מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
איין טראפ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:33 pm

מיין לעבן אלס גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין טראפ »

ווי איר ליינט אינעם קעפל פונעם אשכול, איז מיין לעבן נישט געווען גלייך ווי אלע מיינע חברים אין חדר/ישיבה. כ'בין פון צוטיילטע עלטערן וואס דאס האט פאראורזאכט דראמע טראמע און ווייטאג אין מיין לעבן, פאר קיין שום איד נישט געווינטשן אזאנע מאמענטן. ב"ה יעצט נאך מיין חתונה זענען זאכן אסאך רואיגער און געשמאקער אבער פארט נישט אויף די נארמאלע לעבן שטייגער.

מיין לעבן איז געווען און איז נאך אויך היינט איין שטוק פיין און טשעלעזש'עס, איבערהויפט פיינפול איז געווען די טין עדזש יארן. ווען איך לייג זיך אריין אין מיין בחורישע שיך מיט מיין דעמאלסטיגע מצב שוידערט מיר מיין אלע גלידער און ביינער, מיין זעל צאפלט מיט ווייטאג און מיין פילינג'ס פייניגן, מיט אן אומבאשרייבליכע טיפע ווייטאג. ווייטאג פון זיין "אליין" פאר צענדליגער יארן אן קיין איין מענטש וואס זאל מיר געבן די געפיל כ'פארשטיי דיר. כ'האב נישט גע'קענט בעטן הילף פון קיינעם, אדער ערקלערן די סיטואציע פאר מיינע ארומיגע ידידים און חברים, אזוי ווי איר וועט זיך אליין איבער צייגן און די געשיכטע.

די וועג ווי אזוי כ'האב אנגעגאנגען און ארויס געגעבן מיין צער און ווייטאג, איז געווען דורך די איינע חבר וואס האט מיר פארשטאנען און מיט געוויינט און אלע מצבים און זמנים, און דאס איז די אלטע פריינט וואס די משנה איז נאך מייעץ "וקנה" לך חבר, די קנה די פען זאל זיין דיין חבר.

נאכן זיין זיכער אז אלע חברים פון ישיבה שלאפן בין איך ארויס פון בעט און אנגעהויבן שרייבן און שרייבן און שרייבן. כהיום האלט עס אריבער 200 זייטן וואס איז געווארן געשריבן מיטן בלויזן פען אויף ווייסע פאפיר!

דאס געשרייבעריי איז דאן געשריבן געווארן זייער נאטור'לעך אנע מורא אז איינער גייט עס זען, צוליב וואס כ'האב אפגעמאכט עס קיינמאל נישט צו ווייזן אדער ארויס געבן. אגב די אפמאך איז נאך און פולן קראפט און געוויסע זאכן גיי איך דא בכלל נישט צארטירן. אבער למעשה יעצט ווען איך האלט מיט ווי א אינג אומשילדיג בחור'ל גייט אדורך אן ענדליכע מעשה ווי מיר, האב איך געקומען צום באשלוס נאכן זיך אדורך רעדן מיט א מורה הוראה, יא אויף צו דעקן געוויסע איינצילהייטן און אזוי ארום ברענגן מאמענטום איבער אזאנע פעלער.

ובשם השם נעשה ונצליח.
לעצט פארראכטן דורך איין טראפ אום פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:33 am, פארראכטן געווארן 12 מאל.
ענדערש א פאלשע שמייכל ווי עכטע טרויער
אין אלע אומשטענדן קענסטו זאלסטו מיזטו זיין בשמחה
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

...Wow no words
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
כרוספדין
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:56 pm
לאקאציע:רבותינו שהיו מסובין בבני ברק

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כרוספדין »

סוססקרייבט
- שיח שרפי קודש -
סיפורי צדיקים ממקורות נאמנים דערציילט דורך
הגה"צ ראש ישיבת מהרי"ט בני ברק שליט"א (הגרח"צ מייזליש)
viewtopic.php?p=5053598#p5053598
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7535
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

זכות הרבים תלוי בידך

שרייב שרייב
א נקמה אין ענק ליבעראלע סטודענטן! פלאגטס ענק מיט ענקזייעטי און דעפרעסיע פאר די נעקסטע הונדערט יאר און לאזט אידן צוריה!
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13800
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

שכח שכח.

האסט מיר דערציטערט מיט דיין הקדמה איבער דיינע בחורישע יארן. ס'כאפט א פחד וואס אזאנע גייען דורך ס'באדערט מיר כ'האב נישט מער ארויסגעהאלפן מיינע חברים וואס זענען געווען אין גי מצב.

מיר ווארטן פאר דיינע געשריבענע געפילן.

לייק פארן קעפל געטליך.
ווי טאקע איז ישראל הלוי?
אוועטאר
אבי א נאמען
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 11:51 pm

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי א נאמען »

גט'ליך-א וואונדערבארע חידוש!
דערמאנונג: א גוט ווארט טוט אויף. אסאך.
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2534
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

איך ציטער... אבער מיר ווארטען. ישר כח למפרע
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
שטארק זיך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8083
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

נוראות!

