Re: מיין לעבן אלס גט'ליך קינד
ווי אויך פרעמען מיר אייער פון שליח הקן { בארא פארק -קעטסקעלס}
שיקט א אימעל צו
[email protected]
מעשי ידי
https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
אפשר ביזטו אונז אויך מזכה?farshlufen האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 3:10 pm
פארהאן א תשובה פון איינער פון די גרעסטע בתורה ובחסידות אין די דור איידער די קריג, א קטלנית ל"ע שאלה, פון צווישן זיינע שורות האב מיר אפגעלערנט ווי אזוי אן ערליכער איד זעהט זאכן מיט גאר אן אנדערע ליכט ווי דער פליישיגער אויג און ס'האט מיר אסאך זאכן קלאר געשטעלט.
אוודאי.עמוד יומי האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:03 pmווען דו וועסטיך פלאגן מיט שווערע חובות, אלטע בחורים, אדער יענע מעשה ווילסטו אויך אז מ'זאל דיר געבן א שמייכל און גריסן גוט שבת, און דאס איז, פון דארט און ווייטער איז הנסתרות לה' אלוקינו?!זבולון ווייס האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:00 pmדו פלאנסט צו איבערנעמען די פאזיציע פון פירן די וועלט?עמוד יומי האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 1:49 pmאיך מיין צו זאגן ווען גיימיר טוהן עפעס וועגן דעם עצם פראבלעם. אז עלטערן זאלן נישט פירן אזעלכע משפחות. העלפן קינדער מיט די עצם פראבלעם פון לעבן אין א גיהנם.דניאל אויערבאך האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 9:16 amסתם לידיעתכם, שוין דא וואס טוען פאר אזעלכע בחורים. יא, לב וילד... עס נעמט בלויז איין פאון קאל און דער בחור באקומט א נייע מאנטל!
כמובן דאס נעמט נישט אוועק פון די שרעקליכקייט פון די געשיכטע, ווי אזוי א טאטע קען דאס טון צו אן אייגן קינד! עס גייט מיר נישט אין קאפ אריין...
ווי אויך פארמינערט עס נישט קיין @איין טראפ די געוואלדיגע חסד פון הרב איין טראפ, וצדקתו עומדת לעד.
אויב יא, קענסטו אויפקומען מיט א מהלך. אין די וועלט זענען דא שווערע מענטשן, און עס גייט ווייטער זיין.
מען קען דאס נישט עלימינירן אפי' אויב עס וועט יא געלונגען צו עלימינירן חאמאס... ווייל זייערע שלעכטע מידות דערקענען זיך געווענליך נישט פונדרויסן פון שטוב.
איי עס וואקסן אויף קינדער וואס זענען ממש טעראריזירט? איז דער ענטפער אז מיר דארפן זיכער טוהן וואס מיר קענען צו העלפן אזעלכע קינדער, געבן א שמייכל און גריסן גוט שבת, אדער אנדערע זאכן וואס מ'קען, אבער פון דא און ווייטער איז "הנסתרות לה' אלוקינו".
קענסט צולייגן די מעשה פון יפתח מיט זיין טאכטער, וואס חז"ל זאגן דארט...
איה"נ, נישט צווישן די עלטערן, אבער צווישן יפתח און פנחס, און דאס קינד איז געפאלן א קרבן...
מדרש רבה ויקראהיה יכול להפר את נדרו ולילך אצל פנחס אמר אני מלך ואלך אצל פנחס?! ופנחס אמר אני כהן גדול ובן כה"ג ואלך אצל עם הארץ זה?! בין דין לדין נספת ההיא עלובתא
יא יא, געשאכטן זיין קינד ווייל ס'האט אים נישט געפאסט, ה"י.ספרניא האט געשריבן: ↑ פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 11:54 amאיה"נ, נישט צווישן די עלטערן, אבער צווישן יפתח און פנחס, און דאס קינד איז געפאלן א קרבן...מדרש רבה ויקראהיה יכול להפר את נדרו ולילך אצל פנחס אמר אני מלך ואלך אצל פנחס?! ופנחס אמר אני כהן גדול ובן כה"ג ואלך אצל עם הארץ זה?! בין דין לדין נספת ההיא עלובתא
אוודאי איז דא די מעגליכקייט אסאך צו טון אויף צו העלפן, אבער נישט צו פארמיידן, אנלעס דו ווערסט א קאמוניסטישע סאסייעטי פון אבזערווירן און אריינשטעקן די נאז אין יעדנ'ס פריוואטע לעבן און טיילן דארטן דעות.עמוד יומי האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 3:06 pmיישר כח @גראז.
