בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

הקדמה:פאר יארן צוריק האב איך אנגעהויבען אזא סעריא פין בדיחותא אשכולות, פאר אלע פריעדיגע "בדחיתא אשכולות" קענסטו גיין צי מיין מפתח וואס איז אין מיין אונטערשריפט.

די ציל:בקיצור צו דערמאנען די תכלית פין די בדיחותא אשכולות איז סתם פאר אונטערהאלטונג און אויף צו שענקן א שמייכעל פאר אנדערע יודן. נישט דא קיין שום אנדערע ציל דא. אוודאי דארף מען געדענקן נישט דא צו ברענגען קיין עבדות וואס ברענגען חס ושלום ארויס א זולזל כל דהוא אויף צדיקים גדולי ישראל וקדושים וואס מפיהם אנו חיים.

די טעמע:די טעמע פין די בדחותא אשכול, איז איבער עבדות און סיפורים פין גדולי ישראל וואס האבן איינעם "גוט אפ-גענפערט!" אדער "געשטעלט יענעם אין פלאץ!" צו "גוט אפ-גענפערט!" א גוי, צו "גוט אפ-גענפערט!" א שואל וואס איז געקומען דרייען א קאפ... צו אפי' "גוט אפ-גענפערט!" א צווייטע גדול וכדו'.


און יעצט צום נושא בעזהשי'ת.

סיפור א': די בית הלוי ענפערט-אפ אין שטעלט דעם שואל אין פלאץ
ווי באקאנט איז מען אין די ליטווישע וועלט זייער מקפיד אז די תפילין של ראש זאל זיין פונקליך אין די צענטער פונעם קאפ. דעראיבער פירט מען זיך אין די ליטא און ווי אויכעט אין בריסק צו האבן א שפיגעל אין די טלית באטעל אויף צו ניצן ביי הנחת תפילין. צו זעכער צו מאכן אז די של ראש איז אינעם צענטער פינעם קאפ. משא''כ ביי חסידישע יודן האט מען געוויסט אז, ערשטענס, א שפיגעל איז געמאכט פאר נשים און נישט פאר מענער. אזוי ווי די הייליגע דברי חיים שרייבט אין א תשובה אויף די וואס ניצן א שפיגעל ביי הנחת תפילין אז "אין אלו אלא מנהג בורות". און ווידער, איבער דעם פראבלאם פין לייגן די של ראש אינעם צענטער פונעם קאפ, שרייבט די הייליגע דברי חיים אין יענעם תשובה אז מקום יש בראש להניח שני תפילין, און ווי די צאנזע רב זי''ע איז מבאר איז דער פשט פין דעם חז''ל אז מען קען לייגען צוויי של ראש אין די ברייט פונען קאפ. ממילא איבער דעם מיז די של ראש נישט זיין אינעם צענטער.

האט זיך אמאל געמאכט ביים הייליגען בית הלוי אז א געעועסער חסיד האט אוועק גע'גנב'עט פונעם צדיק זיין שפיגעל אויף צו טוהן א מעשה קנאות... און די הייליגע בית הלוי האט זיך דערזעהן אן דעם שפיגעל פאר הנחת תפילין... ביז מען האט זיך געכאפט ווער דער גנב איז, האט זיך דער בית הלוי צו יענעם געוואנדען מיטן קשיא פין למה, פארוואס האסטו דאס צו גענימען? האט יענער גענפערט אז זיין רבי די דברי חיים האט געזאגט אויף איינער וואס ניצט דעם שפיגעל אז "אין אלו אלא מנהג בורות!" האט דער בית הלוי יענעם "אפ-גע'ענפערט" אז דיין רבי'ן דער הייליגער דברי חיים עסט דאך אויכעט אין דעם סוכה אפי' ווען ס'רעגענט. און אינעם שלחן ערוך ווערט דאך גע'פסק'נט אז איינער וואס עסט אין די סוכה ווען ס'רעגענט ווערט אנגעריפן א הדיוט? נאר ווי באקאנט זאגט דיין רבי א הדיוט זאל איך זיין אבער פונעם סוכה וועל איך נישט ארויס גיין... האט די דברי חיים אויסגעפירט, איז לשיטתך די זעלבע דא, א בור זאל איך זיין אבער א שפיגעל וועל איך נאכאלטס ניצן... צו זעכער מאכן אז מיין תפילין איז אינעם צענטער פינעם קאפ לשטתי להלכה!