יישר כח
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
דער רעקרוטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 01, 2023 6:46 pm

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער רעקרוטער »

נישט מעגליך צו פארשטיין פאר איינעם וואס איז בחסדי ה' נישט אריבער דעם מצב, אבער מיר ווארטן מיט שפאנענדע געפילן צום ארטיקל
זוכט איר א גוטע ארבעטער אדער ארבעט?

שיק א אימעיל צו
[email protected]
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3211
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

עס רייסט. שרייב וואס איז דיר באקוועם.
אוועטאר
notification
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:15 pm

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך notification »

האלט איך יעצא מיט א פאל ווי א טאטע איז אראפ פון וועג, און די קינדער ציטערן א גאנצן צייט ווען זיי גייען מיט אים, אז די חברים זאלן נישט מיטהאלטן און קיינער זאל נישט וויסן אז זיי האבן א טאטע וואס קוקט אזוי אויס
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2712
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

קודם שלום עליכם,

סוססקרייבט,

כהאב זייער הנאה פון אייך אז איר שרייבט נישט צו סאך אויף אמאל אזוי האט מען צייט צו ליינען.
תשפה גייט מען אין קאנטרי
סוף וואך פ' קרח, ר"ח תמוז - JUN 2
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

notification האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 11:00 am
האלט איך יעצא מיט א פאל ווי א טאטע איז אראפ פון וועג, און די קינדער ציטערן א גאנצן צייט ווען זיי גייען מיט אים, אז די חברים זאלן נישט מיטהאלטן און קיינער זאל נישט וויסן אז זיי האבן א טאטע וואס קוקט אזוי אויס
ווי קומט עס דא אריין?
לעצם הענין דארף מען זיי מסביר זיין אז עס האט מיט זיי קיין שייכות און עס איז קיין בושה פאר זיי אז זייער טאטע איז אזוי און א טאטע בלייבט א טאטע.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
notification
שר האלף
תגובות: 1786
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 12, 2022 2:15 pm

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך notification »

מ'רעדט דאך דא פון זיין א גט'לעך קינד
אוועטאר
וועלטס מבין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:53 pm
לאקאציע:ניו יארק

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלטס מבין »

Amazing האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 11:38 am
notification האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 11:00 am
האלט איך יעצא מיט א פאל ווי א טאטע איז אראפ פון וועג, און די קינדער ציטערן א גאנצן צייט ווען זיי גייען מיט אים, אז די חברים זאלן נישט מיטהאלטן און קיינער זאל נישט וויסן אז זיי האבן א טאטע וואס קוקט אזוי אויס
ווי קומט עס דא אריין?
לעצם הענין דארף מען זיי מסביר זיין אז עס האט מיט זיי קיין שייכות און עס איז קיין בושה פאר זיי אז זייער טאטע איז אזוי און א טאטע בלייבט א טאטע.
איך גלייב אז א קינד נישט פון א גט'ליך שטוב שעמט זיך אויך מיט א אפגעפארענע טאטע, נאר ווען עס קומט אריין נאך סטרעסערס (געוויכט) און לעבן קלאפט עס אויס ערגער.
די חילוק דא וועט כאפן, אויב די מאמע וועט סאפארטען דעם קשר אדער צילייגן געוויכט אויפן אימשולדיג קינד....
ווייל א טאטע בלייבט א טאטע....
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

notification האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 12:12 pm
מ'רעדט דאך דא פון זיין א גט'לעך קינד
יא אבער ווי איך פארשטיי האט @איין טראפ געפענט די אשכול אהער צו ברענגן זיין פערזענליכע טאג בוך וואס פשט אריינצוהאקן מיט אנדערע געשיכטעס נאך פאר ער האט אנגעפאנגן צו פארציילן
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2291
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

ליבי ליבי על חלליהם
נאר צו נעמען אינאכט.. גייסטישע ווייטאג איז סאך שווערער פון פיזישע ווייטאג
א איד א קענסער איבערלעבער האט דערציילט אז נאכן נעמען טריטמענטס איס ער אריינגעפאלען אין א דעפרעשאן אין נאכן זיך ארויסדרייען דערפון קען ער זאגן אז די גייסטישע יסורים און ווייטאג שטייגט איבער פי כמה די פיזישע יסורים פון קימא וכו' !!!
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 758
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

טשעירמאן האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 20, 2023 12:43 pm
ליבי ליבי על חלליהם
נאר צו נעמען אינאכט.. גייסטישע ווייטאג איז סאך שווערער פון פיזישע ווייטאג
א איד א קענסער איבערלעבער האט דערציילט אז נאכן נעמען טריטמענטס איס ער אריינגעפאלען אין א דעפרעשאן אין נאכן זיך ארויסדרייען דערפון קען ער זאגן אז די גייסטישע יסורים און ווייטאג שטייגט איבער פי כמה די פיזישע יסורים פון קימא וכו' !!!
ווען מען איז נישט געזינט פיזיש איז דא ארגענעזעשן'ס/ מענטשן וואס קימען באזיכן ברענגען מוזיק ביכער צי ליינען ועוד, ווען איינער איז דיפרעסט איז ער אין זיין לאך,ער קען ארימגיין, ארבעטן, זעהן ווי יעדער גייט אן שמייכלט פארברענגט מיט אנדערע, אוואדע איז עס שווערער !
אוועטאר
איין טראפ
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:33 pm

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין טראפ »

צו ערשט שכח פאר אלע לייק'ס דאס אליין געבט שוין דאס געפיל אז כ'האב ווער ס'פארשטייט מיר, ישלם השם פעלם!

