בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

ביים עטרת ישועה אין ביהמ"ד איז אמאל צוגעגאנגען א בעל תפלה וואס האט געהאט אימתא דצבורא אבער קיין סאך יראת שמים האט ער נישט געהאט, דער עטרת ישועה זעהנדיג אז ער האט מורא פונעם דאווענען פאר'ן עולם האט ער אים געגעבן א זאג טראכט אז דו דאווענסט פאר'ן אויבערשטען און פון אים האסטו דאך נישט מורא!

--

דאס איז שוין נישט אין כלל פון ודע מה שתשיב אבער יא א זיס ווארט,
אין די אלטע גמרות פלעגט שטיין אויפ'ן לעצטן בלאט פאר'ן הדרן יאמר זה ויועל לשכחה האט דער עטרת ישועה געזאגט פשט אין דעם ווייל אז א בעל הבית לערנט א פרישע בלאט גמרא פארגעסט ער די פריעדיגע וואס וועט אבער זיין מיט'ן לעצטן בלאט דאס וועט מען דאך אויף אייביג געדענקן מילא איז דא א הדרן וואס יאמר זה ויועל לשכחה.
אגב, אין די היינטיגע גמרות האט מען שוין פאראכטן און ס'שטייט שוין טאקע ויועיל לזכרון כ'האב אבער נאכגעקוקט אין א אלטע ש"ס שטייט טאקע דארט ויועיל לשכחה.
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

אמאל איז א רבי'ש קינד וואס האט געהאט א שטיקל בית מדרש'ל אריינגעקומען צום הייליגן סאטמאר רב זי"ע זיך באקלאגענדיג אז ער האט נישט קיין פרנסה, האט אים די רבי געזאגט איז בוי א בנין פאר'ן בית מדרש, דער חסיד גלייבענדיג מיט א אמונה פשוטה אין רבינ'ס ווערטער האט טאקע אזוי געטוהן און געבויעט, נאך אפאר יאהר איז ער צוריק געקומען צו רעבין זיך באקלאגן נאכמאל אויף די מצב הפרנסה, האט אים די רבי געזאגט כ'האב דיר דאך געהייסן בויען א בנין, האט ער געזאגט כ'האב טאקע געפאלגט און געבויעט און כ'האב שוין גענדיגט, זאגט אים די רבי מיט א שמייכל ווער האט דיר געהייסן ענדיגן?!
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
פאפעטשאו
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 28, 2023 4:52 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאפעטשאו »

דער הייליגער בית ישראל פון גור האט אמאל דורכשפאצירט ישיבת מיר, האט ער זיך געגעבן א רוף אן בדרך צחות, "רבונו של עולם, ווי ווייט איז פון מיר ביז דיר..." ודו"ק.
אוועטאר
דזיקוב'ער
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 9:14 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזיקוב'ער »

אמאל האט דער הייליגער ישמח משה געשיקט וויין פאר'ן איידעם דער ארי' דביה עילאי אויף יום טוב, אבער למעשה ביז ס'איז אנגעקומען איז עס שוין געווארן עסיג, האט דער אדב"ע געזאגט פאר זיין רעבעצין געב נאר א קוק אלעס וואס קומט פון דיין טאטן טויג נישט. (ר' יענקלע פארציילענדיג די מעשה האט זיך אנגערופן א לוקסוס צו קענען אזוי רעדן אינדערהיים).
האט זיין רעבעצין אים גענטפערט די וויין האט נישט מיין טאטע אליינ'ס געמאכט ער האט עס געקויפט, זעהט אויס אז וואס מיין טאטע קויפט טויג נישט. והבן...
ארץ אל תכסי דמם ואל יהי מקום לזעקתם
את אלה מזבחות זכור ואלה עקדות תראה
ונקם ישיב לצריו וכפר אדמתו עמו
אוועטאר
פעטער משה
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 12:21 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער משה »

