מיין לעבן אלס גט'ליך קינד
מיין לעבן איז געווען און איז נאך אויך היינט איין שטוק פיין און טשעלעזש'עס, איבערהויפט פיינפול איז געווען די טין עדזש יארן. ווען איך לייג זיך אריין אין מיין בחורישע שיך מיט מיין דעמאלסטיגע מצב שוידערט מיר מיין אלע גלידער און ביינער, מיין זעל צאפלט מיט ווייטאג און מיין פילינג'ס פייניגן, מיט אן אומבאשרייבליכע טיפע ווייטאג. ווייטאג פון זיין "אליין" פאר צענדליגער יארן אן קיין איין מענטש וואס זאל מיר געבן די געפיל כ'פארשטיי דיר. כ'האב נישט גע'קענט בעטן הילף פון קיינעם, אדער ערקלערן די סיטואציע פאר מיינע ארומיגע ידידים און חברים, אזוי ווי איר וועט זיך אליין איבער צייגן און די געשיכטע.
די וועג ווי אזוי כ'האב אנגעגאנגען און ארויס געגעבן מיין צער און ווייטאג, איז געווען דורך די איינע חבר וואס האט מיר פארשטאנען און מיט געוויינט און אלע מצבים און זמנים, און דאס איז די אלטע פריינט וואס די משנה איז נאך מייעץ "וקנה" לך חבר, די קנה די פען זאל זיין דיין חבר.
נאכן זיין זיכער אז אלע חברים פון ישיבה שלאפן בין איך ארויס פון בעט און אנגעהויבן שרייבן און שרייבן און שרייבן. כהיום האלט עס אריבער 200 זייטן וואס איז געווארן געשריבן מיטן בלויזן פען אויף ווייסע פאפיר!
דאס געשרייבעריי איז דאן געשריבן געווארן זייער נאטור'לעך אנע מורא אז איינער גייט עס זען, צוליב וואס כ'האב אפגעמאכט עס קיינמאל נישט צו ווייזן אדער ארויס געבן. אגב די אפמאך איז נאך און פולן קראפט און געוויסע זאכן גיי איך דא בכלל נישט צארטירן. אבער למעשה יעצט ווען איך האלט מיט ווי א אינג אומשילדיג בחור'ל גייט אדורך אן ענדליכע מעשה ווי מיר, האב איך געקומען צום באשלוס נאכן זיך אדורך רעדן מיט א מורה הוראה, יא אויף צו דעקן געוויסע איינצילהייטן און אזוי ארום ברענגן מאמענטום איבער אזאנע פעלער.
ובשם השם נעשה ונצליח.