הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
ברשות הנהלת איי וועלט וואלט איך געוואלט אנהייבען א סעריע פון שטריכען ומעשיות מופתים וואס אידען ווייסען כלי ראשון איבער דער גרויסער אור צח ומצוחצח מרן רבינו הקדוש חי יצחק זי"ע מראחמיסטריווקא, אני הקטון ווייסט פערזענדליך וואס איך האב געהערט און געזעהן כלי ראשון איבער זיין תורה עבודה וכמ"ח זיין תפילות ופעילות פאר המוני בני ישראל, דער רבי איז געווען טב לישראל איין שטיק גיטס זיינע מחשבות קדושות זענען געווען נאר צו מהנה זיין נשברי לב זיינע געהויבענע מדות טובות וטהורות זענען געועון א יחיד הדור, די רבי אליינס האט זיך זייער אפגערעדט ווען ער האט געזעהן ווי איינער וויל שלעכטס טהון פאר א צווייטען ער האט נישט אויסגעהאלטען ווען איינער האט געשטיפט קטון כגדול פאר זיין כבוד אדער פאר א צווייטען אויף איינעמ'ס חשבון, די רבי איז געועון א אמתער טוב ומטיב לכל, ווער רעדט נאך ווי ער האט געפילט אז א איד סיי וועליכע סיי ווער דארף עפעס האבען איז ער דארט געווען, די מעשה איז איך האב א סך צו שרייבען אבער ווויינג עקסעס צו די כלי איז ווען איך וועל האבען א געלגענהייט בלינדר וועל איך זיך אריינכאפען און טיילען מיט די ציבור זאל דער עולם וויסעם אפס קצנווואס מיר האבען געהאט וואס אי זפארלויערען געווארען, איך בעט זייער נישט שרייבען שאלות מיט קשיות אדער ספינען וואס נישט לויט די אשכול דא רעד מען נאר ממעשיו הגדולים פון רבינו הגדול והקדוש זי"ע
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
א' עס האט פארציילט דער משב"ק הרה"ח ר' יח"ק שליט"א די רבי ז"ל איז געפארען קיין לאנדאן די ערשטע תקופה בערך תשמ"ד אדער ה' און מען האט זייער געוואלט אז די רבי זאל אויכעט אויפנעמען אידען אין די שטאט גאלדענ'ס גרין, זייענדיג באוויסט אלט'ס שטאט פון אסך בעלי בתים ונגידים, אבער די רבי האט בשום אופן נישט געוואלט אהין גיין , קיינער האט נישט געוויסט די טעם הדבר, מען האט געפועלט אז די רבי זאל גיין באזיכען דער רב הגה"צ רבי אלחנן היילפרין זצ"ל שפעטער א מחותן געווארען כמה פעמים, דאס האט די רבי מסכים געווען האט מען אלעדיגט אז ווען די רבי איז דארט זאלען אריינגיין עטליכע נגידים און איך מיין אז דער רב האט אנגעהויבען מיטשענען די רבי פארוואס ער וויל נישט מאכען ווי מען זאגט א אקציע אין גולדענס גרין האט די רבי געזאגט אזוי יא איך דארף טהון השתדלות פאר פרנסה, און דערפאר האב איך געצאלעט א בילעט קיין לאנדאן, אבער פארען צו נאך א שטאט דאס רירט שוין אן די ענין פון בטחון דאס איז ושין מער ווי השתדלות דאס וויל איך שוין נישט....
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
ר' שמעון שפיצער שליט"א האט ארויסגעברענגט אזוינע שיינע שטריכן אויך פין כלי ראשון' ס
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
ב' געהערט די מעשה איינמאל ראש השנה כמיין גלייך נאך סעפטעמבער עלעווען איז אריינגעקומען א ספרדישע פרוי דאווענען ראש השנה אין בית המדרש און די נשים האבען זיך זייער דעשראקען נישט קענענדיג די פרוי און זיי זענען ארויסגעלאפען זיי האבען מורא געהאט אז די פרוי איז א אראבקע און הקציור מען האט אריינגערופען די משמש איו מען האט איר ארויסגעשיקט מיט פאליציי....
נאך יו"ט איז די פרוי געקימען מיט איר מאן צום רבין וויינען די ביזיונות וואס מען האט איר געמאכט... האט די רבי געפערעגט ווי אזוי קען איך אייך מפייס זיין? האט זי געזאגט זי האלט שוין יארען נאך די חתונה און והילד איננו זי האט נישט קיינע קינדער ... איבעריג צו זאגען אז יענעם יאר האט זי געהאט א קינד אלטץ פיוס....