סיפור ב': די אבני נזר ענפערט-אפ דעם דברי חיים

ווי באקאנט האט מען אנגעטראגן דער גאון די אבני נזר אויף צו ווערן אן איידעם ביים הייליגען דברי חיים. איז געווען ווי כנהג און בפרט בימים ההם צו פארהערן דעם בחור. האט מען געברענגט דער אבני נזר אויף א פארהער צום דברי חיים. נאכן פארהער האט די דברי חיים געבעהטן אז ער וויל נאכאמאל פארהערן די אבני נזר. האט די אבני נזר געשיקט אויף צוריק ענטפערן, אז אויב די דברי חיים וויל איהם פארהערן וויל ער אויכעט צוריק פארהערן די דברי חיים... און ער האט מסביר געווען זיינע ווערטער ווי פאלגענט. אז ווילאנג די דברי חיים וויל פארהערן א בחור איין מאל ביי אויף א שידוך כנהג, דארף ער איהם נישט צוריק פארהערן, און ער קען זיך דאן פארלאזן אויפן דברי חיים'ס שווער’ס פארהער, דעם הייליגען ברוך טעם, צו וויסן אז די דברי חיים איז אויכעט א תלמד חכם. אבער אויב די דברי חיים וויל איהם נאכאמאל פארהערן, אלא מה איז די סיבה פין די נאכאמאל פארהערן וויבאלד חז''ל זאגן "לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו וישיא בתו לתלמיד חכם" און די צאנזע רב וויל פארט זעכער מאכן אז ער איז טאקע א תלמיד חכם, איין מאל איז איהם נישט געניג געווען... אויב אזוי שטייט דאך אבער אויכעט אין דעם זעלבען חז''ל "לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו וישא בת תלמיד חכם" דארף ער דאך אויב אזוי אויכעט צוריק פארהערן דעם דברי חיים צו זעהן אויב זיין טאכטער איז א בת תלמיד חכם...

די וועלט פארציילט די אויספוהר פין דעם מעשה, אז די דברי חיים האט גענפערט אז דער בחור איז צו שארף... און אויב אזוי איז די שידוך נישט פאר איהם... און לימים איז טאקע די אבני נזר געווארן אן איידעם אין קאצק. זכותם פין די אלע צדיקים יגן עלינו ועל כל ישראל. לייג א לייק, הענטעלע בלע''ז, וועל איך דא שרייבן נאך סיפורים בעזר השם.


נא שעמט אייך נישט מאכט אייך באקוועם און שרייבט אויף צו ברענגען א שמייכעל אויף די לעפצן פון פוהלע יודישע קינדער.


נאר ווער נאך מיט א סיפור אויף דעם נושא?
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מיטוואך אוגוסט 23, 2023 3:15 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע:מיין קאפ, אין באנק

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנקיר »

דער בריסקער רב ז"ל האט געשריבן הגהות אויפ'ן ספר חזון איש, וואס איז דעמאלס ארויסגעקומען.

הגה א' איז געווען אויפן שער בלאט, "לא מצאנו 'חזון' אלא בנביאים".

ווען דער חזון איש האט זיך דערפון דערוואוסט האט ער געזאגט, לא מצאנו "רבינו" אלא בראשונים. באציענדיג זיך צום ספר חידושי רבינו חיים.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

נאך א שיינע מעשה אין דעם ענין פין א גדול בישראל וואס האט גוט אפ-גענפערט א גוי האב איך געזעהן אינעם גליון המאיר פין הרה''ג רבי מאיר צוויבעל שליט''א.


"דער בית הלוי האט גוט אפ-גענפערט דעם רוסישער גוי"
א רוסישער גוי האט אמאל געפרעגט פונעם בית הלוי, עט'ס זאגט'ס אז ענקער תורה איז די גלייכסטע וועג מיט דינים פון צדק און משפט, יא? אויב אזוי ווי אזוי קען זיין אז אין ענקער תורה איז נאר דא אן איסור צי נעמען שוחד, ווידער צו געבן שוחד איז נישט דא קיין איסור? געב א קוק אין אונזער געזעץ ביכער איז דא סיי אן איסור פארן שופט צו נעמן שוחד און סיי א איסור אויפן געבן שוחד. און אויף ביידע געבט מען ביי אונז טורמע און מען פארשיקט צו דעם קאלטן סיבור... האט דער גוי אויסגעפירט: איז דאך אויב אזוי אונזערע רוסישע געזעצן אסאך גלייכער, נישט אזוי?

האט דער בית הלוי געטראכט א מינוט, און גלייך צוריק גע'ענפערט, א מורא'דיגע בייפאל און מורא'דיגען ענטפער. פונקט פארקערט זאגט דער בריסקער רב צום גוי, אונזער תורה איז אסאך גלייכער! ווייל וויבאלד ביי אונזער תורה איז נישט דא קיין איסור אויף צו געבן שוחד, וועט יעדער איינער געוואר ווערן אויב א רב נעמט שוחד! וויבאלד דער געבער וועט נישט מורא האבן צו פארציילן פארן ציבור און רבנים אז יענע און יענע רב האט גענומען שוחד, וויבאלד ער האט דאך נישט געטוהן קיין שום איסור מיטן געבן שוחד, ממילא וועט מען קענען גוט באשטראפען יענעם און יענעם רב פארן נעמען שוחד! וואס דאס איז דאך יא אן איסור!

ווידער לויט אייערע געזעצן וואס ס'דא אן איסור סיי אויפן געבער און סיי אויף דער וואס נעמט שוחד, וועלן ביידע מורא האבן פון אן עונש, דעריבער וועלן די צוויי מענטשן, די שופט מיט דער נותן שוחד ביידע מאכן א געשעפט אז מען דערציילט נישט איינער דעם צווייטען פאר קיינעם אז מען האט געגעבן אדער גענומען שוחד, אזוי וועלן ביידע אויסמיידען א שטראף אדער טורמע...! ממילא קומט אויס אז אונזער תורה וועג איז אסאך גלייכער און איז דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום! און דער גוי האט אפ-געפיצט פון שטח מיט א אן אבל וחפוי ראש...!


