הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7816
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

איז מטת קדשו א פאסיגער אױסדריק?
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
אוועטאר
אור כי טוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:35 pm
לאקאציע:גנזו לצדיקים

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור כי טוב »

שמעתי מהרה"ג רבי משה זאבערמאן שליט"א לרפו"ש, אז דער רבי איז בקטנותו געוועהן א גרויסע כעסן, און האט ביי זיך אויסגעראטן דער מדה.

דער וואס האט אים אמאהל נאר געזעהן קען דאס שווער גלויבן...
געטראכט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראכט »

קוליעקב האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 10:39 pm
ו' ווען זיין שווער הרה"ק מהרי"י מסקווירא זי"ע האט אים געבעטען אין תשכ"ד צו זיין דער שליח ציבור אין סקווירא האט ער אים געבעטען בזה"ל איך וויל דיר בעטען א זאך נאר אויס די זאגסט יא ! אויס די האסט א הווא אמינא פון זאגען ניין בעט איך נישט... ביז ער האט מסכים געווען.... האט די שווער אים געבעטען צו זיין די בעל תפלה אויף שחרית ימים נוראים... כהאב גהערט נאך א שטיקעל די סקוורי ארבי האט געפרעגט רבי ישעי אונגאר ע"ה דער משב"ק אויב ער קען גוט די נוסח פון שחרית פון הרב חיים אייזיק פון סקווירא האט ר' ישעי' געזאגט יא מייעננדיג אז ער וועט זיין די בעל תפלה , זאגט אים די רבי אויב אזוי לערן אויס מיין איידעם די נוסח.... אבער סוף הכבוד לבוא באחרית ימיו האט ער זוכה געווען צו זיין די בעל תפלה אין שיכון סקווירא בימי האד"ש מסקווירא
כידוע האט ער געפרעגט זיין טאטען הרה''ק מוהר''י זי''ע צי ער זאל אהנעמען די שווערס בקשה, האט ער ג'ענפערט אז יא אבער מיט צוויי תנאים, אז ער זאל נאר אינזין האבען פירוש המילות אהן אנדערע כוונות, אין אז ער זאל נישט ערווארטען אדער זיך ציטין מאכען פין שכויח'ס אויפן דאווענען .
aaw5952
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 06, 2021 1:24 pm

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aaw5952 »

געטראכט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 2:10 pm
קוליעקב האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 10:39 pm
ו' ווען זיין שווער הרה"ק מהרי"י מסקווירא זי"ע האט אים געבעטען אין תשכ"ד צו זיין דער שליח ציבור אין סקווירא האט ער אים געבעטען בזה"ל איך וויל דיר בעטען א זאך נאר אויס די זאגסט יא ! אויס די האסט א הווא אמינא פון זאגען ניין בעט איך נישט... ביז ער האט מסכים געווען.... האט די שווער אים געבעטען צו זיין די בעל תפלה אויף שחרית ימים נוראים... כהאב גהערט נאך א שטיקעל די סקוורי ארבי האט געפרעגט רבי ישעי אונגאר ע"ה דער משב"ק אויב ער קען גוט די נוסח פון שחרית פון הרב חיים אייזיק פון סקווירא האט ר' ישעי' געזאגט יא מייעננדיג אז ער וועט זיין די בעל תפלה , זאגט אים די רבי אויב אזוי לערן אויס מיין איידעם די נוסח.... אבער סוף הכבוד לבוא באחרית ימיו האט ער זוכה געווען צו זיין די בעל תפלה אין שיכון סקווירא בימי האד"ש מסקווירא
כידוע האט ער געפרעגט זיין טאטען הרה''ק מוהר''י זי''ע צי ער זאל אהנעמען די שווערס בקשה, האט ער ג'ענפערט אז יא אבער מיט צוויי תנאים, אז ער זאל נאר אינזין האבען פירוש המילות אהן אנדערע כוונות, אין אז ער זאל נישט ערווארטען אדער זיך ציטין מאכען פין שכויח'ס אויפן דאווענען .
געהערט בשם עמיצער וואס פלעגט איינשטיין ימים נוראים אין די כ' יארן ביים ראכמיסטריווקא רבי ז"ל, די ראכמיסטריווקא רבי ז"ל פלעגט זיך איבער טון פון קאפ ביז פיס ביים אהיים קומען נאכן דאווענען.
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2004
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