נאך יו"ט איז די פרוי געקימען מיט איר מאן צום רבין וויינען די ביזיונות וואס מען האט איר געמאכט... האט די רבי געפערעגט ווי אזוי קען איך אייך מפייס זיין? האט זי געזאגט זי האלט שוין יארען נאך די חתונה און והילד איננו זי האט נישט קיינע קינדער ... איבעריג צו זאגען אז יענעם יאר האט זי געהאט א קינד אלטץ פיוס....
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
ג' הרב שמעון שפיטצער האט טאקע אויכעט פארציילט די מעשה פון דער אייניקעל וואס איז געפארען קיין פשעווארסק צו הרה"צ רבי לייבוש שליט"א האט ער געפרעגט די רבי ער זאל איבער געבען א גריס פאר רבי לייבוש... זאגט די רבי ער קען מיך נישט.... איך געדענק אים יא ווייל ער פלעגט איינשטיין ביי מיר ווען ער פלעגט קומען צום שווער ז"ל.. אבער ווי אזוי זאל ער מיך געדענקען אזוי פיל יארען שוין א דורך.... זאגט די רבי זאגט אים איך בין די סקווירא רבינ'ס איידעם אפשר וועט ער זיך דערמאנען....
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
ד' די מעשה געדענק איך אלטץ בחור... עס איז געווען א גור'ער חסיד רבי יעקב בערקאוויטש ז"ל א זוהן פון א סאטמארער חסיד רבי חיים בערקאוויטש ז"ל וואס איז געועון זייער קראנק נעבאך מיט יענע מעשה,
ער האט געהאט א ידיד א ת"ח הרה"ג רבי מאטעל מרגלית שליט"א מגי"ש שערי יושר, וואס ער האט פאברענגט א שבת מיט רבי יעקב מחותן און ידיד און שפיטאל און רבי יעקב איז שוין נישט געווען אזוי קלאר אזוי נאך די זמן מוצאי שבת, רופט זיך אן רבי יעקל אינמיטען זיין שלאף צו יבלחט"א רבי מאטל,
וואס גייט פאר אין ראחמיסטריווקא שוין ווייטער האט יושע חיים פארגעסען אויסצולעשען די לעקטער ביי שלוש סעודות? רבי מאטל האט זיך זייער געווינדערט אויף די פראגע עס האט זיך אויסגעשטעלט בימים ההם ווען עס איז געווען שלש סעודת אויב עס איז געווען א שבע ברכות האט מען געגעבן לחיים ווען עס איז געווען לעכטיג און אזוי איז געווען למעשה יענע וואך, און ביי שלוש סעודות די צייט וואס רבי יעקב האט געפרעגט וועגען ראחמיסטריווקא האט זיין זוהן פינקט דורך און מזכיר געווען ביים רבין... איז געווען א הרגשה ביי די חולה על מטת חליו

ס'דא א מימרא וואס דער בעלזער רב זצוק''ל האט געזאגט פאר'ן רכמסטריווקער רבי'ן זצוק''ל - ווען ער איז געקומען זיך געזעגענען צו פאר'ן צו זיין חתונה.
אויב כ'זאג עס נאך פונקטליך.
מ'דארף אכטונג געבן וויאזוי מ'רעדט היינט צו א יוד, ווייל די היינטיגער דור איז אזוי שוואך בנפש, אז אויב ס'דאכט זיך נאר אז איינער האלט אנדערש ווי דיר, האט מען שוין א חלישת הדעת

איך זיך נאך עפעס געהויבן און פילאָזאָף'יש פאר מיין אונטערשריפט, וואס זאל מיך מאכן אויסזען ווי א דענקער און א פיקח. אזוי ווי יעדע ניק זיכט...
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
ס'איז דא א מורא'דיגע מעשה וואס איך האב געהערט פון ר' ישראל מרגליות מגי"ש בישיבת ויזניץ אבער איך געדענק עס נישט גענוי.
ביים לויה פון זיין זון אויפן הר הזיתים (?) האט דער רבי זי"ע נישט געוויינט ווייל ווי קען ער וויינען אויף זיין אייגן חורבן קעגן איבער דעם מקום המקדש.