דזיקוב'ער האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 5:14 pm
אמאל האט דער הייליגער ישמח משה געשיקט וויין פאר'ן איידעם דער ארי' דביה עילאי אויף יום טוב, אבער למעשה ביז ס'איז אנגעקומען איז עס שוין געווארן עסיג, האט דער אדב"ע געזאגט פאר זיין רעבעצין געב נאר א קוק אלעס וואס קומט פון דיין טאטן טויג נישט. (ר' יענקלע פארציילענדיג די מעשה האט זיך אנגערופן א לוקסוס צו קענען אזוי רעדן אינדערהיים).
האט זיין רעבעצין אים גענטפערט די וויין האט נישט מיין טאטע אליינ'ס געמאכט ער האט עס געקויפט, זעהט אויס אז וואס מיין טאטע קויפט טויג נישט. והבן...
איך האב געלייקט די איינגערינגעלטע
שייף עייל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:16 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שייף עייל »

צו די אויערן פון ר' דוד'ל טאלנער איז געקומען א ידיעה אויף עפעס א חסיד אז דער שלום בית דארט טויג נישט,
הכלל דעם קומענדיגן יו"ט האט דער רבי אים אפיר גענומען, און געזאגט, איך הער אז איר "דריקט" א "חיבור"
יא! האט דער חסיד געענטפערט, ווען דער רבי וואלט געזעהן דעם חיבור, וואלט ער געגעבן א שיינע "הסכמה".
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

שוין לאנג נישט געשריבן דא.. לאמיר זעהן צו ס'וועט זיין נאך לייקעס ס'זאל זיך לוינען צו שרייבען נאך...

וועלכע רבי זאל ערשט מאכן א ברכה אויף די לקח?
די סאטמארער רבי זי''ע מיט די אמרי חיים האבן זיך אמאל געטראפן ביי א ביקר גומלין אין די שטוב פין די אמרי חיים. מיטן שטעלן לחיים לעקיך און בראנפען ביים טיש איז געווארן א געטיעכץ צווישען די צוויי רבי'ס ווער ס'זאל ערשט מאכן די ברכה, בעת וואס ביידע צדיקים בענוותנותן בעהטן דעם אנדערען רבי'ן צי מאכן ערשט דעם ברכה.

בקיצור ס'גייט אהין און צוריק, אהין און צוריק, ביז דער אמרי חיים געבט זיך א ריף אן צים רבי'ן אז ער מיז איהם פאלגן וויבאלד חז''ל זאגן דאך אונז אז 'כל שיאמר לך בעל הבית עשה'. דאס איז זיין שטוב, איז ער ממילא מצווה דעם רבי'ן מדין בעל הבית צו מאכן ערשט די ברכה!

אויף וואס די רבי האט איהם-אפ-גענפערט די גמרא פרעגט דאך א קשיא אין מסכת שבת; אין איין פסוק שטייט 'לה' הארץ ומלואה תבל ויושבי בה', אלעס אויף דער וועלט איז דעם אייבערשטענס, ווידער אין א צווייטען פסוק שטייט, 'והארץ נתן לבני אדם' אז די וועלט געהערט צי די מענטשען? ענפערט די גמרא 'כאן קודם ברכה, וכאן לאחר ברכה'. אה''נ אלעס אין די וועלט, אלע עסן, געהערט אלעס צום אייבערשטען. נאר נאכדעם וואס א מענשט מאכט א ברכה, הערשט דעמאלטס געהערט שוין די עסן צו דער מענשט, און מיט די ברכה האט ער עס קונה געווען.

האט די רבי אויסגעפירט, ווישניצע רבי, יעצט איז די עסן נאכנישט אייער'ס... מאכט א ברכה אויף די לקח אין בראנפען.. און נאר נאך דעם וואס איר וועט דערפין עסן און די עסן וועט ווערן אייער'ס, וועט איר מיטן כח פין 'כל שיאמר לך בעל הבית עשה' מיL אויכעט קענען הייסן מאכן א ברכה... וויבאלד יעצט פאר איר מאכט א ברכה, איז דאך די עסן נאכנישט אייער'ס... אין מיט דעם האט איהם די רבי ז''ל ווי מען זאגט מנצח געווען..