הערליכע מעשיות, האמיר אסאך וואס צו הארעווען

בי די ניחום אבלים האבן איינע פון די קינדער מגדיר געווען, אז די אלע זאכען (באציענדיג איבער זיין סבר פנים יפות מכבד זיין יעדעם וכו' ) זענען געווען אזוי פשוט בשעת ער האט געלעבט, אז יעצט כאפט מען זיך ווי אויסגעארבעט מען דארף זיין אין די ענינים אז דאס זאל זיין מיט א פשטות..
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
געטראכט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראכט »

ומעניין לעניין... געדענק איך אז איין יאר נאכן דאווענען יום הקדוש, איז א זיסע אינגארישע אידל ציגעגאנגען צים רבין זי''ע אין באדאנקט בזה''ל "די רבי האט זייער פיין געדווענט, אבער דער רבי האט געזאגט איין שקר ביים דאווענען", די רבי זי''ע האט זיך שטארק דערשראקען, האט דער איד ציגעענדיקט אז די רבי האט געזאגט "כי חוטא ופושע אני" האט דער רבי ג'ענפערט מיניה וביה "פין וואנט וייסט אויף מיינע חטאים " אין זיך שטארק ציקרעכצט "אוי אוי אוי, ווען איר וואלט געויסט!".
עוד יזכור לנו
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2017 2:45 pm

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עוד יזכור לנו »

איך האב געהערט א שיינע מעשה די וואך
כידוע אין ראחמיסטריווקא (אפשר טשערנאביל איך ווייס נישט) עסט מען נישט קיין פלייש בה"ב
איינמאהל נאך יו"ט איז די רבי געפארן זיך אפרוהען ביים טאכטער אין גיבערס און אין איינע פון די בה"ב טעג קומט די גבאי אריין מיט א קאווע נאך נאכטמאהל אבער די רבי זאגט אים איך בין פליישיג
די גבאי קוקט אהן דעם רבין כאילו עפעס איז געשעהן
זאגט אים די רבי מיין טאכטער האט מיר סערווירט פלייש איך זאל איהר זאגן איך גיי נישט עסן???
(מען רעדט דא פון אן אייגן טאכטער און פון אן אלטען מנהג אבער באליידיגן??)

האט מען געפרעגט דעם טאכטער צו זי ווייסט נישט פונעם מנהג האט זי געזאגט אודאי ווייס איך פארדעם האב איך סערווירט איבערגעצויגן פיש!! די רבי האט נישט געהאט קיין אנונג

אשרי הדור
קוליעקב
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:08 pm

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוליעקב »

ז' ביי די שבעה האט איינער פארציילט עס איז געווען א איד וואס די רבי האט געדארפט געבען געלט און די רבי האט געוואלט באצאלען מיט מזומן און דער איד האט געבעטען א טשעק האט די רבי געפרעגט פארוואס דארפט איר א טשעק האט דער איד געזאגט איך וויל זעהן די רבי'ס ענגלישע חתימה... האט די רבי געגעבען א טשעק און מיט געגעבען א צעטלע מיט זיין ענגלישע חתימה זאגענדיג די וועסט דאך נישט דיפאזיטיען די טשעק וועלנדיג האלטען מיין חתימה געב איך דיר מיט מיין חתימה ....
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

Ozd האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 6:11 pm
אמת'ע מעשה געהערט פון אן אייניקל עטליכע יאר צוריק.

