען עסן און מעדעצין. ענגלאנד האט געלייגט א בלאקאדע ווי זיי האבן אראפגעשאסן יעדע ציווילע שיף וועלכע איז געפארן קיין דייטשלאנד מיט עסן און סחורה! היינט הייסט דאס טעראר!.
נאך מער, ענגלאנד האט געטראגן די מלחמה קיין אפריקע אויך, און עס האט דארט אויך געקאסט צענדליגע טויזענטער אפריקאנער טויטע וועלכע זענען בכלל נישט געווען פארמישט אין די מלחמה אין אן אנדערע קאנטינענט. פארוואס האבן די ענגלישע דאס געטוהן? ווייל דייטשלאנד האט קאנטראלירט צוויי לענדער אין אפריקע וועלכע האבן געהאט א בארטן וואס די דייטשן האבן געניצט. און כדי אויסצוהינגערן די דייטשע באפעלקערונג, האט מען דאס אויך געדארפט צונעמען.
מיט דעם אלעם, איז געווען א "סטעיל=מעיט" פאר א לענגערע צייט ווי פון יעדע זייט זענען געשטארבן טויזענטער יעדן טאג און זיך גערירט אפאר אינטשעס אהער און אהין. נישט אין דייטשלאנד גופא, נאר אין פראנקרייך! נישט די ענגלענדער מיט זייער שטאלץ, און נישט די פראנצויזן מיט די לאנגע וואנצעס האבן געקענט ארויסשטויסן דעם דייטש!
ביי כמעט יעדע שלאכט, זענען די דייטשן ארויס בידם על העליונה. בעיקר מיט ווייניגער טויטע. די פראנצויזן און ענגלענדער חשבון איז געווען אז צוביסלעך גייט מען אויסבליטיגן דעם דייטש פון סאלדאטן און אזוי געווינען. נישט מיט א טאקטישע נצחון, נאר פשוט זיי האבן צוזאמען מער פלייש פון די דייטש. למעשה האט זיך דאס נאך אלס נישט אויסגעארבעט.
אמעריקע
אמעריקע ביים ערשטן וועלטס קריג האט 'געשפיעלט' נייטראלקייט. זיי נעמען נישט קיין זייט אין די מלחמה. חוץ פארשטייט זיך שיקן וואפן, געלט, סחורה און אזוי ווייטער פאר ענגלאנד. אבער חוץ פון דעם, ממש זיי נעמען נישט קיין זייט.
מיט דעם אלעם, האט דייטשלאנד זיך געבעטן ביי די אמעריקאנער צו פארהאנדלן א שלום אפמאך צווישן די זייטן. די סיבה פארן דורכפאל פונעם שלום אפמאך איז צוליב די ענגלענדער, פראנצויזן און אמעריקאנער. און דאס האט געקאסט נאך מיליאנען טויטע אין די מלחמה.
דייטשלאנד האט געזעהן אז אמעריקא גייט סיי ווי נעמען א חלק אין די מלחמה, די וועג אדער יענע וועג. האבן זיי געשיקט א טעלעגראם קיין מעקסיקא אז זיי זאלן מאכן אן אויפשטאנד קעגן אמעריקא, אזוי אז אמעריקא זאל זיין פארנומען מיט זייערע אייגענע פראבלעמען און אפלאזן אייראפע. דאס האט געמאכט אמעריקא באשליסן אז זיי גייען זיך אנשליסן אינעם מלחמה בפועל ממש, אבער זיי דארפן נאך דעם תירוץ.
דא האט דייטשלאנד געמאכט זייער פיינעל טעות, ווען זיי האבן באשלאסן צו געבן די ענגעלענדער צו טעיסטן פון די זעלבע מעדעצין, און זיי האבן פראקלאמאטירט א בלאקאדע אויף ענגלאנד. די אמעריקאנער האבן באשלאסן צו פייפן ווי גרויס די יאר איז, און געשיקט שיפן קיין ענגלאנד. דייטשלאנד האט אראפגעשאסן די שיפן. און דא איז געווארן אן איבערקערעניש! היתכן דייטשלאנד שיסט אראפ א ציווילע שיף?? דאס איז דאך נישט שיין פון זייער זייט.
אמעריקע האט געשיקט א מיליאן סאלדאטן קיין פראנקרייך און זיי האבן איבערגענומען די פאזיציעס פון די מידע פראנצויזן און ענגלענדער, און דאס האט געגעבן די פיינעל פוש אויפן קעמל'ס ריקן, און אזוי האבן זיי געווינען.
נאכן קריג
איך מיין אז יעדער איז מסכים היינט צוטאגס אז די ווערסיי אפמאך איז געווען א טעות און אן עוול בל יכפר. דייטשלאנד דארף באצאלן פאר פראנקרייך אנטשולדיגונגס געלט? אויף וואס פונקטליך? מ'האט דערנידערט דעם דייטש מתחת לעשרה טפחים, ווייל דאס איז געווען די מטרה פונעם קריג בעצם. און דאס האט געקאסט דעם צווייטן וועלט מלחמה און אלע אונזערע קדושים.
איר ווילט זעהן ווער די ענגלענדער און פראנצויזן זענען? בשעת'ן ערשטע וועלט מלחמה האבן זיי געוואלט אז די אראבער זאלן מאכן אן אויפשטאנד קעגן די טערקן (וועלכע האט זיך געשלאגן האנט ביי האנט מיט די דייטשן), האבן זיי צוגעזאגט פאר די אראבער אז זיי גייען געבן די גאנצע מיטל מזרח פאר די אראבער וועלכע גייען זיך קעגן שטעלן די טערקן. בשעת זיי האבן דאס צוגעזאגט מיט אזא ערענסקייט און די אראבער האבן דאס נעבעך געגלייבט, זענען די פראנצויזן און ענגלענדער געזיצן אויף די מאפעס און צוטיילט צווישן זיך יענעם זעלבן שטח! זיי האבן קיינמאל נישט געהאלטן ביים איינהאלטן דעם הבטחה!.
סוף דבר
א. דייטשלאנד איז געווארן אריינגעשלעפט אין א קריג, צוליב די ביליגע תאוות הקרקע פון די ענגלענדער און פראנצויזן.
ב. דייטשלאנד וואלט געווינעם דעם גאנצן קריג ווען נישט די טעראר פון די ענגעלנדער קעגן ציווילע שיפן, און די היפאקראסי פון אמעריקע.
ד. דאס אז עס איז געווען א 'וועלט' מלחמה, איז פשוט צו פארדאנקן די ענגלענדער. דייטשלאנד גארנישט שולדיג אין דעם.

- אטעטשמענטס
-
- אפריקע בימים ההם איידערן קריג
- africaww1.jpg (48.93 KiB) געזען 2040 מאל
-
- מאפע פון אייראפע פארן קריג
- WWOne02.gif (87.23 KiB) געזען 2040 מאל