אויב איר ווילט נאך אזאלכע גוטע סיפורים, דריקט דעם לייק קנעפל אויף די ערשטע תגובה פין דעם אשכול דא!
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 12:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הרב שעפטיל שליט''א
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 11:57 pm
לאקאציע:קרית טעגלאש

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב שעפטיל שליט''א »

א איד איז אמאל אריין צו מרן רביה"ק מסאטמאר זיעועכי"א דורכרעדן א ענין, און בתוך הדברים האט דער איד עטליכע מאל דערמאנט "מיין אידענע" "מיין רעבעצין"..
אינמיטן האט זיך דער רבי זי"ע אנגערופן: קענסט זאגן "מיין ווייב"..
דער אייבערשטער האט טאקע ליב דעם אינגערמאנטשיק מיט די קורצע ערמל און דשינס הויזן אנעם בערדל...

אבער ער האט אויך נישט פיינט דעם תלמוד חכם מיט די לאנגע בארד און ברייטע ביבער הוט..

(הצדיק ר' חיים בער זצ"ל)
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3805
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

הרב שעפטיל שליט''א האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:34 am
א איד איז אמאל אריין צו מרן רביה"ק מסאטמאר זיעועכי"א דורכרעדן א ענין, און בתוך הדברים האט דער איד עטליכע מאל דערמאנט "מיין אידענע" "מיין רעבעצין"..
אינמיטן האט זיך דער רבי זי"ע אנגערופן: קענסט זאגן "מיין ווייב"..
לדיוק בעלמא, (אויב די מעשה האט אמאל פאסירט) די רבי האט געזאגט מיין ווייב אדער מיין פרוי?
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2402
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע:אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

אויב איר ווילט נאך גוטע סיפורים, דריקט דעם לייק קנעפל אויף די ערשטע תגובה פין דעם אשכול דא

די רבי ברוכ'ל שטעלט דעם מתנגד אין פלאץ
אין די ברויד'ער קלויז ווי ס'זענען געווען צדיקים וקדושים ושרפי מעלה מעדת המתנגדים, כידעו. איז אמאל אנגעקומען אין בראד דער רבי - רבי ברוכ'ל, זעהט אויס ער האט געוויילט אין יענעם געגענט אויף א שטיקעל צייט.

האט דער רבי ברוכ'ל געקומען דאווענען אין דעם ברויד'ער קלויז. כידעו איז דער רבי ברוכ'ל געווען די ערשטע פין די תלמידי בעל שם וואס האט נישט מקפיד געווען צו דאווענען ביפארן זמן תפילה און מיר האבן נישט קיין השגה אין די וועגן פין די צדיקים ושרפי מעלה. [כידעו פלעגט דער בעל שם הקדש און ווי אויכעט דער מגיד דאווענען ביי ותיקן. שפעטערע תלמידי בעל שם טרעפט מען יא אסאך מער וואס פלעגן יא דאווענען נאכן זמן תפילה ועכמ''ל.] די יודן אינעם ברויד'ער קלויז האבן זיך נישט געוואגט צו זאגן א ווארט פאר דער רבי ברוכ'ל זעהנדיג זיין גרויסע און הייליגע עבודה בתפילה.

איז אבער דארט געווען א יונגער תלמיד חכם וואס איז געווארן אן איידעם ביי א גרויסען עושר אין ברויד און ער האט זיך גענימען די דרייסט צו אפיר האלטן דעם רבי ברוכ'ל הלמאי ער דאווענט נאך זמן תפילה וואס דאס איז דאך א קעגן די שלחן ערוך.... האט איהם די רבי ברוכ'ל אפ-גענפערט אזוי: די זעהסט דאך אז א יעדער איינער דא אין קלויז זאגט מיך נישט קיין איין איינציג ווארט אין די יא... די ווינדערסט דיך אליינס נישט וואס איז פשט? די ביסט דען דא די גרעסטע תלמיד חכם דא אין קלויז? ניין. די גרעסטע גאון? ניין. נאר וואס? דיין שווער איז דער גרעסטער עושר דא אין שטאט און די האסט געקריגען דערפין א ריזעגען נדן, ממילא ווייגסטו דיך צו פרעגן וואס אנדערע דא נעמען נישט דעם דרייסט צו פרעגן. איז פשט אז נישט די פרעגסט נאר דיין געלט פרעגט... פאר דיין געלט האלט איך נישט ביים ענטפערן א תרוץ...
אוועטאר
ליטווישער
שר האלפיים
תגובות: 2009
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