ווען ס'וועט זיין נאך לייק'ס אויף די ערשטע תגובה וועל איך בל''נ איבער צו לייגן נאך סיפורים בעזר השם.


נוי ווער נאך מיט א סיפור אויף דעם נושא?"
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מיטוואך אוגוסט 23, 2023 3:06 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

גאלדענע פעדער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:33 pm


סיפור ב': די אבני נזר ענפערט-אפ די דברי חיים

ווי באקאנט האט מען אנגעטראגן דער גאון די אבני נזר אויף צו ווערן אן איידעם ביים הייליגען דברי חיים. איז געווען ווי כנהג און בפרט בימים ההם צו פארהערן דעם בחור. האט מען געברענגט דער אבני נזר אויף א פארהער צום דברי חיים. נאכן פארהער האט די דברי חיים געבעהטן אז ער וויל נאכאמאל פארהערן די אבני נזר. האט די אבני נזר געשיקט אויף צוריק ענטפערן, אז אויב די דברי חיים וויל איהם פארהערן וויל ער אויכעט צוריק פארהערן די דברי חיים... און ער האט מסביר געווען זיינע ווערטער ווי פאלגענט. אז ווילאנג די דברי חיים וויל פארהערן א בחור איין מאל ביי אויף א שידוך כנהג, דארף ער איהם נישט צוריק פארהערן, אבער אז די דברי חיים וויל איהם נאכאמאל פארהערן, אלא מה איז די סיבה פין די נאכאמאל פארהערן וויבאלד חז''ל זאגן עולם ימכור אדם כל מה שיש לו וישיא בתו לתלמיד חכם אין די צאנזע רב וויל זעכער מאכן אז ער איז טאקע א תלמד חכם. אויב אזוי שטאט דאך אבער אויכעט אין דעם זעלבען חז''ל "לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו וישא בת תלמיד חכם" דארף ער דאך אויב אזוי אויכעט צוריק פארהערן דעם דברי חיים צו זעהן אויב זיין טאכטער איז א בת תלמיד חכם...

גייט נישט דער ווארט עפעס אז ער’ט געזאגט אז אויב איז איין פארהער גענוג דאן קען זיך דער בחור פארלאזן אויפן שווער’ס שווער’ס פארהער?

נ.ב. הערליכע תוכן, יישר כחכם
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ריכטיג, פאראכטן.
וואל טאג
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 01, 2016 1:35 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואל טאג »

גאלדענע פעדער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:33 pm



סיפור ב': די אבני נזר ענפערט-אפ דעם דברי חיים

ווי באקאנט האט מען אנגעטראגן דער גאון די אבני נזר אויף צו ווערן אן איידעם ביים הייליגען דברי חיים. איז געווען ווי כנהג און בפרט בימים ההם צו פארהערן דעם בחור. האט מען געברענגט דער אבני נזר אויף א פארהער צום דברי חיים. נאכן פארהער האט די דברי חיים געבעהטן אז ער וויל נאכאמאל פארהערן די אבני נזר. האט די אבני נזר געשיקט אויף צוריק ענטפערן, אז אויב די דברי חיים וויל איהם פארהערן וויל ער אויכעט צוריק פארהערן די דברי חיים... און ער האט מסביר געווען זיינע ווערטער ווי פאלגענט. אז ווילאנג די דברי חיים וויל פארהערן א בחור איין מאל ביי אויף א שידוך כנהג, דארף ער איהם נישט צוריק פארהערן, און ער קען זיך דאן פארלאזן אויפן דברי חיים'ס שווער’ס פארהער, דעם הייליגען ברוך טעם, צו וויסן אז די דברי חיים איז אויכעט א תלמד חכם. אבער אויב די דברי חיים וויל איהם נאכאמאל פארהערן, אלא מה איז די סיבה פין די נאכאמאל פארהערן וויבאלד חז''ל זאגן "לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו וישיא בתו לתלמיד חכם" און די צאנזע רב וויל פארט זעכער מאכן אז ער איז טאקע א תלמיד חכם, איין מאל איז איהם נישט געניג געווען... אויב אזוי שטייט דאך אבער אויכעט אין דעם זעלבען חז''ל "לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו וישא בת תלמיד חכם" דארף ער דאך אויב אזוי אויכעט צוריק פארהערן דעם דברי חיים צו זעהן אויב זיין טאכטער איז א בת תלמיד חכם...

די וועלט פארציילט די אויספוהר פין דעם מעשה, אז די דברי חיים האט גענפערט אז דער בחור איז צו שארף... און אויב אזוי איז די שידוך נישט פאר איהם... און לימים איז טאקע די אבני נזר געווארן אן איידעם אין קאצק. זכותם פין די אלע צדיקים יגן עלינו ועל כל ישראל. לייג א לייק, הענטעלע בלע''ז, וועל איך דא שרייבן נאך סיפורים בעזר השם.