מיין פוינט איז מיט א קלארקייט אז ס'איז יא דא עצות פאר געוויסע פראבלעמען וואס יעדער הייבט הענט כאילו ס'נישט קיין עצה. כ'האב שוין דאס אויסגעשמועס אזויפיל מאל, נאר יעדעס מאל דארט עס א לאנגע צייט ביז דער צווייטער פארשטייט וואס מ'רעדט. דער ערשטע האלבע דארט ביז יענער איז גרייט צו "הערן" בכלל וואס מ'רעדט, ער איז אזוי זיכער מיט זיך, די צווייטע האלבע שעה נעמט ביז ער כאפט אויף וואס מ'רעדט צו אים, הערשט נאך א שעה עפענט אויף די אויגן און זאגט יא, האסט רעכט. וחוזר חלילה. איך האב נישט קיין כח צו דעם נאכמאל און נאכאמאל, נאר היות דא אויפן וועלטל איז א מקום רבים רעד איך מיך נאך איין אז אפשר איינער [וואס האט די מעגליכקייט צו טוהן] וועט זיין אינטערעסירט...
קיינער קען נישט טון.. דער וואס דארף טון איז די אין איך.. יעדער דארף וויסן און אנערקענען אז סיי וואספארא קשר, שותפות, מעירידזש, א איד מיטן באשעפער. איז נאר דורך סטראגעלס.. און מען דארף ארבייטן דערויף.פלוני האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 4:04 pmאיר זענט מיר גארנישט מחדש. איך האלט שוין נאכדעם. ס'איז א שאד אונזער ביידע'ס צייט איר זאלט טראכטן און שרייבן וואס איר מיינט אז איך טראכט. איך זאג נאר דא איין זאך, אז מ'קען יא טוהן, אז מ'וויל. מ'רעדט נישט פונעם עבר, מ'רעדט פונעם עתיד, היינט, מארגן, קומענדיגע יאר גייען קינדער ליידן, און מ'קען עס פארמיידן אין א גרויסע מאס.farshlufen האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 3:59 pmנעמט עס נישט חלילה פערזענליך.
כ'בין ווייט ווייט פון קאלטבלוטיג און שטיי הונטער מיינע ווערטער.
נאר זייט וויסן אז ביי געוויסע פאסירונגען אין לעבן אויב וועט איר נישט טראכטן גראד נאר האבן א ליסטע ווער ס'איז שולדיג וכו' און ווען מ'וואלט ווען וכו' וועט איר זיך נישט קענען רוקן פאראויס קיין מילימעטער און ס'וועט נישט זיין קיין תכלית פאר קיינעם.
קוקט'ס פאראויס, ווייסט אז איינער פיהרט אלעס גענוי, זייט פריילעך און צעפרידן, און שטייגט ברוחניות ובגשמיות געזונטערהייט. עמו"ש.
א - ס'איז דא א היבשע מהלך צו גיין ביז 'א קאמוניסטישע סאסייעטי'. ביז אהין קען מען נאך היבש אויפטוהן.גראז האט געשריבן: ↑ פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 1:40 pmאוודאי איז דא די מעגליכקייט אסאך צו טון אויף צו העלפן, אבער נישט צו פארמיידן, אנלעס דו ווערסט א קאמוניסטישע סאסייעטי פון אבזערווירן און אריינשטעקן די נאז אין יעדנ'ס פריוואטע לעבן און טיילן דארטן דעות.עמוד יומי האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 3:06 pmיישר כח @גראז.
מיין פוינט איז מיט א קלארקייט אז ס'איז יא דא עצות פאר געוויסע פראבלעמען וואס יעדער הייבט הענט כאילו ס'נישט קיין עצה. כ'האב שוין דאס אויסגעשמועס אזויפיל מאל, נאר יעדעס מאל דארט עס א לאנגע צייט ביז דער צווייטער פארשטייט וואס מ'רעדט. דער ערשטע האלבע דארט ביז יענער איז גרייט צו "הערן" בכלל וואס מ'רעדט, ער איז אזוי זיכער מיט זיך, די צווייטע האלבע שעה נעמט ביז ער כאפט אויף וואס מ'רעדט צו אים, הערשט נאך א שעה עפענט אויף די אויגן און זאגט יא, האסט רעכט. וחוזר חלילה. איך האב נישט קיין כח צו דעם נאכמאל און נאכאמאל, נאר היות דא אויפן וועלטל איז א מקום רבים רעד איך מיך נאך איין אז אפשר איינער [וואס האט די מעגליכקייט צו טוהן] וועט זיין אינטערעסירט...
פארפאלן, די וועלט איז א ברוטאלע זאך, דעיס איז יומען נעיטשור, קענסט נישט מלחמה האלטן דערמיט.
ענדליך הערט זיך איינער צו, און ענפטערט לענין.דניאל אויערבאך האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:51 pmהרב עמוד, זאגסט דאך אזוי גוט, אבער... עס איז פשוט נישט פראקטיש במציאות די אלע שיינע עצות,
רוב פון די קינדער וואס גייען אדורך די עביוז ווייסן נישט און כאפן נישט אז זיי זענען אין גלות, זיי האבן ליב טאטע און מאמע, זיי זענען פשוט צומישט און קענען נישט דעסיידן וואס צו טון, געווענליך גייען זיי נישט רעדן צו קיינעם דערוועגן, און אפילו אין חדר/סקול זענען זיי שטיל, פארמאכט, רוב מענטשן ווייסן נישט און כאפן נישט ביז די קינדער ווערן עלטער און ערשט דעמאלס אין היינדסייט כאפט מען וואס דא איז פארגעגאנגען.