א איד א אומגעוואוטשענער גאסט איז אמאל געקומען צו איינע פון די רבי'ס און געבעטן פאר א דרך אין עבודת ה', דער רבי זעענדיג ווי ערנסט יענער מיינט עס האט אים געענטפערט: ס'זענען דא 2 דרכים, איינס איז דרך שקר הסר ממני, די צווייטע דרך איז די טיר...
1 פינטעלע אמת איז זיסער ווי די זיסטע שקרים

בעקבתא דמשיחא.. יראי חטא ימאסו וה אמת תהא נעדרת (סוטה מ''ט,ב)
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

איינער האט געפרעגט א היינטיגער גדול: צו איז אן ענין צו עולה זיין זאת חנוכה?
האט דער גדול ווי זיין שטייגער גענטפערט - "יא! - אזוי ווי יעדן טאג..."
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

לצנותא דע"ז
איז דא עטליכע ווערטלעך
אוועטאר
הודונאנאש
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 24, 2021 5:39 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודונאנאש »

Screenshot 2024-06-25 104540.png
Screenshot 2024-06-25 104540.png (93.33 KiB) געזען 430 מאל
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

הרב שעפטיל שליט''א האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:34 am
א איד איז אמאל אריין צו מרן רביה"ק מסאטמאר זיעועכי"א דורכרעדן א ענין, און בתוך הדברים האט דער איד עטליכע מאל דערמאנט "מיין אידענע" "מיין רעבעצין"..
אינמיטן האט זיך דער רבי זי"ע אנגערופן: קענסט זאגן "מיין ווייב"..
מקור?

א שװאכע איז אױך גוט

דער מענעדזשער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:57 pm
איינער האט געפרעגט א היינטיגער גדול: צו איז אן ענין צו עולה זיין זאת חנוכה?
האט דער גדול ווי זיין שטייגער גענטפערט - "יא! - אזוי ווי יעדן טאג..."
איר זענט זיכער ס׳זײן שטײגער?
לג בעומר
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 04, 2024 9:09 pm

תגובה דורך לג בעומר »

.
לעצט פארראכטן דורך לג בעומר אום דינסטאג יוני 25, 2024 11:46 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:34 am
הרב שעפטיל שליט''א האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:34 am
א איד איז אמאל אריין צו מרן רביה"ק מסאטמאר זיעועכי"א דורכרעדן א ענין, און בתוך הדברים האט דער איד עטליכע מאל דערמאנט "מיין אידענע" "מיין רעבעצין"..
אינמיטן האט זיך דער רבי זי"ע אנגערופן: קענסט זאגן "מיין ווייב"..
מקור?

א שװאכע איז אױך גוט
ס'איז קלאר אז ס'דא א ענין נישט צו זאגן מיין ווייב
אין גער זאגט מען מיין "דאס"

קען זיין מיין אידענע איז אלטמאדיש
אין מיין רעבעצין איז מער רבי'ש
-
ס'פאסט מער צו זאגן מיין בני בית
אוועטאר
אייער
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 03, 2021 5:23 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייער »

הרב שעפטיל שליט''א האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:34 am
א איד איז אמאל אריין צו מרן רביה"ק מסאטמאר זיעועכי"א דורכרעדן א ענין, און בתוך הדברים האט דער איד עטליכע מאל דערמאנט "מיין אידענע" "מיין רעבעצין"..
אינמיטן האט זיך דער רבי זי"ע אנגערופן: קענסט זאגן "מיין ווייב"..
מקור?
לג בעומר
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 04, 2024 9:09 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לג בעומר »