נא שעמט אייך נישט מאכט אייך באקוועם און שרייבט אויף צו ברענגען א שמייכעל אויף די לעפצן פון פוהלע יודישע קינדער.


נאר ווער נאך מיט א סיפור אויף דעם נושא?
שמעתי אז הרה"ק מסאטמאר האט נישט מקבל געווען די מעשה, אנגעבנדיג אז עס איז נישט מסתבר דער אבני נזר זאל אזוי רעדן צום גדול הדור
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5322
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

גאלדענע פעדער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:33 pm

ווי באקאנט איז מען אין די ליטווישע וועלט זייער מקפיד אז די תפילין של ראש זאל זיין פונקליך אין די צענטער פונעם קאפ. דעראיבער פירט מען זיך אין די ליטא און ווי אויכעט אין בריסק צו האבן א שפיגעל אין די טלית באטעל אויף צו ניצן ביי הנחת תפילין. צו זעכער צו מאכן אז די של ראש איז אינעם צענטער פינעם קאפ. משא''כ ביי חסידישע יודן האט מען געוויסט אז, ערשטענס, א שפיגעל איז געמאכט פאר נשים און נישט פאר מענער. אזוי ווי די הייליגע דברי חיים שרייבט אין א תשובה אויף די וואס ניצן א שפיגעל ביי הנחת תפילין אז "אין אלו אלא מנהג בורות". און ווידער, איבער דעם פראבלאם פין לייגן די של ראש אינעם צענטער פונעם קאפ, שרייבט די הייליגע דברי חיים אין יענעם תשובה אז מקום יש בראש להניח שני תפילין, און ווי די צאנזע רב זי''ע איז מבאר איז דער פשט פין דעם חז''ל אז מען קען לייגען צוויי של ראש אין די ברייט פונען קאפ. ממילא איבער דעם מיז די של ראש נישט זיין אינעם צענטער.

האט זיך אמאל געמאכט ביים הייליגען בית הלוי אז א געעועסער חסיד האט אוועק גע'גנב'עט פונעם צדיק זיין שפיגעל אויף צו טוהן א מעשה קנאות... און די הייליגע בית הלוי האט זיך דערזעהן אן דעם שפיגעל פאר הנחת תפילין... ביז מען האט זיך געכאפט ווער דער גנב איז, האט זיך דער בית הלוי צו יענעם געוואנדען מיטן קשיא פין למה, פארוואס האסטו דאס צו גענימען? האט יענער גענפערט אז זיין רבי די דברי חיים האט געזאגט אויף איינער וואס ניצט דעם שפיגעל אז "אין אלו אלא מנהג בורות!" האט דער בית הלוי יענעם "אפ-גע'ענפערט" אז דיין רבי'ן דער הייליגער דברי חיים עסט דאך אויכעט אין דעם סוכה אפי' ווען ס'רעגענט. און אינעם שלחן ערוך ווערט דאך גע'פסק'נט אז איינער וואס עסט אין די סוכה ווען ס'רעגענט ווערט אנגעריפן א הדיוט? נאר ווי באקאנט זאגט דיין רבי א הדיוט זאל איך זיין אבער פונעם סוכה וועל איך נישט ארויס גיין... האט די דברי חיים אויסגעפירט, איז לשיטתך די זעלבע דא, א בור זאל איך זיין אבער א שפיגעל וועל איך נאכאלטס ניצן... צו זעכער מאכן אז מיין תפילין איז אינעם צענטער פינעם קאפ לשטתי להלכה!

[
די מעשה איז געווען מיטן גרי"ז
און עס קומט מיט נאך צוויי נוסחאות מיט קליינע שינויים
א) אז דאס איז געווען אין קרעניץ און ער געהאט זיין אכסניא ביי א צאנזע חסיד, און יענער האט אים געלייגט די שו"ת דברי חיים אויפן טיש מיט א סימן וכו'
ב) אז א ער האט זיך מתנצל געווען פאר א צאנזע חסיד בשעת ער קוקט אין שפיגל אז ער טוהט דאס על דעת די צאנזע רב
יישר כח!
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2058
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

באנקיר האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 2:24 pm
דער בריסקער רב ז"ל האט געשריבן הגהות אויפ'ן ספר חזון איש, וואס איז דעמאלס ארויסגעקומען.

הגה א' איז געווען אויפן שער בלאט, "לא מצאנו 'חזון' אלא בנביאים".

ווען דער חזון איש האט זיך דערפון דערוואוסט האט ער געזאגט, לא מצאנו "רבינו" אלא בראשונים. באציענדיג זיך צום ספר חידושי רבינו חיים.
דער הגהה האט דער בריסקער רב נישט געשריבן.

עס איז געשריבן געווארן, אדער דורך זיינע חברה.

פאליטיק האט זיך נישט אהנגעהויבן תש"20 .