ווער עס קען אריינקומען מיט מער פרטים.
ביים לויה פון זיין זון אויפן הר הזיתים (?) האט דער רבי זי"ע נישט געוויינט ווייל ווי קען ער וויינען אויף זיין אייגן חורבן קעגן איבער דעם מקום המקדש.
ווער עס קען אריינקומען מיט מער פרטים.
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
דאס דארף מען הענגען איבער אלע גאסןזריחה האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:33 pmס'דא א מימרא וואס דער בעלזער רב זצוק''ל האט געזאגט פאר'ן רכמסטריווקער רבי'ן זצוק''ל - ווען ער איז געקומען זיך געזעגענען צו פאר'ן צו זיין חתונה.
אויב כ'זאג עס נאך פונקטליך.
מ'דארף אכטונג געבן וויאזוי מ'רעדט היינט צו א יוד, ווייל די היינטיגער דור איז אזוי שוואך בנפש, אז אויב ס'דאכט זיך נאר אז איינער האלט אנדערש ווי דיר, האט מען שוין א חלישת הדעת
אני הוא הנער, נער המדבר
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
ווי באקאנט פלעגט די רבי גיין איין מאל א יאר יום הקדוש מיט ווייסע זאקן
איז געווען איין יאר וואס די רבי איז אריינגעקומען ממחרת יום הקדוש מיט ווייסע זאקן האט די גבאי געפרעגט די רבי וואס גייט פאר האט די רבי געזאגט אז די זאקן ליקט אין די צימער און די רעביצען שלאפט נאך. און כדי איר נישט אויפצווועקן איז די רבי ענדערשט געגאנגען מיט די ווייסע זאקן פון נעכטן

- צד השוה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 390
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
- לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
די מעשה ענדיגט זיך נישט דא.זריחה האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:33 pmס'דא א מימרא וואס דער בעלזער רב זצוק''ל האט געזאגט פאר'ן רכמסטריווקער רבי'ן זצוק''ל - ווען ער איז געקומען זיך געזעגענען צו פאר'ן צו זיין חתונה.
אויב כ'זאג עס נאך פונקטליך.
מ'דארף אכטונג געבן וויאזוי מ'רעדט היינט צו א יוד, ווייל די היינטיגער דור איז אזוי שוואך בנפש, אז אויב ס'דאכט זיך נאר אז איינער האלט אנדערש ווי דיר, האט מען שוין א חלישת הדעת
אויפן וועג אהיים האט איהם א פרייער אנגעהויבן צימבלן, און די רבי זצוק'ל אלץ א ירושלימער בחור האט איהם געוואלט שטעלן אויפן פלאץ שארפערהייט.
זיך דערמאנענדיג אין די הדרכה פונם בעלזער רב זצוק''ל האט ער אבער גענומען א ווייעכע צוגאנג און אלעס עקלערט ווייעכערהייט. שפעטער אויפן באס איז געווען א מנין, און צו זיין איבערראשונג האט זיך דער פרייער צוגעשטעלט צום מנין דאווענען!
ער איז געווען זייער איבערגענומען צו זעהן אז עס איז ממש אזויווי בעלזער רב האט איהם געזאגט.
בערך אזוי גייט די מעשה
זי''ע ואכי''א
https://torahanytime.com/lectures/286168
ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע
ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע
ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
- צד השוה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 390
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
- לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
ריכטיג. מען האט געזעהן ווי ער וויל וויינען (ר' מאטל זצ''ל איז אגב געווען א טשאטקע פון אן אינגערמאן) אבער האלט זיך איין מיט אייזענע כוחות.כינור האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:35 pmס'איז דא א מורא'דיגע מעשה וואס איך האב געהערט פון ר' ישראל מרגליות מגי"ש בישיבת ויזניץ אבער איך געדענק עס נישט גענוי.
ביים לויה פון זיין זון אויפן הר הזיתים (?) האט דער רבי זי"ע נישט געוויינט ווייל ווי קען ער וויינען אויף זיין אייגן חורבן קעגן איבער דעם מקום המקדש.
ווער עס קען אריינקומען מיט מער פרטים.