ווען די נייע שול איז אריין אין באנוץ, איז די אלטע מקוה געווארן דעם רבי'ס פריוואטע מקוה.
איין טאג זאגט די רבי פאר די גבאי... אז די מקוה-פושקע איז צי פיל... און מ'דארף עס אויסליידיגן...

דער גבאי כאפט נישט וואס דא גייט פאר... ווער לייגט אריין דארט געלט?...

בקיצור א מעשה, דער רבי, אזויווי יעדע איד, האט ערליך באצאלט מקוה געלט... אין זיין אייגענע מקוה...

גיי פארשטיי...
האסט מיך דערמאנט עפעס, נאך תיקון ליל שבועות תשס"ט ווען די עולם איז געגאנגען פאר די עלות אין מקוה איז פלוצלינג אריין געקימען די רבי כמיין אז די מקוה אין אלטע בהמ"ד איז געווען צובראכען. די עולם האט אנגעהאבען צו מאכן פלאץ פאר די רבי אבער די רבי האט געוויזען אז סגוט. אין איז געגאנגען טובלען אין מקוה כאחד אדם.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5633
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובה דורך בן בוזי »

קוליעקב האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 5:46 pm

אטעטשמענטס
1234.JPG
1234.JPG (37.93 KiB) געזען 1174 מאל
מורשת חכמי אמעריקא
קוליעקב
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:08 pm

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוליעקב »

וואס איז די חתימה?
באדראג-קערעסטיר
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באדראג-קערעסטיר »

אויף דע צאמשטעל פון די ראחמיסטריווקא חסידות אין ב"פ
האב איך געהערט א גיטע הגדרה צען יאהר צירוק פון ר' כלב סאפיר נ"י סאטמערע תלמוד אין א ראחמיסטריווקא חסיד.

"איך האב קיינמאל נישט געחלמט צו זיצן ביי א דף היומי שיעור אין ראחמיסטריווקא בהמ"ד ווען די מג"ש הייסט טייטלבוים א ראחמיסטריווקא איינקעל מיט א פלאכע ביבער הוט אין אויך א סאטמערע תלמוד".

אידן פון אלע שיכטען אין קרייזן האבן זיך צוגעשארט צו דעם אדם גדול זי"ע
קוליעקב
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 11:08 pm

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוליעקב »

ח' געהערט אז איינער האט געפרעגט דעם רבין אויף א אינגערמאן וואס האט געזאלט ווערען א מלמד אין א געוויסע מוסד און מענשטען זענען געקימען מרנן זיין אז יענער פארט אף חלילה און דער מלמד האט געזאגט מען קען פרעגען אינפארמעישאן ביים רבין האט דער מנהל געפערגט די רבי צו יענער מעג זיין א מלמד האט די רבי געזאגט יא ער איז א חושיבער מענטש האט דער מנהל געזאגט איינער פון זיין משפחה האט מיר געזגאט אז יענער האלט חלילה ביין אפפארען.. האט די רבי גענטפירט בצחות יא ער פארט אף ביז קרוינהייטס... ווערענדיג א חבדסקער...
אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1747
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעגער »

בן בוזי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 5:50 pm
קוליעקב האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 5:46 pm
ז' ביי די שבעה האט איינער פארציילט עס איז געווען א איד וואס די רבי האט געדארפט געבען געלט און די רבי האט געוואלט באצאלען מיט מזומן און דער איד האט געבעטען א טשעק האט די רבי געפרעגט פארוואס דארפט איר א טשעק האט דער איד געזאגט איך וויל זעהן די רבי'ס ענגלישע חתימה... האט די רבי געגעבען א טשעק און מיט געגעבען א צעטלע מיט זיין ענגלישע חתימה זאגענדיג די וועסט דאך נישט דיפאזיטיען די טשעק וועלנדיג האלטען מיין חתימה געב איך דיר מיט מיין חתימה ....
גאר אינטערעסאנט אז אויף ענגליש האט ער גע’חתמ’ט דעם צו-נאמען ’חי’ אלץ עיקר און ’יצחק’ נאר מיט ר’’ת.