כידוע אביסל פונ'ם ליטווישען הלוך ילך, און טאקע פארוואס זיי רופן דוקא חידושי רבינו פלוני הכהן.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4085
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

א פורק עול האט אמאל אפגעשטעלט רבי יונתן אייבשיץ ז''ל בעצם יום השבת און מיט א ציגארעטל אין מויל פרעגט ער פרעכערהייט ''רבי מעג מען רייכערן שבת''?
האט אים רבי יונתן געענטפערט ''יא, מיט א שינוי, מיט די פייער אין מויל''.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

רבי שמעון סופר זצ״ל פארמאכט די מויל פין די קראקאווע לומדים
געווען איז עס אין די צייט וואס דער רבנות פאסטן פון די שטאט קראקא איז געוועזען ליידיג פאר עטליכע יאר. די סיבה דערצי איז געווען וויבאלד די מנהג אין קראקא ווי איבעראל אין יענע טעג איז געווען אז א נייע רב האט געדארפט האלטן אן איינצוג׳ס דרשה און זאגן א פלפל אין א סוגיא בש״ס. און קיין שום קאנדאדאט וואס האט פראבירט צו באקומען די רבנות פאזיציע אין די שטאט קראקא האט עס נישט אדורך געמאכט לעבעדיגערהיייט… וויבאלד דארט אין קלויז ביי די ערשטע שורה זענען געזעצען גרויסע ריזיגע לייבען און תורה ריזן וואס האבן צימאלן און אפגעפרעגט א יעדען קאנדאדאט׳ס איינצוג’ס דרושה און פלפל אין ש״ס. נאך ביפאר יענער האט נאר אנגעהויבען צו זאגן זיין דרשה איז שוין יענער אראפ פין דעם בלעמער מיט גרויסע בושות אין בזיונות…

אלזא איז שוין באוויסט געווארן איבעראל צו שטיין מיילן ווייט און נישט אפי׳ פראבירן צו באקומען די רבנות פאסטן אין דעם שטאט קראקא…

והוא היום - איין שיינעם טאג האט מען אנגעטראגען פאר רבי שמעון סופר די רבנות שטעלע אין קראקא. און צו יעדעמס וואונדער האט רבי שמעון סופר יא געשטעלט זיינע טריט אויפן וועג צו דעם קראקעווער רבנות פאסטן און רב שטעלע. מען האט באלד אויסגערופן אין שטאט אז צו מארגענס אינדערפרי וועט פארקומען דעם איינצוגס דרושה אין דעם און יענעם סגיא אין ש״ס.

דער בית המדרש איז געווען פוהל. און אלע אויגן זענען געווען געוואנדען צו די ערשטע שורה פין די קראקא יושבים… אויף די ערשטע שורה האט מען שוין טאקע געזעהן ווי ס׳קומט שוין ארויס פייער און רויעך פין די מיילער פון די קראקא לומדים… און זיי זענען גרייט צו מאכן אש און פארעך פון דעם געוואגטען יונגער רב קאנדידאט… און ווי אין פלאן אז נאך אפי׳ ביפאר דער גאון רבי שמעון סופר וועט נאך אפי׳ אנהיייבען זיין דרשה וועט ער זיין א פארטיגער…

אבער צו יעדעמס וואונדער, אנשטאטס רבי שמעון סופר זאל אנהייבן רעדן אין לערנען אין דעם ביפארגרייטן סגיא… האט ער אנגעהויבען מיט א קורצע מעשה ווי פאלגענד….

מיין טאטע זצ״ל דער חתם סופר האט אמאל געהאט צו טוהן מיט א קצב וואס האט נישט אויסגעפאלגט זיינע הוראות אין הלכות שחיטה, און מאכל געווען אום-כשר פלייש פאר מענטשן אין דעם שטאט פרעשבורג. נאך מערערע ווארענונגען מיט שליחות׳ער וואס דער קצב האט נאכאלטס נישט געפאלגט די הוראות פון מיין פאטער, האט מיך מיין טאטע געבעהטן פערזענליך אראפ צו גיין צום קצב, און דערביי מיך מיט געגעבן א טייערען געווער… און מיך אויסגעלערענט א ספעציעלען שם, וואס ווען מען זאגט דאס ארויס פין מויל ווערט יענער תיקף ומיד א גל של עצמות… און איך האב געווארענט דעם קצב און איהם געזאגט מיט וואספארא געווער איך בין געקומען אנגעלאדענט מיט…. אבער ליידער האט דער קצב זיך ווייטער געהאלטען ביי זיינס, און איך האב דערביי געטוהן וואס מיין טאטע האט מיך געהייסן… און פון דעמאלטס אן האבן אפי׳ די אויבער חכמים אין פרעשבורג געפאלגט ביים ערשטען מאל הייסן….

אלזא האט רבי שמעון סופר זיך געוואנדען צו די לומדים פון די ערשטע שורה און א זאג געטוהן מיט א שטרענגע שטימע ווי פאלגענד, אויב וועט איר ווילן פרעגן אויף מיינע רייד זיך צו מפלפל זיין מיט אן אמת כדרכו של תורה בין איך גרייט און געזונטערהייט, אבער טאמער וועט איר אפי׳ נאר פראבירן מיך אפ-צו-ווענדען מיט א חשבון פון סתם לשם לקנטר, וויל איך אייך מודיע זיין אז איך האב דעם שם וואס מיין טאטע האט מיך אויסגעלערענט קיינמאל נישט פארגעסן…

די רעשט פון די מעשה איז היסטאריע, ווען נאך פוהלע יארן איז דאס געווען די ערשטע מאל וואס די לומדים פין די ערשטע שורה האבן איינגענומען א שווייגעניש בשעתן דרשה…. און דער רבי שמעון סופר האט פאראויס מארשירט צו די רבנות שטעלע אין די שטאט קראקא, שטעלענדיג ווייטער די קייט פון וועלט בארימטע רבנים און תורה ריזן וואס האבן אנגעהאלטען דעם פאזיציי אלטס שטאט׳ס רב אין דעם עיר ועם בישראל קראקא. זי״ע ואכ״י.