שכנים וועלן רוב מאל "נישט וויסן" וואס עס גייט פאר, אדרבה רוב מאל וועלן די שכנים האלטן אז דער אביוזער איז א וואוילער איד וכו'.
אויב ווערט מען יא געוואר, זענען יא דא מענטשן וואס מישן זיך אריין, אבער רוב מאל העלפט עס נישט, די עביוזערס דרייען זיך קונצליך ארויס פון אלעמען. (מען קען נישט אלעס טון וואס מען טראכט ווייל די סיטואציעס מיט קינדער איז זייער סענסעטיוו און נישט אלעס קען מען רעפארטן מסיבות שונות.) בקיצור מען בלייבט סטאק.
עס קוקט אויס ווי א גזירה ואס מען קען נישט פייטן ליידער.
פון ערפארונג קען איך זאגן אז אלס קינד נאך זייענדיג היפש יונג האב איך דווקא יא געכאפט וואס גייט פאר און געזיכט ווי זיך אויסצוגעבן און ווען כ'האב ווען עפעס אזוי ווי לב לילד אין מיין לעבן יתכון איך וואלט זיך אסאך מער געעפנט, קינדער וועלן זיך עפענען אויב איז עס די ריכטיגע מענטש און ער גייט נישט פילן ווי זיין פרעסטידזש פון זיין משפחה טאטע צו מאמע ווער נישט פארקלאפט.עמוד יומי האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 3:22 pmענדליך הערט זיך איינער צו, און ענפטערט לענין.דניאל אויערבאך האט געשריבן: ↑ מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:51 pmהרב עמוד, זאגסט דאך אזוי גוט, אבער... עס איז פשוט נישט פראקטיש במציאות די אלע שיינע עצות,
רוב פון די קינדער וואס גייען אדורך די עביוז ווייסן נישט און כאפן נישט אז זיי זענען אין גלות, זיי האבן ליב טאטע און מאמע, זיי זענען פשוט צומישט און קענען נישט דעסיידן וואס צו טון, געווענליך גייען זיי נישט רעדן צו קיינעם דערוועגן, און אפילו אין חדר/סקול זענען זיי שטיל, פארמאכט, רוב מענטשן ווייסן נישט און כאפן נישט ביז די קינדער ווערן עלטער און ערשט דעמאלס אין היינדסייט כאפט מען וואס דא איז פארגעגאנגען.
שכנים וועלן רוב מאל "נישט וויסן" וואס עס גייט פאר, אדרבה רוב מאל וועלן די שכנים האלטן אז דער אביוזער איז א וואוילער איד וכו'.
אויב ווערט מען יא געוואר, זענען יא דא מענטשן וואס מישן זיך אריין, אבער רוב מאל העלפט עס נישט, די עביוזערס דרייען זיך קונצליך ארויס פון אלעמען. (מען קען נישט אלעס טון וואס מען טראכט ווייל די סיטואציעס מיט קינדער איז זייער סענסעטיוו און נישט אלעס קען מען רעפארטן מסיבות שונות.) בקיצור מען בלייבט סטאק.
עס קוקט אויס ווי א גזירה ואס מען קען נישט פייטן ליידער.
וואס איר זאגט אז קינדער וואס גייען אדורך די עביוז ווייסן נישט און כאפן נישט אז זיי זענען אין גלות וכו', איז אמת ויציב. איך קלער אבער אז מ'וועט עס אדוווערטייזן (בהדרכת רבנים מומחים בזה ויראי השם אמיתיים) וועט אנדערש ווערן. אויסער דעם, מיט נעמען אין חשבון אז ס'דא גענוג און נאך ליידער וואס ס'נישט קיין סוד אז זיי ליידן נעבעך, און מיט נעמען אין חשבון בחורים און עלטערע מיידלעך וואס ווייסן יא צו דערציילן און חליש'ן יא נאך הילף, און מיט נעמען חשבון מענער/פרויען וואס וועלן קומען זאגן דער מצב ביי זיי. פון דעם אליין האט מען שוין גענוג ארבעט פאר אן ארגעניזאציע, און מיט דעם אליין קען מען העלפן אן אומשאצבארע צאל אידישע קינדער און דורות. - און אויב דעס איז מצליח גלייב איך אז זאכן וועלן זיך אויטאמאטיש אסאך טוישן און פארברייטערן צום גוטן.
אולי, אפשר, יתכן, אבער גרעסערע שאנסן אז נישט.
נבואה שהוצרכה לדורות ניתנה ליכתב, נבואה שלא הוצרכה לדורות לא ניתנה ליכתב.