נאכן לויה האט מען איהם געפרעגט פארוואס ער האט זיך אזוי איינגעהאלטן, האט ער דאס גענטפערט.
https://torahanytime.com/lectures/286168
ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע
ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע
ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
צד השוה האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:59 pmריכטיג. מען האט געזעהן ווי ער וויל וויינען (ר' מאטל זצ''ל איז אגב געווען א טשאטקע פון אן אינגערמאן) אבער האלט זיך איין מיט אייזענע כוחות.כינור האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:35 pmס'איז דא א מורא'דיגע מעשה וואס איך האב געהערט פון ר' ישראל מרגליות מגי"ש בישיבת ויזניץ אבער איך געדענק עס נישט גענוי.
ביים לויה פון זיין זון אויפן הר הזיתים (?) האט דער רבי זי"ע נישט געוויינט ווייל ווי קען ער וויינען אויף זיין אייגן חורבן קעגן איבער דעם מקום המקדש.
ווער עס קען אריינקומען מיט מער פרטים.
נאכן לויה האט מען איהם געפרעגט פארוואס ער האט זיך אזוי איינגעהאלטן, האט ער דאס גענטפערט.
ר' שמעון דערציילט אז זיין מאמע האט עים פארגעהאלטן.... "אזא קאלטער ביסטו מיר געווארן?" האט ער איר געענטעפערט "איך האב מיך געשעהמט צו וויינען אויף מיינע צרות, ווען איך זעה די צער השכינה"
פאר מער הערט:
כ"ק מרן אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצוק"ל - ומלבשתו ענוה ויראה
http://lomdotchasidut.libsyn.com/2bgmv48s0la8
לייק אחד דוחה מאה מחאות.
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
אמת'ע מעשה געהערט פון אן אייניקל עטליכע יאר צוריק.
ווען די נייע שול איז אריין אין באנוץ, איז די אלטע מקוה געווארן דעם רבי'ס פריוואטע מקוה.
איין טאג זאגט די רבי פאר די גבאי... אז די מקוה-פושקע איז צי פיל... און מ'דארף עס אויסליידיגן...
דער גבאי כאפט נישט וואס דא גייט פאר... ווער לייגט אריין דארט געלט?...
בקיצור א מעשה, דער רבי, אזויווי יעדע איד, האט ערליך באצאלט מקוה געלט... אין זיין אייגענע מקוה...
גיי פארשטיי...
ווען די נייע שול איז אריין אין באנוץ, איז די אלטע מקוה געווארן דעם רבי'ס פריוואטע מקוה.
איין טאג זאגט די רבי פאר די גבאי... אז די מקוה-פושקע איז צי פיל... און מ'דארף עס אויסליידיגן...
דער גבאי כאפט נישט וואס דא גייט פאר... ווער לייגט אריין דארט געלט?...
בקיצור א מעשה, דער רבי, אזויווי יעדע איד, האט ערליך באצאלט מקוה געלט... אין זיין אייגענע מקוה...
גיי פארשטיי...
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
זייער א שיינע מעשה, אבער דער רבי איז ביים לויה נישט געווען.צד השוה האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:59 pmריכטיג. מען האט געזעהן ווי ער וויל וויינען (ר' מאטל זצ''ל איז אגב געווען א טשאטקע פון אן אינגערמאן) אבער האלט זיך איין מיט אייזענע כוחות.כינור האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:35 pmס'איז דא א מורא'דיגע מעשה וואס איך האב געהערט פון ר' ישראל מרגליות מגי"ש בישיבת ויזניץ אבער איך געדענק עס נישט גענוי.
ביים לויה פון זיין זון אויפן הר הזיתים (?) האט דער רבי זי"ע נישט געוויינט ווייל ווי קען ער וויינען אויף זיין אייגן חורבן קעגן איבער דעם מקום המקדש.
ווער עס קען אריינקומען מיט מער פרטים.
נאכן לויה האט מען איהם געפרעגט פארוואס ער האט זיך אזוי איינגעהאלטן, האט ער דאס גענטפערט
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט
- טשערנאוויץ
- שר מאה
- תגובות: 186
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 26, 2021 7:49 pm
- לאקאציע: [email protected]
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
כ'האב געהערט ס'געווען ביים שלושיםפרעגער האט געשריבן: ↑ מוצ"ש אוגוסט 19, 2023 6:22 pmזייער א שיינע מעשה, אבער דער רבי איז ביים לויה נישט געווען.צד השוה האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:59 pmריכטיג. מען האט געזעהן ווי ער וויל וויינען (ר' מאטל זצ''ל איז אגב געווען א טשאטקע פון אן אינגערמאן) אבער האלט זיך איין מיט אייזענע כוחות.כינור האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:35 pmס'איז דא א מורא'דיגע מעשה וואס איך האב געהערט פון ר' ישראל מרגליות מגי"ש בישיבת ויזניץ אבער איך געדענק עס נישט גענוי.