אויב איר ווילט נאך גוטע סיפורים, דריקט דעם לייק קנעפל אויף די ערשטע תגובה פין דעם אשכול דא
אגב להויה ידיעה אז א יעדער מעג שרייבן דא אין דעם אשכול.. און אויכעט בעהטן פאר לייקס…



נו ווער נאך מיט עפעס א גוטע מעשה אין דעם נושא?
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

הרה״ג רבי יוסף חיים זאנעפעלד זצ״ל ענפערט-אפ דעם מלמד
אמאל אין ירושלים איז געווען א מלמד וואס האט נישט אזוי געטויגט צו דעם פאך, זייענדיג גאר שטארק אויסגעקאכט מיט זיין קאנטשיק, און א יחיד מומחה אין דעם שמאל דוחה... פארגעסענדיג אז אין דעם זעלבען חז״ל שטייט אויכעט אז מען דארף ניצן דעם ימין מקרבת… אויף אזוי ווייט האט ער נישט געטויגט אז ס׳איז געקומען דערצו אז די מוסד האט איהם געדארפט פארשיקן.

דער מלמד איז נעבעך געבליבן אינדערהיים פאר א שטיק צייט אן קיין פרנסה, און ס׳איז איהם נישט געגאנגען צו טרעפן א וועג צו קענען שפייזען זיין ווייב און קינדער.

איז ער איין טאג געקומען צו דעם דעמאלטס׳דיגען ירושלים׳ער רב הרה״ג רבי יוסף חיים זאנעפעלד זצ״ל מיט א צובראכענעם הארץ זאגענדיג אז ס׳גייט איהם נישט מיטן טרעפן א פרנסה און זייין שטוב און ער איז געבליבען נעבעך בערם ובחוסר.

האט איהם רבי יוסף חיים געזאגט אז ער ווייסט פון א פלאץ וואס נויטיגט זיך יעצט שטארק אין א שוחט און ער קען זעהן ער זאל באקומען דעם פאסטן.

האט דער מלמד זיך זייער געבייזערט און מיט שטארקע טענות אויף דעם מוסד וואס האט איהם ארויס געשטעלט, זאגענדיג אז צו מלומדות פארשטייט ער זייער גוט, אבער שחיטה קען ער נישט, און ס׳נישט קיין יושר אז זיי האבן איהם אפ׳געזאגט פון זיין מלומדות פאסטן…

האט רבי יוסף חיים אפ-גענפערט דעם יוד. גלייבטס מיר אז ס׳איז אסאך ענדערש אז איר זאלט ווערן א שוחט, גיין האקן קעפ אין דעם בית השחיטה פון אפאר קעלבלעך, און העכסענס מאכן אפאר קעלבלעך טריף… ווי איידער איז זאלט גיין האקן קעפ אפי׳ פון בלויז איין קינד פון חדר…

אויב איר ווילט נאך אזאלכע גוטע סיפורים, דריקט דעם לייק קנעפל אויף די ערשטע תגובה פין דעם אשכול דא יש''כ.
אוועטאר
פאפעטשאו
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2023 4:52 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפעטשאו »

געוואלדיג גאלדענע פעדער!
דער עולם באלעקט זיך די פינגער, קומט אריין מיט נאך זאפטיגע סיפורים. שקויעך!
א שס איד
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:45 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שס איד »

דער הייליגער מנחת אלעזר זי"ע האט אמאל באגעגנט אין שטאט א פורק עול מיטן ציגאר אין מויל בעצם יום השבת, מעגליך האט איר פארגעסן אז עס איז שבת האט דער רב פראבירט ממליץ צו זיין, ניין איך ווייס גוט אז איצטערט איז שבת האט דער יונג געענטפערט פרעך, איז קען זיין האט איר פארגעסן אז שבת איז נישט ערלויב צו רייכערען האט די מנחת אלעזר ממשיך געווען, אבער דער יונגאטש לאזט נישט נאך איך ווייס אז עס איז פארבאטן צו רייכערען שבת, אויב אזוי - זאגט איהם די רב - אז איר זענט אזא "איש אמת", איז שוין אייער פלאץ אינם עולם האמת.
חמרא
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2016 8:51 am

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא »

באנקיר האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 2:24 pm
דער בריסקער רב ז"ל האט געשריבן הגהות אויפ'ן ספר חזון איש, וואס איז דעמאלס ארויסגעקומען.

הגה א' איז געווען אויפן שער בלאט, "לא מצאנו 'חזון' אלא בנביאים".