און די רביצין ’מרים’ מיט א חיריק און נישט מיט א פתח
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5633
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

זיי מדייק, די רעבעצין האט נישט געקענט חתמ'ן ... זי שרייבט עפעס mairim

פרעגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 6:04 pm

גאר אינטערעסאנט אז אויף ענגליש האט ער גע’חתמ’ט דעם צו-נאמען ’חי’ אלץ עיקר און ’יצחק’ נאר מיט ר’’ת.
דא האסטו א פולע חתימה
אטעטשמענטס
12345.JPG
12345.JPG (31.05 KiB) געזען 1061 מאל
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9173
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

aaw5952 האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 2:19 pm
געטראכט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 2:10 pm
קוליעקב האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 10:39 pm
ו' ווען זיין שווער הרה"ק מהרי"י מסקווירא זי"ע האט אים געבעטען אין תשכ"ד צו זיין דער שליח ציבור אין סקווירא האט ער אים געבעטען בזה"ל איך וויל דיר בעטען א זאך נאר אויס די זאגסט יא ! אויס די האסט א הווא אמינא פון זאגען ניין בעט איך נישט... ביז ער האט מסכים געווען.... האט די שווער אים געבעטען צו זיין די בעל תפלה אויף שחרית ימים נוראים... כהאב גהערט נאך א שטיקעל די סקוורי ארבי האט געפרעגט רבי ישעי אונגאר ע"ה דער משב"ק אויב ער קען גוט די נוסח פון שחרית פון הרב חיים אייזיק פון סקווירא האט ר' ישעי' געזאגט יא מייעננדיג אז ער וועט זיין די בעל תפלה , זאגט אים די רבי אויב אזוי לערן אויס מיין איידעם די נוסח.... אבער סוף הכבוד לבוא באחרית ימיו האט ער זוכה געווען צו זיין די בעל תפלה אין שיכון סקווירא בימי האד"ש מסקווירא
כידוע האט ער געפרעגט זיין טאטען הרה''ק מוהר''י זי''ע צי ער זאל אהנעמען די שווערס בקשה, האט ער ג'ענפערט אז יא אבער מיט צוויי תנאים, אז ער זאל נאר אינזין האבען פירוש המילות אהן אנדערע כוונות, אין אז ער זאל נישט ערווארטען אדער זיך ציטין מאכען פין שכויח'ס אויפן דאווענען .
געהערט בשם עמיצער וואס פלעגט איינשטיין ימים נוראים אין די כ' יארן ביים ראכמיסטריווקא רבי ז"ל, די ראכמיסטריווקא רבי ז"ל פלעגט זיך איבער טון פון קאפ ביז פיס ביים אהיים קומען נאכן דאווענען.
נאכן אויסהערן דאס איז נישט קיין וואונדער
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
געטראכט
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געטראכט »

באדראג-קערעסטיר האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 5:46 pm
Ozd האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 18, 2023 6:11 pm
אמת'ע מעשה געהערט פון אן אייניקל עטליכע יאר צוריק.

ווען די נייע שול איז אריין אין באנוץ, איז די אלטע מקוה געווארן דעם רבי'ס פריוואטע מקוה.
איין טאג זאגט די רבי פאר די גבאי... אז די מקוה-פושקע איז צי פיל... און מ'דארף עס אויסליידיגן...

דער גבאי כאפט נישט וואס דא גייט פאר... ווער לייגט אריין דארט געלט?...

בקיצור א מעשה, דער רבי, אזויווי יעדע איד, האט ערליך באצאלט מקוה געלט... אין זיין אייגענע מקוה...