ביים לויה פון זיין זון אויפן הר הזיתים (?) האט דער רבי זי"ע נישט געוויינט ווייל ווי קען ער וויינען אויף זיין אייגן חורבן קעגן איבער דעם מקום המקדש.
ווער עס קען אריינקומען מיט מער פרטים.
נאכן לויה האט מען איהם געפרעגט פארוואס ער האט זיך אזוי איינגעהאלטן, האט ער דאס גענטפערט
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
עס דרייט זיך ארום עפעס א מעשה פון די זהון פון די ראחמיסטריווקר רוסישער קלינער ר' מאטעל ווייסט איינער?
- צד השוה
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 390
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 16, 2022 10:47 pm
- לאקאציע:אינעם באשעפער'ס וועלטל
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
גערעכט מיין טעותטשערנאוויץ האט געשריבן: ↑ מוצ"ש אוגוסט 19, 2023 6:41 pmכ'האב געהערט ס'געווען ביים שלושיםפרעגער האט געשריבן: ↑ מוצ"ש אוגוסט 19, 2023 6:22 pmזייער א שיינע מעשה, אבער דער רבי איז ביים לויה נישט געווען.צד השוה האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:59 pmריכטיג. מען האט געזעהן ווי ער וויל וויינען (ר' מאטל זצ''ל איז אגב געווען א טשאטקע פון אן אינגערמאן) אבער האלט זיך איין מיט אייזענע כוחות.כינור האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:35 pmס'איז דא א מורא'דיגע מעשה וואס איך האב געהערט פון ר' ישראל מרגליות מגי"ש בישיבת ויזניץ אבער איך געדענק עס נישט גענוי.
ביים לויה פון זיין זון אויפן הר הזיתים (?) האט דער רבי זי"ע נישט געוויינט ווייל ווי קען ער וויינען אויף זיין אייגן חורבן קעגן איבער דעם מקום המקדש.
ווער עס קען אריינקומען מיט מער פרטים.
נאכן לויה האט מען איהם געפרעגט פארוואס ער האט זיך אזוי איינגעהאלטן, האט ער דאס גענטפערט
https://torahanytime.com/lectures/286168
ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע
ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
ער וויל נישט, צו ער קען נישט?! שלומי'ס רייזע
ביזט גוט און די ערד? ס'איז שטאק טינקל? די ווערסט יעצט איינגעפלאנצט! דיינע זאפטיגע פירות קענען בס''ד נאר וואקסן מיט דעם וואס דיין קערל גייט דאס דורך!
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
ביי זיין זוהן'ס ציון די ערשטע מאלטשערנאוויץ האט געשריבן: ↑ מוצ"ש אוגוסט 19, 2023 6:41 pmכ'האב געהערט ס'געווען ביים שלושיםפרעגער האט געשריבן: ↑ מוצ"ש אוגוסט 19, 2023 6:22 pmזייער א שיינע מעשה, אבער דער רבי איז ביים לויה נישט געווען.צד השוה האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:59 pmריכטיג. מען האט געזעהן ווי ער וויל וויינען (ר' מאטל זצ''ל איז אגב געווען א טשאטקע פון אן אינגערמאן) אבער האלט זיך איין מיט אייזענע כוחות.כינור האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:35 pmס'איז דא א מורא'דיגע מעשה וואס איך האב געהערט פון ר' ישראל מרגליות מגי"ש בישיבת ויזניץ אבער איך געדענק עס נישט גענוי.
ביים לויה פון זיין זון אויפן הר הזיתים (?) האט דער רבי זי"ע נישט געוויינט ווייל ווי קען ער וויינען אויף זיין אייגן חורבן קעגן איבער דעם מקום המקדש.
ווער עס קען אריינקומען מיט מער פרטים.
נאכן לויה האט מען איהם געפרעגט פארוואס ער האט זיך אזוי איינגעהאלטן, האט ער דאס גענטפערט
"אויב מנהגים שרייבט השי"ת מיט א בליי, הלכות מיט א פעדער, דאורייתות מיט טינט פון א ספר תורה, און די עשרת הדברות אויסגעקריצט אין שטיין, זענען הלכות הטבע איינגעקריצט אין דער סאמע עקזיסטענץ פון דער וועלט" יצחק לעווי
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
??? וואס שטייט דא?