ווען דער חזון איש האט זיך דערפון דערוואוסט האט ער געזאגט, לא מצאנו "רבינו" אלא בראשונים. באציענדיג זיך צום ספר חידושי רבינו חיים.
די מעשה איז געווען פארקערט.
א שס איד
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:45 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שס איד »

געהערט אמאל נאכזאגן בשם הרה"ח ר' בעריש וויינבערגער ז"ל, אז די מנחת אלעזר זי"ע איז אמאל געווען ביי א אסיפה ווען ער האט כדרכו בקודש זיך געלאזט הערן בלהבות אש קעגן אלע מחבלי כרמים מיט זיין זעלטענע שארפקייט, האט זיך א חצוף אינמיטן אויפגעשטעלט שרייענדיג צום ריכטונג פונעם רב "איר זענט א תלמיד חכם שאין בו דעת" [רח"ל], אלע פנימ'ער האבן זיך געווואנדן צו מונקאטשער רב קוקן ווי אזוי ער וועט רעאגירן, און די רב רופט זיך רואיג אן, "זענט איר דאך בעסער ווי מיר" [מיינענדיג די מאמר חז"ל תלמיד חכם שאין בו דעת "נבילה טובה ממנו"].
פאראיעריגער שניי
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 10:10 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראיעריגער שניי »

חמרא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 10:40 pm
באנקיר האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 2:24 pm
דער בריסקער רב ז"ל האט געשריבן הגהות אויפ'ן ספר חזון איש, וואס איז דעמאלס ארויסגעקומען.

הגה א' איז געווען אויפן שער בלאט, "לא מצאנו 'חזון' אלא בנביאים".

ווען דער חזון איש האט זיך דערפון דערוואוסט האט ער געזאגט, לא מצאנו "רבינו" אלא בראשונים. באציענדיג זיך צום ספר חידושי רבינו חיים.
די מעשה איז געווען פארקערט.
פשוט הוא, החזון איש כתב הגהות אחידושי הגר"ח ונדפס, ובהיפך לא מצינו ידינו ורגלינו
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

געווען אמאל א חסיד פון הייליגן פלאנטש'ער רב וואס מפני סיבות שונות האט ער נישט געקענט קומען צו פארן אויף ראש השנה, אבער אויף שמחת תורה האט ער עס משלים געווען און געקומען צו פארן,
פרעגט אים דער הייליגער פלאנטש'ער רב וואו ביזטו געווען אויף ראש השנה? זאגט דער חסיד דער רבי זאל מיר גלייבן אז מיין הארץ איז דא געווען, האט אים דער הייליגער פלאנטש'ער רב גענטפערט במתק לשונו ווען איך זיץ ווען ביים טיש מיט טויזענט אזעלכע הערצער האב איך נישט קיין זימון.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
איטשע חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 09, 2022 3:16 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע חסיד »

אסאך יאר צוריק איז געווען א עצירת גשמים אין ארץ ישראל, און מ'האט געמאכט א גרויסע עצרת אין בית המדרש, אויפן וועג גייענדיג אין ביהמ"ד האט די רב אנגעטראפן א יוד וואס האט ליידער גארנישט געהיטן, און איהם געבעטן אז ער זאל אריבערקומען אין ביהמ"ד צום עצרת, נאכדעם וואס ער האט אפגעזאגט-זאגענדיג אז וואס גייט ער שוין אויפטון מיט זיינע תפילות, האט איהם די רב געזאגט אז אזעלכע מענטשן ווי דיר האבן שוין געברענגט א מבול...
אין חדר האט מען מיר גערופן איטשע, היינט הייס איך שוין איטשע חסיד…
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

עס איז געווען אמאל א מאן און ווייב וואס זענען אריינגעקומען צו רבי דוד'ל טאלנער מיט א גרויסע פראבלעם, אז דער מאן האלט אז זיין ווייב איז משוגע און זי האלט אז ער איז משוגע, און ביי וויפיל רבנים זיי זענען שוין געווען האט זיי קיינער נישט געקענט ארויסהעלפן מיט דעם. האט זיך דער הייליגער רבי דוד'ל טאלנער געוואנדן צום מאן זאגענדיג ביזט געקומען אויף א דין תורה לייג קודם אראפ פסק געלט און נאכדעם וועל איך מעיין זיין בדינכם.
זאג דער מאן הארצן גערן אבער איין פראבלעם נאר אז די געלט ליגט ביי זיין ווייב און ער זאל מוחל זיין בעטן פון איר.
האט זיך דער הייליגער רבי דוד'ל טאלנער אנגערופן מיט א שמייכל: אז די געלט ליגט ביי איר ביזטו דער משוגע'נער!
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

איטשע חסיד האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 3:23 am
אסאך יאר צוריק איז געווען א עצירת גשמים אין ארץ ישראל, און מ'האט געמאכט א גרויסע עצרת אין בית המדרש, אויפן וועג גייענדיג אין ביהמ"ד האט די רב אנגעטראפן א יוד וואס האט ליידער גארנישט געהיטן, און איהם געבעטן אז ער זאל אריבערקומען אין ביהמ"ד צום עצרת, נאכדעם וואס ער האט אפגעזאגט-זאגענדיג אז וואס גייט ער שוין אויפטון מיט זיינע תפילות, האט איהם די רב געזאגט אז אזעלכע מענטשן ווי דיר האבן שוין געברענגט א מבול...
די מעשה איז געווען אז מ'איז געקומען זאגן אמאל פאר'ן עטרת ישועה אז גלייך ווען עפעס א רעפארמער רב האט גענדיגט תפילת גשם האט זיך אראפגעלאזט א גאס רעגן, האט זיך דער עטרת ישועה אנגערופן נא וואס איז דער חידוש אזעלכע מענטשן ווי אים האבן שוין געברענגט א גאנצע מבול נישט נאר אביסל רעגן.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