אייער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:44 am
הרב שעפטיל שליט''א האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:34 am
א איד איז אמאל אריין צו מרן רביה"ק מסאטמאר זיעועכי"א דורכרעדן א ענין, און בתוך הדברים האט דער איד עטליכע מאל דערמאנט "מיין אידענע" "מיין רעבעצין"..
אינמיטן האט זיך דער רבי זי"ע אנגערופן: קענסט זאגן "מיין ווייב"..
מקור?
מעשה ר שמעון לויפער ברית
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:35 am
דער מענעדזשער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:57 pm
איינער האט געפרעגט א היינטיגער גדול: צו איז אן ענין צו עולה זיין זאת חנוכה?
האט דער גדול ווי זיין שטייגער גענטפערט - "יא! - אזוי ווי יעדן טאג..."
איר זענט זיכער ס׳זײן שטײגער?
איר ווייסט פון וועלכע גדול איך רעד?
איך האב געהערט ערשטע האנט די מעשה אויף יענעם גדול, און אויב איר ווילט שטארק וויסן - די רעדע איז פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר, שטימט?
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
דער מענעדזשער
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 1:48 pm
לאקאציע:ביים רעדל (תרתי משמע)

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער מענעדזשער »

א איד דערציילט מיר היינט אז (כ'מיין יענעמ'ס שוואגער) איז אריין צו טאהשער רבי ז"ל און געגעבן א קאנווערט מיט געלט, גייט נישט דורך א קורצע וויילע און א צווייטער איד גייט ארויס מיט דעם קאנווערט און עס איז נאך פארמאכט! גייט יענער אריין צום רבי'ן און פרעגט דעם רבי'ן, "דער רבי האט נאך ניטאמאל געזען וויפיל געלט עס איז דא דארט!" ענטפערט דער רבי "ער דארף אסאך מער..."
אויב דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות און איר דארפט סחורה, קוקט אייך פאר אין מילתא דבדיחותא אשכול.
אדער שיקט אן אישי, און די סטעף פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן ארויסצוהעלפן ווי ווייט שייך
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3307
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

א איד דערציילט מיר היינט אז איינער איז אמאל אריין צו טאהשער רבי ז"ל און זיך אפגערעדט אז ער איז דעפרעסט, האט אים די רבי ליבליך געגלעט און געזאגט: "מ'דארף זיך נישט נאכגעבן אלע תאוות"...
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות

we protest!
סופרים שטיבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:38 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סופרים שטיבל »

דער מענעדזשער האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 12:27 pm
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2024 11:35 am
דער מענעדזשער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 12:57 pm
איינער האט געפרעגט א היינטיגער גדול: צו איז אן ענין צו עולה זיין זאת חנוכה?
האט דער גדול ווי זיין שטייגער גענטפערט - "יא! - אזוי ווי יעדן טאג..."
איר זענט זיכער ס׳זײן שטײגער?
איר ווייסט פון וועלכע גדול איך רעד?
איך האב געהערט ערשטע האנט די מעשה אויף יענעם גדול, און אויב איר ווילט שטארק וויסן - די רעדע איז פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר, שטימט?

נישט אפגעפרעגט
ס'קען שטימען
אוועטאר
זאלצמאן
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 02, 2024 8:55 pm

Re: בדיחותא אשכולות #4: גדולי ישראל וואס האבן, גוט אפ-גענפערט!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאלצמאן »

איינע פון ראפשיצע רב'ס טעכטער (קען זיין כ'מאך א טעות מיט די נאמען, ביטע פאררעכטן) איז אמאל געווארן געטשעפעט דורך א חסיד ווען יענער האט איר געזאגט "די פרויען זענען ארגער ווי בהמות" ווייל מען מאכט יעדן טאג א ברכה שלא עשני אשה, אבער נישט שלא עשני בהמה, האט זי גענטפערט" שלא עשני אשה קענסטו מאכן, ווייל א פרוי ביסטו זיכער נישט, משא"כ שלא עשני בהמה איז א ספק ברכה לבטלה..."
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”