ה' המגיד רב אברהם מרדכי מאלאך פארציילט אז די ערשטע יאר אין די נייע בית המדרש ראש השנה האט מען צו געשטעלט א מקוה אין די נייע שול, און מען האט פאר יו"ט אפגערעדט אז די רבי וועט גיין אין די מקוה פר די תקיעות כדי נישט אהיים צו גיין,
למעשה פאר די תקיעות זאגט די רבי ער וויל גיין אין מקוה בביתו, חסידים האבען געהאלטען אז עס איז סודות התורה..
שטעלט זיך ארויס אז איידער די דאווענען אינדעפריה האט ער צו געזאגט פאר די רעביצין אז ער וועט אראף נעמען די זיפ פון די פייער ער האט אבער נישט געוואלט איבערגעבען די מצוה פאר צווייטען...
למעשה פאר די תקיעות זאגט די רבי ער וויל גיין אין מקוה בביתו, חסידים האבען געהאלטען אז עס איז סודות התורה..
שטעלט זיך ארויס אז איידער די דאווענען אינדעפריה האט ער צו געזאגט פאר די רעביצין אז ער וועט אראף נעמען די זיפ פון די פייער ער האט אבער נישט געוואלט איבערגעבען די מצוה פאר צווייטען...
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
די מעשה איז נישט אזוי גלאט - גארנישט מיט פשטות צו טוהן. מ'דארף וויסן בעקראונד ואכה"מקוליעקב האט געשריבן: ↑ פרייטאג אוגוסט 18, 2023 3:13 pmג' הרב שמעון שפיטצער האט טאקע אויכעט פארציילט די מעשה פון דער אייניקעל וואס איז געפארען קיין פשעווארסק צו הרה"צ רבי לייבוש שליט"א האט ער געפרעגט די רבי ער זאל איבער געבען א גריס פאר רבי לייבוש... זאגט די רבי ער קען מיך נישט.... איך געדענק אים יא ווייל ער פלעגט איינשטיין ביי מיר ווען ער פלעגט קומען צום שווער ז"ל.. אבער ווי אזוי זאל ער מיך געדענקען אזוי פיל יארען שוין א דורך.... זאגט די רבי זאגט אים איך בין די סקווירא רבינ'ס איידעם אפשר וועט ער זיך דערמאנען....
מורשת חכמי אמעריקא
- מרגלא בפומיה
- שר חמש מאות
- תגובות: 828
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 22, 2023 6:22 pm
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
הערליכע אשכול דאס
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
ו' ווען זיין שווער הרה"ק מהרי"י מסקווירא זי"ע האט אים געבעטען אין תשכ"ד צו זיין דער שליח ציבור אין סקווירא האט ער אים געבעטען בזה"ל איך וויל דיר בעטען א זאך נאר אויס די זאגסט יא ! אויס די האסט א הווא אמינא פון זאגען ניין בעט איך נישט... ביז ער האט מסכים געווען.... האט די שווער אים געבעטען צו זיין די בעל תפלה אויף שחרית ימים נוראים... כהאב גהערט נאך א שטיקעל די סקוורי ארבי האט געפרעגט רבי ישעי אונגאר ע"ה דער משב"ק אויב ער קען גוט די נוסח פון שחרית פון הרב חיים אייזיק פון סקווירא האט ר' ישעי' געזאגט יא מייעננדיג אז ער וועט זיין די בעל תפלה , זאגט אים די רבי אויב אזוי לערן אויס מיין איידעם די נוסח.... אבער סוף הכבוד לבוא באחרית ימיו האט ער זוכה געווען צו זיין די בעל תפלה אין שיכון סקווירא בימי האד"ש מסקווירא
Re: הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע-שנו מדותי שטריכען און מעשיות אחר מטת קדשו
ז' ר' יוחנן בן הרב יעקלע זאגט די מעשה פון ר' מאטל קלינער אז זיין זוהן שלמהאיז געקימען לעצטע דינסטאג א טאג פאר די פטירה צו די רבי ז"ל שטוב זעהן וואס די רבי מאכט ווייל זיין טאטע מאטעל איז געקימען אין חלום זאל שוין אריבערגיין צום רבין ווייל די רבי איז זייער קראנק