גיי פארשטיי...
האסט מיך דערמאנט עפעס, נאך תיקון ליל שבועות תשס"ט ווען די עולם איז געגאנגען פאר די עלות אין מקוה איז פלוצלינג אריין געקימען די רבי כמיין אז די מקוה אין אלטע בהמ"ד איז געווען צובראכען. די עולם האט אנגעהאבען צו מאכן פלאץ פאר די רבי אבער די רבי האט געוויזען אז סגוט. אין איז געגאנגען טובלען אין מקוה כאחד אדם.
די רבי זי''ע איז אין די אלטע ביהמ''ד אלעמאל געגאנגען אין מקוה מיט'ן עולם כאחד האדם, אין אוי ואבוי אויב איינער האט פרובירט ארויסשיקן מענשן, אפילו אויף זיין קבועותדיגע פלאץ ביים עק באנק אויב איינער האט האט זיך אוועקגעשטעלט האט ער נישט געלאזט יענעם אוועקריקן.
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

געטראכט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 3:57 pm
ומעניין לעניין... געדענק איך אז איין יאר נאכן דאווענען יום הקדוש, איז א זיסע אינגארישע אידל ציגעגאנגען צים רבין זי''ע אין באדאנקט בזה''ל "די רבי האט זייער פיין געדווענט, אבער דער רבי האט געזאגט איין שקר ביים דאווענען", די רבי זי''ע האט זיך שטארק דערשראקען, האט דער איד ציגעענדיקט אז די רבי האט געזאגט "כי חוטא ופושע אני" האט דער רבי ג'ענפערט מיניה וביה "פין וואנט וייסט אויף מיינע חטאים " אין זיך שטארק ציקרעכצט "אוי אוי אוי, ווען איר וואלט געויסט!".
ער פלעגט זאגען דער כי חוטא ופושע אני אזוי הויך און מיט אזא צובראכענקייט... אה!
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע:בין שמים לארץ

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

איינער האט א 'קלארע' רעקארדינג פון א' סליחות? פון די תש"ס אדער תש"ע יארן?

אגב אויב איינער געדענקט:
וועלכע יאר א' סליחות האט מען באנייעט די נייע ביהמ"ד?
וועלכע יאר שמחת תורה האט די רבי געהאט די שוואכקייט [סטראוק]?

איך געדענק אז מ'האט געשמועסט יענע יאר נאך שמחת תורה, אז די דאקטוירים האבן זייער באוואונדערט וויאזוי די רבי איז אנגעגאנגען מיט אזא שטארקייט כפי ערך לויטן מצב.
לעצט פארראכטן דורך חושב מחשבות... אום מאנטאג אוגוסט 21, 2023 10:25 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
נפש יהודי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 16, 2021 12:22 pm

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש יהודי »

בן בוזי האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 6:06 pm
זיי מדייק, די רעבעצין האט נישט געקענט חתמ'ן ... זי שרייבט עפעס mairim
זי לעבט נאך ביז הונדרעט און צוואנציג
"אויב מנהגים שרייבט השי"ת מיט א בליי, הלכות מיט א פעדער, דאורייתות מיט טינט פון א ספר תורה, און די עשרת הדברות אויסגעקריצט אין שטיין, זענען הלכות הטבע איינגעקריצט אין דער סאמע עקזיסטענץ פון דער וועלט" יצחק לעווי
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2819
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע:בין שמים לארץ

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

איך געדענק ווי איין מאל נאכן דאווענען, [ס'איז מסתמא געווען מער ווי איין מאל] נאך וואס די רבי איז נישט צוגעגאנגען צו הלל וכדו' (פסח ביינאכט דאכצימער), מחמת שוואכקייט, האט ר' יושע (דזשיגעלע) יאקאבאוויטש ביים אריבערגיין וואנטשן גוט יום טוב, געגעבן אזא כמו פסק פארן רבי'ן, בערך מיט אזא לשון: די רבי זאל וויסן איך בין עלטער פון רבי'ן מיט אסאך יארן, מ'טאר זיך נישט לאזן, מ'דארף אנגיין, די רבי זאל זיך נישט לאזן נער'ן פון די אינגע חברה, די רבי איז געזונט!