אמאל איז דער עטרת ישועה אנגעקומען אויף א באזוך צום לעמבער'גער רב ווי עס איז פארפירט געווארן א תורה'דיגע שמועס ווי ביידע גאונים זענען ארום געשווימען אינעם ים התלמוד ווארפענדיג בקיאות און חריפות ביינעזאם, דער לעמבער'גער רב זעהנדיג פון וואסערע גאון עס האנדלט זיך דא, געט ער א פרעג דעם עטרת ישועה פארוואס זענט איר רב אין אזא קליין שטעטל ווי דזיקוב? עס וואלט דאך געפאסט פאר אזא גאון ווי אייך צו זיין רב אין א גרויסן שטאט, האט אים דער עטרת ישועה גענטפערט במילי דחכמתא כדרך צדיקי ראפשיץ: ווארשא איז א גרויסע שטאט און ס'שטארבן דארט בערך דריי מענטשן א טאג, קראקא איז א קלענערע שטאט און ס'שטארבט דארט בערך איין מענטש א טאג, לעמבערג איז נאך א קלענערע שטאט און ס'שטארבט דארט בערך איין מענטש איין וואך, דזיקוב איז אזא קליינע שטעטל אז עס שטארבט דארט א מענטש נאר איינמאל אין דריי חדשים, ממילא לוינט זיך מיר צו זיין רב אין דזיקוב ווייל דארט בין איך פארזיכערט אויף כאטש דריי חדשים.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

האט אמאל א חסיד געזאגט וואס איז פשט אינעם פסוק שפטני אלקים וריבה ריבי מגוי לא חסיד? מ'קען דאך ארויסשרייבן מליטוויק און שוין נאר עיקם הכתוב לשונו כדי שלא להוציא דבר מגונה מפיו.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

האט אמאל א משכיל זיך אנגעטראפן מיט'ן הייליגן פלאנטשער רב אויפ'ן באן, האט ער אים געפרעגט ווי טרעף מיר אין די תורה הקדושה איין ווארט מיט פיר מאל קמ"ץ? נישט ווארטענדיג אויף קיין תשובה האט דער משכיל געזאגט הָרָחָמָה אבער האלטן זי דאס, (מיינענדיג צו זאגן אז ער זאל זיך האלטן מיט'ן תורה הקדושה), האט ער אים צוריק גענטפערט באותו מטבע ווי טרעפט מען אין די תורה איין ווארט מיט פיר מאל פת"ח? ובַקַדַחַת אבער האלטן זי דאס.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

אמאל איז דער עטרת ישועה געגאנגען אויפ'ן גאס שבת צופרי נאכ'ן דאווענען און ער האט זיך אנגעטראפן אויפ'ן וועג מיט א באקאנטע משכיל מיט וועם ער האט געלערנט צוזאמען אין חדר, דער משכיל איז געגאנגען מיט א הונט און ווען ער האט באמערקט דעם עטרת ישועה איז שוין געווען צו שפעט אריבער צו גיין דעם גאס, און זיך שעמענדיג מיט זיין הונטל האט ער זיך געגעבן א רוף אן צום עטרת ישועה: רבי דאס איז מיין קדיש'ל, האט אים דער עטרת ישועה צוריק גענטפערט, דו לאזט איבער א שענער קדיש'ל ווי דיין טאט'ן!
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

אמאל האט דער הייליגער ראפשיצ'ער רב זי"ע געזעהן א תלמיד איינרייסן ביי אהבה רבה ללמוד וללמד לשמור ולעשות מיט בכיות נוראות, האט אים דער ראפשיצער רב געזאגט ביים אויבערשטען האסטו שוין געפועלט יעצט דארפסטו זיך נאר זעצן לערנען.

--
אמאל האט דער ראפשיצער רב געזעהן איינעם זיך קלאפן סלח לנו און זעהנדיג אויף אים אז ער האט ניטאמאל אינזינען איין ווארט האט ער אים געגעבן א זאג ס'איז א שאד צו קלאפן דער בעל הבית איז נישט אינדערהיים.

--
אמאל האט דער ראפשיצער רב געזעהן א פרישע פארל זיך ארומדרייען אויפ'ן גאס נאכ'ן חתונה איז ער צוגעגאנגען צו זיי און געגעבן א זאג, נישט איך!
ווען מ'האט אים געפרעגט וואס איז פשט אין דעם האט ער געזאגט אז ער האט געזעהן ווי זיי דרייען זיך ארום אויפן גאס כאילו די גאנצע וועלט געהערט פאר זיי, האט ער זיי געוואלט מודיע זיין אז ער געהערט נישט פאר זיי.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”