מיין ווייטאג און עביוז איז צוטיילט אין דריי באזונדערע קאטעגאריעס: כ'וועל אנהייבן מיט די מויסט קאמען און געווענליכע וואס אלע קינדער פון אזאנע שטובער גייען אדורך, פארשטייט זיך איינער מער און איינער ווייניגער אבער יעדער מיט ענדליכע שיך האט עס. די פאקט אז די עלטערן קריגן זיך. כשרייב עס פון מיין פאספעקטיוו און ווי אזוי כ'האב עס פארשטאנען מיט מיין קינדערישע פארשטאנד, כ'געב נישט גערעכט פאר קיינעם און איך נעם נישט קיין זייט (עכ"פ דא אויפן פלאטפארמע זיכער נישט)

שבת קודש אלע אידן קומען אהיים פון שול מיטן באגלייטונג פון 2 מלאכים גרייט אפצורעכטן א סעודת שבת א סעודה כיד המלך, אבער נישט ביי משפחת..... דארט קומט מען אהיים צו א הויז וואס הערשט אן אומסטאבילקייט.
כ'עפן אויף די טיר אויסריפענדיג גוט שבת מיט א שמחה, אבער די ווענט ענטפערן צוריק מיט טרויער. כ'קוק זיך ארום כ'זע קיינער איז נישט דא די הויז איז ליידיג. כ'שפאציר פון צומער צו צומער אלע שלאפן אלע זענען אין די בעטן, מיין וואונדער איז גרויס וואס גייט פאר?

פון מיין מאמע'ס שטוב הער איך ארויס געוויינעריי, און פון מיין עלטערע שוועסטער'ס שטוב הער איך א כליפע. מיין געוויסן איז צוטומעלט מיינע טרערן פאנגען אן שטוקן נישט וויסענדיג וואס אזאנס האט דא פאסירט.

כ'גיי צו מיין עלטסטע שוועסטער'ס בעט כ'זע איר פנים אריין גע'קויטשעט אינעם קוש'ן און טרערן גיסן זיך פון אירע אויגן. דא האט מיין קוואל אויך זיך געפענט און כ'ברעך אויס אין א יאמערליכע געוויין, א געוויין פון פיין. טיף איך מיר האב איך געווייסט וואס דא גייט פאר אבער כ'האב מישט געוואלט ס'זאל זיין אמת.

מיין שוועסטער נעמט מיר ארום און זאגט מיר מיט א קול פון געוויין, טאטי און מאמי שלאגן זיך! כ'פרעג איר וואס גייט זיין מיט א סעודה, ענטפערט זו כ'וויס נישט קוקט נישט אויס ווי ס'גייט נאך זיין די וואך.

כ'וואלט נאך געשריבן ווייטער ווען נישט מיינע געפילן האקן מיר איבער מיט א געוויין.
ענדערש א פאלשע שמייכל ווי עכטע טרויער
אין אלע אומשטענדן קענסטו זאלסטו מיזטו זיין בשמחה
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4590
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד! א מעשה פון שבת ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

אויטש!!!
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד! א מעשה פון שבת ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

א לייק?! א טרער!
אוועטאר
צוויי גילדען
שר עשרת אלפים
תגובות: 13800
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 13, 2022 10:20 pm
לאקאציע:מלפנים @שמעון משה

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד! א מעשה פון שבת ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גילדען »

אוי וויי.
ווי טאקע איז ישראל הלוי?
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4518
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד! א מעשה פון שבת ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אוי וויי טאטע קרוין
מצה טאש
שר האלף
תגובות: 1080
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 2:46 pm

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד! א מעשה פון שבת ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצה טאש »

אוי באשעפער
אוועטאר
כאלעט'ל
שר האלפיים
תגובות: 2436
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 9:49 am
לאקאציע:דער דעמאקראטישער פעסטונג: ניו יארק

Re: מיין לעבן אלץ גט'ליך קינד! א מעשה פון שבת ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאלעט'ל »

ווי קען מען דרוקן "לייק" אויף אזא הארץ רירנדע תגובה, די פיין פון בלויז די פאר שורות איז דאך נישט צום דערהייבן,
רב @איין טראפ עס קומט זיך א דאנק פאר דיין קוראזש און מיר אלע טוען מיטוויינען מיט דיר
פארוואס זאג איך אייך דאס? כדי איר זאלט דאס וויסן.
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”