אה די זיסע תנועות ווי די רבי האט איהם אויסגעהערט און מיט אזא לעכטיגע שמייכל און שפלות, ווי איינער איז מקבל די מוסר און נעמט זיך פאר אז ער גייט זיך פארבעסערן.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2173
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע:אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

חושב מחשבות... האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 10:18 pm
איינער האט א 'קלארע' רעקארדינג פון א' סליחות? פון די תש"ס אדער תש"ע יארן?

אגב אויב איינער געדענקט:
וועלכע יאר א' סליחות האט מען באנייעט די נייע ביהמ"ד?.
דאכצעך ס״ה
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
אוועטאר
מאנכע זאגען
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 23, 2023 2:55 pm

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנכע זאגען »

איך האב געהערט א מעשה אז דו גבאי גרינוואלד האט אים איינמאל פאר ימים נוראים געזאגט אז מען דארף זיך שוין אנהויבען גרייטען מיט דו נוסך פאר דו הייליגע טעג [אפשר און דו לעצטע יארן] האט אים דו רבי געזאגאט אפשר גייסטו צו, האט ער געזאגט פארן רבין אז הונדרעטע אידן קומען הערין דו רבי'ס דאוונען האט אים דו רבי גענטפערט אויב דו בעל תפילה טראכט פאר איין מניט אז ער דאווענט פאר דו עולם איז דו גאנע מעשה גאר נישט ווערט

האט איינער געהערט פון דעם?
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

יידישע קהילות האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 6:51 pm
aaw5952 האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 2:19 pm
געטראכט האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 2:10 pm
קוליעקב האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 10:39 pm
ו' ווען זיין שווער הרה"ק מהרי"י מסקווירא זי"ע האט אים געבעטען אין תשכ"ד צו זיין דער שליח ציבור אין סקווירא האט ער אים געבעטען בזה"ל איך וויל דיר בעטען א זאך נאר אויס די זאגסט יא ! אויס די האסט א הווא אמינא פון זאגען ניין בעט איך נישט... ביז ער האט מסכים געווען.... האט די שווער אים געבעטען צו זיין די בעל תפלה אויף שחרית ימים נוראים... כהאב גהערט נאך א שטיקעל די סקוורי ארבי האט געפרעגט רבי ישעי אונגאר ע"ה דער משב"ק אויב ער קען גוט די נוסח פון שחרית פון הרב חיים אייזיק פון סקווירא האט ר' ישעי' געזאגט יא מייעננדיג אז ער וועט זיין די בעל תפלה , זאגט אים די רבי אויב אזוי לערן אויס מיין איידעם די נוסח.... אבער סוף הכבוד לבוא באחרית ימיו האט ער זוכה געווען צו זיין די בעל תפלה אין שיכון סקווירא בימי האד"ש מסקווירא
כידוע האט ער געפרעגט זיין טאטען הרה''ק מוהר''י זי''ע צי ער זאל אהנעמען די שווערס בקשה, האט ער ג'ענפערט אז יא אבער מיט צוויי תנאים, אז ער זאל נאר אינזין האבען פירוש המילות אהן אנדערע כוונות, אין אז ער זאל נישט ערווארטען אדער זיך ציטין מאכען פין שכויח'ס אויפן דאווענען .
געהערט בשם עמיצער וואס פלעגט איינשטיין ימים נוראים אין די כ' יארן ביים ראכמיסטריווקא רבי ז"ל, די ראכמיסטריווקא רבי ז"ל פלעגט זיך איבער טון פון קאפ ביז פיס ביים אהיים קומען נאכן דאווענען.
נאכן אויסהערן דאס איז נישט קיין וואונדער

Wow, נישט געוויסט די רבי זצ"ל איז געווען אזא שיינע בעל תפילה
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”